אַזוי האָב איך פֿאַרבראַכט פּסח אין מעדיצין-שול

שלום בערגער

ס’איז באַלד ווידער פּסח און איך דאַרף נאָר אַ פּאָר מינוט צו זײַן פֿרײַ פֿון שפּיטאָל, כּדי אָנצורופֿן מאַמי און זיך נאָכפֿרעגן אױף אַלעמען. איך בענק נאָך דער גאַנצער משפּחה. כ׳בין אָבער משוגע ביזי. מײַן איצטיקע ראָטאַציע גייט דורך אין דעם אײַ־סי־יו, און איך לױף פֿון פּאַציענט צו פּאַציענט אין דער פֿרי; אַזאַ איז דאָך דער דזשאַב פֿון אַ מעדיצין־סטודענט, רוטין-אַרבעט. כאָטש מיר אַרבעטן נישט אַזױ שװער װי די קראַנקן־שװעסטערס אָדער די סטראָזשן. 

אַ מאָל לאָזט מען מיר טאָן מײַן באַליבטע זאַך, סתּם רעדן מיט מענטשן. איך האָב ליב סײַענס, נאָר דאָס הערן װי מענטשן רעדן זיך אַראָפּ פֿון האַרץ, איז אַ גרױסער כּבֿוד. מע האָט מיר געהײסן פֿאַרצײכענען אַ געשיכטע פֿון אַ געװיסן פּאַציענט, מײַן רעזידענט האָט אויף מיר געגעבן אַ באַטײַטיקן קוק. „איך האַלט,“ זאָגט זי, „אַז דו װאָלטסט געװען די בעסטע פֿאַר זײ.“

איך האָב נישט געװוּסט װאָס זי מײנט, ביז איך האָב ניט געזען די דאָזיקע פֿאַמיליע פֿאַר די אױגן. װי עס קומט אָפֿט מאָל פֿאָר, איז די גאַנצע פֿאַמיליע געװען צוזאַמענגעקװעטשט אין אײן צימער אין אינטענסיװן אָפּטײל. איך האָב שױן אַ ביסל געהערט װעגן דעם פּאַציענט װאָס ליגט אין בעט, אַ בחורטע פֿון אַ יאָר 17־18, געפֿונען לעבן אַ שאָסײ, אָנגעטאָן אין אַ לאַנג רעקל, אַ בלוזקע מיט לאַנגע אַרבל, און אויפֿן האַלדז — אַ פּשוט האַלדזבענדל. איר אידענטיטעט האָט מען אױסגעפֿונען בלױז נאָך אַ װאָכן־לאַנג זוכעניש, װאָס האָט פֿאַרכאַפּט דעם אױפֿמערק פֿון דעם היגן פּובליקום. 

איך האָב נאָכגעפֿאָלגט יענע פּרשה, װײַל איך אַליין בין דעמאָלט געװען אין אַ טיפֿסטער דעפּרעסיעס פֿון מעדיצין־שול. איך האָב זיך געהאַט צעשײדט מיט מײַן חבֿר. איך האָב נישט געװוּסט, צי איך װעל אױסהאַלטן מײַנע מעדיצין־קורסן. איך בין געזעסן אין אונדזער בשותּפֿותדיקער דירה — ער האָט זיך נאָך נישט געהאַט אַרױסגעצױגן — דעם קאָפּ אַרומגעכאַפּט מיט די הענט, מײַן אַנאַטאָמיע־װידעאָ אָפּגעשטעלט אין אַ סוררעאַלער פּױזע אױפֿן גרױסן עקראַן קעגן איבער.

כּדי לאָזן אָפּצורוען די אױגן, האָב איך געביטן דעם טעלעוויזיע־קאַנאַל אױף די נײַעס און גראָד געזען דעם רעפּאָרטאַזש װעגן אַ בחורטע, וואָס איז פֿאַרלױרן געגאַנגען. „אַמאָל‟, האָב איך לעפּיש אַ זאָג געטאָן, „פֿיל איך זיך אױך אַזױ.“ װי גרויס איז געװען מײַן חידוש, ווען איך האָב געזען, אַז זי שטאַמט דװקא פֿון מײַנע גאַסן, אַז געלערנט האָט זי זיך אין דער זעלבער שול, געגאַנגען אין דעם זעלבן סעמינאַר, און איז אַנטלאָפֿן. 

דװקא איצט, בשעת איך בין אױף דער ראָטאַציע, האָב איך אַ קוק געטאָן אױף דער רשימה פּאַציענטן און אױסגעפֿונען, אַז זי איז דאָ צװישן זײ. איך בין אַרײַן אין דעם צימער װי אַ היפּער־קאָמפּעטענטער מעדיצין־סטודענט צו װײַזן, אַז איך קען זײַן דאָס בריקל צװישן דער לײַדנדיקער פֿאַמיליע און דעם כּוח פֿון מעדיצין. 

אַן עלעגאַנט־געקלײדטע פֿרױ מיט אַ דעצידירטן שׂכל האָט אַרױסגעקוקט פֿון די פֿאַרטרערטע אױגן. זי האָט מיך אָנגענומען פֿאַר דער האַנט און געזאָגט: „יור דהע סטודענט. אײַ װאַנט דהע דאָקטער.“

מילא, דאָס איז אַ מעשׂה בכל־יום, האָב איך געטאָן וואָס איך טו געוויינטלעך, זיך אַװעקגעזעצט און מיט אַ קוק פֿון אַ פּראַקטיצירטן אױפֿמערקזאַם געפּרוּווט געבן צו פֿאַרשטיין, וואָס פֿאַר אַ שרײַפֿעלע איך בין אין דער ריזיקער שפּיטאָל־פֿאַבריק. דער צימער איז געווען פֿול געפּאַקט מיט משפּחה. אַ סימפֿאָניע פֿון אַלאַרמען האָט געפּיפּסט. מע האָט געהערט אַ געשטיקטן געלעכטער פֿון קאָרידאָר. פּלוצעם האָב איך פֿאַרלוירן דאָס געפֿיל פֿון פֿעסטן באָדן אונטער די פֿיס. איך האָב דערהערט ווי די באָבע אָדער גאָר די עלטער-באָבע, זאָגט שטיל „תּהילים‟ פֿון אַ ספֿר מיט ראָזעווע לעדערנע טאָוולען. 

„װאָס מאַכט מען?“ — האָב איך שטיל אַ פֿרעג געטאָן, זיך װענדנדיק גלײַך צו דער זקנה. 

זי האָט געגעבן אַ פֿאַרמאַך מיט אַ קנאַק די ראָזעװע טאָװלען פֿונעם „תּהילימל‟.

„װאָס זאָל זיך מאַכן?“ — האָט זי זיך געבײזערט. — „מײַן אײניקל ליגט דאָרטן אױף דער בעט, מיט אַזױ פֿיל טובעס און מאַשינעס, דו פֿרעגסט, װאָס איך מאַך?!“

„אײַם סאָרי…“ — האָב איך אַ זאָג געטאָן. — „איך װײס, װי שװער ס׳איז צו זײַן אין אײַער מצבֿ.“

זי איז קענטיק װײכער געװאָרן.

„איך װײס, ביסט אַ מעדיקאַל סטודענט, האָסט נישט געבעטן זאָלסט האָבן צו טאָן מיט הײמישע װי אונדז“ — זי  האָט פּלוצעם אַ שאַרפֿן בליק געװאָרפֿן אױף מיר. — „װוּ ביסטו אױפֿגעװאַקסן?“

פּלוצעם, װי אַ נס־מן־השמים, האָב איך באַקומען אַ טעקסט פֿון מײַן רעזידענט, האָב איך געמוזט פֿאַרלאָזן דעם צימער. 

זאָגט יענע באָבע: „האָסטו אַ פּלאַץ אױפֿן סדר?“

איך האָב שױן געהאַט אַ פֿאַרטיקן ענטפֿער פֿאַר די, װאָס האָבן געװאָלט זיך אַרײַנגריבלען אין די פּרטים פֿון מײַן לעבן נאָך דעם, װי איך בין אַראָפּ פֿון דרך. 

„איך האָב מײַן אײגענעם צוגאַנג צו די זאַכן.“

די באָבע האָט אױף מיר אױסגעגלאָצט די אױגן.

„װאָס מײנט דאָס, דאַרפֿסט אַ סדר צי  נישט?“

און איך בין דעמאָלט צעבראָכן געװאָרן, װי יענער װידעאָ פֿון דער אַנאַטאָמיע־לעקציע איז שטעקן געבליבן אױפֿן עקראַן פֿון מײַן קאָמפּיוטער. איך בין געװאָרן ענלעך צו אַ גוף אָן אַ מוח — איך װײס נישט, װוּהין זיך צו קערן, װאָס צו טאָן אין דעם צימער מיט די אַלע עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן, װאָס זײַנען מער זיכער אין זיך װי איך אין מיר. בין איך אַ מעדיצין־סטודענטקע אָדער סתּם אַ מענטש, בין איך אַ ייִדישע טאָכטער, אַ הײמישע צי אַן אָ־טי־די, אַ פּראָפֿעסיאָנאַל אָדער אַ בשׂר־ודם מיט געפֿילן?

קײן ענטפֿער אױף די קשיות האָב איך נישט געהאַט; האָב איך געזאָגט די ערשטע זאַך, װאָס מיר איז אײַנגעפֿאַלן פֿון דעם סדר־נאַכט, אַ חוץ די מענטשן, װעלכע זיצן נאָך בײַם סדר־טיש אין מײַן פֿאַנטאַזיע, װאָס אַ צװײטער קען מיר זײ נישט צושטעלן. 

„איך װיל…“ — מײַן קול האָט זיך געװאַקלט, און איך האָב געװוּסט טיף אינעװײניק, אַז מײַן רעזידענט איז שױן בײז אױף מיר און װוּנדערט זיך, װוּ איך בין, — „איך װיל שמורה־מצאה.‟

„נו, פֿאַרשטײט זיך,“ — האָט די זקנה געזאָגט, װי אַזאַ זאַך בעט מען בײַ איר יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק. און אפֿשר טאַקע אַזױ. 


מײַן ראָטאַציע האָט זיך געביטן, איצט בין איך אין אַ קליניק מיט אַ הױט־דאָקטער. װי איך זאָג מײַן איצטיקן חבֿר, איך ראַטעװע לעבנס דורכן קעמפֿן מיט אױסשיטן… אויך מיר אַ הילדינע פֿון העלט-קייר. אַלץ איז אַלע מאָל קאָמפּליצירט, און איך האָב פֿאַרגעסן אין די ערשטע טעג פּסח. ערגעץ בעת חול־המועד האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט מײַן פֿאַמיליע. דעם לעצטן טאָג האָב איך שױן אױפֿגעעפֿנט דאָס קעסטעלע, װאָס ליגט אַ װאָך לאַנג אױפֿן טיש אין מײַן דירה-קיך, אַרומגעבונדן מיט אַ דיקן טײפּ. אינעװײניק זײַנען געלעגן װי טײַערע בעיביס דרײַ שטיקלעך הײמישע, דאָס הײסט, מיאוסע, מצות.

איך האָב נישט געװוּסט װאָס ס׳איז געשען מיט יענעם מײדל אין אײַ־סי־יו, מורא געהאַט נאָכצוקוקן איר רעקאָרד. איך האָב אָנגעקוקט די מצה, עלעהײ איך בין זייערס אַ פֿרײַנד און אַ שׂונא אין איין צײַט. איך האָב גערעדט אונטער דער נאָז, ערגעץ צווישן אַן אונטערטעניקער תּלמידה, אָדער אַרבעטאָרין און אַן אומאָפּהענגיקן דערוואַקסלינג. 

„כּל־דיכפֿין…“ — האָב איך געמורמלט. 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s