
יואל מאַטוועיעוו
אויף פֿינצטערע בערגלעך איך טרעט אָן אַ טעם,
נ׳אַ הייליקן מיקדש, פֿאַרלאָזט מן־הסתּם.
דאָרט פֿלעדערמײַז פֿליִען אַרום, פֿול מיט כלאַם —
אַ חורבֿה־מציאה, פֿאַרוואָרפֿענער כראַם [1].
(אַניאַ געראַסימאָוואַ)
ביסלעכווײַז, האָבן זיך יאַשעס און זיאַמעס אויגן צוגעוווינט צו דער פֿינצטערניש. אויף יענער זײַט קאָרידאָר האָט דורך אַ לעכל זיך דורכגעשניטן אַ ביסל שײַן. יאַשען האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז ער געפֿינט זיך אין עפּעס אַ מיטל־עלטערלעכן שלאָס. ווי עס טרעפֿט זיך פֿאַרן אײַנשלאָפֿן ווערן, האָט ער אינעם חושך דערזען אַ געשפּענסטיקע וויזיע. דער שמאָלער רוים פֿונעם קאָרידאָר האָט זיך צעפּראַלט; אין אַלע זײַטן אַרום איז געווען אַ גרויסער פֿאַרשנייטער ווינטערדיקער סאָד, באַפּוצט מיט מאָדנע מאַרמאָרנע פֿיגורן. ממש נאָענט, אין עטלעכע מעטערס, האָט זיך באַוויזן אַ הויכער שטיינערנער טורעם מיט אַ נידעריק צוגעעפֿנט טירל. אויבן, אין אַ שמאָל פֿענצטערל, האָבן געברענט ליכט.
— זיאַמע, לאָמיר גיין!
די חבֿרים האָבן זיך דערנענטערט צו אַ האַלב פֿאַרמויערטן דורכגאַנג. יאַשע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז פֿאַר אַ מיסטעריעזן טורעם האָט ער אָנגענומען די שאַכטע פֿון אַ ליפֿט. ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די געשפּענסטיקע ליכט זענען שימערירנדיקע ברעקלעך גלאָז אויפֿן העכערן שטאָק. עמעצער האָט דורכגעבראָכן די וואַנט אויף יענער זײַט פֿון דער טונקעלער ליפֿט־שאַכטע און צעלייגט אַ ברעטער־בריקעלע. פֿאָרזיכטיק האָט זיאַמע אָנגעטראָטן אויף דער דיקער ברעט. דאָס בריקעלע האָט זיך אַ ביסל געשאָקלט, נאָר אויסגעזען גענוג פֿעסט. ער איז עס גיך אַריבערגעגאַנגען און שטיל גערופֿן זײַן חבֿר נאָכצופֿאָלגן. אונטן, אינעם פֿינצטערן תּהום, האָט זיך דערהערט אַ „מיאַו‟.
יאַשע מיט זיאַמען זענען אַרײַן אין אַ פֿאַרלאָזטער דירה. אַלע פֿענצטער זענען געווען פֿאַרמויערט מיט ציגל, אָבער דורך אַ פּאָר לעכערלעך האָט פֿון דרויסן אַ ביסל אַרײַנגעשײַנט. ס׳האָט געשטונקען מיט שימל און קעצישער השתּנה. בײַ דער וואַנט איז געשטאַנען אַ טישל; אויף דער צעריסענער פּאָדלעקע האָבן זיך געוואַלגערט ביכער און פּעקלעך אַלטע זשורנאַלן, צונויפֿגעבונדענע מיט אַ שטריק. בײַם דורכבראָך אין דער וואַנט, דורך וועלכן זיי זענען האַלב קריכנדיק אַרײַנגעדרונגען, איז געווען עפּעס אַ מאָדנע מאַשין — דאַכט זיך, אַ טייל פֿון דער ליפֿט־אויסשטאַטונג.
דער צווייטער צימער איז געווען נאָך טונקעלער. יאַשען האָט זיך ווידער עפּעס אויסגעדאַכט: אַז ער שטייט אינמיטן אין אַ ריזיקן זאַל — אַ פֿאַרצײַטישע ביבליאָטעק מיט אַ מעדיצינישער צי אַלכעמישער לאַבאָראַטאָריע. ערגעץ ווײַט האָט ער דערזען אַ ריי הויכע שאַפֿעס, פֿול מיט אוראַלטע ביכער, טישן מיט כעמישע כּלים און אַ סקעלעט אָן אַ שאַרבן. יאַשע האָט זיך אַרומגעקוקט: דער שאַרבן איז געשטאַנען אויף איינעם פֿון די טישן אינעם קעגנדיקן עק פֿונעם זאַל, אַרומגערינגלט מיט קאָלבעס און רעטאָרטעס [2].
ער האָט אַ שאָקל געגעבן מיטן קאָפּ און פֿאַרטריבן דעם האַלב־חלומדיקן חזיון.
די טיר פֿון דער דירה איז נישט געווען פֿאַרשפּאַרט. די טרעפּ האָבן געפֿירט נאָר אַרויף: דער וועג אַראָפּ איז געווען פֿאַרמאַכט מיט אַן פֿעסטער אײַזערנער גראַטע. ערגעץ אויבן האָט געברענט אַ לעמפּל. יאַשע און זיאַמע זענען אַרויפֿגעגאַנגען און האָבן זיך אַרויסגעוויזן אין אַן לײַטישן אויפֿגערוימטן קאָרידאָר. ס׳האָט זיך געשפּירט אַ גערוך פֿון פּאַרפֿום און סיגאַרעטן. ס׳איז געווען אינגאַנצן שטיל.
— אָט אַהער, מסתּמא, קומען זיי בײַ נאַכט, די קורוועס, — האָט זיאַמע, שעפּטשענדיק, מסביר געווען.
אינעם קאָרידאָר, בײַ אַן אַנדער ליפֿט, אַפּנים, אויך אַ צעבראָכענעם, איז געשטאַנען אַ נײַ גלעזערן זשורנאַל־טישל מיט צוויי ביליקע מאָדערנע פּלאַסטיק־בענקלעך. אויפֿן טישל האָט זיך געוואַלגערט אַ דיקע שול־העפֿט. זיאַמע האָט זי געעפֿנט, אָנגעהויבן בלעטערן און מיט אַ פֿאַרחידושן טאָן געמאָלדן:
— יאַשע, לאָמיר זיך פֿאַרנעמען פֿון דאַנען.
אויף יענער זײַט פֿונעם קאָרידאָר זענען געווען אַנדערע טרעפּ, ריינע און באַלויכטענע פֿון אונטן. די ידידים זענען אַראָפּגעגאַנגען, געעפֿנט די טיר מיט אַן עלעקטראָנישן שלאָס און אַרויס אויף דער גאַס.
זיאַמע האָט זיך אַרומגעקוקט.
— יאַשע, אָט דאָס האָב איך דיר געוואָלט ווײַזן. דאָס איז די פֿאַרקערטע זײַט פֿונעם בנין, וווּ עס וווינען נאָך מענטשן. בשום־אופֿן האָבן מיר נישט געקאָנט זיך אַזוי ווײַט פֿאַרבלאָנדזשען. די טרעפּ־פּלעצלעך זענען אינגאַנצן צעטיילט מיטן דיקן צעמענט. דאָס טרעפֿט זיך מיט מיר שוין צום דריטן מאָל. דו ווייסט, אַז איך פֿאַרנעם זיך מיט דירות־געשעפֿטן און זוך אויס ביליקע וווין־ערטער אין דער שטאָט – אַפֿילו פֿאַר יענער חבֿרה.
— נאָך אינטערעסאַנטער, — האָט זיך אין זיאַמעס שטים ווידער דערהערט אַן איבערראַשונג, — איז אויף יענעם טישל געלעגן גלאַשקעס העפֿטל מיט מאַטעמאַטישע פֿאָרמולעס. דו ביסט גערעכט, אַז זי איז אַן אינטערעסאַנט און געבילדעט מיידל. זי איז מײַן שכנה פֿון אַן אַנדער שטאָק. גלאַשע קומט צו מיר פֿון צײַט צו צײַט אָפּצושמועסן וועגן פֿילאָסאָפֿיע. זי טרינקט בלויז טיי און קאַווע, רייכערט נישט און פֿירט זיך בכלל אויף ווי אַ יונגע פּראָפֿעסאָרשע. מיט דאַכט זיך אַפֿילו, אַז מיט הורערײַ פֿאַרנעמט זי זיך צוליב עפּעס אַ פּערזענלעכן עקספּערימענט. אפֿשר, וויל זי זיך אַליין דערווײַזן, אַז די געוויינטלעכע געזעלשאַפֿטלעכע נאָרמעס שפּילן פֿאַר איר ניט קיין באַזונדערע ראָלע. איך בייזער זיך אויף איר, וואָרעם איך קען זי נישט פֿאַרשטיין. זי איז דאָך אַ פֿולינקע און איר שרײַענדיק פּאַרפֿום זעט נישט אויס איבערצײַגעוודיק.
זיאַמע מיט יאַשען האָבן זיך אַראָפּגעזעצט אויף אַ באַנק אינמיטן אַ שטאָטיש גערטנדל. זיאַמע האָט אַרויסגענומען דאָס פֿראַנצויזישע בוך פֿונעם רענצל און ווײַטער געפֿירט זײַן דרשה:
— לוי־סטראָס האָט געגלייבט, אַז אַלצדינג איז געזעצמעסיק און סטרוקטורירט. דערידאַ האָט ער, פֿאַרקערט, זיך אונטערגעגראָבן צו אַלע סדרים און סטרוקטורן. גלאַשע האָט מיר שוין געפּרוּווט דאָס צו דערקלערן מיט אַ פֿאָרמולע, כאָטש איך בין נישט באַקאַנט מיט אַזאַ מאַטעמאַטיק. זי זאָגט, אַז ווי באַלד זענען אין דער וועלט נישטאָ קיין אמתע צופֿעליקייטן, שטעקן אינעם כאַאָס אַן אייגענער סדר, און אין יעדן סדר — אַן אייגענער כאַאָס. דער סדר וואַקסט פֿונעם כאַאָס ווי אַ בוים פֿון דער בראשיתדיקער ערד. איך בין זיכער, אַז נישט צופֿעליק פֿאַרברענגט זי צײַט אין יענעם בנין, כאָטש איך הייב נישט אָן צו וויסן, צוליב וואָס.
— און יענע קאַץ, וואָס הייסט אויך גלאַשע, האָב איך שוין געזען בײַ איר אין שטוב.
זיאַמע האָט געשלאָסן זײַן פֿילאָסאָפֿישע רעדע, אַרויסגענומען פֿונעם רענצל די פֿלאַש, אַ טרונק געטאָן און פֿאַרביסן מיט אַ גרויסן שוואָם, וואָס איז געוואַקסן גלײַך אונטער דער באַנק.
איז לאָמיר אַזוי אויף קאַטאָוועס
אַוועק אין אַ פֿינצטערן וואַלד
אַ קוק טאָן אין אויגן פֿון סאָוועס,
וואָס טליִען אין פֿינצטערניש קאַלט…
(איציק פֿעפֿער)
פֿאַטימאַ האָט זיך זייער דערפֿרייט, ווען איר ייִנגערע שוועסטער האָט אָנגעקלונגען און דערציילט וועגן דער סאָווע. ווען זולפֿיאַ האָט זיך מגייר געווען און דערנאָך זיך צעקריגט מיט איר ייִדישן חבֿר, האָט פֿאַטימאַ מורא געהאַט, אַז איר שוועסטער וועט משוגע ווערן. יענער ישׂראלדיקער מוזיקאַנט איז איר דערגאַנגען די יאָרן, נאָר זי האָט ווײַטער געהיט שבת און גיי ווייס וואָס נאָך, פּונקט ווי נאַטאַשע אין מאָסקווע און נאַטאַשעס שוועסטער זאָיע דאָ, אין ניו־יאָרק. נאַטאַשע לעבט אָבער שוין יאָרן־לאַנג נפֿש־בנפֿש מיט מאַרקן. אַגבֿ, האָט זיך געכאַפּט פֿאַמיטאַ, לאָמיך אָנקלינגען נאַטאַשען און אויך דערציילן די טשיקאַווע מעשׂה וועגן זולפֿיאַס פֿויגל.
ווען דער אַלטמאָדישער דיסק־טעלעפֿאָן האָט אָנגעהויבן קלינגען, האָט נאַטאַשע געגעסן סושקעס [3] און געקוקט אויף דער טעלעוויזיע אַ פּראָגראַם וועגן אַן אַנאָמאַלער זאָנע אין סיביר, וווּ אַלע מכשירים, פֿון זייגערס ביז וואָלטמעטערס, פֿירן זיך קעגן די געזעצן פֿון פֿיזיק. זולפֿיאַס סאָווע־מעשׂה איז איר שטאַרק געפֿעלן און זי האָט געבעטן מאָטלען אָנצושרײַבן וועגן דעם אויף ענגליש צו זייער אַמעריקאַנער פֿרײַנד.
ווען פֿײַוויש האָט פּלוצעם באַקומען אַ בליץ־בריוול פֿון מאָטל און נאַטאַשע, האָט ער זיך אַ ביסל איבערגעשראָקן און זיך אַרומגעקוקט, ווי ער וואָלט געקוקט פּאָרנאָגראַפֿיע אויף זײַן טעלעפֿאָן. זײַן רביצין איז בכלל ברוגז, אַז ער שרײַבט זיך איבער מיט „גויים‟ אין רוסלאַנד. אויב זי וועט דערזען „אַ גרוס פֿון פּערל‟, דראָט אים צום ווייניקסטן אַ וואָך קאָפּ־ווייטיק.
צווייטנס, ווען זײַן פֿרוי האָט אויסגעהערט די מעשׂה, ווי זײַן פֿעטער פֿישל האָט געבעטן דעם צדיק צו פֿאַרטרײַבן דער מומע הינדיס נאַכטפֿויגל מיט קוועקזילבער, איז זי געוואָרן ממש אויסער זיך און געמאָלדן, אַז כּל־זמן זי לעבט, וועט זי ניט אַרײַנשטעלן אירע פֿיס אין רב פֿישלס אָפּגעסמט הויז.
וואָס האָט פֿײַווישס רביצין אָפּגעטאָן, ווען ס׳איז באַקומען דאָס אַנדערע בריוול פֿון נאַטאַשען? דעמאָלט האָט פּערל דערציילט, אַז זי האָט באַקומען פֿון איר אַמעריקאַנער חבֿרטע פּונקט אַזאַ צעדרייטע כינעזישע מאַשינקע, ווי יענע, וואָס זי האָט אים אַמאָל צוגעשיקט פֿון רוסלאַנד. האָט פֿײַווישס פֿרוי אָנגעקלונגען אַ רבֿ און זיך באַקלאָגט, אַז איר מאַן, צוזאַמען מיט זײַן חבֿרותא יעקבֿ־לייב, חבֿרן זיך מיט רוסישע שיקסעס און פֿאַרנעמען זיך מיט כּישופֿים. שטילערהייט האָט פֿײַוויש קאָפּירט די בילדער פֿון דער שיינינקער זולפֿיאַ מיט איר סאָווע אינעם קאָמפּיוטער און אויסבאַהאַלטן זיי אין דער פּאַפּקע מיט גמרא־שיעורים.
אויפֿן וועג צוריק קיין מאָסקווע, האָט מאַשע געוואָלט איבערלייענען די אַרטיקלען וועגן דער מיטל־עלאַמישער מאָרפֿאָלאָגיע, וואָס זי האָט אָפּגעדרוקט אין דער ניו־יאָרקער ביבליאָטעק. פּלוצעם האָט זי אַנטדעקט אינעם רוקזאַק אַ מאָדנעם פֿרעמדן חפֿץ: אַן ענגליש בוך וועגן דער מלכּה יעקאַטערינע דער צווייטער מיטן שטעמפּל פֿון דער ניו־יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. דאָס זעלביקע בוך האָט געלייענט יענער חסיד, וואָס האָט איר אין עמעצן דערמאָנט. צי האָט ער אַרײַנגעלייגט דאָס בוך אין איר רענצל? צוליב וואָס? ווער איז ער בכלל? אַזאַ אומגעלומפּערטער פּרוּוו צו באַקענען זיך? דאָס מאָדנע „דע־זשאַ־וויו‟ האָט זי נישט געלאָזט צורו.
דער חסיד איז געשלאָפֿן אין דער ביבליאָטעק בײַם טיש… אָדער זיך פֿאַרשטעלט, אַז ער שלאָפֿט?! דאַנקען גאָט, מע האָט זי נישט געכאַפּט בײַם אַרויסגאַנג מיט אַ גנבֿה. גיי דערצייל דעמאָלט, אַז זי ווייסט נישט אַליין, ווי אַזוי דאָס בוך האָט זיך בײַ איר אַרויסגעוויזן, און אַז זי ספּעציאַליזירט זיך אין אוראַלטער מעסאָפּאָטאַמישער געשיכטע, נישט אינעם 18טן יאָרהונדערט.
זיך פֿילנדיק נאָך אַלץ אַנגסטיק, איז מאַשע אָנגעקומען אַהיים, צונענומען בײַ דער שכנה איר קאַץ שונרתּא, און גענומען בלעטערן דאָס אומגערן צוגעגנבֿעטע בוך. אויף איין זײַט, וואָס דער פֿאַרלעגער האָט איבערגעלאָזט ליידיק פֿאַר באַמערקונגען, האָט זי אַנטדעקט אַן אַלט בריוול, אָנגעשריבן מיט ייִדישע אותיות. זײַענדיק אַ באַגאַבטע לינגוויסטקע, האָט זי פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז אָנגעשריבן אויף ייִדיש, נאָר האָט זיך נישט דערוועגט דאָס אַליין דעשיפֿרירן.
אויסגעמאַטערט נאָך דער לאַנגער נסיעה, האָט זי זיך געלייגט שלאָפֿן און ווידער דערזען יענעם חלום. איצט האָט זי זיך געכאַפּט, אַז דער אַמעריקאַנער חסיד דערמאָנט אין איינעם פֿון די חלום־פּערסאָנאַזשן.
ווען מאַשע האָט זיך אויפֿגעוועקט, איז שוין געווען צען אַזייגער אין דער פֿרי. איר פּעטערבורגער פֿרײַנד, אַ ייִדישער שרײַבער, האָט איר צוגעזאָגט אינגיכן צו ענטפֿערן. נעכטן האָט זי פֿאָטאָגראַפֿירט דאָס בריוול און געבעטן אים עס איבערצוזעצן. אָ! מע דאַרף אָנקלינגען דער צווילינג־שוועסטער פֿון איר עטיאָפּישער סטודענטקע. אַבעבאַ און ענקו פֿיגורירט כּסדר אין יענעם חלום; ביידע באַווײַזן זיך דאָרט, במחילה, באַקליידט ווי חווה פֿאַרן חטא.
ענקו האָט געוווינט אין אַ קליינער סטודיע נישט ווײַט פֿון מאַשעס היים. זי האָט פֿאָרגעלייגט מאַשען אַ שטאַרקע עטיאָפּישע שוואַרצע קאַווע. מאַשעס קשיא האָט ענקו אינגאַנצן נישט פֿאַרחידושט: זי האָט, דאַכט זיך, אויך געזען עפּעס אַזוינס. אַדרבה, דער אַדמיניסטראַטאָר פֿונעם האָטעל, וווּ זי אַרבעט פֿון צײַט צו צײַט, זייער אַ סימפּאַטישער באַריידעוודיקער מענטש, וואַרפֿט אויף איר לעצטנס מאָדנע צוגעזשמורעטע בליקן. זי ווייסט, אַז ער איז אַן אָרנטלעכער מענטש און וועט זיך צו איר נישט טשעפּען צו גראָב, נאָר מיט אַ וואָך צוריק האָט ער בײַ איר מיט אַ פֿאַררייטלט פּנים געפֿרעגט, צי זי געדענקט דעם חלום, וווּ זיי זענען געפֿלויגן צוזאַמען אויף אַ קאָסמישער שיף! אין עטיאָפּיע, ווי אַ קינד, האָט ענקו נישט איין מאָל געהערט אַזעלכע מעשׂיות, אַז עטלעכע מענטשן קאָנען באַווירקן איינער אויפֿן צווייטן אין זייערע חלומות. אפֿשר, איז אַדוטשי טאַקע אין איר פֿאַרליבט און האָט זי אין זייער בשותּפֿותדיקן חלום אויסגעטאָן? איר שוועסטער, אַבעבאַ, האָט דאָרט אויכעט פֿיגורירט. אַזאַ אַפּעטיט האָט ער, כאָטש האַלט זיך פֿאַר אַ בודיסט!
—נאָך אַ מעשׂה, — האָט זיך צעלאַכט ענקו, — נעכטן האָט מיר אַדוטשי געגעבן במתּנה אַ צעבראָכענעם וואָלטמעטער און געזאָגט, אַז עפּעס אַ באַקאַנטע משפּחה האָט אים אָפּגעגעבן אַזאַ אוצר. אַזאַ מין אוכאַזשעווען וואָלט אַפֿילו וווּדי אַלען נישט אויסגעטראַכט! נאַ דיר אָט־דעם מכשיר! האָב נישט מורא: איך בין ניט אַ לעסביאַנקע און קלײַב זיך ניט נאָך דיר אוכאַזשעווען מיט צעבראָכענער עלעקטראָניק!
נאָכן אָפּשמועסן מיט ענקו און גוט אויסלאַכן יענעם קאַלמיקישן כּמו־מאָנאַך, האָט מאַשע זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אַ סופּערמאַרקעט, געקויפֿט „וויסקאַס‟ אין זיך געלאָזט צוריק אַהיים. אויפֿן וועג האָט איר טעלעפֿאָן אַ קלונג געטאָן: דאָס האָט איר דער פּעטערבורגער חבֿר צוגעשיקט די איבערזעצונג פֿונעם בריוו:
מײַן טײַערע!
אויב דו לייענסט מײַנע ווערטער, האָסטו שוין עפּעס פֿאַרשטאַנען. איך קען ניט אַרײַן אין די דעטאַלן, וואָרעם דו ביסט נאָך אויפֿן וועג. איך ווייס ניט, אין וואָס פֿאַר אַ לאַנד און וואָס פֿאַר אַ שטאָט דו ביסט, נאָר איך וועל דיר געבן אַ סימן, אַז איך זאָג דיר דעם אמת: אין יענעם טאָג, ווען דו ביסט געבוירן געוואָרן, האָט אויף דער טעלעוויזיע געדאַרפֿט זײַן אַ פֿילם מיט אַ מיידל, וואָס טראָגט אַ נאָמען ענלעך צו מײַן נאָמען. אויב ניט — זענען די ליניעס פֿאַרפּלאָנטערט גרעסער, ווי מיר האָבן געטראַכט, און דו מוזסט זיי שוין אַליין צעוויקלען.
געדענק, אַז עטלעכע דורכבראָכן שטאַמען פֿון זשאָרזש קאָוואַל. ער האָט געהאָלפֿן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד צו באַקומען די אַטאָמישע באָמבע אַ ביסל פֿריִער. מיר ווייסן ניט, ווי אַזוי, ווײַל ער איז דאָך ניט געווען מיט אונדז אויף דער שיף.
פֿאַרגעס נישט צו ווײַזן די קמיעה דער קאָרעקטאָרין. איך ווייס נישט, ווי אַזוי דײַן טאַליסמאַן וועט אויסזען, נאָר מן־הסתּם ווי עפּעס אַ מאַשין. די קמיעה איז שוין כּמעט אַ פֿאַרטיקע, איבערגעפֿלויגן אַ האַלבע וועלט, נאָר זי דאַרף נאָך אַרומפֿאָרן אויף אַן אַנדער עק פּלאַנעט.
דו מוזסט כּסדר געדענקען, אַז יעדעס גוט בוך מוז האָבן הן אַ רעדאַקטאָר, הן אַ קאָרעקטאָר.
היט זיך, זײַן מיר געזונט און שטאַרק!
עליזה שלעזינגער
1979
בײַ מאַשען איז שווער געוואָרן אויפֿן האַרצן. וואָס פֿאַר אַ שפּיל איז דאָס? ווער האָט געוווּסט וועגן איר חלום? יענער חסיד? ווער איז עליזה שלעזינגער?
מאַשע האָט אָנגעהויבן זוכן אויף דער אינטערנעץ, וואָסערע פֿילמען ס׳זענען אַרויס דעם 25סטן מאַרץ, 1985, ווען זי איז געבוירן געוואָרן. גאָר גיך האָט זי אויסגעפֿונען: „די גאַסטין פֿון דער צוקונפֿט‟. די עיקר־העלדין הייסט דאָרט אַליסאַ סעלעזניאָוואַ! געפּלעפֿט, האָט מאַשע זיך אָנגעגאָסן אַ קאַווע און גענומען לייענען וועגן זשאָרזש קאָוואַל.
ווידער יענער חלום, קלערער ווי פֿריִער… נו, וואָס זשע, ס׳איז זומער־וואַקאַציע, זי האָט נאָך צײַט צו כאַפּן אַ נסיעה „אויף אַן אַנדער עק פּלאַנעט‟ — צו אירע קרובֿים, וואָס בעטן שוין לאַנג זיי צו באַזוכן. מאַשע האָט אַרויסגעקוקט דורכן פֿענצטער. אין מאָסקווע האָט שוין געדעמערט. זי האָט זיך ווידער פֿאַרטראַכט, אַ זיפֿץ געטאָן, אויסגעטרונקען נאָך אַ קאַווע און אויסגעקליבן אַן אַוויאַ־בילעט.
און שוין צוויי טויזנט יאָר — אַ קריג,
אַ קריג אָן קיין סיבה און טעם,
די קריג איז פֿאַר יונגן דור
קיין רונצלען — אַ גוטער סם.
(וויקטאָר צוי)
ווען גלאַשע האָט געזוכט אַ ביליקע דירה צו דינגען אויף אַ חודש אין ביראָבידזשאַן, האָט זי יעדן פּאָטענציעלן בעל־הבית מרמז געווען, ווי געוויינטלעך, אַז זי פֿאַרנעמט זיך, ווי מע זאָגט, מיט דער עלטסטער פֿאַך אויף דער וועלט, זיי זאָלן נישט האָבן קיין טענות, אַז זי איז מקבל אין זייער דירה כּלערליי געסט. ווען זיי וואָלטן נאָר געוווּסט, ווי אַלט איז איר אמתער פֿאַך…
נאָך אין כאַבאַראָווסק האָט זי זיך איבערגעטאָן אין אַ שרײַענדיק העל־ראָזעווע מיני־קליידל מיט אַ צעשניט כּמעט ביזן סאַמע הינטן, פֿיאָלעטאָווע פֿישנעץ־קאָלגאָטקעס און אַ רויטער מײַקע מיט אַ טיפֿן דעקאָלטע, באַצירט מיט אַ בילד פֿון אַ נאַקעטער אַפֿריקאַנקע. פֿון דער מײַקע האָט אומצניעותדיק געשטאַרצט אַ שמאָלער דורכזיכטיקער ווײַסער סטאַניק מיט גאָלדענע שטערנדלעך.
אינעם כאַבאַראָווסקער עראָפּאָרט האָט גלאַשע זיך באַשפּריצט מיט פּאַרפֿום און באַשמירט דאָס פֿולינקע פּנימל אירס מיט אַ גאַנצן קאָמפּלעט קאָסמעטיק. פֿאַר דער נסיעה האָט זי אָפּגעפֿאַרבט אירע האָר אין אַ פֿײַער־רויטן קאָליר.
אינעם וואַגאָן האָט זי אַרײַנגעשטעקט איר קאָמפּיוטער אין דער ראָזעטקע [4], געעפֿנט אויפֿן עקראַן דעם מאַגישן קוואַדראַט, פֿאָקוסירט אויף אים דעם גאַנצן שׂכל, איבערגעשטעלט צוויי אותיות און אַרײַנגעשטעלט דעם נײַעם וואַריאַנט אין דער קאָרעקטור־פּראָגראַם. דער ווענטילאַטאָר אינעם קאָמפּיוטער האָט אָנגעהויבן הודיען. דער מאַן קעגנאיבער אינעם קופּע, אַרום 40 יאָר אַלט, האָט אויסגעזען אַ ביסל בגילופֿין.
— היי, סעקסי! וואָס פֿאַר אַ שפּיל שפּילסטו אויף דײַן קאָמפּיוטער? אפֿשר מיט מיר ווילסטו שפּילן?
גלאַשע האָט געגעבן אַ שאַרפֿן אָפּשעצערישן קוק און אָנגעטאַפּט דעם קריסטאַל אויף דער ברוסט. יענער שטעלט מיט זיך נישט פֿאָר קיין סכּנה. אַן עכט געווער האָט זי נישט מיטגענומען, ווײַל זי האָט געמוזט דורכגיין דעם קאָנטראָל אינעם עראָפּאָרט. מיט דער הילף פֿונעם קריסטאַל האָט זי אָבער געקאָנט אויסמײַדן די אומגעוווּנטשענע ליניעס. דער מאַן האָט זיך אײַנגעקוקט אין אירע אומגעלומפּערטע סאַנדאַליעס, צוגעסמאָטשקעט און געוואָלט נאָך עפּעס זאָגן.
— אויב דו ווילסט מיט מיר שפּילן, וועסטו שפּילן אויפֿן צווינטער. — האָט גלאַשע זיך אָנגערופֿן.
דער מאַן האָט אַ ציטער געטאָן און זיך אָפּגעקערט. דער קאָמפּיוטער האָט אַנאַליזירט דעם וואַריאַנט און פֿאָרגעלייגט דרײַ מעגלעכע רעזולטאַטן.
די קאָרעקטאָרין מוז כּמעט אַלעמאָל טראָגן די סאַנדאַליעס: די רעכטע מוז זײַן באַצירט מיט אַ גאָלדענער זון, און די לינקע — מיט אַ זילבערנער לבֿנה. אַזוי איז געווען דער שטייגער פֿון קדמונים אָן, זינט זי איז צום ערשטן מאָל געבוירן געוואָרן נאָך נמרודס עקספּערימענט. צוזאַמען מיט דער רעדאַקטאָרין, זענען זיי די צוויי אותיות אין די לוחות, וואָס הענגען על־פּי־נס אין דער לופֿטן. די רעדאַקטאָרין מעג טראָגן שיך — מנעלים, ווײַל זי איז דער שלאָס־מם, נאָר די קאָרעקטאָרין, דער סמך — דווקא סנדלים.
מע טאָר נישט מיינען, חלילה, אַז די ראָלע פֿון דער קאָרעקטאָרין איז אַ קלענערע: צו קאָרעגירן דעם ספֿר־החיים איז דאָך אַ שווערע, געפֿערלעך־פֿאַראַנטוואָרטלעכע אַרבעט. פֿון דעסטוועגן, טאָר זי נישט און קען נישט איבערשרײַבן די מעשׂה; פֿאַר דעם טראָגט דאָס אַחריות די רעדאַקטאָרין. במשך פֿון פֿיר טויזנט יאָר האָבן זיי צוזאַמען געדינט ווי צוויי בריסטן פֿונעם אוניווערס, ווי עס שטייט געשריבן אינעם פּסוק: „שני שדיך כּשני עפֿרים‟ [5].
גלאַשע האָט זיך דערמאָנט אין די צײַטן, ווען זי האָט געהייסן בעאַטריטשע. זײַענדיק נאָך אַ קינד, האָט זי באַגײַסטערט דעם קומענדיקן גרויסן פּאָעט. צו באַדויערן, איז איר נישט באַשערט געווען אין יענעם גילגול לאַנג צו לעבן. דער פּאָמפּעדיקל האָט דעמאָלט אַ שאָקל געטאָן צו ווײַט אויף דער ראָמאַנטישער זײַט. צוזאַמען מיט נבֿיאיִשע חלומות האָט זיך בײַ אַ סך פּאָעטן באַוויזן אַן איבעריקער עלעמענט פֿון כאַאָס.
מיט יאָרן שפּעטער, ווען זי האָט געהייסן גערטרוד און געדינט ווי די אַלכעמישע שוועסטער, Soror Mystica, בײַם אייניקל פֿון פּאַראַצעלס, האָט זיך איר דורך אים אײַנגעגעבן צו פֿאַראינטערעסירן מאַריע־טערעזע, און ממילא יעקאַטערינע, אין וויסנשאַפֿט. דאַן האָט וואָלטאַ געשאַפֿן די ערשטע עלעקטרישע באַטאַריי, און זי האָט ווידער געמוזט שטאַרבן. ס׳איז דאָך אַ געפֿערלעכע סכּנה צו קאָרעגירן אַ בוך, ווען דו ביסט אַליין אַ טייל דערפֿון. ס׳איז אַן עכטע מלחמה, וואָס גייט אָן פֿון דור צו דור.
גלאַשע האָט אַרײַנגעשטעלט אַן אַנדער וואַריאַנט אין דער פּראָגראַם. דער חוצפּהדיקער מאַן איז געלעגן אויף זײַן באַנק און געכראָפּעט. אויבן האָבן צוויי פֿרויען געשמועסט וועגן שוואָמען און מאָלענעס. דער קאָמפּיוטער האָט געפֿונען צוויי מעגלעכע לייזונגען, אָבער זיכער נישט ריכטיקע.
גלאַשע האָט גיך פֿאַרשטאַנען, אַז דער חסיד פֿײַוויש איז בלויז אַ זײַטיקע פֿיגור. לויט איר חשבון, האָט זיך אַפֿילו דער קוואַדראַט באַוויזן נישט אין זײַן וואָר, נאָר בײַ זײַנעם אַ חבֿר און חלום — און גלײַך פֿאַרגעסן געוואָרן.
סוף־כּל־סוף, וואָס איז געווען זײַן אויפֿטו? ער פֿלעגט באַזאָרגן נמרוד מיט האַשיש און ליב געהאַט צו פּלאַפּלען. זי האָט געהאָפֿט, אַז פֿײַוויש וועט זי ברענגען צו דער רעדאַקטאָרין. אַמאָל, זייער לאַנג צוריק, נאָך אין דער תּקופֿה פֿון אַלכּסנדר מוקדון, האָט זי קאָאָרדינירט קעץ און סאָוועס, זיי זאָלן צונויפֿרופֿן צוזאַמען דעם גאַנצן עקיפּאַזש און אַלע פּאַסאַזשירן פֿון דער שיף. צוליב זיי וועט די נײַע רעדאַקטאָרין, האָפֿנטלעך, באַקומען איר בריוו.
זשאָרזש קאָוואַל איז געווען אַן אַמעריקאַנער ייִד. ער איז אַוועקגעפֿאָרן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד צו בויען ביראָבידזשאַן, און דערנאָך געוואָרן אַ סאָוועטישער שפּיאָן — אַ שליסל־פֿיגור אינעם באָמבע־פּראָיעקט. יענע צײַט איז ממש געווען אַ שוידערלעכע. אַ סך ליניעס האָבן זיך אויפֿגעריסן!
איר, דער יונגער ברוקלינער ייִדישער פֿרוי שיינע גאָלדבערג, האָט זיך דעמאָלט בכלל נישט אײַנגעגעבן צו פֿאַרבינדן זיך מיט קאָוואַלן און דערקלערן אים, וואָס ער זאָל טאָן, כּדי נישט אײַנצוברעכן די גרענעצן. די איינציקע עצה, וואָס עליזה האָט צוגעטראַכט, איז געווען אָפּצושיקן אַ בריוו צו איר אייגענעם צוקונפֿטיקן גילגול. עליזה איז געווען זייער אַ געראָטענע רעדאַקטאָרין. זיי האָבן גענוי אויסגערעכנט, אַז ווען דער רב־נחתּומי וועט דערזען עליזהס נײַעם גילגול, וועט ער אַרײַנפֿאַלן אין אַ טראַנס און, נישט וויסנדיק, אַרײַנלייגן דאָס בוך אין איר זעקל. גלאַשע האָט זיך פֿאַרטראַכט וועגן יענער גאָר לאַנגער צײַט, פֿאַר די קאָמפּיוטערס, ווען זיי האָבן געמוזט אַלץ רעכענען אַליין און זיך כּסדר פֿאַרלאָזט אויפֿן גורל־החול.
אַזוי איז פֿון קדמונים אָן דער סדר: די קאָרעקטאָרין געדענקט אירע גילגולים, כאָטש אין איר זכּרון טרעפֿן זיך פֿאַרדריסלעכע לעכער. דער עבֿר פֿאַר דער קאַטאַסטראָפֿע בלײַבט פֿאַר איר אַ רעטעניש. להיפּוך, ווייסט די רעדאַקטאָרין אַ סך וועגן יענער קאַטאַסטראָפֿישער קאָסמאָס־נסיעה, נאָר אירע גילגולים אינעם הײַנטיקן אוניווערס געדענקט זי דווקא נישט.
וויפֿל צײַט האָט גלאַשע געפּטרט אויף יענעם פֿאַרכּישופֿטן בנין אין וואָלאָגדע, פֿאַרשטעלט פֿאַר איינער פֿון די דאָרטיקע זונות? די געהיימע לאַבאָראַטאָיע, וואָס האָט געזאָלט זיך ווײַזן נאָר בחלום, האָט זיך דאָרט אויסגעמישט ממש מיט די וואָר־ליניעס. זי האָט מורא געהאַט, אַז ווען פֿײַוויש האָט זיך דאָרט געיאַוועט, וועט זי מוזן אויספֿירן איר כּלומרשטע ראָלע. צום גליק, האָט ער זי צעקושט פֿון די פֿיס ביז די אויערן, אויסגעטרונקען אַ גלאָז משקה און אײַנגעשלאָפֿן. אַדרבה, ער האָט באַצאָלט פֿאַר איר איצטיקער נסיעה קיין ביראָבידזשאַן. די וואָלאָגדער אַנאָמאַליע איז נאָך אַלץ געבליבן, נאָר בלויז אויף צווייטיקע, האַלב־חלומדיקע ליניעס.
די באַן איז אָנגעקומען קיין ביראָבידזשאַן. גלאַשע האָט פֿאַרמאַכט איר קאָמפּיוטער, אַרויסגעשלעפּט די טשעמאָדאַנען און איז אַרויסגעגאַנגען אויפֿן וואָקזאַל־פּלאַץ.
שוין זיבן נעכט האָט די קאָרעקטאָרין פֿאַרבראַכט אויף די ביראָבידזשאַנער גאַסן, באַזוכט אַלע באַרן און יעדן פֿינצטערן ווינקל פֿון דער שטאָט. די עלטערע בעלי־בתּים האָבן מסכּים געווען מיט אירע תּנאָים. ווען זי האָט דערציילט, אַז זי האָט ליב קעץ, האָבן זיי געבעטן אַכטונג צו געבן אויפֿן קאָטער. זייער אַ היימישער, לעבט ער שוין יאָרן־לאַנג אין דער דירה און קיינמאָל, בשום־אופֿן, וויל נישט מיטפֿאָרן מיט זיי אויף דער דאַטשע.
אין דרויסן האָט דריבנע גערעגנט. גלאַשע האָט פֿאַרשריבן נאָך איין פֿאָרמולע, אַרײַנגעקוקט אין איר קאָרעגערונג־פּראָרגאַם, געביטן אַ פּאָר פֿונקציעס און קאָמפּילירט אויף ס׳נײַ. איצט דאַרף דער קאָמפּיוטער גיכער געפֿינען די לייזונגען פֿון די צירופֿים. זי האָט איבערגעשטעלט עטלעכע אותיות אינעם קוואַדראַט און אויסגעפּרוּווט די נײַע מאַטריצע. דער קאָמפּיוטער האָט אַ האַלבע שעה געהודיעט און אויסגעשפּיגן עטלעכע זײַטלעך גימטריאות און שמות. גלאַשע האָט געעפֿנט אַן אַנדער פּראָגראַם, Maxima, און זיך גענומען זיי אַנאַליזירן.
אַ סך פֿאַרקריפּלטע ליניעס ציִען זיך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. זײַענדיק נאָך שיינע גאָלדבערג, האָט זי געוווינט אין מאַנהעטן. נישט אומזיסט האָט די געהיימע אונטערנעמונג אין אָק־רידזש, וווּ קאָוואַל האָט געאַרבעט, געהייסן „דער מאַנהעטענער פּראָיעקט‟. ווען נמרוד האָט צעשאָקלט די גאַנצע ווירקלעכקייט און אַרויסגעפֿירט אויפֿן ערשטן פּלאַן אַזעלכע שאָטנדיקע ליניעס, וואָס זענען פֿאַר זײַן צײַט־מאַשין געווען כּמעט נישט בנימצא, האָט ער לגמרי, רעטראָאַקטיוו, אויסגעקרימט זײַן אייגענע, פֿריִערדיקע וועלט. באַזונדערס אינטערעסאַנט זענען אַזעלכע פֿיגורן, ווי קאָוואַל, וואָס זענען אויף נמרודס שיף, אויף וויפֿל מע ווייסט, בכלל נישט געפֿלויגן און, דאַכט זיך, אַפֿילו נישט געהאַט קיין שײַכות צו די פּאַסאַזשירן. נמרוד אַליין האָט זיך כּמעט אינגאַנצן אויסגעמעקט. זײַן שאָטן קומט נאָך אַלץ צו זעלטענע יחידים, געוויינטלעך, פּסיכיש קראַנקע אָדער אונטער דער השפּעה פֿון פּסיכאָדעלישע שטאָפֿן, אָבער בלײַבט נאָר אַ שאָטן.
די, וואָס האָבן יאָ געהאַט אַ שײַכות צו די שיף־רײַזנדע, דרייען זיך אין יעדן דור אַרום דעם עקיפּאַזש. צוליב דעם פּלאָנטער, פּאַסירן מיט זיי כּסדר אויסטערלישע געשעענישן, פֿון לעכער אינעם זכּרון ביז בפֿירושע אויסמישעכצער פֿון ליניעס, צומאָל זייער געפֿערלעכע. למשל, אַ צווייטלינג פֿון דער באַרימטער מאָסקווער באַראַבאַשקע האָט זיך אַרויסגעוויזן בײַ די ליכטיקע עלפֿן ווי אַ מערדערישער דראַקאָן. אַ דאַנק דער טאַלאַנטירטער עלפֿישער רעדאַקטאָרין, האָט זיך איר אײַנגעגעבן, צוערשט, אים איבערצושרײַבן, און דערנאָך אינגאַנצן אויסמעקן.
די פּראָגראַם האָט באַמערקט עטלעכע געזעצמעסיקייטן. קודם־כּל, און דאָס איז די וויכטיקסטע זאַך, האָט די רעדאַקטאָרין כּמעט זיכער באַקומען איר גילגולס בריוו צוזאַמען מיט דער קמיעה. צווייטנס, האָט זי אויסגערעכנט דעם באַר, וווּ עס דרייט דער מענטש, צוליב וועלכן זי אין אַהער געפֿאָרן. גלאַשע האָט אַ גריבל געטאָן אין איר טשעמאָדאַן, זיך איבערטאָן אין אירע זונה־קליידער און זיך געלאָזט שפּאַצירן אינמיטן דער נאַכט. ווען דער אויסגעדינטער פּאָלקאָווניק איז אָנגעקומען פֿיר אַזייגער בײַנאַכט מיט אַ טאַקסי, האָט ער זיך פֿאַרחידושט און באַליידיקט, אַז אַנשטאָט מיט אים איבערצושלאָפֿן האָט די אַפּעטיטנע גאַסן־פֿרוי געקויפֿט בײַ אים די משוגענע האַנטשריפֿט פֿאַר אַ נישקשהדיקער סומע, אָנגעגאָסן אַ גלאָז, און פֿאַרטריבן צוריק אויף דער גאַס. עטלעכע חלומות האָט קאָוואַל פֿאַרשריבן אויף ייִדיש. איטאַליעניש און דײַטש איז בײַ גלאַשען אַ ביסל פֿאַרגעסן געוואָרן במשך פֿון לאַנגע גילגולים, נאָר זי האָט גענוג גוט געדענקט, ווי אין אירע אַמעריקאַנער יאָרן פֿלעגט זי כּסדר שמועסן אויף ייִדיש מיט עליזה און אַנדערע חבֿרטעס.
מאַשע האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַ אירע קרובֿים אויף זייער דאַטשע צפֿון־צו פֿון ביראָבידזשאַן, ממש אין טײַגע. דער עלטערפֿעטער האָט זי געבעטן צו באַזוכן די דירה, וווּ זיי האָבן איבערגעלאָזט זייער קאָטער פּיראַט. סערגיי באָריסאָוויטש האָט דערקלערט, אַז זיי האָבן פֿאַרדונגען די דירה אויף אַ חודש צו עפּעס אַ צווייפֿלהאַפֿטיק, אָבער פֿאַרלאָזלעך מיידל.
זינט מאַשע האָט באַקומען דעם „צעבראָכענעם‟ וואָלטמעטער, האָט זי יעדע נאַכט געזען נײַע פּרטים פֿון דער קאָסמאָס־נסיעה. אירע לעצטע חלומות זענען געווען כּמעט ריין פֿון פֿאַנטאַזיעס. זי האָט אַפֿילו פֿאַרשטאַנען מער אָדער ווייניקער דעם נוסח, וואָס די מכשפֿים האָבן פֿאָרגעלייענט בעת דעם קאַטאַסטראָפֿישן עקספּערימענט.
אַ דאַנק קאָוואַלס טאָגבוך פֿון חלומות, האָט גלאַשע במשך פֿון איין שלאָפֿלאָזיקער נאַכט, טרינקענדיק איין שוואַרצע קאַווע נאָך אַ צווייטער, געלייזט אַ גאַנצן טוץ גלײַכונגען און אַנטדעקט הונדערטער מעגלעכע צירופֿים. זי האָט פֿאַרשריבן נײַע פֿאָרמולעס אינעם זיבעטן קאַפּיטל פֿון איר העפֿט — דאָס אַכטע קאַפּיטל וועט פֿאַרשריבן ווערן נאָר אין משיחס צײַטן.
גלאַשע האָט געשטעלט אַ דיקן פּונקט און אונטערגעשטראָכן די ערשטע פּשוטע שורה, וואָס האָט געפֿאָדערט אַ רעדאַקציע: פֿײַוויש איז פֿאָרט אַ סימפּאַטישער מענטש, ער פֿאַרדינט נישט אַזעלכע צרות מיט שלום־בית. ס׳איז שוין געווען נאָכמיטאָג: טאָג און נאַכט האָט זי געאַרבעט אָן אַ הפֿסקה.
אין דער טיר האָט עמעצער אָנגעקלונגען. אין אַ קורץ לעדערן קליידל און אַ גרינער בלוזקע, שוואַרצע שיכעלעך אויף הויכע אָפּצאַסן, מיט שמאָלע ברוינע ברילן אויפֿן שפּיציקן נעזל, פֿאָכנדיק מיטן וועלפֿישן וויידל אויף איר רענצל, איז די נײַע רעדאַקטאָרין אַרײַן מיטן טאַליסמאַן אין דער האַנט. זי האָט אַ קוק געטאָן אויפֿן טשיקאַוון פֿעטן קאָטער און געזאָגט: „ריזשי קאָט‟.
[1] כראַם — אַ מיקדש, אַ הייליק אָרט
[2] קאָלבעס און רעטאָרטעס — כעמישע כּלים
[3] סושקע(ס) — קליינע טרוקענע בייגעלעך
[4] ראָזעטקע — אן עלעקרטישער קאָנטאַקט
[5] „צוויי דײַנע אָפּלען ווי צוויי סאַרנעס‟ (שיר־השירים ד’ ה׳)