
חנוכּה און „שוואַרצער פֿרײַטיק‟
דער חודש נאָוועמבער איז הײַיאָר באַשײַנט געוואָרן מיט אונדזער ליכטיקן יום־טובֿ חנוכּה. צום אָנצינדן דאָס ערשטע חנוכּה־ליכטל, לויט דער משפּחה־טראַדיציע, קומען אונדזערע זיבן אייניקלעך, קיין עין־הרע, זיך צונויף בײַ אונדז אין שטוב. נאָכן צעטיילן די חנוכּה־מתּנות לויפֿט דאָס קליינוואַרג אַוועק אין אַן אַנדער צימער, זיך באַרימען איינער פֿאַרן אַנדערן מיט די באָבע־זיידע מתּנות; און די דערוואַקסענע טיילן זיך מיט זייערע נײַעס.
הײַיאָר איז חנוכּה אויסגעפֿאַלן אויך נישט ווײַט פֿון דער אַל־נאַציאָנאַלער אַמעריקאַנער חגא „דאַנקטאָג‟, מיט אַלע גוטע נאַשערײַען, וואָס די שׂימחה ברענגט מיט זיך. ווי די אַמעריקאַנער ווייסן, קומט אויפֿן צווייטן טאָג, ווי אַ מין אָנשיקעניש, דער אַזוי גערופֿענער „שוואַרצער פֿרײַטיק‟. פֿאַר וואָס האָט מען אַזוי דעם דאָזיקן טאָג געקרוינט, האָב איך קיין אַנונג נישט. האָב איך עס געפֿרעגט בײַ מײַן עלטערן זון, אַרקאַדי. ער איז אַ פּאַפּולערער „בלאָגער‟, ווערט אָפֿט פֿאַרבעטן אויף דער טעלעוויזיע, צו קאָמענטירן פֿאַרשיידענע נײַעס… מיט איין וואָרט, ער דאַרף וויסן. גיב איך אים דאָס וואָרט, און לאָז ער דערקלערן, וואָס ער מיינט וועגן דעם הײַיאָריקן „שוואַרצן פֿרײַטיק‟ און נישט נאָר:
דעם אמת געזאָגט, — הייבט אַרקאַדי אָן, — האָב איך קיין מאָל נישט פֿאַרשטאַנען דעם זין פֿון „שוואַרצן פֿרײַטיק‟ — דער אויספֿאַרקויף־טאָג, וואָס ווערט דורכגעפֿירט דורך די גרויסע האַנדל־נעצן און קראָמען. מענטשן באַלאַגערן די קלייטן פֿון בײַ נאַכט אָן, כּדי זיך אין דער פֿרי, ווי נאָר די טירן וועלן זיך עפֿענען, זיך אַרײַנרײַסן די ערשטע און כאַפּן די אַרויסגעשטעלטע סחורה — צי זיי דאַרפֿן עס יאָ, צי נישט. ניט זעלטן טרעפֿט זיך, אַז אָט די ווילדע בהלה פֿאַרענדיקט זיך מיט אַ געשלעג און געליטענע. צוריק גערעדט, קאָן מען הײַנט די זעלבע מציאות קויפֿן דורך דער אינטערנעץ. אין די זעלבע קראָמען, פֿאַר די זעלבע פּרײַזן, נישט אויפֿהייבנדיק דעם היטן פֿונעם דיוואַן.
הײַנטיקס יאָר האָבן די באַלעבאַטים פֿון אַ סך קראָמען, בפֿרט גרויסע רײַכע קראָמען, זייערע טירן געהאַלטן פֿאַרלשאָסן. מה נשתּנה? דער פֿאָרמעלער ענטפֿער איז: די זאָרג פֿאַרן עמך! קודם־כּל, וואָס שייך דער פּאַסקודנער פּאַנדעמיע. און אויך — צו דערמעגלעכן כּלומרש די מיטאַרבעטערס פֿון דער האַנדל־סיסטעם צו פֿאַרברענגען דעם יום־טובֿ מיט זייערע אייגענע און פֿרײַנד. דער הונט איז אָבער באַגראָבן טיפֿער, און זײַנע אויערן שטעקן אַרויס אויף דער אַמעריקאַנער בערזע, וווּ די אַקציעס פֿון די גאָר גרויסע קראָמען זײַנען געפֿאַלן, צוליב די רויבערײַען און גנבֿות, וואָס זײַנען געוואָרן אַלץ אָפֿטער און גרעסער, בפֿרט אין לאָס־אַנדזשעלעס און סאַן־פֿאַרנציסקאָ.
די פּאָליציע־רעפֿאָרמעס, אײַנגעפֿירט גלײַך נאָך די אומאָרדענונגען אין ניו־יאָרק מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, דערמעגלעכט פֿאַקטיש, אַז די כוליגאַנען פֿאַר די אַזוי גערופֿענע „דריבנע פֿאַרברעכן‟ זאָל מען שטרענג נישט באַשטראָפֿן. זאָל די פּאָליציי זיך בעסער אָפּגעבן מיט וויכטיקערע קרימינעלע ענינים. וואָס שייך די וועכטערס בײַ די קלייטן און קראָמען, מאַכן זיי זיך אָפֿט ניט־זעעוודיק און ניט־הערנדיק. איך אַליין בין געווען אַן עדות דערצו, ווי עטלעכע יונגאַטשעס האָבן בכּיוון „אָפּגעווישט‟ די פּראָדוקטן פֿון די פּאָליצעס, און קיינער האָט זיי קיין וואָרט נישט געזאָגט, ווי איינער רעדט, וואָס נאָך קאָן מען פֿון זיי דערוואַרטן!
דערווײַל נעמט אָן כּוח די אַלטע מעשׂה וועגן „דערנידעריקטע און באַליידיקטע‟, וועגן דער אומגערעכטיקייט פֿון דער געריכט־סיסטעם וכּדומה. ווי עס זאָל נישט זײַן, בלײַבט דאָס געלט ליגן אין די בענק, דעריבער לײַדט דערפֿון קיינער נישט, אַ חוץ די בענק אַליין. די סחורה אין די קראָמען איז פֿאַרזיכערט און געהערט צו די קראָמען. אַזוי אַז קיינער דערפֿון לײַדט אויכעט נישט. סײַדן די פּרײַזן אויף יעדע קלייניקייט וואַקסן משונה־ווילד. עס שפּרינגען אַרויף די פּרײַזן אויף נאַפֿט, און אַז מע וויל קויפֿן עפּעס אַ גרעסערע זאַך — אַ פֿריזשידער, אַ וואַשמאַשין, אַן אויטאָ — קומט עס אָן מיט גרינע ווערעם, מחמת אין די האַפֿן ווערט אַלץ פֿאַרהאַלטן און ביז מע באַקומט עס נעמט חדשים לאַנג…
איז עס דען אַ חידוש, וואָס אַ סך קלייטן שליסן זייערע טירן נישט בלויז אויפֿן „שוואַרצן פֿרײַטיק‟, נאָר אויף שטענדיק, אָדער פֿירן איבער זייער האַנדל אויף דער אינטערנעץ־פּלאַטפֿאָרם. ווי אַ פּועל־יוצא דערפֿון בלײַבן טויזנטער מענטשן אָן אַרבעט, און פֿאַרגרעסערן די רייען פון די „דערנידעריקטע און באַליידיקטע‟…
אַרקאַדי האָט אַוודאי נאָך וואָס צו זאָגן, אָבער די באַלעבאָסטע און די צוויי שניר רופֿן אונדז עסן הייסע לאַטקעס. דערווײַל איז אויף קאַרטאָפֿל קיין אויסכאַפּעניש ניטאָ.
אַ פֿריילעכע חנוכּה אַלעמען! געזונט און ליכט אין יעדער שטוב!
נאָוועמבער 28, 2021