לזכּרון דעם קאָמפּאָזיטאָר זאבֿ ביטקין

סערגאָ בענגעלסדאָרף

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָבן מיר מיטן זינגער דמיטרי דאָנאָווסקי זיך אַרײַנגעכאַפּט אינעם ייִשובֿ קריית־אַרבע, נישט ווײַט פֿון חבֿרון, די שטאָט, וווּ אין מערת־המעפּלע האָבן געפֿונען זייער אייביקע רו אונדזערע אָבֿות. פֿון נהריה, וווּ מיר וווינען ביז קריית־אַרבע איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג, אָבער מיר האָבן נישט געקאָנט זיך אָפּזאָגן פֿון דער פֿאַרבעטונג, אויפֿצוטרעטן דאָרט אויפֿן קאָנצערט, אין אָנדענק פֿון מײַן גוטן חבֿר, דעם קאָמפּאָזיטאָר זעבֿ ביטקין ע״ה. אין די סוף 1990ער יאָרן האָט ער אַ סך בײַגעטראָגן אינעם אויפֿלעבן און אַנטוויקלען אין מאָלדאָווע די ייִדישע קולטור בפֿרט אין תּחום פֿון מוזיק.

דאָס צענטראַלע אָרט אינעם קאָנצערט, וואָס איז באַשטאַנען פֿון ביטקינס ווערק, האָט פֿאַרנומען דער וואָקאַל־ציקל „אַכט ייִדישע פֿאָלקס־לידער‟ אין זײַן באַאַרבעטונג. אָט דער ציקל איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1982, ווי אַ רעזולטאַט פֿון ביטקינס עטלעכע פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס איבער בעסאַראַביע און דרום־אוקראַיִנע. ווי זעבֿ אַליין האָט מיר דערציילט, האָט ער, אַ מיטגליד פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר־פֿאַראיין, געהאַט די מעגלעכקייט אַרומצופֿאָרן צו זאַמלען פֿאָלקלאָר מיט אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן. איין קלייניקייט: אויב זײַנע קאָלעגן פֿלעגן זאַמלען מוזיק־מוסטערן פֿון די גאַגאַוּזן, אוקראַיִנער, באָלגאַרן — די פֿעלקער, וואָס באַזעצן מאָלדאָווע, — האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיטן זאַמלען ייִדישע פֿאַלקס־לידער. ער פֿלעגט זיי רעקאָרדירן פֿון די אַלטע־לײַט, און אויף אַזאַ אופֿן פֿאַרשריבן איבער 300 לידער.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז געטאָן האָט עס ביטקין אין די 1970ער־1980ער יאָרן, ווען אויף די רחבֿותן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געהוליעט דער מלוכישער אַנטיסעמיטיזם; און אַלץ, וואָס ס׳איז געווען פֿאַרבונדן מיט ייִדן, בתוכם ייִדישע מוזיק, האָט קיין באַזונדערע גליקן בײַ די מלוכה־פֿונקציאָנער נישט אַרויסגערופֿן. ביטקין אַליין, זינט ער נאָכן פֿאַרענדיקן די מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע איז געשיקט געוואָרן קיין מאָלדאַוויע אויף אַרבעט, האָט זיך אויסגעטיילט פֿון אַנדערע זײַנע קאָלעגן מיט „צו אומאָפּהענגיקע מיינונגען‟, פּרינציפּיעלקייט, געפֿירט זײַנע לעקציע צו קאָנטראָווערסיעל, מיט איין וואָרט, זיך נישט אַרײַנגעפּאַסט אין די פּראָווינציעלע דלתּ אַמות פֿון זײַן פּראָפֿעסיאָנעלן אַרום. ער האָט געאַרבעט אין דעם מוזיק־טעכניקום, וווּ מיר האָבן זיך באַקענט און זיך פֿאַרחבֿרט. אים האָבן ליב באַקומען די סטודענטן, און די נאַטשאַלסטווע האָט אויף אים געוואָרפֿן אַן אומחן .

פֿאַרשטייט זיך, אַז דער קלאַנג: ביטקין שאַפֿט ייִדישע מוזיק, — האָט קיין גרויס התפּעלות בײַ די גדולים פֿון קולטור אין מאָלדאַוויע נישט אַרויסגערופֿן. וועגן דעם ווייס איך נישט ווי אַ זײַטיקער מענטש, נאָר ווי אַ באַטייליקטער. איך בין געווען דער ערשטער, וועמען זאבֿ האָט געוויזן זײַן נײַ ווערק. כ׳געדענק עס ווי הײַנט — ביטקין האָט מיר דורכגעשפּילט אַלע לידער, און כ׳האָב דערפֿילט ווי עס זײַנען מיר געבליבן שטיין טרערן אין די אויגן. דער וואָקאַל־ציקל האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿעסט צונויפֿגעקלאַפּטע דראַמאַטישע קאָמפּאָזיציע, וועלכע האָט בולט און מײַסטעריש אַנטפּלעקט אַ פֿאַרשיידנאַרטיק ייִדיש לעבן אין אַ שטעטל. כ׳בין פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון דער קינסטלערישער פֿאַנטאַזיע, פֿון דעם קלאַנג־שילדערן די סצענישע סיטואַציע, די געשטאַלטן — דעם פֿריילעכן בדחן, דאָס פּאַסטעכל אַ יתום, די ייִדענע פֿייגע־סאָשע און איר שעמעוודיקן חתן פֿײַווע־יאָשע; ווי אויך פֿון דער פֿאַכמענערישער ווירטואָזקייט, וואָס האָט זיך אויסגעדריקט דורך דער פֿאָרטעפּיאַנע־פּאַרטיע.

זאבֿ ביטקין בײַ דער אַרבעט

די פּרעזענטאַציע פֿון דעם ייִדישן וואָקאַל־ציקל איז פֿאָרגעקומען אינעם קאָמפּאָזיטאָר־פֿאַראיין פֿון מאָלדאַוויע. דער קליינער זאַל איז געווען פֿול געפּאַקט. אַ קלייניקייט — צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר־פֿאַראיין האָט מען דאָרט פֿאָרגעשטעלט ייִדישע מוזיק. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אויפֿטריט האָט דער עולם אויסגעשאָסן מיט אַפּלאָדיסמענטן. דערנאָך, ווי עס פֿירט זיך, האָט מען יעדע ליד באַהאַנדלט. אַלע האָבן געזונגען זמירות! אינטערעסאַנט איז געווען, אַז צווישן די, וואָס האָבן אַרויסגעזאָגט זייער מיינונג, האָט זיך נישט געהערט קיין איין ייִדישע שטים, הגם צווישן די קאָמפּאָזיטאָרן און מוזיק־פֿאָרשער איז געווען אַ היפּשע צאָל ייִדן.

בשעתן קאָנצערט און די באַהאַנדלונגען זײַנען זיי געזעסן, נעבעך, ווי אין וואַסער אײַנגעטונקען, און ערשט ווען דער עולם האָט זיך אָנגעהויבן צעגיין, איז יעדער שטילערהייט צוגעגאַנגען צו דער „פֿאָרטעפּיאַנע‟ און באַגריסט די אויספֿילער. מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז נישט זיי זײַנען אין דעם שולדיק, נאָר דער סטאַליניסטישער דראַקאָן, וואָס האָט נאָך יעדן געהאַלטן אין שרעק.

פֿון דעסטוועגן, דווקא אַ דאַנק דעם קאָמפּאָזיטאָר־פֿאַראיין און דער רעדאַקציע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ האָט מען מיר און דעם זינגער באָריס ראַיִסאָוו פֿאָרגעלייגט צוצוגרייטן אַ גאַנצע פּראָגראַם פֿון ייִדישע לידער, וואָס אין יסוד זאָל געווען ליגן ביטקינס וואָקאַל־ציקל. מיט אַזאַ פּראָגראַם, האָט מען אונדז צוגעזאָגט, וועט מען אונדז שיקן אויפֿטרעטן אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט אַ גרעסערער ייִדישער באַפֿעלקערונג. ס׳האָט געקלונגען צו שיין, מע זאָל געווען אין דעם גלייבן. אונדזער ערשטע אַזאַ גרויסע קאָנצערט־פּראָגראַם האָבן מיר מיט ראַיִסאָוון צוגעגרייט און זי געוויזן אויף דער מאָלדאַווישער טעלעוויזיע. מ׳האָט דעם אויפֿטריט רעקאָרדירט, אָבער אים קיין מאָל נישט געוויזן אויפֿן עקראַן דעם עולם. ווי מ׳האָט אונדז שפּעטער דערקלערט, האָט פּונקט דעמאָלט זיך אָנגעהויבן די מלחמה צווישן ישׂראל און לבֿנון. פֿאַרשטייט זיך, אַז די קאָנצערט־פּראָגראַם פֿון ייִדישער מוזיק איז געפֿאַלן דערפֿון אַ קרבן.

אין דער צײַט פֿון דער „פּערעסטרויקע‟ איז די פּראָגראַם, שוין מיט אַנדערע זינגערס, געוויזן געוואָרן אין מאָסקווע, לענינגראַד, ריגע, אָדעס, טשערנאָוויץ. ביטקינס באַאַרבעטונגען פֿון ייִדישע לידער האָבן געקלונגען אין ביראָבידזשאַן בעת דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק.

אין ניו־יאָרק האָט די לידער געזונגען די באַקאַנטע זינגערין אירינאַ מישוראַ. דער קאָנצערט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס‟. אויפֿן אַנדערן טאָג האָט די צײַטונג געשריבן: „אַזאַ קאָנצערט איז פֿון לאַנג נישט געהערט געוואָרן אין ניו־יאָרק. בראַוואָ!‟

איך וויל באַדאַנקען זאבֿ ביטקינס פֿרוי, אַללאַ, זייערaע קינדער, די מוזיק־פֿאָרשערין חווה שמולעוויטש, און יעדן איינעם, ווער ס׳האָט צוגעלייגט די האַנט, אַז אַזאַ קאָנצערט אין אָנדענק פֿון אַ גרויסן מוזיקער זאָל מקוים ווערן.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s