כ’וועל לעבן און שטאַרבן מיט ייִדיש

די אַפֿישע פֿון דער פֿילם־פּרעמיערע

לאה שלאַנגער

אַזוי האָט געתּענעט אַבֿרהם סוצקעווער און מיט דעם איז ער אַוועק אין דער אייביקייט בײַ 97 יאָר.

כ’וויל פֿאַרשפּאָרן די לייענער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ דערציילן אַבֿרהם סוצקעווערס ביאָגראַפֿיע, ווײַל יעדער אינטעליגענטער לייענער ווייסט, אַז אַבֿרהם סוצקעווער איז געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע פּאָעטן אין 20סטן יאָרהונדערט. מ’ווייסט, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין ליטע, געווען אַ מיטגליד פֿון דער ליטעראַטור־גרופּע „יונג ווילנע‟, אין דער „ייִדישיסטישער סקויטן־ארגאניזאציע‟, געשמאַכט אין דער ווילנער געטאָ, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי פֿריידע, באַטייליקט זיך אינעם ראַטעווען זעלטענע ייִדישע ספֿרים און דאָקומענטן, געווען טעטיק אין דער אָרגאַניזאַציע פֿון קולטור־לעבן אין דער געטאָ, אַנטלאָפֿן פֿון דאָרט מיט אַ גרופּע און זיך אנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער אָפּטייל אין די וועלדער, אויך דאַן נישט אויפֿגעהערט צו שרײַבן לידער. ווען זײַן פּאָעמע איז דערגאַנגען קיין מאָסקווע און געמאַכט דאָרט אַ רושם אויף די וויכטיקע ייִדישע סאָוועטישע שרייבערס און זיי האָבן איבערצײַגט די גערגירונג, אַז ער קאָן צונוץ קומען, האָט מען נאָך סוצקעווערן געשיקט אַן עראָפּלאַן, אים ראַטעווען און ברענגען קיין מאָסקווע.

סוצקעווער איז געווען דער ערשטער ייִדישער עדות אויפֿן נירנבערגער פּראָצעס קעגן די נאַצישע קריג־פֿאַרברעכערס.

אין ישׂראל האָט זיך סוצקעווער באַזעצט אין יאָר 1947, געווען דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „די גאָלדענע קייט‟. באַקומען די העכסטע מדינה־באַלוינונג „ישׂראל־פּרײַז‟.

געוויס, אַז דאָס אַלץ איז אײַך באַקאַנט. איך וויל אָבער דערציילן באַזונדערע פּרטים, וואָס אפֿשר ווייסט איר נישט. איך מיין, סוצקעווערס אייניקל הדס קאַלדעראָן, וואָס האָט לעצטנס פּרעזענטירט אין תּל־אָבֿיבֿער „סינעמאַטעק‟ איר צווייטן פֿילם, וואָס זי האָט געמאַכט צום אָנדענק פֿון איר זיידע-אַבראַשע, ווי זי האָט אים גערופֿן. דער פֿילם הייסט, „ווער וועט בלײַבן?‟. דער ערשטער פֿילם איז געווען „די פּאַפּיר־בריגאַדע‟, וווּ סוצקעווער איז געווען אין דער גרופּע, וואָס האָט זיך באַטייליקט אינעם ראַטעווען די אוצרות פֿון ליטעראַטור און קונסט.

דער צווייטער פֿילם, „ווער וועט בלײַבן‟ איז אַרויס אויף 3 שפּראַכן: העברעיִש, ייִדיש און ענגליש. אין ייִדיש לייענט סוצקעווער פֿאָר זײַנע לידער.

די אַרבעט איבערן פֿילם האָט גענומען 10 יאָר, מחמת בײַ קיינעם האָט עס נישט אַרויסגערופֿן קיין אינטערעס.

איך האָב זיך געטראָפֿן מיט הדס קאַלדעראָן און מײַן ערשטע פֿראַגע צו איר איז געווען, צי זי קען ייִדיש. דער ענטפֿער האָט מיך אַנטוישט. כ’מוז זיך מודה זײַן: כ’האָב געמיינט, אַז די גרעסטע מתּנה פֿאַרן גרויסן ייִדישן דיכטער וואָלט געווען צו וויסן, אַז די גאָלדענע שאַפֿערישע קייט, וואָס ער האָט געצויגן איבערן לעבן, בתוכם אין דער געטאָ און פּאַרטיזאַנישע וועלדער, ציט זיך ווײַטער; אַז אויך זײַן אייניקל קאָן געניסן פֿון זײַנע ווערק אין אָריגינאַל, אין יידיש.

„איך האָב אין דער ווילנער געטאָ אָנגעשריבן מער ווי אין מײַן גאַנץ לעבן‟, זאָגט סוצקעווער אינעם פֿילם. ער האָט געגלייבט, אַז אויב ער וועט שרײַבן, וועלן זײַנע לידער אים ראַטעווען. ער איז געווען גערעכט.

אַ. סוצקעווער מיט זײַן אייניקל הדס

הדס קאַלדעראָן איז אַן אַקטריסע, דראַמאַטורג און פּראָדוצענט. אין די ראַמען פֿון אַ בשותּפֿותדיקן טעאַטער־פּראָיעקט איז זי פֿאַרבעטן געוואָרן קיין דײַטשלאַנד. געפֿאָרן איז זי מיט אַ פּראָגראַם, וווּ זי דערציילן וועגן איר זיידע, זײַן געשיכטע און לייענט פֿאָר זײַנע לידער אויף דײַטש. אָבער איידער זי איז געפֿאָרן, איז זי באַזוכט די עלטערהיים, וווּ סוצקעווער האָט זיך דאַן געפֿונען, כּדי צו באַקומען זײַן דערלויבעניש. איר דאַרפֿט וויסן, אַז די סוצקעווער־משפּחה האָט קיינמאָל נישט באַקומען פֿאַרגיטיקונג פֿון די דײַטשן. סוצקעווער אַליין האָט נאָך נירנבערג מער קיינמאָל נישט באַזוכט דײַטשלאַנד, ווי אויך ווילנע.

אינעם טאָג פֿון איר טעאַטראַלער פּרעמיערע אין דײַטשלאַנד, דעם 20סטן יאַנואַר 2010 שוין גרייט זיך אויפֿהייבן אויף דער בינע, האָט הדס באַקומען אַ טעלעפֿאָן פֿון דער מוטער, אַז אַבראַשע איז אַוועק אין דער אייביקייט. דער זאַל איז געווען פֿול געפּאַקט, און זי איז נישט געווען בכּוח אָנהייבן די פּרעמיערע. ס’איז געווען אַ טעות, האָט זי געטראַכט, צו קומען קיין דײַטשלאַנד, אָבער דער פּראָדוצענט האָט זי איבערצײַגט, אַז ס’איז פּונקט פֿאַרקערט — דער זיידע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן לעבנס־געשיכטע איז אין גוטע הענט און ער קאָן רויִק פֿאַרלאָזן די וועלט. ס׳איז ווי אָנצינדן אַ יזכּור־ליכט אין דעם סאַמע חשובֿן פֿאַר אים אָרט.

הדס קאַלדערון אויף דער פּרעמיערע פֿון איר פֿילם

ווען די פֿאָרשטעלונג האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז אַ דײַטשישער אַקטיאָר אַרויף אויף דער בינע און געמאָלדן, אַז ס׳איז געשטאָרבן דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. דער גאַנצער עולם איז אויפֿגעשטאַנען…

סוצקעווער האָט קיינמאל נישט געלערנט ייִדיש, און בײַ 13 יאָר אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף העברעיִש; שוין שפּעטער איז ער אַריבער אויף ייִדיש. די צאָל 13, קאָן מען זאָגן, איז געווען אַ מין סימבאָלישע ציפֿער אין זײַן לעבן. ער איז געבוירן געוואָרן יאָר 1913, בײַ 13 יאָר, ווי געזאָגט, האָט ער אָנגעשריבן זײַנע ערשטע לידער; ווען ס׳האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿון דער געטאָ, איז ער דערגאַנגען צום הויז נומער 13. דאָרט האָט אים געעפֿנט אַן אַלטע פֿרוי, וואָס האָט אים אַרײַנגעלאָזט און באַהאַלטן, געטראָגן עסן פֿאַר זײַן ווײַב אין געטאָ, און ווען הדס איז געווען אין ווילנע און אַרײַנגעגאַנגען אין דעם טעאַטער, וואָס איז געווען אין געטאָ, האָט זי אָנגעציילט 13 שורות.

ווי באַוווּסט, האָט סוצקעווער, נישט געקוקט אויף דעם אַלעמען, וואָס ער האָט דורכגעמאַכט, האָט ער געהאַט אַן אייגנטימלעכן חוש פֿאַר הומאָר. איין מאָל האָט אים הדס דערציילט, אַז ווען זי איז געווען אין טשעכײַ, איז זי אַרײַנגעגאַנגען אין אַ געשעפֿט פֿון אַנטיקוואַר־זאַכן און געפֿרעגט דעם פֿאַרקויפֿער צי ער האָט עפּעס באַזונדערס צו פֿאַרקויפֿן. דער פֿאַרקויפֿער האָט איר געבראַכט אַ „געלע לאַטע‟. נאָכן אָפּכאַפּן דעם אָטעם פֿון איבערראַשונג האָט זי געפֿרעגט, וויפֿל קאָסט עס? „200 דאָלאַר…‟ — האָט ער געענטפֿערט. זי האָט עס דערציילט איר זיידן, האָט אַבראַשע געשמייכלט אַ ווײַלע, און געזאָגט: „אַזוי, אינטערעסאַנט, און איך האָב עס באַקומען בחינם‟.

אַדס האָט מיר אויך דערציילט, אַז אין איינע פֿון די אַקציעס האָט סוצקעווער געוואָלט אַנטלויפֿן, אָבער וווּהין לויפֿט מען מיט אַ האַק אין דער האַנט? ער איז דערגאַנגען ביז דער גרינער בריק פֿון דער געטאָ. דאָרט, פֿון דער צווייטער זײַט דראָטן, איז געשטאַנען אַ דײַטשישער זעלנער. זיי האָבן זיך אָנגעקוקט. אָן אַ פּחד, קוקנדיק דעם זעלנער אין די אויגן אַרײַן, האָט סוצקעווער זיך אָנגערופֿן: „גוט וואָס איך זע דיך, וווּהין קאָן איך אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן‟, — דער דײַטש האָט אים אָנגעוויזן דעם וועג.

כ’ווייס נישט, צי סוצקעווער האָט געגלייבט אין גאָט, אָבער זײַן ליד „ווער וועט בלײַבן, וואָס וועט בלײַבן‟, ענדיקט ער מיט דער שורה: „גאָט וועט בלײַבן איז עס נישט גענוג‟.

און צום סוף: סוצקעווער האָט אין ישׂראל אַרויסגעגעבן 30 ביכער פּאָעזיע, צוויי פֿון זיי האָב איך געהאָט די זכיה צו באַקומען פֿון אים פּערזענלעך מיט זײַן אונטערשריפֿט. אָט זעט איר זיי.

Leave a comment