מיט זייער אייגן געווער

יעווגעני קיסין   

1

דער װײטיק אינעם נאַקן און דער איבל איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער, נאָך מער, װי אין די פֿריִערדיקע נעכט; דערצו נאָך האָט אָנגעהױבן שטעכן אין האַרצן. דער דינינקער לבֿנה–סערפּ האָט קאַלט און בײז געשײַנט דורך די דורכזיכטיקע פֿירהענגלעך. עטװאָס אונטערגעהױבן זיך אױפֿן עלנבױגן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אױסגעשטרעקט די האַנט צום נאַכט–טישל, אין װעלכן ס׳האָט זיך געפֿונען דער אַפּאַראַט פֿאַרן אָפּמעסטן דעם בלוטדרוק. דאָס טירל האָט אַ סקריפּ געטאָן, נאָר טאַניאַ האָט װײַטער געכראָפּעט אומגעשטערט און אומפֿאַרשעמט.

אַרױס אינעם קאָרידאָר, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַ קוק געטאָן אין דער ריכטונג פֿון דימקעס צימער: קײן ליכט אין דער שפּאַרונע אונטער דער טיר האָט מען ניט געזען, און ס׳איז געװען שאַ–שטיל. נו, הלװאַי… לאַנגזאַם און פֿאָרזיכטיק, בײַקומענדיק דעם קאָפּשװינדל, איז ער אין דער פֿינצטערניש דערגאַנגען ביז דער קיך און האָט אָנגעטאַפּט דאָרטן דעם אױסשליסער. די עלעקטרישע שײַן האָט אַ שלאָג געטאָן אים אין די אױגן, און ער האָט זיך דערפֿילט נאָך ערגער. צוגעטוליעט זיך צום פֿרידזשעדער און פֿאַרמאַכט די אױגן, האָט ער אָפּגעװאַרט, דערנאָך געמאַכט נאָך עטלעכע אומזיכערע טריט צום טיש און זיך שװער אַראָפּגעלאָזט אױף אַ בענקל.

הונדערט אַכציק אױף הונדערט פֿופֿצן… נו יאָ, באמת נאָך ערגער, װי פֿריִער. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך אָנגעגאָסן אַ גלאָז װאַסער פֿונעם טשײַניק און זיך געלאָזט צוריק אינעם שלאָפֿצימער. דאָרטן האָט ער אָנגעטאַפּט אינעם נאַכט–טישל די פּושקע „ראַונאַטין‟, אַרױסגענומען אַ פּיל, אַרײַנגעלײגט זי אין מױל און פֿאַרטרונקען מיט װאַסער. נאָך דעם האָט ער אַרױסגעשלעפּט דאָס פּעקעלע ניטראָגליצערין, — װי גוט, אַז דער דאַקטער האָט אים צוגעשריבן אױך אָט די רפֿואה אױף מאַלע װאָס! — געלײגט אַ פּיל אונטער דער צונג, זיך װידער געלײגט אין בעט. ער האָט פֿאַרמאַכט די אױגן…

נעכטן האָט ער צום ערשטן מאָל אָנגעשריִען אױף דימקען, װען יענער האָט זיך געיאַװעט אַהײם נאָך עלף אַזײגער אין אָװנט. אױפֿן טאַטנס פֿראַגע: „װוּ האָסטו זיך אַרומגעשליאָנדרעװעט?‟ — האָט יענער געענטפֿערט: „װוּ מ׳האָט געדאַרפֿט.‟ — „װאָ–אָ–אָס?!‟ — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אױסגערופֿן, ניט גלײבנדיק זײַנע אײגענע אױערן (קײן מאָל אין לעבן האָט דימקע נאָך ניט גערעדט מיט אים אַזױ), און, דערנענטערט זיך צום זון, האָט ער דערשמעקט, אַז ס׳פֿילט זיך פֿון אים שטאַרק טוטין. „אָט װאָס…‟, — האָט ער אַרױסגערעדט, קוקנדיק דימקען גלײַך אין די אױגן: „אױב ס׳װעט זיך איבערחזרן נאָך איין מאָל, װעל איך דיך אױסשמײַסן!‟ — „דו — מיך?!‟ — סײַ אין דימקעס קול, סײַ אין די אױגן זײַנע איז געװען ממש אַן אומבאַשרײַבלעכער חידוש. „יאָ, איך — דיך! מע מוז דאָך האָבן אַ ביסל שׂכל! האָב כאָטש רחמנות אױף דער מאַמען!‟ אַזױ האָט ער געהאַלטן אין אײן שרײַען, סטאַרענדיק זיך מיט אַלע כּוחות, אַז זײַנע װערטער זאָלן קלינגען שטאַרק און מיט אױטאָריטעט, — נאָר טיף אין האַרצן האָט ער מורא געהאַט, אַז זײַן ליבער זון װעט אַ שמייכל טאָן איראָניש און זאָגן: „דו שטעלסט זיך אײַן פֿאַר דער מאַמען, נאָר דו ביסט דאָך באַשטעקט מיט הערנער! די מוטער איז דאָך אַ קורװע!‟.

מיט עטלעכע טעג צוריק, װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך אומגעקערט פֿון זײַן לעצטער קאָמאַנדירונג, האָט אים אַ שכנה, נאָך אײדער ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז, אַלץ דערצײלט. זיך אויפֿגעהויבן אױף זײַן גאָרן, האָט ער אָנגעקלונגען אין טיר פֿון זײַנע שכנים. „אָ, אַרקאַדיטש!‟ — האָט אים באַגריסט דער באַיאָרטער מאַקאַר סאַװעליעװיטש, אָנגעטאָן, װי געװײנטלעך, אין אַ קױטיקלעכער מײַקע, װאָס זײַן אומגעהײַער בױך האָט זי גלײַך װי אָנגעבלאָזט, — „קום אַרײַן, קום אַרײַן! װילסט אױסטרינקען?‟ — „נײן, סאַװעליטש, זאָג מיר נאָר, צי עמעצער פֿלעגט אַרײַנקומען צו מײַן טאַניאַן, כּל–זמן איך בין ניט געװען דאָ?‟ מאַקאַר סאַװעליעװיטש האָט אַראָפּגעלאָזט די אױגן, געשװיגן אַ װײַלע און שטיל געזאָגט מיט אַזאַ שטים, װי ער האָט זיך געשעמט פֿאַר עפּעס: „געקומען, געקומען… אָך, אַרקאַדיטש, די װײַבער — װאָס זײ װילן, טוען זײ… אַ בײַטש בענקט נאָך זײ!‟ 

צו ערשט האָט טאַניאַ געפּרוּװט לײקענען שטײן און בײן, אָבער דערנאָך פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז נוצלאָז, װײַל „אַלע שכנים רײדן שױן‟, — האָט זי געמאָלדן אָן מינדסטן בזיון: „דו האָסט מיך באַקומען אַ בתולה, און איצט ביסטו די גאַנצע צײַט אין קאָמאַנדירונגען. װער װײסט, מיט װעמען דו פֿאַרברענגסט דאָרט די צײַט? און מיר װילט זיך אױך לעבן!‟

סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש איז קײן מאָל ניט געװען אומגעטרײַ טאַניאַן; סײַדן אין זײַנע געדאַנקען, און ניט „כ׳װאָלט געװאָלט‟, נאָר „װען כ׳װאָלט ניט געהאַט טאַניאַ, װאָלט איך…‟ און אַפֿילו װען ער װיל עס יאָ, מיט װעמען װאָלט ער געקאָנט עס טאָן בעת זײַנע קאָמאַנדירונגען? די װײַבער, װאָס ער פֿלעגט דאָרט טרעפֿן, װאָלטן אפֿשר געקאָנט צוציִען צו זיך בלױז אױסגעהונגערטע סאָלדאַטן נאָך פֿיר יאָר מלחמה. אָבער ער… אַך, װי ער האָט ליב געהאַט זײַן טאַניאַ! און אַצינד, דערמאָנענדיק זיך אין אַלעמען, װאָס איז געשען צװישן זײ במשך פֿון אָט די אַלע יאָרן, האָט ער ניט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז זי האָט אים קײן מאָל ניט ליב געהאַט, אַז דאָס אַלץ איז געװען בלויז אַן אָנשטעל. נײן, טאַניאַ האָט אים, אַװדאי, אױך ליב געהאַט; פּשוט ניט געקאָנט אױסהאַלטן זײַנע אָפֿטע קאָמאַנדירונגען. דערצו נאָך, האָט זי דװקא איצט דערגרײכט דעם עלטער, װען בײַ פֿרױען דערװאַכט אַן אמתער אינטערעס צו סעקס, — און בײַ אים זײַנען די כּוחות שױן געװען ניט יענע, װי מיט צען–צװאַנציק יאָר צוריק; באַזונדערס, אין די לעצטע פּאָר חדשים, נאָך דעם, װי זײַנע עלטערן זײַנען געשטאָרבן כּמעט אײנער נאָכן אַנדערן, איז אים דאָס האַרץ נישט געלעגן צו דעם. ס׳האָט זיך געדוכט, אַז טאַניאַ טײלט מיט אים זײַן צער, סטאַרעט זיך אים אונטערהאַלטן — און אָט נאַ דיר… ער אַליין װאָלט געװען זײער צופֿרידן ניט צו פֿאָרן אין ערגעץ ניט, צו זײַן כּסדר אין זײַן היימשטאָט מאָסקװע און פֿאַברענגען יעדן אָװנט מיט זײַן פֿרױ און זון — נאָר װאָס האָט ער געקאָנט טאָן? בײַ אונדז אין לאַנד טראַכט די נאַטשאַלסטווע ווייניק װעגן דעם מענטשן, װעגן דעם מענטשנס משפּחה–באַדערפֿענישן? דערפֿאַר אָבער פּאַסט פֿאַר אַ קאָמוניסט נישט צו גטן זיך — ס׳איז דאָך אַזאַ חרפּה!
  
יאָ, סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש איז געװען אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטײ. אַרײַנגעטראָטן איז ער אין איר, װי אַ סך מענטשן און ייִדן בפֿרט, ניט אַזוי צוליב זײַנע איבערצײַגונגען, נאָר פּשוט צוליב דעם, װאָס מע האָט אים נאָמינירט אױף אַ העכערן פּאָסט, און יעדערער, װאָס האָט פֿאַרנומען אַזאַ שטעלע, האָט געמוזט זײַן אַ קאָמוניסט. קײן קאָנסעקװענטע אַנטיקאָמוניסטישע אָנשױונגען האָט ער אױך ניט געהאַט; ער האָט פּשוט (אַזױ האָט זיך אים געדאַכט ביזן הײַנטיקן אָװנט) געזען, אין װאָס פֿאַר אַ לאַנד ער לעבט, און (װידער, װי זײער פֿיל אַנדערע מענטשן) ניט אָנגענומען פֿאַר ערנסט דאָס, װאָס מע האָט גערעדט אױף די אָפֿיציעלע פֿאַרזאַמלונגען, אױף דער טעלעװיזיע און ראַדיאָ, און געשריבן אין די צײַטונגען, — ניט פֿריִער, װען מע פֿלעגט באַהױפּטן, אַז מיר „שפּאַנען מיט זיכערע טריט צו קאָמוניזם‟, ניט אַצינד, װען מע האָט גענומען רײדן װעגן דער נייטיקײט פֿון „איבערבױונג, עפֿנטלעכקײט און דעמאָקראַטיזאַציע‟. פֿון דעסטװעגן, במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר, זינט ער איז אַרײַן אין דער פּאַרטײ, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געװען מחויבֿ אױסצושרײַבן און צו לײענען די צײַטונג „פּראַװדאַ‟ [אמת], די הױפּט–צײַטונג פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. ער האָט געקענט דורכלױפֿן מיט די אױגן די אַרטיקלען, און ס׳איז געװאָרן פֿאַר אים אַ מין נייטיקע רוטין, װי דאָס רײניקן די צײן, למשל. און אָט האָט ער געלײענט, געלײענט — און הײַנט דורכגעלײענט…

דער פֿיזישער װײטיק האָט אַ ביסל אָפּגעלאָזט, נאָר די מחשבֿות האָבן אים ניט געגעבן קיין רו. טאַניאַ האָט געהאַלטן אין אײן כראָפּען, און דער לבֿנה–סערפּ האָט אַרײַנגעשײַנט אינעם פֿענצטער, װי געשטשירעט די צײן פֿונעם שװאַרצן תּהום. אָך, װי אַלץ האָט זיך פּלוצעם אַרױפֿגעװאַלגערט אױף אים… 

די עלטערן זײַנע, בײַ אַלע זײערע חסרונות, זײַנען געװען מערקװירדיקע מענטשן, ער האָט זײ זײער ליב געהאַט — און זײ אים, אַװדאי, אױך. זײַן גאַנץ לעבן האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געװאָלט זײַן ענלעך אױף זײַן טאַטן (װי אױך אױף זײַן עלטערן ברודער באָריע). אַפֿילו ביזן הײַנטיקן טאָג איז בײַ אים געבליבן טיף פֿאַררוקט אין אונטערבאַװוּסטזײַן דער דאָזיקער פֿאַרלאַנג — און, ווי אַ סך–הכּל, אַ קאָמפּלעקס מחמת דעם, װאָס עס האָט זיך אים ניט אײַנגעגעבן: הן אױסערלעך, הן בטבֿע איז ער געװען מער געראָטן אין דער מאַמען, און די טבֿע זײַנע האָט ער, נאַטירלעך, ניט געקאָנט ענדערן, װי ער זאָל זיך ניט געווען סטאַרען. זײַן טאַטע, אַראָן יעפֿימאָװיטש (כאַיִמאָװיטש) באַגראָװסקי, אַ מיטלװוּקסיקער מאַנצביל, אַפֿילו העכער, מיט ברײטע אַקסלען, איז דורכגעגאַנגען די גאַנצע מלחמה און האָט זי פֿאַרענדיקט אינעם ראַנג פֿון אַ קאָלאָנעל, איז געװאָרן שטאַרק פֿאַרװוּנדעט אין דער שלאַכט פֿאַר בערלין, נאָר געבליבן לעבן. באָריע איז אױסגעװאַקסן נאָך העכער װי דער טאַטע, געװען זײער שטאַרק און אַפֿילו געװאָרן אַ טשעמפּיאָן פֿון מאָסקװע ווי אַ באָקסער צװישן יוגנטלעכע, נאָר, זײַענדיק זײער אַ פּראַקטיש בחורל נאָך פֿון קינדשאַפֿט אָן, האָט ער פֿרי פֿאַרשטאַנען, אַז כּדי צו לעבן גוט, דאַרף מען מאַכן אַ קאַריערע ניט אין ספּאָרט, נאָר אין האַנדל. די עלטערן האָבן ניט באַגיטיקט זײַן אױסװאַל (די מאַמע — שװײַגנדיק, דער טאַטע — אױף אַ קול), געהאַלטן עס פֿאַר אַן אומװירדיקער זאַך, אָבער באָריע אַליין האָט זיך אויסגעפֿײַפֿט אױף זײער (װי אױף װעמענס–ניט–איז) מיינונג. אין דעם איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אױך תּמיד געװען מקנא זײַן עלטערן ברודער: ער האָט אַלײן פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז צו פֿילעװדיק צו דעם, וואָס די עלטערן מיינען, און איז פֿון זייער מיין אָפּהענגיק. דעריבער טאַקע האָט ער צום ערשטן מאָל חתונה געהאַט מיט דער אַקטיװער מיטװירקונג מצד דער מאַמען. אי ער, אי זײַן פֿרױ זײַנען דעמאָלט געװען נאָך יונג און אומדערפֿאַרענע; זי איז געװען אַ גוט מײדל פֿון אַ גוטער ייִדישער משפּחה, זי איז אים געפֿעלן געווען, נאָר גאָר אין גיכן איז געװאָרן קלאָר, אַז זײ פּאַסן אין גאַנצן ניט אײנער דעם אַנדערן אין אַלע הינזיכטן. נאָך דעם האָט סעמיאָן לאַנג געװאַרט, ביז ער האָט חתונה געהאַט מיט טאַניאַן, װאָס איז געװען אױף אַכט יאָר ייִנגער פֿון אים: כּמעט אױף אַזױ פֿיל, אױף װיפֿל דער טאַטע איז געװען עלטער פֿון דער מאַמען (הגם זי איז געװען זײַן ערשטע פֿרױ). ניט געקוקט אױפֿן לעצטן אומשטאַנד, האָבן די עלטערן ניט באַגיטיקט זײַן אױסװאַל (דער טאַטע — שװײַגנדיק, די מאַמע — אױף אַ קול), סײַ װײַל טאַניאַ איז געװען אַזױ יונג, סײַ מחמת זי איז געװען אַ ניט–ייִדישע. װאָס שײך דעם לעצטן פֿאַקטאָר, איז זײער אומרו געװען אַן אומזיסטיקער: טאַניאַ איז לחלוטין ניט געװען קיין אַנטיסעמיטקע, און קײן שום נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען אָדער מיספֿאַרשטײענישן זײַנען צװישן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן און זײַן פֿרוי קײן מאָל ניט געװען. מכּוח דעם עלטער–אונטערשײד, דאָ האָבן זײַנע עלטערן, צום באַדױערן, זיך אַרױסגעװיזן גערעכט — פֿאַרשטייט זיך, נעמענדיק אין אַכט די שױן דערמאָנטע צוגאָבלעכע צושטאַנדן. גוט, װאָס זײ האָבן צו דעם כאָטש ניט דערלעבט: זײ האָבן זײער ליב געהאַט אײנער דעם אַנדערן, די מאַמע האָט ממש פֿאַרגעטערט דעם טאַטן, און נאָך זײַן טױט האָט איר שװאַך האַרץ ניט אױסגעהאַלטן…

װער זשע איז געבליבן בײַ אים אַצינד? באָריע האָט זיך תּמיד באַצױגן צו זײַן ייִנגערן ברודער פֿון אױבן אַראָפּ, לכן זײַנען זײערע װעגן זיך מיט דער צײַט אַלץ מער און מער פֿונאַנדערגעגאַנגען. זײַן ייִנגערע שװעסטער סימע איז געװען זײער אַ װױלע, און די באַציִונגען צװישן זײ האָבן זיך פֿאַרהיט גוטע, נאָר זי האָט געהאַט איר אײגענע משפּחה, אירע אײגענע דאגות. ווי אַ פֿרױ, האָט זי נאָך שטאַרקער איבערגעטראָגן דעם טױט פֿון די עלטערן, און װי סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן האָט זיך ניט געװאָלט גײן זיך טײלן מיט זײַן שװעסטער, האָט ער פֿאָרט געהאַלטן זיך אַלײן איבערצײַגן, אַז ער דאַרף זי ניט אָנלאָדן מיט זײַנע פּראָבלעמען. איצט האָט ער געפֿילט, אַז די פֿרױ זײַנע האָט ער אױך פֿאַרלױרן. װאָס שײך דימקען — נאָך דעם, װאָס ס׳איז געשען נעכטן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש מיט שרעק געקאָנט טראַכטן װעגן דעם, װאָס נאָך קאָן מען דערװאַרטן פֿון זײַן דרײַצן–יאָריקן זון…

יאָ, ער איז דעמאָלט אױך געװען אַלט דרײַצן יאָר, װען ס׳איז פֿאָרגעקומען דאָס סאַמע מוראדיקע, װאָס אים איז אױסגעקומען איבערצולײַדן און װאָס האָט בפֿירוש געװירקט אױף זײַן גאַנץ װײַטערדיק לעבן… ס׳איז געװען פֿעברואַר 1953. דאָס גאַנצע לאַנד איז געװען אױפֿגערודערט צוליב „די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟. עטלעכע ייִנגלעך פֿון סיאָמעס קלאַס האָבן אים יעדן טאָג געשלאָגן — און קײנער נישט, ניט די אַנדערע קינדער און ניט די לערערס האָבן זיך פֿאַר אים ניט אײַנגעשטעלט. סוף–כּל–סוף, װען מיט אַ װאָך שפּעטער האָט ער דערצײלט די עלטערן, װאָס ס׳קומט מיט אים פֿאָר, האָט דער טאַטע אָנגעטאָן זײַן מיליטערישע אוניפֿאָרם מיט אַלע אָרדענס און מעדאַלן און זיך געלאָזט צום דירעקטאָר פֿון סיאָמעס שול. נאָך יענעם באַזוך האָבן זיך די שלאָגערײַען אױפֿגעהערט, נאָר זינט דעמאָלט אָן האָט סיאָמע געדענקט, װאָס איז עס אַזױנס, צו זײַן לגמרי שוצלאָז פֿאַר אַ כאָפּטע סאַדיסטן, װעלכע פֿילן זיך אַבסאָלוט אומבאַשטראָפֿט; און אין זײַן נשמה האָט זיך אױף לאַנגע יאָרן באַזעצט אַ פֿאַרדראָס — הלמאַי איז ער אַליין ניט געװען מסוגל זיך צו פֿאַרטײדיקן. 
  
אַזױ האָט ער זיך אױף זײַן אײגן פֿעלכל דערװוּסט, אין װאָס פֿאַר אַ לאַנד ער וווינט. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער איז ער געװױר געװאָרן, אַז ניט אין אַלע הויכשולן זײַנען די טירן אָפֿן פֿאַר די ייִדישע בירגער; נאָך דעם — אַז כּלל ניט אומעטום איז ייִדן דערלױבט צו אַרבעטן… בהדרגה, װי אַ סך זײַנע שטאַמברידער, האָט סעמיאָן זיך צוגעװױנט צו די אַלע עװלות, אױפֿגענומען זײ װי אַ פֿאַקט און אַפֿילו זיך ניט שטאַרק געבײזערט אױף יענע, װאָס פֿלעגן זײ באַגײן. דאָס לעבן, ניט געקוקט אויף אַלע נאַרישקײטן און אומגערעכטיקײטן, איז פֿאָרט געװען סטאַביל און קאַנסעקװענט. אין דער ווירקלעכקייט זײַנען פֿיל ייִדן טאַקע דיסקרימינירט געװאָרן, אָבער אָפֿיציעל פֿלעגט די מלוכה פּראָקלאַמירן גלײַכבאַרעכטיקײט און פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט װי אַן „אומאָפּנעמבאַרן טײל פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע‟. אַלע נאַציאָנאַלע פֿאָראורטײלן, בתוכם אַנטיסעמיטיזם, זײַנען פֿאַראורטײלט געוואָרן — פּונקט אַזױ, װי אַלץ, װאָס איז געקומען אין סתּירה מיט דער „קאָמוניסטישער תּורה‟. אַזױ איז עס געװען — ביזן הײַנטיקן טאָג…

ס׳האָט אױפֿגעהערט װײ טאָן דאָס האַרץ, נאָר דער קאָפּ–װײטיק איז געװאָרן בלױז אַ ביסל שװאַכער — װי אין די פֿריִערדיקע נעכט. די לבֿנה איז פֿאַרשװוּנדן געוואָרן הינטער די װאָלקנס, און ס׳איז געװאָרן שטאָק–פֿינצטער. אין כשחות איז, אַװדאי, ניט פֿרײלעך אױפֿן האַרצן, נאָר װען פֿון דער אײנציקער שײַן שטראַלט אַרױס ניט קײן װאַרעמקײט, נאָר בלױז קילקײט און בײזקײט, איז אַפֿילו שװער צו זאָגן, װאָס איז ערגער…


  קײן אמתע אַנטיסאָװעטישע ליטעראַטור איז אין סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשס הױז קײן מאָל ניט געװען, אָבער אַ „װײכער סאַמאיזדאַט‟ פֿלעגן סײַ זײַנע, סײַ טאַניאַס פֿרײַנד פֿון מאָל צו מאָל זײ געבן צו לײענען: אַכמאַטאָװאַס „רעקװיעם‟, פֿיאָדאָר ראַסקאָלניקאָװס בריװ צו סטאַלינען, ערנסט גענריס בריװ צו ערענבורגן… ניט לאַנג צוריק איז זיי אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט אױך די אַנומלטיקע קאָרעספּאָנדענץ צװישן דעם באַרימטן און פּאָפּולערן היסטאָריקער נאַטאַן אײדעלמאַן און דעם ניט װײניק באַרימטן און פּאָפּולערן שריפֿטשטעלער װיקטאָר אַסטאַפֿיעװ. אײדעלמאַן אין זײַן װענדונג צו אַסטאַפֿיעװן האָט פּרטימדיק גערעדט מכּוח דעם, אַז עס פּאַסט ניט פֿאַר אַ רוסישן שרײַבער צו רײדן שלעכט װעגן אַנדערע פֿעלקער, אַז גרױסע רוסישע װאָרט–מײַסטערס פֿלעגן תּמיד באַשולדיקן קודם–כּל זיך אַלײן פֿאַר די רוסלענדישע אומגליקן און אַזױ װײַטער.

אַסטאַפֿיעװ אין זײַן ענטפֿער האָט געמאָלדן, אַז אײדעלמאַנס בריװ איז געװען „איבערגעפֿולט מיט איבערגעזאָטענעם אײטער פֿון דער ייִדישער הױך–אינטעלעקטועלער פֿאַרריסנקײט‟; אַז גראָד די ייִדן און לעטן אין שפּיץ מיטן „געפֿערלעכן, פֿאַרביסענעם ציוניסט יורקאָװסקי‟ האָבן דערהרגעט „אונדזער לעצטן קײסער‟ מיט זײַן פֿאַמיליע; לכן איז אײדעלמאַנס פֿאָטער געזעסן אין לאַגער „אױך פֿאַר די פֿאַרברעכן פֿון יורקאָװסקין און אַזױנע װי ער, זיך געמאַטערט לױטן באַפֿעל פֿונעם ׳אײבערשטן ריכטער׳‟. דער באַרימטער רוסישער שרײַבער האָט גאַנץ ערנסט צוגעזאָגט, אַז „אין אונדזערע שאָװיניסטישע שטרעבונגען װעלן מיר קאָנען דערגיין צו דעם, אַז די פֿאָרשערס אי פֿון פּושקינען, אי פֿון לערמאָנטאָװן װעלן בײַ אונדז זײַן אױך רוסן‟ וכּדומה. ער האָט דערקלערט, אַז „דער גאָר געמיינער אַטעיִסט יאָסיף אַראָנאָװיטש קריװעליאָװ <…> פֿרעסט פֿונעם ליגן–טיש און פֿאַרגלאָצט די אײגעלעך אױפֿן אומשולדיקן אופֿן, האַלטנדיק אַלעמען אַרום פֿאַר ניט–ערלעכע און ליגנערישע מענטשן‟. סוף–כּל–סוף, האָט ער געװוּנטשן אײדעלמאַנען, אַז דער דערבאַרעמדיקסטער גאָט זאָל אױפֿקלערן יענעמס נשמה, און האָט ציטירט אַ פּאָר שורות פֿון ניקאָלײַ דעם צװײטנס טאָכטערס אַ ליד: „גאָט, פֿאַרגיב אונדזערע פֿײַנט! גאָט, פֿאַרדריק זײ אױך אין די אָרעמס!‟.

אַװדאי, האָט דאָס אַלץ שאָקירט סײַ סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן מיט טאַניאַן, סײַ זײערע פֿרײַנד, הגם מיט עטלעכע חדשים פֿריִער זײַנען אין זײערע קרײַזן שױן אומגעגאַנגען קלאַנגען װעגן דעם, אַז אױף אַ שרײַבער–צוזאַמענפֿאָר האָט דער באַװוּסטער שריפֿטשטעלער גאַװריִיִל טראָיעפּאָלסקי געהאַט געבעטן פֿאַרגעבונג בײַ „די גרוזינישע חבֿרים‟, װאָס אַסטאַפֿיעװ האָט זײ געהאַט באַלײדיקט אין זײַנער אַ דערצײלונג; דערבײַ האָט מען באַמערקט, אַז אין אַן אַנדער װערק אַסטאַפֿיעווס, זײער אַ שטאַרקס און אַן אױפֿדעקנדיקס, האָט דער שרײַבער סאַרקאַסטיש באַניצט דאָס װאָרט „ייִדעלעך‟, נאָר פֿאַר דעם האָט קײנער זיך ניט געהאַט אַנטשולדיקט. נו, האָט אַ באַרימטער און אַפֿילו אַ באַליבטער שרײַבער זיך אַרױסגעװיזן צו זײַן אַ פּאַסקודניאַק — מילא, אַלץ קאָן געשען אין לעבן; אָבער אין תּוך גענומען איז דאָך גאָרניט באַזונדערס ניט געשען. און אָט הײַנט אין אָװנט האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, קומענדיק אַהיים פֿון דער אַרבעט, אָפּגעגעסן אָן אַפּעטיט און גענומען אין די הענט, װי געװײנטלעך, דעם פֿרישן נומער „פּראַװדאַ‟. ער איז דורכגעלאָפֿן מיט די אױגן דעם אַרטיקל פֿון עפּעס אַן אַל. מיכײַלאָװן װעגן ליטעראַטור–קריטיק און זיך פֿאַרטשעפּעט מיטן בליק אין אַ פֿאָלגנדיקן פּאַראַגראַף:

„אײניקע גאַנץ רײַפֿע מענטשן געבן די יונגע–לײַט בײַשפּילן פֿון אומדערלאָזלעכע ברעכן פֿון עטישע נאָרמעס אין ליטעראַרישן לעבן. עס װערט, אַשטײגער, פֿאַרפֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ, װאָס פּראָװאָצירט צו זײַן שאַרף, נאָר, װי יעדע קאָרעספּאָנדענץ צװישן צװײ מענטשן, איז זי ניט פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט. דערנאָך װערט אָט די קאָרעספּאָנדענץ ברײט פֿאַרשפּרײט מיטן ציל צו קאָמפּראָמעטירן דעם אַדרעסאַט. אָט די עפּיסטאָלאַרישע פּראָוואַקאַציע איז עקלדיק, זי זײט מכלוקת און פֿאַרדעכטיקײט, זי איז סאָציאַל געפֿערלעך.‟

אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע מינוט איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געזעסן, װי אין הינער–פּלעט. הגם קײן נעמען זײַנען ניט אָנגערופֿן געװאָרן, איז געװען לגמרי קלאָר, װעגן װעמען און וועגן װאָס סע גײט די רײד (קײן אַנדער קאָרעספּאָנדענץ אין יענער צײַט איז ניט געװען „ברײט פֿאַרשפּרײט‟!) — און אױף װעמענס זײַט איז די מאַכט.

דאָס איז געװאָרן דער לעצטער טראָפּן פֿאַר אונדזער העלד נאָך אַלעמען, װאָס ס׳איז געשען לעצטנס. טאַדלען ניט דעם קלאָרן אידעאָלאָגישן שׂונא, נאָר זײַן אָפּאָנענט — אַזױנס איז, דוכט זיך, נאָך קײן מאָל ניט געװען, אַפֿילו אין 1953. און אַװדאי, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש תּיכּף פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳קומט פֿאָר אַזוי, מחמת דאָ האָט זיך געהאַנדלט װעגן ייִדן און אײדעלמאַן אַלײן איז אַ ייִד…

דער קאָפּװײטיק, הגם אַ ביסל געלינדערט, האָט נאָך אַלץ ניט אָפּגעלאָזט. ליגנדיק אין בעט אין פֿולן חושך, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש זיך דערמאָנט אין פֿראַגמענטן פֿון איידעלמאַנס און אַסטאַפֿיעװס בריװ, איבערגעחזרט אין זיך די שורות, געדרוקט אין „פּראַװדאַ‟, און געטראַכט… נײן, אַפֿילו ניט אין גאַנצן געטראַכט, דאָס זײַנען געװען געפֿילן, נאָך ניט פֿולשטענדיק אױסגעפֿורעמטע אין קלאָרע, קאָנסעקװענטע געדאַנקען: די עלטערן קאָן ער ניט אומקערן, די פֿרױ קאָן ער ניט צװינגען צו זײַן אים געטרײַ, אױף דימקען װעט ער אױף אַן אמתן קײן מאָל ניט קאָנען אױפֿהייבן די האַנט — נאָר  ד אָ ס  טאָר מען ניט לאָזן אַזױ. ז י י   ה אָ ב ן  ע ו בֿ ר   ג ע ו ו ע ן  א ו י ף   ז י י ע ר ע   א י י ג ע נ ע   כּ ל ל י ם  פֿ ו ן   ד ע ר   ש פּ י ל — הייסט עס, אַז   מ ע   ד אַ ר ף   ק ע מ פֿ ן   ק ע ג ן   ז י י   מ י ט   ז י י ע ר   א י י ג ן   ג ע ו ו ע ר! נאָר װי זשע קאָן מען עס טאָן? ער אַלײן איז, אַװדאי, ניט בכּוח גאָרנישט צו טאָן: ס׳איז נאָך מער אוממעגלעך, װי עס איז געװען צו פֿאַרטײדיקן זיך פֿון דער כאָפּטע ייִנגעלעך, װאָס האָבן אים אַ מאָל געממיתט. קײנער פֿון זײַנע פֿרײַנד און באַקאַנטע װעט געװיס אױך ניט װעלן זיך פֿאַרפֿירן מיט דעם. הייסט עס, אַז מע דאַרף עס טאָן אױף עפּעס אַן אַנדער אופֿן…
  
— סיאָמע, דו שלאָפֿסט ניט? — האָט זיך פּלוצעם דערהערט טאַניאַס פֿאַרחידושט קול.  
  
דער לבֿנה–סערפּ איז װידער אַרױס פֿון הינטערן װאָלקן, און אינעם ענגן פּאַסיקל פֿון זײַן שײַן האָט טאַניאַ אױפֿגעכאַפּט זיך און דערזען, אַז מיט איר מאַן טוט זיך עפּעס מאָדנע: גלײַך װי ער רעדט מיט זיך אַלײן, און דער אױסדרוק פֿון זײַן פּנים איז אַזאַ, װאָס זי האָט בײַ אים נאָך קײן מאָל ניט געהאַט געזען.
  
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט לאַנגזאַם אױסגעקערעװעט דעם קאָפּ צו זײַן פֿרױ און שטיל געענטפֿערט:
  
— ניין…
  — סיאָמע, שלאָף אַ װײַלע, ס׳איז דאָך שױן זײער שפּעט.
   
אין טאַניאַס שטים האָט זיך קלאָר געלאָזט פֿילן זאָרג. זי האָט געשװיגן אַ פּאָר רגעס און געזאָגט:
  
— נו… סיאָמע, אַלץ קאָן געשען אין לעבן… נאָר איצט לאָמיר שלאָפֿן. מאָרגן װעלן מיר זיך אין אַלעמען פֿונאַנדערקלײַבן.
  
ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן פֿרױ פֿילט זיך שולדיק, נאָר אין יענעם מאָמענט זײַנען די געדאַנקען זײַנע געװען געװענדט אין אַן אַנדער ריכטונג.
  
— מירן זיך פֿונאַנדערקלײַבן… — האָט ער זיך שטיל אָפּגערופֿן, װי אַ װידערקול, און איבערגעחזרט מיט אַ זיפֿץ:
— מירן זיך פֿונאַנדערקלײַבן…

ער האָט זיך אױסגעקערעװעט אױף אַ זײַט און פֿאַרמאַכט די אױגן. אין עטלעכע מינוט אַרום האָט ער װידער דערהערט טאַניאַס כראָפּען, נאָר אַלײן האָט ער נאָך אַלץ געהאַלטן אין אײן טראַכטן — אַצינד שױן אין פֿולן זינען פֿונעם װאָרט. פּלוצעם האָט זיך אָנגעהױבן עפּעס לגמרי אומגעריכטס: ער האָט דערפֿילט, אַז שטיקער טעקסט, אײנס נאָכן אַנדערן, גלײַך װי שאַפֿן זיך אין זײַן קאָפּ. אַזױנס איז מיט אים נאָך קײן מאָל ניט געװען: ניט בעתן שרײַבן בריװ, ניט װען ער האָט זיך מאַרודיעט מיט זײַן דיפּלאָם–אַרבעט. ער איז אױפֿגעשטאַנען, אָנגעטאָן די שטעקשיך און האָט זיך שטיל געלאָזט אינעם גאַסטצימער. עס האָט זיך אים נאָך אַלץ אַ ביסעלע געדרײט דער קאָפּ, נאָר אַצינד האָט עס זיך װי אױסגעמישט מיט עפּעס אַן אַנדער מין קאָפּשװינדל. 
  
אײַנגעשלאָסן די שײַן אינעם גאַסטצימער, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַרױסגענומען פֿון הינטער די ביכער אױף דער נידעריקסטער פּאָליצע די פּאַפּקע, אין װעלכער ער האָט געהאַלטן די דינע סאַמאיזדאַט–בײגעלעך, ניט זײַענדיק זיכער, צי די פֿאַרנאַנטע קאָרעספּאָנדענץ איז געבליבן בײַ אים… יאָ, אָט איז זי! ער האָט גענומען אַ פּאָר בייגעלעך פּאַפּיר און אַ פּען, זיך אָנגעבױגן איבערן זשורנאַל–טישל און אָנגעהױבן שרײַבן…

  2

װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך אױפֿגעכאַפּט אין דער פֿרי, איז טאַניאַ ניט געװען דערנעבן. ער האָט אַ קוק געטאָן אױפֿן זײגער — צען מינוט נאָך עלף. ער פֿלעגט געװײנטלעך אויפֿשטיין שפּעט סוף–װאָך, נאָר קײן מאָל נאָך ניט אַזױ שפּעט. קײן קאָפּװײטיק האָט ער ניט געפֿילט. 

אויפֿן וועג צום וואַש־צימער, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש דערשמעקט, אַז טאַניאַ קאָכט עפּעס אין קיך. זי האָט, אַפּנים, אױך דערהערט זײַנע טריט און איז צוגעגאַנגען צו דער טיר.

— נו, אױפֿגעכאַפּט זיך סוף–כּל–סוף, נאַכט–פּאַרשױן? — אין טאַניאַס קוק איז געװען װאַרעמקײט און צערטלעכקײט.
— אױב דו װילסט, קענסטו נאָך כאַפּן אַ דרעמל: נעכטן האָסטו דאָך אַזוי שפּעט זיך געלעגט!
— נײן–נײן, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געענטפֿערט, עפֿענענדיק די טיר פֿונעם וואַש־צימער.
— גײ, גײ. כ׳װעל באַלד קומען צו דיר.

אומגעקערט זיך צוריק אינעם שלאָפֿצימער, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געהאַלטן בײַם אָנטאָן זיך, װען טאַניאַ איז אַרײַן און האָט שטיל פֿאַרמאַכט די טיר נאָך זיך.
  
— װאָרט אָפּ, סיאָמע, — האָט זי װײך געזאָגט, — לאָמיר זיך צוזעצן.
  
זי איז צוגעגאַנגען צום מאַן און האָט זיך אַװעקגעזעצט אױפֿן בעט. ער האָט אָן אַן איבעריקן חשק געטאָן דאָס זעלבע. 

— סיאָמע, פֿאַרשטײ מיך, כ׳בעט דיך… דערמאָן זיך: װען זײַנען מיר דאָס לעצטע מאָל געװען נאָענט? געװיס, פֿאַרשטײ איך אַלץ: אי די אַרבעט דײַנע מיט די אַלע קאָמאַנדירונגען, אי דאָס איבעריקע — נאָר דו פֿאַרשטײ מיך אױך. דו װײסט דאָך, אַז פֿאַר דיר האָב איך קײן מאַן ניט געהאַט, און אױסער דיר האָב איך אָט די אַלע יאָרן קײנעם ניט געהאַט. נו, כ׳האָב זיך ניט אײַנגעהאַלטן, װען דו ביסט ניט געװען דערנעבן. יעדער מענטש קאָן דערלאָזן אַ פֿעלער… איך האָב זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן…
   
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געשװיגן און געהאַלטן אין אײן קוקן אױף דער פֿרױ.
— נו, שלאָג מיך אָן, אױב דו װילסט. שלאָג מיך אָן — איך האָב עס ערלעך פֿאַרדינט. איך האָב דיך דאָך סײַ–װי ליב.
— איך האָב דיך קײן מאָל מיט קיינעם ניט פֿאַרביטן. קײן מאָל ניט, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש סוף–כּל–סוף אַ זאָג געטאָן, קוקנדיק טאַניאַן גלײַך אין די אױגן.
— איך װעל עס אױך מער קײן מאָל ניט טאָן. כ׳זאָג דיר צו.

סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט גאָרנישט ניט געענטפֿערט.

— נו, פֿאַרגיב מיך, סיאָמע…

זי האָט אַרומגענומען דעם מאַן, נאָר ער האָט לײַכט אַ צוק געטאָן מיט די אַקסלען.

— האָסטו מיך אױפֿגעהערט ליב האָבן? — האָט טאַניאַ געפֿרעגט.

סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געקוקט אױף דער פֿרױ. ניין, ער האָט זי, אַװדאי, ניט געקאָנט אױפֿהערן ליב האָבן נאָך די אַלע יאָרן, װאָס זיי זײַנען געװען אין איינעם.
  
— װילסט מיך ניט מער? — אָפּגעשװיגן אַ פּאָר װײַלעס, האָט טאַניאַ געזאָגט שטיל און צערטלעך: — סיאָמע, לײג זיך.

סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך קײן ריר ניט געטאָן.

— לײג זיך, כ׳בעט דיך, — האָט טאַניאַ װידער געזאָגט נאָך שטילער.

סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט אַראָפּגעלאָזט זײַן רוקן אױפֿן בעט. טאַניאַ האָט אים גענומען פֿאַר די פֿיס און אַװעקגעלײגט זײ אױפֿן געלעגער.
  
— אָט אַזױ. און איצט פֿאַרמאַך די אױגן…

אַ מאָל, אין סאַמע אָנהייב פֿון זײער געמײנזאַמען לעבן, האָט טאַניאַ דערציילט דעם מאַן, אַז אײניקע פֿון אירע חבֿרטעס פֿלעגן צוטײלן הנאה זייערע קאַװאַלערן אױף כּל–מיני אופֿנים, אַבי צו פֿאַרבלײַבן אַ בתולה ביז דער חתונה. טוען עס פֿריִער האָט לויטן מאָראַלישן קאָדעקס פֿונעם סאָוועטישן מענטשן געמיינט אַן אומגעהײַערסטע חרפּה. טאַניאַ אַליין האָט עס קײן מאָל ניט געטאָן, אַזױ אַז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן איז אױסגעקומען זי אַלץ לערנען. זי האָט זײער גיך און גערן פֿאַראײגנט, װי אַזױ צו פֿאַרשאַפֿן פֿאַרגעניגן דעם מאַן. אַצינד האָט ער געפֿילט די געניטע, זיכערע באַװעגונגען פֿון טאַניאַס הײסע, פֿײַכטע ליפּן און צונג, גלײַך װי זי וואָלט זיך פּאָסמאַקעװעט מיט יעדן מילימעטער פֿון זײַן גוף…

— נו, װילסט מיך נאָך אַלץ ניט? — האָט טאַניאַ אַ פֿרעג געטאָן מיט אַ שמײכל, — איז איך װיל דיך יאָ! — האָט זי געזאָגט און איז אַרױפֿגעשפּרונגען אױפֿן מאַן…

בעת טאַניאַ האָט צוגעגרייט דעם פֿרישטיק פֿאַרן מאַן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אָנגעקלונגען זײַן חבֿר מישע ליװשינען.
  
— הער, מישקע, יענער באַקאַנטער דײַנער, דער שרײַבער, צי געדענקסטו אפֿשר, װאָס האָט ער דערציילט װעגן זײער סטאַטוט: אַז זײ זײַנען מחויבֿ צו קעמפֿן פֿאַר קאָמוניזם און פֿאַר פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט… עפּעס אַזױנס, יאָ?
— ריכטיק, עפּעס אַזױנס, — האָט יענער באַשטעטיקט. 
— גענױ געדענקסטו ניט? אפֿשר, װעסטו עס בײַ אים פֿרעגן?
— יאָ, אַװדאי… און צו װאָס דאַרפֿסטו דאָס?
— פּשוט זיך פֿאַרװאָלט עס פֿאַרפּינקטלעכן… געדענקסט דאָך יענע געשיכטע מיט אײדעלמאַנען און אַסטאַפֿיעװן?
— יאָ…
— איז אָט, ס׳איז מיר אינטערעסאַנט געװאָרן: אױב לױט זײער סטאַטוט זײַנען זײ מחויבֿ צו קעמפֿן פֿאַר פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט, און אַסטאַפֿיעװ איז געװיס אױך אַ מיטגליד פֿון שרײַבער־פֿאַראײן…
— ריכטיק! — האָט ליװשין געענטפֿערט מיט אַן איראָניע אין קול, — גוט, כ׳װעל אים באַלד קלינגען און פֿרעגן.
— פֿאַרשרײַב עס גענױ, כ׳בעט דיך. כ׳װאָלט געװאָלט עס אױך פֿאַרשרײַבן פֿאַר זיך.

  סוף קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s