
דאָס נײַע סאָוועטישע לעבן האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער שפּראַך נישט בלויז טאָג־טעגלעכע שטייגערישע ווערטער און באַגריפֿן, וואָס האָבן געזאָלט באַקומען זייערע ייִדישע נעמען; די ייִדישע נאַציאָנאַלע ראַיאָנען אין קרים, אוקראַיִנע, באַזונדערס די ייִדישע אויטאָנאָמער געגנט אין ביראָבידזשאַן, מיט איין וואָרט, די קאַזיאָנע־אַדמיניסטראַטיווע סיסטעם האָט געפֿאָדערט אײַנצופֿירן נײַע ייִדישע טערמינען, אַ נײַע אַדמיניסטראַטיווע שפּראַך.
אין די סוף 1920ער, אָנהייב 1930ער יאָרן איז פֿאַרשפּרייט געווען דאָס ווערטל: דאָרט, וווּ ס׳איז דאָ אַ פֿאָלקסגעריכט, קאָן נישט זײַן קיין דיינס שטיבל! די נײַע געריכט־סיסטעם האָט זיך גענייטיקט אין אַ נײַער געריכט־שפּראַך אויף ייִדיש.
טרויקע
דאָס רוסישע וואָרט „טרויקע‟ איז אַרײַן אין ייִדיש פֿון דער שנײַדערישער שפּראַך. געמיינט האָט עס אַ מענערישן אָנצוג, וואָס באַשטייט פֿון דרײַ זאַכן: רעקל, הויזן און אַ זשילעטל.
אין די שווערסטע יאָרן פֿון דער סאָוועטישער רעפּרעסירנדיקער פּאָליטיק (1937־1938), האָט דאָס וואָרט „טרויקע‟, ווי אַ קאַלקע פֿון רוסיש, אָנגעהויבן צו קלינגען אויף ייִדיש ווי אַ גזר־דין, אָבער נישט פֿון הימל, נאָר פֿון דעם דרײַ־קעפּיקן מאַכט־מאָנסטער, וואָס פֿלעגט במשך פֿון עטלעכע מינוט לייזן דעם גורל פֿון די אַרעסטירטע „שׂונאים פֿון פֿאָלק‟. אין יענע פֿינצטערע יאָרן האָט עס געמיינט טויטשטראָף.
אָט אַזאַ „טרויקע‟ האָט אויך געלייזט דעם גורל פֿון פּאָעטן משה קולבאַק, איזי כאַריק, דעם רעזשיסאָר משה ראַפֿאַלסקי, דעם קריטיקער משה ליטוואַקאָוו און צענדליקער אַנדערע ייִדישע קולטור־טוערס.
שעדיקער און שעדיקערײַ
נישט ווייניק סאָוועטישע בירגער, בתוכם ייִדן, זײַנען געקרוינט געוואָרן מיטן וואָרט „שעדיקער‟ און באַשולדיקט האָט מען זיי אין „שעדיקערײַ‟ — אַ פֿאַרשפּרייטער פֿאַרברעך אין יענער שרעקלעכער צײַט. אין די אָנהייב 1930ער יאָרן איז אין אוקראַיִנע אויסגעבראָכן אַ מסוכּנער הונגער, וואָס איז שוין אין אונדזער צײַט אָנגערופֿן געוואָרן „האָלאָדאָמאָר‟. ביז 5 מיליאָן מענטשן זײַנע דעמאָלט געשטאָרבן פֿאַר הונגער.
דער ייִדישער שרײַבער מישע לעוו אין זײַן זכרונות־ראָמאַן „ברענט אַ ליכט אין מײַן זכּרון‟ דערמאָנט זיך: „נאָך יעדן אַראָפּנעם פֿון גערעטעניש, נאָך אַלע פֿאָרגענומענע באַוואָרענישן, פֿלעגט פֿאַרבלײַבן אין פֿעלד, זאָל זײַן ביז גאָר ווייניק, נאָר נישט קיין צונויפֿגעקליבענע פֿולע זאַנגען. אַ שאָד, ס׳איז אָבער געווען פֿאַרפֿאַלן גוטס. […] מע האָט אויף זיך אַרויפֿגעצויגן עפּעס ענלעכס אויף בעטלער־טאָרבעס און אָן רחמנות אויף זיך אַליין, איז מען אַוועק אויסזוכן פֿאַרבליבענע זאַנגען. […] גאָר אין גיכן האָט די צײַטונג ׳סטאַלינדאָרפֿער אמת׳ אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע קעגן די ׳זאַנגען־קלײַבער׳, וועלכע גנבֿענען קאָלווירטיש גוטס…‟ פֿאַר אָט אַזעלכע „גנבֿים‟ האָט מען צוגעטראַכט דאָס וואָרט „שעדיקער‟ און זיי פֿאַרמישפּט אויף לאַנגע יאָרן צוואַנג־אַרבעט אויף די שווערסטע בוי־אָביעקטן.
באַווײַזלעכער געריכט
כּדי די אַנדערע קאָלווירטניקעס זאָלן אָפּלערנען פֿון אָט דעם פֿאַרברעך, פֿלעגט צומאָל דער מישפּט פֿאָרקומען אָפֿן אין אַ גרעסערן לאָקאַל. אָט אַזאַ אָפֿענער מישפּט האָט באַקומען דעם נאָמען „באַווײַזלעכער געריכט‟.
אַזעלכע „באַווײַזלעכע פּראָצעסן‟, ס׳רובֿ פּאָליטישע, זײַנען אין די 1930ער יאָרן געווען זייער פֿאַרשפּרייט. אין דער אמתן איז עס געווען נישט מער ווי אַ פֿאַרס, מחמת דער אורטייל איבער די פֿאַרמישפּטע איז געלייזט געוואָרן נאָך פֿאַרן „פּראָצעס‟. דער ציל איז געווען צו מעלדן דעם אורטייל פֿאַר אַ גרעסערן עולם, דאָס פֿאָלק זאָל אים הערן און זיך פֿאַרטראַכטן. אויף אַזאַ פּראָפּאַגאַנדיסטישן אופֿן האָט די מאַכט נאָך טיפֿער אַרײַנגעשלאָגן אין די מאַסן די מורא, אַז דער סאָוועטישער פֿאָלקסגעריכט איז דער סאַמע יושרדיקער און וועט קיינעם נישט שאַנעווען…
המשך קומט