די ווערטער פֿונעם נײַעם סאָוועטישן אוצר האָבן זיך גיך פֿאַרשפּרייט און זײַנען אַרײַן אין דער ליטעראַרישער און מינדלעכער שפּראַך נישט בלויז בײַ די שרײַבערס, וואָס זײַנען דערצויגן געוואָרן דורך דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט פֿון אירע ערשטע יאָרן אָן, נאָר אויך אין די ווערק פֿון די צוגעקומענע פֿון די מערבֿ־טעריטאָריעס, אין די סוף 1930ער, אָנהייב 1940ער יאָרן. מ׳האָט אָט די שרײַבערס גערופֿן „מערבֿניקעס‟.
אַזוי איז מיר נישט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן פֿון יחיאל שרײַבמאַנען דעם סאָוועטיזם „אַגיטקע‟. מיט דעם וואָרט האָט ער גערופֿן די ווערק, וואָס זייער שפּראַך און, דער עיקר, דער אינהאַלט האָבן מער דערמאָנט אַן אַגיטאַציע־פּלאַקאַט איידער אַ קינסטלערישע שאַפֿונג.
אָדער אַן אַנדער וואָרט — „אוטיל‟, דאָס מיינט, אַן אָפּגעניצטע זאַך, אַלטע שמאַטעס, וואָס טויגן נאָר איבערגעאַרבעט צו ווערן.
פֿון שרײַבמאַנס מויל פֿלעגט דאָס וואָרט אַרויספֿליִען מיט כּעס: „מע קאָן די דערציילונג נישט לייענען. ס׳איז גוט פֿאַר אוטיל!‟
אָן די ווערטער „וויאָרסטקע‟ און „ווערסטעווען‟ איז זיך נישט באַגאַנגען קיין איין שרײַבער. אויף פּראָסט מאַמע־לשון האָט עס בײַ די זעצערס געמיינט דעם פּראָצעס פֿון ברעכן די זײַטן אָדער די בויגנס. יעדן חודש פֿלעגן די מיטגלידער פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע בײַם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ באַקומען פֿון מאָסקווע די קאָרעקטור־וויאָרסטקע פֿונעם נײַעם נומער, כּדי זיי איבערצולייענען און אַרויסזאָגן זייער מיינונג. אַלע זײַטן זײַנען שוין געהאַט געווען גראַפֿיש אויסגעשטעלט און נומערירט, און ס׳איז געבליבן נאָר זיי אײַנבינדן אינעם זשורנאַל־פֿאָרמאַט. פּונקט אַזוי פֿלעגט אָנקומען פֿונעם פֿאַרלאַג דאָס נײַע בוך צום מחבר, איידער מ׳האָט עס געלאָזט נאָך זײַן „גוטהייסן‟ מאַכן קאָפּיעס — „טיראַזשירן‟.
אינעם לעקסיקאָן פֿון אַ סאָוועטישן שרײַבער איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן דאָס וואָרט „אָטשערק‟, וואָס מיינט אַ קורצע האַלב־דאָקומענטאַלע, האַלב־קינסטלערישע דערציילונג, אין וועלכער עס ווערן באַשריבן רעאַלע מענטשן און געשעענישן. אויף מערבֿ איז גענוצט געוואָרן דאָס וואָרט „פֿאַרצייכענונג‟. באַזונדערס זײַנען באַקאַנט געוואָרן די „אָטשערקן‟ פֿון דעם סאָוועטישן שרײַבער שמואל גאָרדאָן וועגן זײַן באַזוכן נאָך דער מלחמה די ייִדישע קאָלאָניעס אין קרים, ריכטיקער געזאָגט, וואָס פֿון זיי איז פֿאַרבליבן; זײַנע רײַזע־בילדער „שטעטלעך‟, „צעלינאַ‟. עס זײַנען אויך באַקאַנט די „אָטשערקן‟ פֿון די סאָוועטישע שרײַבערס, געווידמעט ביראָבידזשאַן, צווישן זיי אויך די פֿאַרצייכענונגען פֿון דער נסתּר און בערגעלסאָן.
אַ באַזונדערן בײַטראָג אינעם „אַנטוויקלען‟ די סאָוועטיזמען האָבן אַרײַנגעבראַכט די ליטעראַטור־קריטיקער. ס׳רובֿ פֿון זייערע נעאָלאָגיזמען זײַנען געשאַפֿן געוואָרן ווי אַ קלישע, דאָס הייסט, בוכשטעבלעך איבערגעזעצט פֿון דעם רוסישן עקוויוואַלענט.

למשל: „אינהאַלטלאָזער‟ — אַ היפּוך צו אינהאַלטרײַכער; „אַנאָטאַציע‟ — קורץ איבערגעבן דעם אינהאַלט פֿון אַ בוך, דערציילונג, פֿילם וכדומה; „אַרומגעפֿלייצטער סוזשעט‟ — נישט קיין קאָנקרעטער, פּאַרווער אינהאַלט; „גראַמענפֿלעכטער‟ — אַ גראַפֿאָמאַן אין געביט פֿון פּאָעזיע.
ווײַטער ברענג איך בלויז איין זאַץ פֿון אַ ליטעראַרישן „אָטשערק‟, אָנגעשריבן פֿון אַ באַקאַנטן סאָוועטישן ליטעראַטור־פֿאָרשער, געווידמעט פּרץ מאַרקישעס שאַפֿונג: „מאַרקישעס עפּישע דיכטונג שילדערט די וויכטיקע סאָציאַל־עקאָנאָמישע פּראָצעסן פֿון איבערגעשטאַלטן די סטרוקטור פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג און די קולטור־אידעאָלאָגישע און פּאָליטישע איבערדערציִונג פֿון די מאַסן אין סאָציאַליסטישן גײַסט.‟
לאָמיר דאָ זיך אָפּשטעלן און אָפּכאַפּן דעם אָטעם, כּדי קאָנען „איבערקײַען‟ און אפֿשר פֿאַרשטיין, וואָס דער קריטיקער איז אויסן געווען.
המשך קומט