מיט זייער אייגן געווער (סוף)

יעווגעני קיסין   

 3

  „חשובֿע חבֿרים!
  מיר, אַרבעטער פֿונעם זאַװאָד אױף אי. ליכאַטשאָװס נאָמען, קאָמוניסטן און אומפּאַרטיייִשע, װילן אױסדריקן אונדזער טיפֿע באַזאָרגטקײט אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם, װאָס אין אונדזער סאָװעטישן לאַנד, װי עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, זײַנען נאָך אַלץ פֿאַראַן ניט–דערשלאָגענע װײַס–גװאַרדײערס און פֿאַשיסטן, װי אױך אַזעלכע, װאָס שטעלן זײ פֿאָר.

ניט לאַנג צוריק איז אונדז און אונדזערע חבֿרים אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט די קאָרעספּאָנדענץ צװישן דעם באַרימטן סאָװעטישן היסטאָריקער נאַטאַן אײדעלמאַן, װעמענס מערקװירדיקע ביכער װעגן פּושקינען, דעקאַבריסטן, הערצענען זײַנען באַליבט פֿון מיליאָנען סאָװעטישע לײענערס, און דעם באַרימטן, װי מיר האָבן פֿריִער געמײנט, סאָװעטישן שרײַבער װיקטאָר אַסטאַפֿיעװ, װאָס זײַנע ראָמאַנען און גרעסערע דערצײלונגען זײַנען אױך געװען באַליבט פֿון פֿיל אונדזערע לײענערס אין משך פֿון אַ סך יאָרן

„אין זײַן בריװ צו װ. אַסטאַפֿיעװן האָט נ. אײדעלמאַן מיט עכטער בירגערלעכער אָפֿנקײט און פּרינציפּיעלקײט אָנגעװיזן אױף דעם, אַז לױט די טראַדיציעס פֿון דער גרױסער רוסישער ליטעראַטור, זאָל מען ניט שרײַבן שלעכט װעגן אַנדערע פֿעלקער. אַבסאָלוט ריכטיק האָט אָנגעשריבן חבֿר אײדעלמאַן; גראָד דאָס פֿלעגט זאָגן דער גרױסער לענין: „צו קיין גאָר אַנדערש ניט זײַנען די באַלײדיקטע נאַציאָנאַליטעטן אַזױ ניט פֿילבאַר, װי צום געפֿיל פֿון גלײַכהײט און צום שטערן אָט די גלײַכהײט אַפֿילו אױס אָפּגעלאָזנקײט, אַפֿילו אין דער פֿאָרם פֿון אַ שפּאַס, צום שטערן די דאָזיקע גלײַכהײט מצד זײערע חבֿרים–פּראָלעטאַריער‟. דעם אמת געזאָגט, האָבן אונדז און אונדזערע חבֿרים אױך שטאַרק פֿאַרטשעפּעט אײניקע אַרױסזאָגונגען אין די לעצטע װערק פֿון אונדזער באַליבטן שרײַבער.
  
װאָס זשע האָט געענטפֿערט נ. אײדעלמאַנען װ. אַסטאַפֿיעװ, אַ מיטגליד פֿונעם שרײַבער–פֿאַראײן פֿון פֿססר, װאָס לױטן סטאַטוט, באַטײליקן זיך זײַנע מיטגלידער אינעם קאַמף פֿאַרן אױפֿבױען קאָמוניזם, פֿאַר סאָציאַלן פּראָגרעס, פֿאַר שלום און פֿרײַנדשאַפֿט צװישן פֿעלקער?

„װי עקלהאַפֿטיק עס זאָל ניט זײַן, װעלן מיר פֿאָרט ציטירן עטלעכע פּאַסאַזשן פֿון הער אַסטאַפֿיעװס בריװ, װײַל אױב ס׳איז דאָ אַ שענדלעכע דערשײַנונג, דאַרף מען זי אָנרופֿן מיט איר אייגענעם נאָמען און אױסװאָרצלען אומברחמנותדיק באַזונדערס אַצינד, אין דער תּקופֿה פֿון איבערבױונג און עפֿנטלעכקײט.״.. 

׳אין אונדזערע שאָװיניסטישע שטרעבונגען װעלן מיר קאָנען דערגיין דערצו, אַז אי פּושקין– אי לערמאָנטאָװ–פֿאָרשערס װעלן בײַ אונדז זײַן אױך רוסן, און, ס׳איז אַ שױדער צו טראַכטן, — די זאַמלונגען פֿון אונדזערע קלאַסיקערס׳ װערק װעלן מיר צונױפֿשטעלן אַלײן, די ענציקלאָפּעדיעס און כּל–המינים רעדאַקציעס, טעאַטערס, קינאָ װעלן מיר אױך ׳איבערנעמען אין אונדזערע הענט‘ און, אָ שרעק! אָ קאָשמאַר! מיר װעלן אַלײן קאָמענטירן דאָסטאָיעװסקיס ׳טאָגביכער׳.‟.
 
דער איבערגעזאָטענער אײַטער פֿון דער ייִדישער הױך–אינטעלעקטועלער פֿאַרריסנקײט‟

דער גאָר געמיינער אַטעיִסט יאָסיף אַראָנאָװיטש קריװעליאָװ האָט סײַ צוגעגנבֿעט זײַן פֿאַמיליע–נאָמען, סײַ ער שפּײַזט זיך מיט דער צוגעגנבֿעטער מאָראַל — מיט פּאַדלע. פֿרעסט פֿונעם ליגן–טיש און פֿאַרגלאָצט די אײגעלעך אױפֿן אומשולדיקן אופֿן, האַלטנדיק אַלעמען אַרום זיך פֿאַר ניט–ערלעכע און ליגנערישע מענטשן.
 
כ׳װעל אײַך װינטשן דאָס זעלבע, װאָס ס׳האָט געװוּנטשט אַ טאָכטער פֿון אונדזער לעצטן קײסער, װעמענס ליד איז געװען אַרײַנגעלײגט אין איר עקזעמפּליאַר פֿון דעם עװאַנגעליום: ׳גאָט! פֿאַרגיב אונדזערע פֿײַנט, גאָט! פֿאַרדריק זײ אױך אין די אָרעמס׳. אי זי, אי די שװעסטער אירע, אי דאָס ברודערל, װאָס האָט אויף שטענדיק פֿאַרלױרן זײַנע פֿיס אין דער פֿאַרשיקונג, אי דער פֿאָטער מיט דער מוטער זײַנען צעשאָסן געװאָרן, אַגבֿ, פֿון ייִדן און לעטן, אין שפּיץ מיטן געפֿערלעכן, פֿאַרביסענעם ציוניסט יורקאָװסקי.
 
אַזױ אַז אײַך, אין דער צײַט פֿון אײַער נשמה־באַרויִקונג, איז כּדאַי אַ טראַכט טאָן אױך װעגן דעם, אַז אין די לאַגערן זײַט איר אָפּגעװען אױך פֿאַר די פֿאַרברעכנס פֿון יורקאָװסקין און אַזױנע װי ער, זיך געמאַטערט לױטן באַפֿעל פֿונעם ׳אײבערשטן ריכטער׳, ניט בלױז צוליב יעזשאָװס אוממאָראַלישקייט‟.

זאָל דער דערבאַרעמדיקסטער גאָט אױפֿקלערן אײַער נשמה!‟

אױב רײדן אָפֿן, האָבן מיר אין אָנהייב אַפֿילו ניט געגלײבט, אַז דאָס האָט אױף אַן אמתן אָנגעשריבן װ. אַסטאַפֿיעװ. װי באַלד מיר װױנען אין מאָסקװע, האָבן מיר ניט געקאָנט אָפּזוכן זײַן טעלעפֿאָן–נומער, נאָר מיר האָבן געפֿונען נ. אײדעלמאַנס טעלעפֿאָן–נומער און אים אָנגעקלונגען.

נאַטאַן יאַקאָװלעװיטש, — האָבן מיר געזאָגט, — מיר, אַרבעטער פֿונעם זאַװאָד אױף ליכאַטשאָװס נאָמען, האָבן אָקאָרשט איבערגעלײענט אײַער קאָרעספּאָנדענץ מיט װיקטאָר אַסטאַפֿיעװן. זאָגט אונדז, מיר בעטן אײַך: צי איז עס טאַקע אײַער קאָרעספּאָנדענץ? צי האָט אַסטאַפֿיעװ אױף אַן אמתן אײַך אָנגעשריבן דאָס אַלץ?
— יאָ, חבֿרים, — האָט באַשטעטיקט אונדזער באַליבטער היסטאָריקער, — צום באַדױערן, איז עס אמת
.

װי טרױעריק עס זאָל ניט זײַן, נאָר מע מוז אָנערקענען: אינעם פֿאַראײן פֿון סאָװעטישע שרײַבערס האָט זיך דורכגעשלײַכט און אונטער דער מאַסקע פֿון אַ סאָװעטישן שרײַבער האָט זיך באַהאַלטן אין משך פֿון יאָרצענדליקער אַ ניט–דערשלאָגענער װײַס–גװאַרדײער און פֿאַשיסט, אַ מסוכּנער, פֿאַרביסענער מאָנאַרכיסט, שאָװיניסט, שװאַרץ–מעהניק און רעליגיעזער אָבסקוראַנט. גראָד קעגן אַזעלכע האָבן זיך געשלאָגן אונדזערע זײדעס בשעת דער רעװאָלוציע און אין דעם בירגער–קריג; טאַקע אינעם קאַמף קעגן אַזױנע פּאַרשוינען זײַנען אומגעקומען אונדזערע טאַטעס אין דער גרױסער פֿאָטערלענדישער מלחמה; דװקא קעגן אַזעלכע קעמפֿן מסירת–נפֿשדיק די בעסטע מענטשן פֿון אונדזער פּלאַנעטע איבער דער גאָרער װעלט.

לױט אַלע סמנים, איז די אױבנדערמאָנטע קאָרעספּאָנדענץ געװאָרן זײער פֿאַרשפּרײט, און מיר האָבן געטראַכט, אַז אױב זי האָט דערגרײכט אַפֿילו אונדז, פּראָסטע אַרבעטער–לײַט, האָט זי אומבאַדינגט געמוזט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון אונדזערע רומפֿולע מלוכה–זיכערהײט אָרגאַנען, די יורשים פֿונעם דרײסטן פֿעליקס עדמונדאָװיטש דזערזשינסקין, װאָס האָט אומברחמנותדיק געקעמפֿט קעגן אַלערלײ װײַסגװאַרדײיִשער אומפֿלייט און אַנדערער „קאָנטרע‟, — און זײ װעלן אָננעמען די געהעריקע מאָסמיטלען. פֿון דעסטװעגן, קײן מיטטײלונגען װעגן דעם זײַנען אין אונדזערע מאַס–מעדיאַ ניט פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן — דערפֿאַר אָבער מיט עטלעכע טעג צוריק האָבן מיר מיט אומגעהײַערער איבערראַשונג איבערגעלײענט אין אונדזער באַליבטער צײַטונג „פּראַװדאַ‟, אינעם אַרטיקל פֿון עפּעס אַן אַל. מיכײַלאָװן, אַזעלכע שורות:

׳אײניקע גאַנץ רײַפֿע מענטשן געבן די יונגע–לײַט בײַשפּילן פֿון אומדערלאָזבאַרן ברעכן די עטישע נאָרמעס פֿונעם ליטעראַרישן לעבן. עס װערט, אַשטײגער, פֿאַרפֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ, װאָס פּראָװאָצירט אױף שאַרפֿקײט, נאָר, װי יעדע קאָרעספּאָנדענץ צװישן צװײ מענטשן, איז זי ניט פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט. דערנאָך װערט אָט די קאָרעספּאָנדענץ ברײט פֿאַרשפּרײט מיטן ציל צו קאָמפּראָמעטירן דעם אַדרעסאַט. אָט די עפּיסטאָליאַרישע גאַפּאָנאָװשטשינע [1] איז עקלדיק, זי זײט מכלוקת און פֿאַרדעכטיקײט, זי איז סאָציאַל געפֿערלעך.׳

כאָטש קײן נעמען זײַנען ניט געװען דערמאָנט, איז אונדז, פֿאַרשטײט זיך, באַלד געװאָרן קלאָר, אַז דאָ גײט די רײד גראָד װעגן נ. אײדעלמאַנען און אַסטאַפֿיעװן, װײַל קײן אַנדער קאָרעספּאָנדענץ, אױף װיפֿל אונדז איז באַקאַנט, איז לעצטנס ניט געװען ברײט פֿאַרשפּרײט.

צום אַלעם ערשטן, האָבן מיר װידער אַ קלינג געטאָן דעם חבֿר אײדעלמאַן און געפֿרעגט אים:

נאַטאַן יאַקאָװלעװיטש, זאָגט אונדז, ביטע: צי האָט עס אױף אַן אמתן טאַקע איר פֿאַרשפּרײט אײַער קאָרעספּאָנדענץ מיט אַסטאַפֿיעװן? 
— אַװדאי ניט, חבֿרים, — האָט געענטפֿערט דער באַרימטער היסטאָריקער, — און װי אַזױ װאָלט איך זי געקאָנט פֿאַרשפּרײטן, אַפֿילו װען איך װאָלט געװאָלט עס טאָן? אױף דעם האָב איך ניט קײן צײַט און ניט קײן מעגלעכקײטן. איך װײס, אַז אָט די קאָרעספּאָנדענץ אונדזערע איז זײער פֿאַרשפּרײט געװאָרן, נאָר װי אַזױ — האָב איך קײן שום אַנונג ניט. געװיס האָב איך די בריוו געגעבן מײַנע פֿרײַנד, זײ זאָלן זיי לײענען; אפֿשר, האָט עמעצער פֿון זײ גענומען די קאָרעספּאָנדענץ פֿאַרשפּרײטן, און אפֿשר — עמעצער פֿון אַסטאַפֿיעװס פֿרײַנד, דאָס װײס איך ניט
.

און טאַקע: אױף װעלכן סמך, אײגנטלעך, איז אַל. מיכײַלאָװ אַזױ זיכער, אַז פֿאַרשפּרײט האָט די קאָרעספּאָנדענץ גראָד דער, װאָס האָט זי „פֿאַרפֿירט‟? נאָך מער אָבער האָט אונדז דערשטױנט, אַז פֿאַר הער אַסטאַפֿיעװס אַלע קאָנטררעװאָלוציאָנערע, מאָנאַרכיסטישע, שאָװיניסטישע, אָבסקוראַנטישע אַרױסזאָגונגען האָט אַל. מיכײַלאָװ ניט געפֿונען קײן אַנדער דעפֿיניציע װי אין גאַנצן „שאַרפֿקײט‟, אױף װעלכער ס׳האָט דעם דאָזיקן ניט–דערשלאָגענעם װײַסגװאַרדײער יאַקאָבי פּראָװאָצירט נ. אײדעלמאַנס אָרנטלעכער בריװ, אָנגעשריבן פֿונעם בירגערלעכן, סאָװעטישן, אינטערנאַציאָנאַליסטישן שטאַנדפּונקט, און אונדזער באַרימטן, מערקװירדיקן היסטאָריקער, דעם אױטאָר פֿון גלענצנדיקע ביכער װעגן די דעקאַבריסטן און הערצענען, האָט אַל. מיכײַלאָװ פֿאַרגליכן מיט דעם גלח גאַפּאָן. מיר װײסן ניט, װער איז אַל. מיכײַלאָװ און װי אַזױ ער איז אַרײַנגעדרונגען אױף די זײַטן פֿון „פּראַװדאַ‟, — נאָר װי אַזוי האָט געקאָנט געשען, אַז אַזאַ אַרטיקל איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין דער הױפּט–צײַטונג פֿון אונדזער לאַנד, אין דער צײַטונג, װאָס איז באַליבט פֿונעם גאַנצן סאָװעטישן פֿאָלק און מיליאָנען פּראָגרעסיװע מענטשן איבער דער גאָרער װעלט?! שױן זשע האָט אין דער רעדאַקציע פֿון אונדזער באַליבטער און חשובֿער צײַטונג זיך אױך דורכגעשמוגלט אַ שׂונא?! 

מיר, סאָװעטישע אַרבעטערס, פּראָטעסטירן קעגן פֿאַרשיידענע שפּיצלעך פֿון די ניט–דערשלאָגענע קאָנטררעװאָלוציאָנערן און זײערע צודעקערס. טאַקע אַזעלכע װי זײ שטערן אונדזער פֿאָלק אױף זײַן ליכטיקן װעג צו קאָמוניזם. אַזעלכע אױסװוּרפֿן האָבן ניט װאָס צו טאָן אין אונדזער סאָװעטישן לאַנד!‟

אָט די װענדונג האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש צוגעשיקט אין דער רעדאַקציע פֿון „פּראַװדאַ‟, אינעם קאָמיטעט פֿונעם פּאַרטײ–קאָנטראָל, אינעם צענטראַל–קאָמיטעט פֿון דער פּאַרטײ און אין קאַ–גע–בע. נאָך דעם איז ער אױסגעווען אין אַ האַלב טוץ מאַגאַזינען פֿון שרײַב־געצײַג, אײַנגעקױפֿט דאָרטן פֿאַרשײדענע העפֿטן און פּענעס און, סטאַרענדיק זיך צו שרײַבן מיט פֿאַרשײדענע כּתבֿן, פֿאַרפֿאַסט נאָך עטלעכע בריװ פֿונעם אידענטישן אינהאַלט אין נאָמען פֿון די אַרבעטער פֿון אַנדערע גרױסע מאָסקווער אונטערנעמונגען. אָט די אַלע בריװ האָט ער אָפּגעשיקט אויף די זעלבע אַדרעסן: זאָלן זײ װיסן, פּאַסקודניאַקעס אײנע!

  4

די טעג האָבן זיך געצױגן, װי געװײנטלעך. אמת, היות סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש פֿלעגט שרײַבן זײַנע „אַרבעטער–װענדונגען‟ בשתּיקה, בײַ נאַכט, פֿלעגט ער אין דער װאָכן זיך ניט אױסשלאָפֿן. אײן מאָל איז ער אַפֿילו אײַנגעשלאָפֿן אין מעטראָ, דורכגעפֿאָרן זײַן סטאַנציע און פֿאַרשפּעטיקט צו דער אַרבעט. יעדן אָװנט האָט טאַניאַ, שטרעבנדיק אײַנצוריכטן די באַציִונגען מיטן מאַן, אָנגעהױבן זיך לאַשטשען צו אים, נאָר ער האָט זיך געפֿילט מיד, און אָפֿט האָבן אים פּשוט אויסגעפֿעלט כּוחות. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז ניט גוט, מחמת עס קאָן שטױסן די פֿרױ װידער צו װערן אים אומגעטרײַ, נאָר אַצינד איז זײַן „אונטערערדישער קאַמף‟ קעגן אַסטאַפֿיעװן און זײַנע הױכגעשטעלטע פּאַטראָנען געװאָרן פֿאַר אים אַ מין אידעע פֿיקס, און יעדע נאַכט האָט ער ממש ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן ביז ער האָט ניט אָנגעשריבן אַ נײַע װענדונג. באַזונדערס האָט אים צעפּאַליעט דאָס, װאָס קײן שום רעאַקציע האָט ער ניט באַמערקט, אין קײן מאַס–מעדיאַ האָט מען אַסטאַפֿיעװן ניט געטאַדלט, נאָר װען ער האָט זיך װידער באַגעגנט מיט ליװשינען און יענעמס פֿרײַנד דעם שרײַבער, האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז אַל. מיכײַלאָװ איז אַ גאַנצער יאַ–טעבע–דאַם: אַ סעקרעטאַר פֿונעם שרײַבער–פֿאַראײן, אַ װיצע–פּרעזידענט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ליטעראַטור–קריטיקער–אַסאָציאַציע, פֿריִער געװען דער ערשטער פּראָרעקטאָר פֿונעם ליטעראַטור–אינסטיטוט און אַפֿילו געאַרבעט אינעם צענטראַל–קאָמיטעט פֿון דער פּאַרטײ, אָנגעשריבן און אַרויסגעלאָזט אַ סך ביכער… ס׳װאָלט געקאָנט זיך דוכטן, אַז װיסנדיק, אין װאָס פֿאַר אַ לאַנד ער וווינט, װאָלט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געמוזט שלום מאַכן מיט אַ נײַעם אומיושר, נאָר „החלות לנפּל‟ — ער האָט שױן ניט געקאָנט זיך אָפּשטעלן.  

די היפּערטאָניע–אָנפֿאַלן האָבן אים געהאַלטן אין אײן פּײַניקן כּמעט יעדע נאַכט. טאַניאַן האָט עס באַומרויִקט, און דורך דריטע פּאַרשױנען האָט זי געפֿונען אַ הױכקװאַליפֿיצירטן קאַרדיאָלאָג אינעם 50סטן שפּיטאָל, װוּ ס׳האָבן געאַרבעט אַ סך גוטע און באַװוּסטע דאָקטױרים. יענער, אַ ייִד פֿון אַ יאָר פֿופֿציק, האָט באַטראַכט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן, צוגעשריבן אים אַנאַפּרילין און היפּאָטיאַזיד, װי אױך טאַזעפּאַם, דערקלערנדיק, אַז שלאָפֿן איז ביז גאָר װיכטיק פֿאַרן געזונט. און טאַקע, ווען בעתן אַנדערן אָנפֿאַל האָט ער אײַנגענומען אָט די צװײ רפֿואות, איז דער בלוטדרוק גיך געפֿאַלן, און ס׳האָט אױפֿגעהערט װײ טאָן דער קאָפּ.

— אַלץ װעט זײַן גוט, — טאַניאַ האָט אַ גלעט געטאָן דעם מאַנס קאָפּ, — לײג זיך, אַנטשפּאַן זיך. אַלץ װעט זײַן גוט…

זי האָט זיך געלײגט דערנעבן, אַ קוק געטאָן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן גלײַך אין די אױגן און בפֿירוש דערפֿילט, אַז סע גײט דאָ ניט בלױז אין זײַן היפּערטאָניע.

— נו, װאָס רעגט דיך אױף? — סײַ אין טאַניאַס שטים, סײַ אין די אױגן אירע איז געװען אױפֿריכטיקע װאַרעמקײט און זאָרג. זי האָט אַ טראַכט געטאָן, אַז איר מאַן קאָן נאָך אַלץ איר ניט גלײבן אין גאַנצן נאָך דעם, װאָס ס׳איז געשען.

סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געשװיגן אַ פּאָר רגעס — און צום ערשטן מאָל דערצײלט טאַניאַן װעגן אַל. מיכײַלאָװס אַרטיקל. 

— נו, און װאָס האָסטו דערװאַרט? — האָט זי גלײַך געענטפֿערט, — אַז זײ װעלן אונטערהאַלטן אײדעלמאַנען? 

טאַניאַ האָט זיך צוגעטוליעט צום מאַן מיט איר גאַנצן קערפּער, אַרומגענומען אים און אַרומגעכאַפּט זײַנע ליפּן מיט איר מױל צערטלעך, נאָר פֿעסט, װי זאָגנדיק דערמיט: דערפֿאַר אָבער האָסטו מיך! סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט עס דערפֿילט, פֿאַרמאַכט די אױגן און זיך אָפּגעגעבן דער פֿרױס צערטלונגען. איר הײסע, פֿלינקע צונג האָט לאַנג באַלעבאַטעװעט אין זײַן מױל, ביז ער, אַ צעהיצטער, האָט זיך ניט אונטערגעהױבן מיט אַ קרעכץ. טאַניאַ האָט זיך גיך געלייגט אױפֿן רוקן…

דערנאָך האָט זי צוגערעדט דעם מאַן אײַננעמען אױך טאַזעפּאַם, כּדי סוף-כּל-סוף זיך אױסשלאָפֿן װי געהעריק. לאַנג אײַנרעדן אים איז איר ניט אױסגעקומען, היות דװקא נעכטן האָט מען אינפֿאָרמירט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן, אַז אין עטלעכע טעג אַרום װעט ער מוזן פֿאָרן אין אַן אָרדנטלעכער קאָמאַנדירונג, און ער האָט אַ טראַכט געטאָן, אַז דאָס װעט זײַן אַ פּאַסיקע געלעגנהײט צו פֿאַרברײטערן די געאָגראַפֿיע פֿון די פּראָטעסטירנדיקע אַרבעטערס. די מאָסקװער האָרעפּאַשניקעס קאָנען דערװײַל זיך אָפּרוען. 

  5

די אַרבעטער פֿונעם קאַלך–זאַװאָד פֿון דער קלײנער װײַסרוסישער שטאָט װאָלקאָװיסק האָבן זיך אַרױסגעװיזן זײער אָנגעלײענט אין דער רוסישער און סאָװעטישער פּאָעזיע:
 
„׳איך האָס דיך און דײַן מיאוסן טראָן,
  דו אײגנמאַכטיקער רוצח!
  דײַן אומקום, דײַנע קינדערס טױט
  מיט פֿרײד אַכזריותדיקער זע איך׳.‟
  
אַזױ האָט געשריבן דער גרױסער פּושקין.
  
„מיר האָבן אומגעקערט צו רוסלאַנדס קײסער  
  די קױל, װאָס האָט געשיקט אין דיר דאַנטעס.‟

אַזױ האָט געשריבן דער באַרימטער סאָװעטישער פּאָעט יאַראָסלאַװ סמעליאַקאָװ. און דער ניט–דערשלאָגענער מאָנאַרכיסט אַסטאַפֿיעװ שטעלט זיך אײַן פֿאַר ניקאָלײַ דעם בלוטיקן און זײַן פּאַסקודנע געזינדל, און דערצו דערמאָנט עפּעס אַ ׳גאָט׳ און ׳דעם עװאַנגעליום׳!.‟

דערצו האָבן זײ דעמאָנסטרירט גאָר אַ טיפֿע באַהאַװנטקײט אינעם געביט פֿונעם װיסנשאַפֿטלעכן אַטעיִזם:
 
דער ניט–דערשלאָגענער רעליגיעזער אָבסקוראַנט אַסטאַפֿיעװ האָט געװאַגט צו באַלײדיקן און טרײַבן רכילות אױף דעם פּראָמינענטן סאָװעטישן געלערנטן אי. קריװעליאָװ, װעמענס ביכער, װאָס דעקן אױף רעליגיעזע פֿאָראורטײלן, זײַנען באַליבט מצד מיליאָנען סאָװעטישע מענטשן!‟

סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן האָט געקלעקט די ערשטע נאַכט אָנצושרײַבן אָט די װענדונג, אַזױ אַז אין די איבעריקע צװײ נעכט האָט ער געקאָנט זיך רויִק אױסשלאָפֿן, און אַהײם האָט ער זיך אומגעקערט אין גאַר אַ גוטן צושטאַנד און שטימונג.

אונדזער העלד האָט אָבער ניט געװוּסט, אַז זײַן ריװאַל האָט קײן מאָל ניט געהאַט געלאָזט טאַניאַ צו רו. געהײסן האָט ער געאָרגי, און געװען איז ער טאַניאַס אַן אַמט–קאָלעגע אין אײן עלטער מיט איר, אַ הױכער, בילדשײנער ברונעט (אַ האַלב–גריך, עטװאָס ענלעך אױף באָריען, סײַ אױסערלעך, סײַ אין אײניקע כאַראַקטער–שטריכן), װאָס האָט ניט דורכגעלאָזט קײן אײן פֿרױ און איז געװען באמת זײער אַ גוטער קאָכאַנעק. װען טאַניאַ האָט אים דערקלערט, אַז זי קאָן זיך מער ניט באַגעגענען מיט אים בײַ זיך, װײַל די שכנים האָבן זײ געהאַט געזען און עס צוגעטראָגן איר מאַן, האָט געאָרגי, אױך אַ חתונה–געהאַטער, געמאָלדן, אַז זײַנער אַ חבֿר קאָן איבערגעבן זײַן דירה אין זײער רשות.

— נו, האָסטו ליב דײַן מאַן — איז האָב אים ליב! — האָט ער געהאַלטן אין אײן טענהן אינעם קאָרידאָר בשעתן רײכערן אָדער צוזעצנדיק זיך צו טאַניאַן אין דער גאָרקיך בעת אַ מיטיק–איבעררײַס, — איך האָב אױך ליב מײַן פֿרױ, נאָר ס׳איז דאָך סקוטשנע צו שלאָפֿן בלױז מיט אײנער אָדער מיט אײנעם! טאַניו–ו–ושאַ… — ער פֿלעגט זיך אָנבייגן צו איר, און זײַן שטים פֿלעגט װערן שטילער, איבערגײן אױף שעפּטשערײַ, — אין יעדער פֿרױ שטעקט אַ קורװע… און איך פֿיל דאָך — זי שטעקט אין דיר אויך! איז לאָז זשע זי פֿון זיך אַרויס, האָב הנאה פֿונעם לעבן אין דער פֿולער מאָס! מיר לעבן דאָך בלױז אײן מאָל!

אָט אַזױ פֿלעגט ער זי פֿאַרפֿירן טאָג נאָך טאָג — און סוף-כּל-סוף, װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש איז װידער אַװעק אױף עטלעכע טעג, האָט טאַניאַ ניט אױסגעהאַלטן…

— טאַניו–ו–ושאַ, דו ביסט דאָך אַזאַ פֿרױ! — האָט געאָרגי געשעפּטשעט און דערבײַ, צוטשמאָטשקענדיק, געקושט זי אין האַלדז, — דו זאָלסט קײן אײן טאָג ניט דורכלאָזן! אַן עכטע פֿרױ מוז זײַן אַ קורװע, אַ זשעדנע, אומאָנזעטלעכע קורװע…
  
אין דרױסן אין דער שײַן פֿון אַ לאַמטערן האָבן זיך שפּילעװדיק געדרײט שנײ–שטיקלעך, און לעם בעט, אױפֿן נאַכט–טישל אין דער שײַן פֿון דעם לאָמפּ האָבן שימערירט די הילעס פֿון אַמעריקאַנישע און דײַטשישע פּאָרנאָ–זשורנאַלן. געאָרגי האָט לײַכט אַ צי געטאָן טאַניאַס האָר, און זי האָט אַרױסגעלאָזט פֿון זיך אַ קרעכץ. 
  
— גוט אַזױ? — האָט ער צערטלעך געפֿרעגט.
— יאָ–אָ–אָ… — פֿריִער האָט איר עס נאָך קײנער ניט געטאָן. 

געאָרגי האָט גענומען ציִען בהדרגה אירע האָר אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער — און זי האָט געקרעכצט אַלץ הילכיקער און זיסער. דאַן האָט ער זי אַ לײַכטן פּאַטש געטאָן אין באַק.

— און אַזױ געפֿעלט דיר?
— יאָ… — האָט זי געענטפֿערט, אַלײן אַ פֿאַרחידושטע. דאָס איז אױך געװען לגמרי נײַ פֿאַר איר.

…יענעם אין דער פֿרי, פֿאַרן אַװעקגײן אױף אַרבעט, האָט טאַניאַ איבערגעלאָזט דימקען אַ צעטעלע: „הײַנט װעל איך זיך אומקערן שפּעט. נעם אינעם פֿרידזשידער און װאַרעם זיך אָן די זופּ און די קאָטלעטן.‟

זי האָט זיך אומגעקערט אַהײם, װען ס׳איז שוין געװען כּמעט עלף אַזײגער אין אָװנט, נאָר דימקען האָט זי אין דער היים ניט געטראָפֿן, ער האָט זיך געיאַװעט בערך מיט אַ שעה שפּעטער, אין גאַנצן אין שניי און אַ ביסל װאַקלענדיק זיך.

— װוּ האָסטו… — האָט טאַניאַ גענומען שרײַען און זיך פֿאַרהאַקט, װײַל עס האָט זי אַרומגעכאַפּט אַ מאָדנע און אומגעריכט געפֿיל: זי האָט געקוקט אױף דימקען ניט װי אױף איר זון, נאָר װי אױף אַ מאַנצביל. יאָ, ער האָט שױן טאַקע אָנגעהױבן װערן אַ מאַנצביל… — װוּ האָסטו אַרומגעשליאָנדרעט?
— שפּאַצירט מיט די פֿרײַנד… װאָסי, מע טאָר ניט? — האָט דימקע געענטפֿערט מיט עפּעס אַ פֿאַמיליאַרישן טאָן. 

טאַניאַ האָט זיך דערנענטערט צום זון און דערשמעקט, אַז ס׳שלאָגט פֿון אים ניט בלױז מיט טוטין, נאָר אױך מיט אַלקאָהאָל. 

— שפּאַצירט? געהוליעט? — האָט טאַניאַ װידער געשריגן, — מיט פֿרײַנד? און אפֿשר אױך מיט מיידלעך געהוליעט?
— און אױב אַפֿילו מיט מײדלעך, װאָס דאַרף עס דיך אַרן? — האָט דימקע חוצפּהדיק געמאָלדן. 

דאָ איז געשען דאָס, װאָס פּסיכאָלאָגן איבער גאָר דער װעלט פֿאַרטײַטשן אָפֿט אַזוי: פֿילנדיק זיך שולדיק פֿאַר איר מאַן, האָט טאַניאַ אויסגעלאָזט אירע געפֿילן צום זון, אָנגעכאַפּט אים פֿאַר די האָר און אָנגעהױבן פּאַטשן אים אין די באַקן מיט אַלע כּוחות, אָנרופֿנדיק אים מיט די לעצטע װערטער. שפּעטער אָבער, שױן ליגנדיק אין בעט, האָט זי מיט אַ געפֿיל פֿון שרעק זיך מודה געװען, אַז טוענדיק מיט דימקען כּמעט דאָס זעלבע, װאָס עס האָט מיט איר פֿריִער געטאָן געאָרגי, האָט זי דערבײַ געהאַט אַ סעקסועל געפֿיל… „גאָט מײַנער, כ׳בין דאַן אין דער אמתן אַ גרויסע קורװע!‟ — האָט זי שטיל אַרױסגערעדט אױף אַ קול אין דער פֿינצטערניש פֿון דער נאַכט.

  6

גערעכט איז געװען זרש — און די באַרימטע װערטער אירע האָבן געהאַט אַ שײַכות אי צו סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן, אי צו טאַניאַן, אי צו דימקען. אין דער זעלבער צײַט, ווען טאַניאַ אין געאָרגיס אָרעמס פֿלעגט אַנטדעקן פֿאַר זיך אַלץ נײַע און נײַע מינים טענוגים און דימקע פֿלעגט זיך דערװײַל אַרומשלעפּן גאָט װײסט װוּ און מיט װעמען, זײַנען פֿון אַלע עקן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד געפֿלױגן קײן מאָסקװע לײַדנשאַפֿטלעכע בריװ פֿון אױפֿגעבראַכטע האָרעפּאַשניקעס, אַזױ אַז די מאַכטהאָבערס האָבן געקאָנט זיך בלױז חידושן, פֿון װאַנען נעמען זיך צווישן די אַרבעטער–מאַסן אַזױ פֿיל הױך–אידעיִשע מענטשן, פֿאַרערערס פֿון נ. אײדעלמאַנען און י. קריװעליאָװן, און פֿאַרביסענע האַסערס פֿון װ. אַסטאַפֿיעװן און אַל. מיכײַלאָװן. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן איז שױן געװען שװער אױסצוהאַלטן פֿאַרשײדענע כּתבֿן, דערפֿאַר אָבער האָט ער געניצט אַלץ נײַע און נײַע נוסחונות.
די אַרבעטער פֿונעם יערעװאַנער קאָניאַק–זאַװאָד, למשל, האָבן צװישן אַנדערש אָנגעשריבן אַזאַ ווענדונג:

„מיר בעטן איבערצוגעבן דעם חבֿר אײדעלמאַן: נאַטאַן–דזשאַן, קום צו פֿאָרן צו אונדז קײן אַרמעניע, דערצייל אונדז װעגן אונדזער באַליבטן פּושקינען! און מיר װעלן דיר געבן צו טרינקען אַזאַ קאָניאַק, װאָס דו האָסט נאָך קײן מאָל אין דײַן לעבן ניט געטרונקען! קום צו פֿאָרן, טײַערער, מיר אין אַרמעניע האָבן פּושקינען אַזױ ליב, אַזױ ליב! און נאַטאַן יאַקאָװלעװיטש אײדעלמאַנען רעספּעקטירן מיר דאָ זײער, זײער אַ סך! דעם חבֿר קריװעליאָװ בעטן מיר אױך איבערגעבן: יאָסיף–דזשאַן, קום צו פֿאָרן צו אונדז, דערצײל אונדז, אַז קײן גאָט איז ניטאָ און מיר אַלע — אַרמענער, ייִדן, רוסן, נעגערס און אַפֿילו טשוקטשן מיט כינעזער — שטאַמען פֿון מאַלפּעס! יאָסיף אַראָנאָװיטש קריװעליאָװן רעספּעקטירן מיר אין אַרמעניע אױך זײער, זײער אַ סך! יעדערער פֿון אונדז קאָן עדות זאָגן: אױב מע לײענט פֿאַרן שלאָף קריװעליאָװס אַ קלוג בוך, װילט זיך דעם אַנדערן טאָג ממש אױספֿילן און איבערפֿילן דעם פּלאַן — פֿאַרפֿלײצן, אַזױ צו זאָגן, דאָס גאַנצע באַליבטע סאָװעטישע לאַנד אונדזערס מיט קאָניאַק! 

און אַסטאַפֿיעװ, הינטישער זון, פּאַסקודניאַק אײנער, זאָל זיך פֿאַרנעמען קײן טערקײַ און קײן אַמעריקע, צו די װײַס–גװאַרדײערס, דאַשנאַקעס און אַנדערע מוסאַװאַטיסטן! זאָל ער דאָרטן זױפֿן זײער פּאַרשיװן װיסקי! און מיכײַלאָװ זאָל שרײַבן אין דער שטינקענדיקער ׳ניו–יאָרק טײַמס׳, ניט אין אונדזער באַליבטער ׳פּראַװדאַ׳: גראָד דאָרטן איז זײַן אָרט!‟.

די אַרבעטער פֿונעם סיליקאַטן–ציגל זאַװאָד אין דער טאָטערישער שטאָט, װאָס אין יענער צײַט האָט זי געהײסן „ברעזשניעװ‟, האָבן געהאַט די זעלבע מיינונג װעגן דעם, װאָס עס קומט אַסטאַפֿיעװן און מיכײַלאָװן, נאָר האָבן אַרױסגערוקט ביז גאָר אינטערעסאַנטע קאָנסטרוקטיװע פֿאָרשלאָגן מכּוח די צװײ לעבעדיקע ייִדן, װאָס זײַנען געװאָרן אָביעקטן פֿון אַסטאַפֿיעװס צאָרן:

מיר לײגן פֿאָר, אַז נ. יאַ. אײדעלמאַן װי אַן אמתער אינטערנאַציאָנאַליסט זאָל באַלױנט װערן מיטן אָרדען פֿון פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט און אױסגעװײלט װערן צו זײַן אַ דעפּוטאַט פֿון דעם נאַציאָנאַליטעטן–ראַט פֿון פֿססר. מיר לײגן אױך פֿאָר, אַז אי. אַ. קריװעליאָװ װי אַ דערפֿאַרענער און פֿאַרדינסטפֿולער קעמפֿער קעגן רעליגיעזע פֿאָראורטײלן זאָל באַלױנט װערן מיטן טיטל ׳העלד פֿון סאָציאַליסטישער מי׳ און אױסגעװײלט װערן צו זײַן אַ דעפּוטאַט פֿון דעם אױבער–ראַט פֿון פֿססר. מכּוח דעם ניט–דערשלאָגענעם פֿאַשיסט אַסטאַפֿיעװ און זײַן צודעקער מיכײַלאָװ — זאָל מען זײ אַרױסטרײַבן צו אַלדע רוחות פֿון אונדזער סאָװעטיש לאַנד!‟

נו, און די אַרבעטער פֿונעם שעדאָקער גיפּס–זאַװאָד אינעם ייִשובֿ פּסעבײַ אױפֿן צפֿון–קאַװקאַז האָבן בפֿירוש געהאַט זײער אַ סך און ערנסט שטודירט לענינס ירושה:
  
׳אַ שאַנד דעם פֿאַרשאָלטענעם צאַריזם, װאָס האָט געפּײַניקט און פֿאַרפֿאָלגט די ייִדן. אַ שאַנד יענע, װאָס זײען פֿײַנטשאַפֿט צו די ייִדן, װאָס פֿלאַנצן האַס צו אַנדערע נאַציעס.׳ ׳יעדע רעליגיעזע אידעע, יעדע אידעע וועגן יעדן גאָטעניו, אַפֿילו יעדעס קאָקעטירן מיט גאָטעניו איז אַן אומבאַשרײַבלעכסטע פּאַסקודסטווע <…> דאָס איז די סאַמע געפֿערלעכע פּאַסקודסטווע, די סאַמע העסלעכע אָנשטעקונג׳. ׳דעם גרױסרוסישן שאָװיניזם דערקלער איך אַ שלאַכט אױף לעבן אָדער אױף טױט.׳ —
אַזױ האָט געזאָגט אונדזער ליבער וולאַדימיר איליטש.

ביראָבידזשאַנער וואָקזאַל

„פֿאַר װאָס זשע האָט מען ביז איצט ניט אַרױסבאַגלייט אַסטאַפֿיעװן, אָט דעם לאַקײ פֿון גלחים, אין די לענדער פֿון ׳בורזשואַזער דעמאָקראַטיע׳, װי עס האָט אױפֿגערופֿן דער גרױסער לענין? שױן זשע ערבֿ דעם 70–יאָריקן יובילײ פֿון דער אָקטאָבער–רעװאָלוציע האָט אונדזער אַרבעטער–קלאַס זיך נאָך ניט אױסגעלערנט אױסניצן זײַן מאַכט?!‟. 
ניט װײניק איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן אױסגעקומען פֿאָרן אינעם דאָרף לאָנדאָקאָ, װאָס געפֿינט זיך אין דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט און װוּ עס לאָזט אַרויס זײַן פּראָדוקציע דער באַרימטער קאַלך–זאַװאָד. יעדעס מאָל איז ער געפֿאָרן אַהין מיט אַ צוג פֿון כאַבאַראָװסק, און פֿאַרבײַפֿאָרנדיק ביראָבידזשאַן, פֿלעגט ער קוקן אינעם פֿענצטער, און אַלץ אַרום האָט אױסגעזען אַזױ נעבעכדיק, אַז ס׳האָט זיך אים קײן מאָל ניט פֿאַרוואָלט אַ קוק טאָן די שטאָט. ער האָט געװוּסט, אַז ניט געקוקט אױפֿן נאָמען פֿון דער געגנט, האָבן די ייִדן געבילדעט בלױז אַ פּיצינקע מינדערהײט פֿון דער דאָרטיקער באַפֿעלקערונג. דאָס מאָל אָבער, היות במשך פֿון די לעצטע חדשים איז ער פֿאַרזונקען געװאָרן אינעם קאַמף קעגן שׂינאת–ישׂראל (הגם אױף גאָר אַן אײגנאַרטיקן אופֿן), האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, אױסריכטנדיק זיך אין אַן אָרדנטלעכער נסיעה אױפֿן װײַטן–מיזרח, אַ טראַכט געטאָן: פֿאַר װאָס ניט באַקוקן ביראָבידזשאַן כאָטש אַ ביסעלע? פֿאָרט אַן „אָפֿיציעלע ייִדישע שטאָט‟, אַפֿילו „די הױפּטשטאָט‟, אַזױ צו זאָגן. דערצו נאָך װאָלט געװען גאַנץ לאָגיש, אַז די ביראָבידזשאַנער אַרבעטער זאָלן אױך אױסדריקן זײער פּראָטעסט. ס׳איז געבליבן בלױז זיך דערװיסן, װאָסערע זאַװאָדן זײַנען דאָרטן פֿאַראַן. אינעם צוג האָט ער געפֿונען אַן אָפּגעזונדערט אָרט און, אַװעקגעלײגט אױף די קני זײַן ברױנעם „קאָמאַנדירונג–פּאָרטפֿעל‟, אָנגעטינטלט פֿיר װענדונגען לױטן סטאַנדאַרטן טראַפֿאַרעט, לאָזנדיק אַ פֿרײַ אָרט נאָך די װערטער „מיר, אַרבעטער פֿון…‟.

געװען איז אַ קילער מײַ–פֿאַרנאַכט. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, אָנגעטאָן אין אַ טונקעלן רעגן–מאַנטל און מיטן פּאָרטפֿעל אין דער האַנט, איז אַרױס פֿונעם װאַגאָן, און עס האָט זיך אים תּיכּף געװאָרפֿן אין די אױגן, אַז לעבן דער אױפֿשריפֿט אױף רוסיש „ביראָבידזשאַן‟, זעען זיך אָן איבערן בנין פֿונעם װאָקזאַל מאָדנע צײכנס פֿון דער זעלבער גרײס; דאָס זײַנען געװען די ייִדישע אותיות, װאָס ער האָט ביז אַהער קיין מאָל ניט געזען.

דער װאָקזאַל גופֿא האָט זיך אַרױסגעװיזן ניט קײן גרױסער, אַרומגעשטעלט מיט געװײנטלעכע הילצערנע בענק, װאָס אױף אײניקע פֿון זײ זײַנען געזעסן מענטשן גאָר פּראָסט אָנגעטאָן. אַרױס אין דרױסן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש דערזען פֿאַר זיך אַ פּלאַץ מיט זעלטענע פֿאַרבײַגײערס. אױף דער קעגנאיבערדיקער זײַט איז געשטאַנען אַן אײגנאָרנדיקע געבײַדע מיט גרױסע פֿענצטער. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט איבערגעקרײצט דעם פּלאַץ און זיך געלאָזט צום אַרײַנגאַנג פֿונעם בנין מיטן שילדל „אײַזקרעם–קאַפֿע‟. דורך די באַלויכטענע פֿענצטער האָט מען געקאָנט זען ווי יונגע מענטשן זיצן בײַ די טישלעך עסן און טרינקען. ער האָט מיטאַמאָל דערפֿילט, אַז ער איז הונגעריק, נאָר תּחילת האָט מען געדאַרפֿט דערליידיקן די הױפּטזאַך.

— אַנטשולדיקט, כ׳בעט אײַך, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אָפּגעשטעלט אַ קלײנװוּקסיקן באַיאָרטן מענטשן מיט ייִדישע געזיכט–שטריכן, — זאָגט מיר, װאָס איז דאָ דער סאַמע גרעסטער זאַװאָד, בײַ אײַך אין ביראַבידזשאַן?
— בײַ אונדז אין ביראָבידזשאַן? — האָט זיך מיט התלהבֿות אָפּגערופֿן דער מאַן, — דער „דאַלסעלמאַש‟, אַװדאי! ס׳איז אונדזער באַרימטער זאַװאָד! אױפֿן גאַנצן לאַנד, אױף דער גאָרער װעלט שטעלט ער צו זײַן פּראָדוקציע! — דער מענטש האָט גערעדט מיט אַ לײַכטן ייִדישן אַקצענט, — איר זײַט צום ערשטן מאָל אין ביראָבידזשאַן?
— יאָ, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און זיך צוגעאײַלט צו רײדן װײַטער, זעענדיק, אַז זײַן מיטשפּרעכער איז זײער אַ באַרײדעװדיקער, — איז װי זאָגט איר, הייסט ער? „דאַל–סעל–מאַש‟?
— „דאַלסעלמאַש‟, „דאַלסעלמאַש‟! — האָט באַשטעטיקט דער מענטש, — דאָס איז אונדזער שטאָלץ! און איר זײַט אױף לאַנג געקומען צו אונדז אין ביראָבידזשאַן? 
— צום באַדױערן, נײן… און װוּ געפֿינט זיך דער „דאַלסעלמאַש‟?
— אױף שלום–עליכם–גאַס, אָט דאָרטן, — דער מאַן האָט אױסגעשטרעקט די האַנט, — גאָר װײַט פֿון דאַנעט. נעמט דעם אױטאָבוס… — און ער האָט גענומען דערקלערן, װי אַזױ זיך צו דערקלײַבן צו „אונדזער שטאָלץ‟, ברײַענדיק דערבײַ װידער מכּוח דעם, װאָס פֿאַר אַ באַרימטער און װוּנדערלעכער זאַװאָד איז דער „דאַלסעלמאַש‟, אַזױ אַז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, סטאַרענדיק זיך צו זײַן בנימותדיק, איז קױם פּטור געװאָרן פֿון אים. 

פֿאַרבײַגעגאַנגען אַרום דעם קאַפֿע, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געקומען צו אַ לאַנגן סקװער, באַפֿלאַנצט מיט טאָפּאָלן. דאָרטן האָט ער זיך אַװעקגעזעצט אױף אַ פֿרײַער באַנק, אַרױסגענומען פֿונעם פּאָרטפֿעל די בריװ און אַרײַנגעשריבן אין זיי די װערטער „זאַװאָד ׳דאַלסעלמאַש׳‟. 

— זאָגט מיר, כ׳בעט אײַך, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש זיך געװענדט צו אַ מיטלװוּקסיקער פֿרױ פֿון אַ יאָר פֿערציק, — װוּ איז דאָ בײַ אײַך די פּאָטשט?
— אָט אַהין גייט, דורך דער גאָרקי–גאַס, װעט איר דערגײן כּמעט ביזן סאַמע טײַך — און אױף דער רעכטער זײַט װעט איר דערזען דעם פּאָטשטאַמט. ס׳איז אַ גרױסע געבײַדע.
 
„אױך דאָ איז פֿאַראַן אַ גאָרקי–גאַס…‟ — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַ טראַכט געטאָן. ער האָט אָבער פֿאַרגעדענקט, אַז יענער ייִד האָט דערמאָנט די שלום–עליכם־גאַס.

— און ביז װיפֿל אַזײגער אַרבעט ער?
— כממם… ביז זיבן, דוכט זיך…

ס׳איז שױן געװען אַרום האַלב זעקס. דער זיסלעכער ריח פֿון טשערעמוכע־ביימער האָט אַ שלאָג געטאָן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן אין פּנים. ער האָט טיף אײַנגעאָטעמט און זיך גיך געלאָזט אין דער אָנגעװיזענער ריכטונג.

אױפֿן פּאָטשטאַמט איבערן אַרײַנגאַנג האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש װידער דערזען די ייִדישע אותיות. דאָ האָט ער זיך דערװוּסט דעם אַדרעס פֿונעם „דאַלסעלמאַש‟. אײַנגעקױפֿט קאָנװערטן און מאַרקעס און אָנגעשריבן אױף די קאָנװערטן די אַדרעסן פֿונעם צענטראַל–קאָמיטעט פֿון דער פּאַרטײ, קאַ–גע–בע און אַזױ װײַטער, האָט ער, װי מיט עפּעס אַ שאָדנפֿרײד, אָנגעשריבן דעם צוריק–אַדרעס: „שלום–עליכם–גאַס, ביראָבידזשאַן, די ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט‟ (הגם דאָס לעצטע האָט מען ניט געדאַרפֿט דערמאָנען). אָפּגעשיקט אַלץ קײן מאָסקװע, איז ער געװױר געװאָרן, װוּ ס׳געפֿינט זיך די גאַס אויף שלום–עליכמס נאָמען, און האָט אַוועקגעשפּאַנט אַהין.

ביראָבידזשאַן האָט אױסגעזען צו זײַן אַ געװײנטלעכע הײַנטיקע פּראָװינציעלע שטאָט. זי איז געװען זײער אַ באַגרינטע, און געמאַכט אַ גוטע שטימונג. הגם ס׳רובֿ מענטשן אױף די גאַסן זײַנען בפֿירוש געװען ניט–ייִדן, האָט זיך סעמיאָן אַרקאַדיעוויטשן געדאַכט, אַז דאָ טרעפֿן זיך ייִדישע פּנימער אַ ביסל אָפֿטער, װי אין מאָסקװע. בײַם סקװער האָט ער דערזען אַ קיאָסק, װאָס פֿון דער װיטרינע, צװישן אַ חוץ דעם אַלעמען, האָט אַרויסגעקוקט אַ צײַטונג אױף דער ייִדישער שפּראַך. דערגאַנגען ביז דער געגאַרטער שלום–עליכם–גאַס, האָט ער פֿאַרקערעװעט אױף רעכטס, איבערגעקרײצט דעם סקװער, געשפּאַנט װײַטער און באַלד דערזען אַ מאַרק. דאָ האָט ער שױן דערפֿילט, אַז ער איז באמת זײער הונגעריק. דאָס אײנציקע, װאָס מע האָט געקאָנט דאָרט קױפֿן און תּיכּף אױפֿעסן זײַנען געװען פּירעזשקעס. ער האָט געקױפֿט אײן פּירעזשקע מיט קרױט און אײן פּירעזשקע מיט ליװער, אַרײַנגעשלונגען זײ אין אײן אױגנבליק און געקויפֿט נאָך צװײ. די מאַרקזיצערקע, אַ באַיאָרטע רוסישע פֿרױ אין אַ טיכל, האָט אַ קוק געטאָן אױף אים מיטפֿילנדיק און געפֿרעגט:

— האָסט זיך אױסגעהונגערט, טײַערינקער? גײ, עס אָפּ אָט דאָרטן, אינעם רעסטאָראַן: בלױז פֿון פּירעזשקעס װעסטו זאַט ניט ווערן!

ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דער רעסטאָראַן געפֿינט זיך אינעם האָטעל דערנעבן, װאָס בײַם אַרײַנגאַנג האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש װידער דערזען אַן אױפֿשריפֿט אױף ייִדיש. דער זאַל פֿונעם רעסטאָראַן איז געװען גרויס און לײדיק. אַ יונגינקע קורנאָסע אָפֿיציאַנטקע אין אַ פֿאַרטעכל האָט געבראַכט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן דעם מעניו, און דאָרטן האָט ער דערזען: פֿאָרשמאַק, געפֿילטע פֿיש, יױך מיט קנײדלעך, ביראָבידזשאַנער שניצל…

— און װאָס איז אַזױנס ביראָבידזשאַנער שניצל? — האָט ער געפֿרעגט.
— דאָס איז חזיר–שניצל, — האָט די אָפֿיציאַנטקע דערקלערט, — איך רעקאָמענדיר אײַך אונדזער אײגנאַרטיקן מאכל: עסיקפֿלייש. 

אַרױס פֿונעם רעסטאָראַן, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַריבער אױף דער אַנדערער זײַט גאַס און נאָך עטלעכע מעטער, איז ער געבליבן שטיין פֿאַרן בנין פֿונעם שטאָטישן קאָמיוג–קאָמיטעט. דאָרטן בײַם אַרײַנגאַנג איז אױך געװען אַן אױפֿשריפֿט אױף ייִדיש…

סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן איז געװען ניט גרינג צו פֿאָרמולירן אַפֿילו פֿאַר זיך אַלײן, װעלכע געפֿילן האָבן בײַ אים אַרױסגערופֿן די עטלעכע שעה, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין ביראָבידזשאַן, נאָר אײנס איז אים געװען קלאָר: ער האָט ניט באַדױערט, װאָס ער האָט געהאַט באַזוכט „די ייִדישע הױפּטשטאָט‟.

אין לאָנדאָקאָ איז אַלץ אַדורך װי געװײנטלעך, דער צוג קײן כאַבאַראָװסק איז אָפּגעפֿאָרן שפּעט אין אָװנט, און פֿאַרן גײן אױף דער סטאַנציע, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש צוגעגאַנגען צו אַ פּאָסטקעסטל, כּדי אַרײַנצוּװאַרפֿן די פֿיר בריװ „פֿון די אַרבעטער פֿונעם לאָנדאָקאָער קאַלך–זאַװאָד‟.

— סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש? — האָט ער דערהערט הינטער זיך אַן אומבאַקאַנטע שטים.

ער האָט זיך אומגעקוקט און דערזען צװײ פֿאַרהעלטנישמעסיק יונגע מאַנצבילן פֿון אַ ספּאָרטיװער קאָמפּלעקציע.

— קומט מיט אונדז, ביטע, — און זײ האָבן בײדע געװיזן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן די גוטע רױטע שײַנען.

עפּילאָג

דער עראָפּלאַן האָט דערגרײכט די הײך און זיך דורכגעריסן דורך די װאָלקנס, אַזױ אַז אונטן האָט זיך געשפּרײט ביזן סאַמע האָריזאָנט װי אַן אומגעהײַערע געבערגלטע שנײ– אָדער װאַטע–דעק, באַגאָסן מיט זונענשײַן, און אויבן — אַ ברעגלאָזיקער בלױקײט–רױם מיט אַ העלן ראַנד. וואָס דערוואַרט אים ווײַטער איז געװען סעמיאָן אַרקאַדיעוויטשן לגמרי אומבאַוווּסט, נאָר ס׳איז געװען קלאָר, אַז זײַן נעכטן איז פֿאַרבײַ אױף תּמיד און קײן שום אומקער צו אים קאָן ניט זײַן.

ס׳איז טאַקע ניטאָ אַזאַ אַרטיקל אינעם קרימינעלן קאָדעקס, אונטער װעלכן מע װאָלט געקאָנט אונטערפֿירן דאָס, װאָס סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געהאַט געטאָן, נאָר פֿון דער פּאַרטײ האָט מען אים פֿאָרט אױסגעשלאָסן „פֿאַר אַן אױפֿפֿיר, װאָס פּאַסט ניט פֿאַר אַ קאָמוניסט‟. ווי אַ סך–הכּל האָט מען אים אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט, און טאַניאַ האָט אים פֿאַרלאָזט. „איך דאַרף אַ קלוגן ייִד, ניט אַזאַ װי דו!‟ — האָט זי אים דערקלערט, — „און דימקע דאַרף אין גאַנצן ניט אַזאַ נאָכשלעפּ!‟ — צו יענער צײַט האָט מען דימקען מיט זײַנע פֿרײַנדלעך שױן אַ פּאָר מאָל געהאַט אַרעסטירט פֿאַר כוליגאַנסטווע און גנבֿה, און ס׳איז געװען אַ געפֿאַר, אַז מע װעט אים אַרױסטרײַבן פֿון דער שול.

סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט באַזוכט סימען און פֿאַרבראַכט אַ גאַנצן אָװנט בײַ איר. זי האָט געװײנט, געהאַט רחמנות אױף אים און געבעטן זײער, ער זאָל איר שרײַבן. װאָס שײך באָריען, איז װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט אים אָנגעקלונגען און דערציילט װעגן אַלץ, האָט יענער אַפֿילו ניט אױסגעדריקט קײן װוּנטש זיך טרעפֿן מיטן ברודער. ס׳איז געװען קלאָר, אַז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט ניט געהאַט װאָס צו טאָן אין אָט דעם לאַנד — און דעם לאַנדס מאַכטהאָבערס האָבן בפֿירוש געהאַט די זעלבע מײנונג: ער האָט באַקומען אַ דערלױבעניש אַװעקצופֿאָרן זײער גיך.

די יונגע שטאַלטנע סטיואַרדעסעס אין טונקל–בלױע אוניפֿאָרמען און בונטע פֿאַטשײלעס אױפֿן האַלדז האָבן אָנגעהױבן פֿאָרלײגן די פּאַסאַזשירן געטראַנקען. „שױן זשע זײַנען אָט די שײנהײטן ייִדישקעס?!‟ — האָט אַ דערשטױנטער אַ טראַכט געטאָן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש. עפּעס אומקלאָרע באַגער–חלומות האָבן שױן אָנגעהױבן דורכלױפֿן אין זײַן קאָפּ, נאָר ער האָט זײ תּיכּף איבערגעריסן: „זײ דאַרפֿן מיך, װי אַ טשיריק אױפֿן תּחת…‟

 גאַפּאָנאָװשטשינע — מאַניפּולאַטאָרישע, פּראָוואָקאַטיווע טעטיקייט

סוף

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s