צום 50סטן יובֿל פֿונעם וועלטבאַרימטן מוזיקער
סערגאָ בענגעלסדאָרף
אייגנטלעך, האָט זיך אונדזער באַקאַנטשאַפֿט אָנגעהויבן פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע. דעמאָלט, מיט עטלעכע יאָר צוריק, איז יעווגעני קיסין, לויט דער פֿאַרבעטונג פֿונעם באַרימטן דיריגענט זובין מעטאַ, געקומען קיין ישׂראל צו דער 80־יאָריקער פֿײַערונג פֿונעם ישׂראלדיקן סימפֿאָנישן פֿילהאַרמאָניע־אָרקעסטער. אין יענע טעג האָט דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן פֿאַרבעטן קיסינען אין „בית־לייוויק‟, ער זאָל דערציילן וועגן זײַן וועג צו ייִדיש, לייענען זײַנע לידער, ווי אויך אויסהערן זײַנע פּען־ברידער, ייִדישע פּאָעטן, וואָס זײַנען געקומען אים צו באַגריסן. זינט דעמאָלט אָן האָט זיך צווישן אונדז פֿאַרקניפּט אַ פֿרײַנדלעכע באַציִונג.
פֿאַר מיר פּערזענלעך אין מײַן דמיון איז יעווגעני שוין גיכער נישט קיין פּיאַניסט, נאָר אַ קינסטלער אַ מאָלער, וואָס מאָלט מיט זײַנע פֿינגער אויף די פֿאָרטעפּיאַנע־קלאַווישן וווּנדערלעכע קלאַנג־בילדער — אַזוי ווי דער קאָמפּאָזיטאָר האָט זיי פֿאַרטראַכט, און ער, קיסין, מיט זײַן ריזיקער קינסטלערישער פֿאַנטאַזיע האָט זיי אויפֿגעלעבט. דעריבער איז זײַן אויספֿירונג שטענדיק אָריגינעל און רופֿט אַרויס התפּעלות בײַם צושויער.

אויף אַזאַ אופֿן איז לעצטנס דורכגעגאַנגען דער קאָנצערט אין ירושלים, געווידמעט זײַן 50־יאָריקן יוביליי. מיר האָט אָפּגעגליקט בײַצוזײַן אויף דעם קאָנצערט, צוזאַמען מיט מײַן טאָכטער און אייניקל, אַליין אַ פּראָגראַמיסט; ער האָט נישט געקאָנט אײַנזיצן אויפֿן אָרט און אַזוי געשריגן „בראַוואָ‟, אַז אין אַ מאָמענט איז ער שיִער נישט אַראָפּגעפֿאַלן אויף די קעפּ פֿון די צוהערער, וועלכע זײַנען געזעסן מיט אַ שורה נידעריקער. אַגבֿ, איז ער געווען נישט דער איינציקער אַזאַ, דער גאַנצער זאַל פֿון „בנייני האומה‟ — 3000 מענטשן האָבן נאָך יעדן קאָנצערט־נומער אויסגעזעצט ווילדע אַוואַציעס.
וועגן אָט דעם היסטאָרישן קאָנצערט וואָלט זיך געוואָלט רעדן באַזונדער. דער פֿאַקט אַליין, אַז קיסין האָט באַשלאָסן אויפֿצוטרעטן מיט זײַן יוביליי־פּראָגראַם דווקא אין ירושלים, אין דער קרוינשטאָט פֿון ישׂראל, זאָגט עדות וועגן זײַן אמתער געטרײַשאַפֿט דעם לאַנד און ייִדישן פֿאָלק. בפֿרט, אַז די גאַנצע הכנסה פֿונעם קאָנצערט איז איבערגעגעבן געוואָרן דעם פֿאָנד צו שטיצן יונגע מוזיק־טאַלאַנטן.
די יום־טובֿדיקע שטימונג האָט יעדן אַרומגעכאַפּט גלײַך פֿון די ערשטע קלאַנגען און האָט שוין נישט אָפּגעלאָזט ביזן לעצט אַקאָרד פֿון שאָפּענס וואַלס, מיט וועלכן קיסין האָט פֿאַרענדיקט דעם דריטן אָפּטייל פֿון זײַן קאָנצערט… יאָ, כ׳בין זיך נישט טועה געווען; יעווגעני אַליין איז אַזוי פֿאַרכאַפּט געווען פֿון זײַן שפּילן, אַז די טראַדיציאָנעלע „ביסן‟ האָבן זיך אויסגעלאָזט אין נאָך איין קאָנצערט־אָפּטיילונג!
איך וויל זיך נישט אַרײַנלאָזן אין אַ קריטישן אַנאַליז פֿון זײַן פּראָגראַם, מחמת אַלע קריטיקער מוזן דאָ פֿאַרשטומט ווערן. איך וויל נאָר זאָגן, אַז די דאָזיקע פּראָגראַם איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן מיט גרויס געשמאַק און ליבע צו די גרויסע נעמען — באַך, מאָצאַרט, בעטהאָווען און, אַוודאי, שאָפּען, וואָס מיט זײַן Andante spianato און דעם „גרויסן פּאָלאָנעז‟ האָט קיסין ממש אויפֿגעריסן דעם עולם. ווײַטער איז אַוועק אַ סדרה „ביסן‟, בעת וועלכע די מענטשן זײַנען מער געשטאַנען איידער געזעסן. דאָס איז געווען אַן אמתער טריומף פֿון אַ גרויסן מאַעסטראָ; און איך בין זיכער, אַז דער קאָנצערט וועט זיך פֿאַרגעדענקען יעדן איינעם, ווער ס׳איז אויף אים געווען אין יענעם אָוונט.
מײַנע קורצע נאָטיצן וואָלט איך געוואָלט פֿאַרענדיקן אויף אַ ייִדישער נאָטע אינעם שאַפֿערישן לעבן פֿון אונדזער יובילאַר. איך ווייס, אַז אין דער לעצטער צײַט, זינט ס׳האָט אויסגעבראָכן די וויסטע עפּידעמיע, איז צעשטערט געוואָרן קיסינס גאַנצער קאָנצערט־פּלאַן אויף יאָרן פֿאָרויס. ס׳רובֿ פֿון דער צײַט האָט קיסין דער שרײַבער אָפּגעגעבן זײַן ליטעראַטור־אַרבעט. ער האָט אַרויסגעלאָזט בײַם פֿאַרלאַג „ייִדיש בראַנזשע‟ אַ נײַ בוך „בלויז עטלעכע מינוט גאַנג…”, וואָס נעמט אַרײַן זײַנע טאָג־ביכער, דערציילונגען און פּאָלעמישע נאָטיצן, געווידמעט מוזיק, ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿישע באַטראַכטונגען און פּאָליטישע אָפּשאַצונגען. איך לייען כּסדר זײַן טאָגבוך „אין דער צײַט פֿון קאָראָנאַ־ווירוס‟, וואָס ווערט חודשלעך געדרוקט אינעם עלעקטראָנישן זשורנאַל „ייִדיש בראַנזשע‟, וועלכן קיסין שטיצט אים פֿינאַנציעל; און איך וואַרט אומגעדולדיק עס זאָל דערשײַנען זײַן נײַ בוך, פֿאַר וועלכן כ׳האָב שוין צוגעגרייט אַן אָרט אויף מײַן ביכער־פּאָליצע.
כ׳האָב שוין געהאַט געשריבן, אַז יעווגעני האָט זיך לעצטנס געוואָנדן צום שאַפֿן ייִדישע מוזיק. אַזוי איז צום ערשטן מאָל אין דער ייִדישער טעאַטער־געשיכטע געשאַפֿן געוואָרן אַ ייִדישער מיוזיקל „פֿייגעלע אַלף פֿון דעם אַלטן גראַמאָפֿאָן‟. דעם ליברעטאָ צום מיוזיקל האָט אָנגעשריבן באָריס סאַנדלער לויט די מאָטיוון פֿון זײַן ביכל פֿאַר קינדער „העלפֿאַנד אלי און קלעפּטשיק־בעבטשיק‟. סײַ דאָס קינדער־ביכל און סײַ דער מיוזיקל האָבן דערזען די ליכטיקע שײַן אין ביראָבידזשאַן.
און נאָך איין וויכטיקע ידיעה: דעם 12טן אויגוסט, 2022 וועלן מיר אָפּמערקן דעם 70סטן טרויער־טאָג זינט אין מאָסקווע זײַנען דערשאָסן געוואָרן די פֿירנדיקע מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, צווישן זיי — די ייִדישע שרײַבערס דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער. יעווגעני קיסין האָט אַ טרוים דורכפֿירן צו דער דאַטע, צוזאַמען מיטן באַקאַנטן אַקטיאָר פֿון רוסלאַנד, בנימין סמעכאָוו, צוויי אָנדענק־פּראָגראַמען — אין מאָסקווע און אין ניו־יאָרק…
ווען איך טראַכט וועגן יעווגעני קיסין, דערמאָן איך זיך אין די ווערטער פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש: „ייִדיש וועט שוין קיין מאָל נישט זײַן די שפּראַך פֿון דער ייִדישער גאַס; ייִדיש וועט ווערן די שפּראַך פֿון דער ייִדישער אַריסטאָקראַטיע.‟ דעם פּיאַניסט און שרײַבער יעווגעני קיסין קאָן מען מיט פֿולן רעכט אָנרופֿן ייִדישער אַריסטאָקראַט!