צוויי היסטאָרישע דערשײַנונגען אין דער וועלט פֿון קונסט
דער מײַ־חודש האָט מיר הײַיאָר געבראַכט צוויי גרויסע גײַסטיקע איבערלעבענישן — צוויי טרעפֿונגען מיט מײַן פֿרײַנד און אונדזער שטענדיקן מחבר יעווגעני קיסין. די פּאַנדעמיע האָט פֿאַראַיאָרן אונדז נישט דערמעגלעכט זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים, הגם פֿון קיסינס טאָגבוך „אין די טעג פֿון קאָראָנאַ־ווירוס‟ האָב איך קיין טאָג פֿון זײַן עקזיסטענץ נישט דורכגעלאָזט.

די ערשטע טרעפֿונג, דעם 20סטן מײַ איז געווען קיסינס סאָלאָ־קאָנצערט אויף דער בינע פֿון קאַרנעגי האָל. יעדער זײַן אויפֿטריט איז אַ היסטאָרישע דערשײַנונג אין דער וועלט פֿון קונסט; אויך זײַן איצטיקער קאָנצערט האָט עס באַשטעטיקט. צו באַזיניקן די גרויסקייט פֿון אַ היסטאָרישן מאָמענט, מוז נעמען צײַט; דער גרויסער זכות פֿון קיסינס קאָנצערטן באַשטייט אין דעם, וואָס די איינמאָליקייט פֿונעם מאָמענט דערפֿילט יעדער בשעתן הערן קיסינס שפּיל. דער נס קומט פֿאָר אויף אײַערע אויגן…
און דאָך האָב איך זיך צווישן איין ווערק און אַן אַנדער ווערק, בעת דעם התפּעלותדיקן „בראַוואָ!‟ געכאַפּט, אַז עס פֿעלט מיר עפּעס זייער אַ ממשותדיקס — אַנע פּאַוולאָוונע קאַנטאָר ע״ה, קיסינס לערערין, אים אויף לאַנגע יאָר, זײַן שטענדיקע באַגלייטערין און צוהערערין. לכּבֿוד איר ליכטיקן אָנדענק האָט איר תּלמיד געווידמעט די הײַיאָריקע קאָנצערט־פּראָגראַם.
די צווייטע טרעפֿונג איז פֿאָרגעקומען שוין אינעם קלענערן זאַל פֿון קאַרנעגי האָל אויפֿן נאָמען פֿון אַרטור זאַנקעל. דעם 25סטן מײַ איז דאָרט פֿאָרגעשפּילט געוואָרן די וועלט־פּרעמיערע פֿון דער ליטעראַטור־מוזיקאַלישער קאָמפּאָזיציע „פּאָעזיע און גורל פֿון די ייִדישע פּאָעטן‟. דעם 12טן אויגוסט ווערט 70 יאָר זינט ס׳איז אויסגעפֿירט געוואָרן דער טויט־אורטייל איבער די 13 מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דער פֿאָרזיצער פֿונעם „קאָמיטעט‟, שלמה מיכאָעלס, איז אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן דערמאָרדעט געוואָרן מיט 4 יאָר פֿריִער. פֿאַר דער ייִדישער קולטור בכלל און ליטעראַטור בפֿרט האָט דער בלוטיקער מישפּט געמיינט צו מאַכן אַ סוף צום נאַציאָנאַלן לעבן פֿון ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
די קאָמפּאָזיציע האָבן אויסגעשפּילט יעווגעני קיסין און דער באַקאַנטער מײַסטער פֿון דער רוסישער בינע בנימין סמעכאָוו. אַ חוץ די לידער פֿון מאַרקיש, האָפֿשטיין, קוויטקאָ, האַלקין און טייף, איז קורץ דערציילט געוואָרן וועגן דעם גורל פֿונעם געניאַלן מיכאָעלסן. אָרגאַניש האָבן זיך אינעם סוזשעט אַרײַנגעפֿלאָכטן די מוזיקאַלישע ווערק פֿונעם ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר קריין.
קיסין, ווי אַ רעציטאַטאָר פֿון ייִדישער פּאָעזיע איז נישט קיין פּנים־חדשות; בײַם „פֿאָרווערטס‟ זײַנען דערשינען דרײַ זײַנע קאָמפּאַקטלעך, וווּ ער דעקלאַמירט די פּאָעטישע ווערק פֿון צענדליקער ייִדישע פּאָעטן, ווי אויך די לידער פֿון י. ל. פּרץ. אין דער קאָמפּאָזיציע לייענט ער די לידער סײַ אויף ייִדיש און סײַ אין דער רוסישער איבערזעצונג.
אין אַזאַ געמישטן זשאַנער ווי אַ ליטעראַטור־מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציע איז זייער וויכטיק, אַז די לידער פֿון פֿאַרשיידענע מחברים זאָלן זיך אָרגאַניש אויסשטעלן אין אַ לאָגישן און עמאָציאָנעלן סדר, שאַפֿנדיק איין גאַנצקייט מיט אַן אינערלעכער דראַמאַטורגיע. די לידער האָבן זיך אַ רינג נאָך אַ רינג צונויפֿגעקייטלט אין איין פּערלדיקער פּאָעטישער קייט. ביידע באַטייליקטע — אי סמעכאָוו, אי קיסין האָבן זיך ווי געטיילט מיט אָט די פּערל, איבערגעגעבן זיי איינער דעם אַנדערן — מיט אַ לײַכטן זשעסט, אַ וווּנק מיטן קאָפּ, אַ בליק, ווי געוואָלט דערמיט זאָגן: „נאַ, קוויק זיך דערמיט אויך… האָב הנאה!‟
אַ גלײַכער שותּף צו דער פֿאָרשטעלונג איז געווען דער מאָסקווער טעאַטראַלער קינסטלער וולאַדיסלאַוו פֿראָלאָוו. זײַן סצענאָגראַפֿיע האָט אויסגעזען לאַקאָניש און פּינקטלעך. די אויסגעשטעלטע אויף דער בינע שוואַרצע אָרקעסטער־פּיופּיטרען און ליידיקע בענקלעך האָבן סימבאָליזירט די פֿאַרשטומטע כּלים פֿון די דערשאָסענע פּאָעטן; די ליכטבילדער אויפֿן עקראַן: אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, שטייגער־עפּיזאָדן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד און אַוודאי די בילדער פֿון ייִדישע פּאָעטן האָבן אַרײַנגעבראַכט סײַ אַ געוויסן היסטאָרישן הינטערגרונט, סײַ אַ דערמאָנונג פֿון אַ נעלם געוואָרענער ייִדישער וועלט…
איך וויל גלייבן, אַז די אויפֿריכטיקע און נאַטירלעכע קינסטלעריש־פּאָעטישע שפּיל אויף דער בינע איז דערגאַנגען צום עולם בפֿרט, אַז די לידער זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן פֿון די גרעסטע רוסישע פּאָעטן, ווי אַכמאַטאָוואַ, מאַרשאַק, סוועטלאָוו, זאַבאָלאָצקי און אַנדערע. ס׳איז נישט קיין סוד, אַז ס׳רובֿ פֿון דעם עולם זײַנען געקומען קודם־כּל אויף קיסין־פּיאַניסט און סמעכאָוון, דעם פּאָפּולערן טעאַטער־ און קינאָ־אַקטיאָר פֿון זייער סאָוועטישער יוגנט; ס׳איז אויך אמת, אַז דעמאָלט, אין יענער סאָוועטישער תּקופֿה פֿון זייער לעבן האָבן די איצט־באַיאָרטע מענטשן זיך ווייניק אינטערעסירט מיט זייערע ייִדישע נאַציאָנאַלע אוצרות; דאַרף מען טאַקע זאָגן „שהחיינו‟, וואָס מ׳האָט צו אַזאַ צײַט דערלעבט.
און אַחרון אַחרון חבֿיבֿ — די מוזיקאַלישע אינטערמעצאָס פֿון דעם ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר קריין, אויסגעשפּילט פֿון יעווגעני קיסין, האָבן אַרײַנגעאָטעמט אין דער פֿאָרשטעלונג די נשמה.
איך האָב געבעטן די באַקאַנטע ייִדיש לערערין שבֿע צוקער, וואָס איז אויך געקומען צו דער פֿאָרשטעלונג, זיך טיילן מיט איר מיינונג וועגן דעם זעלטענעם אָוונט. איך ברענג ווײַטער אירע ווערטער:
„די פֿאָרשטעלונג איז מיר זייער געפֿעלן, כאָטש דער רוסישער סטיל פֿון דעקלאַמאַציע איז מיר ניט אין גאַנצן צום האַרצן, אָבער איך האָב זיך געריכט אויף דעם — און ס’איז מיר פֿאָרט געפֿעלן. דער אויסקלײַב פֿון לידער איז געווען זייער גוט דורכגעטראַכט און אינטערעסאַנט. ס’וואָלט געווען שיין, ווען מע וואָלט געגעבן די רשימה לידער וואָס מע האָט דעקלאַמירט, וואָלט מען זיי שפּעטער געקענט אויסזוכן און לייענען. דער קאָמפּאָזיטאָר קריין איז מיר געווען אין גאַנצן אומבאַקאַנט און כ’האָב זייער הנאה געהאַט פֿון דער מוזיק און, פֿאַרשטייט זיך, דאָס שפּילן…‟
אַ באַזונדערער יישר־כּוח קומט ד״ר מיכאל קאַפּטשיצן, וואָס האָט געטאָן אַלץ, אַז די פֿאָרשטעלונג זאָל פֿאָרקומען דווקא אין ניו־יאָרק און אין אַזאַ פּרעסטיזשפֿול אָרט אין צענטער מאַנהעטן. באמת אַ היסטאָרישע וועלט־פּרעמיערע!
מײַ 27 2022, ברוקלין, ניו־יאָרק