לייקוויל־ביטש

עמיל קאַלין

אייגנטלעך, איז לייקוויל־ביטש אַ פֿײַן ערטעלע פֿאַר די, וועלכע קענען זיך פֿאַרגינען צו פֿאַרברענגען דאָרטן די פּאָר צענדליק יאָר, וואָס זענען זיי באַשערט צו זשיפּען אויף גאָטס וועלט. פֿאַראַן לײַט, אַ קליינע צאָל, וואָס האָט זיך נאָך נישט אויסגעניכטערט אין גאַנצן פֿון די משונהדיקע רעיונות, אָנגעזאַמלט אין די יונגע יאָרן. זיי האַלטן, אַז נאָך די צײַטן פֿון שווערער האָרעוואַניע און אומענדלעכן געיעג נאָך האָב-און-גוטס, ווילדע תּענוגים און כּבֿוד, דאַרף אַ מענטש אַוועקלייגן דעם שענדלעכן מאַטעריאַליזם און אויסניצן דעם פֿאַרבליבענע לעבנס־אָפּשניט, כּדי צו מאַכן אַ גרונטלעכן, אָנפּשרהדיקן חשבון-הנפֿש.

לייקוויל־ביטש איז טאַקע נישט פֿאַר יענע אַלט געוואָרענע אידעאַליסטן. עס איז אַ פֿעט שטיקל עולם-הזה, וואָס ס׳רינט דאָרט איבער די ליפּן; אַהין ציִען זיך אַריבער מענטשן, וואָס זיי האָט זיך אײַנגעגעבן אָנזאַמלען אַ היפּש פֿאַרמעגן, און איצט געניסן זיי פֿון זייער רײַכטום, פֿאַרדינט מיט בלוט אָדער דורך שווינדל, אָן איבעריקע קווענקלענישן און ספֿקות.

נישט געקוקט אויף אַלע מעלות פֿון דעם דאָזיקן ייִשובֿ, האָט סעם געוואָרפֿן אויף אים אַן אומחן, ווי נאָר ער האָט דאָרט געשטעלט זײַנע ערשטע טריט. זײַן פּלוניתטע, זאָל זיך מיִען, אַ דאַרע פֿרוי מיט אַ טרוקענער צורה, וואָס האָט געטראָגן אויפֿן קאָפּ אַ שטרויענעם היטל מיט ברייטע ראַנדן, האָט העלדיש אויסגעהאַלטן זײַן שווערן כאַראַקטער אַ קיימא-לן פֿון דרײַציק יאָר און נישט אויפֿגעגעבן. זי האָט איבערגעחזרט כּסדר די אייגענע פֿראַגע: פֿאַר וואָס זאָלן זיי טאַקע נישט קויפֿן אַ הויז אין לייקוויל־ביטש און לעבן דאָרט, ווי גאָט?

„עס פֿעלט אונדז נישט קיין געלט‟, — האָט איר ענטפֿער צו זיך אַליין יעדעס מאָל דורכגעלעכערט סעמס פֿאַרביסענע שווײַגעניש.

ער האָט נישט אַרויסגעלאָזט קיין וואָרט ווי אַן אָנגעבלאָזט יינגעלע, ווײַל ער נישט געהאַט קיין מענה-לשון דערויף. זי האָט דאָס נישט געזאָגט אָפֿן, אָבער ער האָט געפֿילט בחוש, אַז זי זעט אין לייקוויד-ביטש אַ סאָרט „קאָמפּענסעשין‟, אַ פֿאַרגיטיקונג פֿאַר זייער לאַנגווײַליקן צוזאַמענלעבן, פֿאַר די עלנטע אָוונטן, ווען ער פֿלעגט בלײַבן אין ביוראָ ביז שפּעט, פֿאַר די אומענדלעכע סוף-וואָכן מיט דער טאָכטער, דער קאַפּריזנער בת-יחידה, בעת ער איז אין דער צײַט געווען אויף ביזנעס-רײַזעס.

די צוויי פּאָר אויגן האָבן באַטראַכט דורך די טונקעלע שויבן פֿון דעם געדונגענעם „מערצעדעס‟ די אויסגעצויגענע, קורץ אָפּגעשוירענע גראָז־טעפּעכער, די צעצווײַגטע ביימער מיט דיקע שטאַמען און טיף־גרינע קרוינען, די פֿיל-פֿאַרביקע צאַרטע קווייטן, פֿאַרפֿלאַנצט אין גלײַכע רייען, די ווײַסע, רחבֿותדיקע שטיבער מיט רויטע דעכער, וואָס האָבן זיך שעמעוודיק באַהאַלטן הינטער די צעוואַקסענע קוסטעס מיט גרויסע, געזונטע בלעטער, די ריינע פּוסטע גאַסן.

סעם האָט אָפּגעשטעלט דעם אויטאָ.

„פֿאַר וואָס טאַקע נישט?‟, — האָט גרעיסעס קול געשורשעט, ווי טרוקענע בלעטער אונטער די פּאָדעשוועס.
„אַזוי גאָר!‟, — האָט זיך סעם געבייזערט, — „צו וואָס דאַרף איך לעבן אין אַ בית־עולם, אַרומגערינגלט מיט אַלטע קרעכצערס?‟

ער האָט אָפּגעמאָסטן מיטן בליק די ליידיקע גאַס, וואָס האָט אין ערגעץ נישט געפֿירט.
„וואָס איז די אײַלעניש? איך וועל ממילא ליגן דאָרט נאָך הונדערט און צוואַנציק יאָר…‟

ער איז טאַקע געווען פֿעסט בײַ זיך, אַז לייקוויל־ביטש טויג אויף טויזנט כּפּרות, אָבער די שיינע, גאָר פֿרײַנדלעכע פֿרוי מיט די שוואַרצע, שײַנענדיקע האָר, וואָס איז געזעסן אינעם ביוראָ און האָט נישט אויפֿגעהערט שמייכלען, האָט אים געמאַכט ווייכער. זי האָט דערציילט דעם פּאָרפֿאָלק וועגן די פּרעכטיקע רעסטאָראַנען מיט די ספּעציעלע, געזונטע מעניוען — אַ רעזולטאַט פֿון אַ לאַנג־יאָריקער, פֿרוכטלעכער מיטאַרבעט צווישן די היגע דאָקטוירים, דיעטע מומחים און באַרימטע שעפֿן, וואָס סעם האָט קיינמאָל נישט געהערט זייערע נעמען פֿריִער. זי האָט זיי געוויזן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די שווים-באַסיינען, דערמאָנט די פֿאַרשיידענע קלאַסן: יאָגאַ, קונסט, קולינאַריע…

„דאָס איז בשום אופֿן נישט קיין מושבֿ-זקנים‟, — האָט די שיינע פֿרוי אונטערגעשטראָכן מיט אַ דינעם, מוטערלעכן שמייכל, — „דאָס איז אַן אָרט, וווּ מענטשן, וועלכע האָבן געווידמעט זייערע לעבנס צו מערקווערדיקע קאַריערעס, קענען זיך פֿאַרגינען אָ לעבן אויף זייער אַ הויכן ניוואָ.‟
„אַ לעבן אויף זייער אַ הויכן ניוואָ‟, האָט דאָס ווײַב איבערגעחזרט דעם לעצטן זאַץ און געוואָרפֿן אויף סעם אַ זײַטיקן בליק…

עס האָט אים פּלוצעם אַרומגעכאַפּט אַ שוואַכקייט. זײַן האַנט האָט געהאַלטן די פֿעדער און צוגעגעבן זײַן חתימה צו דעם אָפּמאַך. אַזוי אַרום איז ער געוואָרן אַ שטאָלצער אייגנטימער פֿון אַ צו-גרויסן הויז אין לייקוויל־ביטש.

גרעיס האָט אים געהאַלדזט און געקושט — זשעסטן, וואָס מאַן און ווײַב האָבן גאָר פֿאַרגעסן אין זיי, און געמאָלדן פֿײַערלעך, אַז דאָס איז דער גליקלעכסטער טאָג אין איר לעבן. סעמען האָט עס אַ ביסל פֿאַרדראָסן: ביז אַהער האָט ער געמיינט, אַז דער גליקלעכסטער טאָג אין איר לעבן איז דער טאָג, ווען זיי האָבן געשטעלט אַ חופּה.

די שׂימחה האָט אָבער נישט געדויערט לאַנג. צען חדשים נאָכן זיך אַרײַנציִען אין דער נײַער שטוב, איז גרעיס געפֿאַלן חלשות בשעת דער יאָגאַ־לעקציע און, נישט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען, איז געווען אוממעגלעך זי אויפֿמונטערן. די דאָקטוירים אין שפּיטאָל זענען נישט געווען אָפּטימיסטיש. זיי האָבן אַרײַנגעפּאָמפּעט אין איר רפֿואות מיט דער האָפֿענונג, אַז זי וועט פֿאָרט, דורך אַ מעדיצינישן נס, צוריקקומען צו זיך.

דאָס איז נישט געשען. זי האָט פֿאַרבראַכט אַ חודש צײַט אין שפּיטאָל, ליגנדיק אין בעט, צוגעלאָנטשט צו אַלערלײַ מכשירים, מיט רערן, אַרײַנגעשטעקט אין האַלדז און מיט אַ נאָדל אין דעם אָרעם, דורך וועלכער עס זענען אַרײַנגעפֿלאָסן אין איר בלוט הויכע דאָזעס מאָרפֿין. אַ דאַנק דעם וווּנדערבאַרן שטאָף, האָבן די קראַנקנשוועסטער פֿאַרטרויט דעם צערודערטן מאַן, פֿילט זי אַבסאָלוט גאָרנישט ניט.
גרעיס איז אַריבער די שוועל צו יענער וועלט, שוועבנדיק אויף געל-פֿיאָלעטע כמאַרעס פֿון מאָרפֿין — אַזוי האָט זיך סעם פֿאָרגעשטעלט די דאָזיקע, אומהיימלעכע סצענע…

נאָך זיך אַרײַנציִען אין לייקוויל־ביטש, האָט גרעיס געלאָזט פֿאַלן אַ וואָרט בשעת אַ וועטשערע אין איינעם פֿון די פּרעכטיקע רעסטאָראַנען, אַז זי וויל, איר קבֿר זאָל זײַן אונטער דעם פֿלאָרידער לויטערן הימל. סעם האָט זי דעמאָלט אָנגעקוקט ווי זי וואָלט אַראָפּ פֿון זינען.

„וואָס קבֿר? ווער קבֿר?‟, — האָט דער ביס פֿון דעם געבאַקענעם סאַלמאָן־פֿיש אָנגעוווירן פּלוצעם דעם טעם, — „דו וועסט מיך איבערלעבן.‟

אַז די שעה איז געקומען, האָט סעם באַשלאָסן זי מקבר זײַן אין דער חלקה פֿון דער סאָראָקער לאַנדמאַנשאַפֿט אין קווינס, ניו-יאָרק. למעשׂה, איז ער קיינמאָל נישט געווען אין סאָראָקע. זײַן טאַטע איז טאַקע געווען אַ סאַמעראָדענער סאָראָקער, אָבער ער אַליין איז געבוירן געוואָרן גאָר אויף דער מערבֿ־זײַט פֿון טײַך פּרוט, אין „יאָס‟, אין 1955. ער האָט נישט געהאַט קיין שום נגיעה צו יענעם שטעטל, נישט געקוקט אויף דעם טאַטנס שטענדיקע לויב־געזאַנגען; און אפֿשר גראָד צוליב זיי, האָט סעם דאָס שטעטל געמאָלט זיך ווי אַ הינטערשטעליקן דאָרף מיט אײַנגעפֿאַלענע הײַזער, וווּ הינער, הינט און קי גייען אַרום פֿראַנק און פֿרײַ אויף די בלאָטיקע גאַסן.

נאָכן אָנקומען אין אַמעריקע האָט סעם, ווי מע פֿלעגט זאָגן אויף יענער זײַט אָקעאַן: „אַ שפּײַ געטאָן אויף אַלץ‟, — זיך באַמיט וואָס גיכער אויסטאָן יענע שווערע, גרויע מלבושים — אַ סימן-מובֿהק פֿון די תּושבֿים פֿון יענע לענדער, וואָס ליגן הינטער דעם אײַזערנעם פֿאָרהאַנג, — און ווערן אַ פּאָלנער אַמעריקאַנער מיט אַלע פּיטשעווקעס. די וויכטיקסטע פּיטשעווקע איז געווען בײַ אים: פֿאַרגעסן דאָס, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט הינטער זיך, אַרײַנפֿאַלן אין אַ געבענטשטער אַמנעזיע. אָבער מיט דער סאָראָקער לאַנדסמאַנשאַפֿט איז געווען אַנדערש. עס האָט אים געצויגן אַהין, צו דער לאַנדסמאַנשאַפֿט, נישט אַזוי צוליב סאָראָקע, ווי צוליב די חשובֿע מיטגלידער מיט פֿײַנע פּראָפֿעסיעס און שטעלונגען: אַדוואָקאַטן, דאָקטוירים, ערד־מעקלערס, געשעפֿטס-לײַט. ער האָט גערעכנט — און טאַקע זייער גוט געטראָפֿן, — אַז ער וועט פֿריִער אָדער שפּעטער דאַרפֿן צוקומען צו אַן אַדוואָקאַט אָדער אַ דאָקטער און וואָס שייך „ריעל-עסטעיעט‟, וועט גאָר נישט שאַטן צו הערן בײַ אַ באַנקעט אָדער אַ לחיים וועגן אַ „מציאה פֿון אַ גנבֿ‟.

אַזוי אַרום איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער סאָראָקער לאַנדסמאַנשאַפֿט. קיינער האָט נישט געטאָרט וויסן, אַז סאָראָקע ליגט אים אין דער רעכטער פּיאַטע. אַז ער איז געוואָרן דער פֿאָרזיצער פֿון דער לאַנדסמאַנשאַפֿט, האָט גרעיס אים פֿאָרוואָרפֿן, אַז ער לייגט זיך ווידער אַרײַן מיט לײַב און לעבן אין די אידיאָטישע סאָראָקער ענינים, וואָס האָבן נישט קיין נגיעה צו אים. דערויף האָט ער געהאַט זײַן אייביקער ענטפֿער: „אויכעט די איבעריקע מיטגלידער קערן זיך אָן מיט סאָראָקע, ווי איך קער זיך אָן מיט דער ענגלישער מלכּה‟.

דאָס וואָס איז צונוץ געקומען בײַם לעבן, איז צונוץ געקומען אויכעט נאָכן טויט.
גרעיס האָט געהאַט אַ פּרעכטיקע לוויה, מיט זייער אַ פֿײַנעם חזן, וואָס האָט געמאַכט אַ „מלא‟ מיט אַלע „קוועטשן‟. אַ סך חבֿרים און באַקאַנטע זענען געקומען, נאָר די טאָכטער האָט אויסגעפֿעלט. זי האָט פֿאַרשפּעטיקט אויפֿן פֿלי פֿון סאַן-דיעגאָ.

נאָך דער לוויה אין ניו-יאָרק, איז ער געקומען צוריק אין דעם צו-גרויסן הויז אין לייקוויל-ביטש. דאָס הויז, וואָס האָט פֿריִער אויסגעזען צו גרויס, איז געוואָרן אַצינד אויכעט צו ליידיק און צו שטיל. סעם האָט זעלטן אַרײַנגעשמעקט אין דעם טײַערן קיך, וואָס גרעיס, עליה-השלום, האָט זיך אַזוי לאַנג געריסן מיט אים איבער יעדער קלייניקייט אין דעם דיזײַן. דער פֿרידזשידער, אַ מעטאַלענער ריז, האָט געזשומעט אין דער וועלט אַרײַן. ער איז געשטאַנען ליידיק ס׳רובֿ טעג. קיינער איז נישט געזעסן בײַ דעם לאַנגן טיש וואָס זיי האָבן געקויפֿט מיטן געדאַנק, אַז זיי וועלן ווערן גרויסע גאַסטגעבערס אויף דער עלטער. ער איז נאָך אַלץ געשטאַנען פֿאַרוויקלט מיטן זעלבן פּלאַסטיק, אין וועלכן עס האָבן אים די טרעגערס אַרײַנגעבראַכט מיט אַ יאָר צוריק.

די שיבֿעה איז אַריבער גיך. סעם איז געזעסן אין דער היים איינער אַליין צוויי טעג און דערנאָך איז אים די גאַנצע זאַך נימאס געוואָרן. איצט האָט ער געדאַרפֿט זיך ראַנגלען ווידער מיט אַ שׂונא, וואָס ער האָט שיִער נישט פֿאַרגעסן אין אים — די רוטין. אַלע טעג האָבן געהאַט איין פּנים. ער האָט פֿאַרבאַכט לאַנגע שעהען אין זײַן קאַבינעט, קאָמאַנדעוועט דורכן טעלעפֿאָן מיט זײַנע אָנגעשטעלטע אין ניו-יאָרק, זיך באַטיילנדיק אין לאַנגווײַליקע, צעצויגענע זיצונגען, געפֿונען גרײַזן אין דעם חשבון פֿון די בוכהאַלטערס. אָפֿטלעך האָט ער איבערגעהיפּערט אַ מאָלצײַט צוליב די אַרבעט-דאגות.

אין דער פֿרי, בשעתן עסן פֿרישטיק אין איינעם פֿון די רעסטאָראַנען, פֿלעגן גאָר פֿרעמדע לײַט זיך באַגריסן מיט אים און רופֿן אים בײַם נאָמען. ער האָט געשמייכלט אַ פּריטשמעליעטער צו די אומבאַקאַנטע פּנימער, און די עלנטקייט איז געוואַקסן אין אים מיט יעדן פֿאַלשן שמייכל. סעם איז נישט געווען ביכולת אונטערצושיידן צווישן די פּנימער נישט מחמת אַ פֿריצײַטיקער דעמענציע — אַ מחשבֿה, וואָס פֿלעגט זיך אַרײַנגנבֿענען אין זײַן קאָפּ אַלץ אָפֿטער. עס האָט, נאָך אַלעמען, געשטעקט אין דער צעמישטקייט אַ געוויסער אמת; די אײַנוווינערס פֿון לייקוויל־ביטש זענען טאַקע געווען ענלעך איינער אויפֿן צווייטן, צומאָל ממש ווי אַ צווילינג. די מענער פֿלעגן דערציילן די זעלבע געשמאַקלאָזע וויצן און הירזשען, ווי פֿערד בשעת-מעשׂה; דערציילן וועגן זיך מיט אַן אומפֿאַרשטענדלעכער זעלבסט-צופֿרידנקייט.

אויף די גרויע קעפּ האָבן זיי געטראָגן שוואַרצע בעיסבאָל־היטעלעך, דאָס אָנטאָעכץ זייערס איז געווען ווי אַ סאָרט וווילטאָג-מונדיר: קורצע ווײַסע אָדער העל-ברוינע הויזן, העמדער מיט ווייכע, צו מאָל צעקרימטע קאָלנערס פֿון איידעלע, פּאַסטעל־קאָלירן: העל-בלוי, פֿאָרגעלט־ווײַס, ראָז, בלעטער-גרין, בלומען-פֿיאָלעט. די פֿרויען האָבן געטראָגן אויף די קעפּ ברייטע, ווײַסע שליאַפּעס צו באַשיצו זייערע רויט־פֿאַרשוויצטע פּנימער פֿון דער בריִיִקער פֿלאָרידער זון. אויף זייערע פֿליישיקע נעזער זענען געזעסן גרויסע טונקעלע זון-ברילן. די ליפּן זענען געווען ס׳רובֿ געפֿאַרבט מיט אָ שרײַענדיק־רויטער פּאָמאַדע, ווי זיי וואָלטן מורא געהאַט, אַז אָן דער פֿאַרב וועט זיי קיינער נישט באַמערקן. אויף די דיקע לײַבער האָבן זיי געטראָגן טײַערע באַבלימלטע העמדער פֿון אַ ביליקן אויסזען, די ברייטע הויזן פֿלעגן פֿאַרדעקן זייערע הינטנס, וואָס האָבן אָנגעוווירן זייער פֿאָרעם אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן.

סעם האָט געפּרוּווט געפֿינען פֿאַר זיך אַ געזעלשאַפֿט. ער האָט אָנגעהויבן שפּילן גאָלף מיט גרויס התמדה. ער האָט זיך באַוויזן אויפֿן פֿעלד אַיעדן טאָג און זיך באַגריסט גאָר פֿרײַנדלעך מיט נײַע פּנימער, וואָס זענען געוואָרן, פּונקט ווי ער, גאָלף-אָנהענגערס אויף דער עלטער.

ער האָט זיך באַטייליקט אין לאַנגווײַליקע קונסט־קלאַסן, וווּ די לערערין איז קיינמאָל נישט מיד געוואָרן צו באַוווּנדערן די קינדישע פּייסאַזש פֿון אירע תּלמידים מיט די אומגעשיקטע פּענדזל־שמירן. סעם פֿלעגט וואַרפֿן בליקן אויף די צעשמירטע לײַוונטן פֿון די אַנדערע מאָלערס און מאָלערינס, און אַ גראָבן שמיר טאָן מיטן אייגענעם פֿענדזל אויף זײַן הוילן לײַוונט. נאָכן פֿאַרענדיקן נאָך איין מיאוסע מאָלערײַ, איז ער געקומען צו דער זעלבער מסקנא: עס בלײַבט בײַם אַלטן. עס ווערט נישט בעסער און אויך נישט ערגער. סײַ די מאָלערײַען און סײַ דאָס לעבן. ער האָט געהאַט אַ פֿאַרלאַנג צו אַנטלויפֿן, אָבער נישט געוווּסט פֿון וואָס און וווּהין.

ער האָט געפּרוּווט מיט אַלע כּוחות שלום מאַכן מיט דער האַרבער עלנטקייט, מיט די שטילע טריט פֿון מלאך-המוות. די צרה איז געווען, וואָס עס האָט זיך אים נאָך געוואָלט לעבן און נישט גלאַט אַזוי שאַרן מיט די פֿיס אויף די גאָטס וועלט, וואַרטנדיק אויף דער לעצטער שעה. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט ער זיך שפּילן מיטן געדאַנק וועגן צוריקפֿאָרן קיין ניו-יאָרק. זײַן דירה שטייט דאָך ליידיק און וואַרט אויף אים. ער האָט אָבער ווויל געוווּסט, אַז אויך דאָרט וועט די עלנטקייט אים אָניאָגן און לסוף איבעריאָגן.

סעם האָט באַמערקט, אַז צווישן די געוויינטלעכע תּושבֿים פֿון לייקוויל־ביטש — גרויע קעפּ און ברייטע ווײַסע היטלעך — איז אויסגעוואַקסן אַ דריטער, מערקווערדיקער ייִנגערער און איבערהויפּט ווײַבערלעכער „עלעמענט‟: געוויסע באַיאָרטע מענער פֿלעגן זיך אַרומדרייען אין דער קאָמפּאַניע פֿון זייער צוציִענדיקע פֿרויען — ייִנגער פֿון זיי מיט אַ צוואַנציק, דרײַציק און טיילמאָל פֿערציק יאָר. סעם האָט תּופֿס געווען, אַז די דערשײַנונג איז גאָר נישט קיין נײַע און אפֿשר גאָר אַן אַלטע, מסתּמא זינט עס איז דאָ אַ לייקוויל־ביטש אויף דער וועלט. ביז אַהער האָט ער אַליין געהאַט גרעסערע דאגות ווי קוקן, וועלכער „דריפּקע גייט מיט יעדן פּאָצעוואַטע‟ — אַזוי פֿלעגט ער מתרץ זײַן פֿאַר זיך זײַן אָפּגעריסנקייט.

די מענער פֿלעגן צומאָל פֿאָרשטעלן די פֿרויען, גלאַט אָנרופֿנדיק זייערע נעמען: „לילי, מעיסי, סטעפֿעני. צומאָל איז פֿאַר זייערע נעמען געקומען אַ טיטל: מײַן ווײַב, מײַן זון-שטראַל, מײַן לעבן-באַגלייטערין און דאָס גלײַכן. סעם פֿלעגט אַ שמייכל טאָן צו די אייביק שמייכלענדיקע, זאָרגלאָזע יונגע, גלאַטע, פֿולבלעכע פּנימער, וואָס ער האָט, ווידער, קוים געקענט אונטערשיידן, ווײַל דער געשמאַק פֿון די באַיאָרטע גבֿירים צו פֿרויען איז געווען פּוקט אַזוי באַנאַל, ווי זייערע בייסבאָל־היטעלעך.

אויך די נעמען פֿון די פֿרויען פֿלעגט ער כּסדר פֿאַרגעסן. זעלטן האָט זיך געטראָפֿן, ער זאָל זען איינע פֿון זיי אַליין. אין אַזאַ פֿאַל פֿלעגט ער יוצא זײַן בלויז מיט אַ דינעם שמייכל, אַ לײַכטן שאָקלט מיטן קאָפּ און תּיכּף שטעלן גיכע פֿעסטע טריט, ווי ער וואָלט זיך ערגעץ געאײַלט, כאָטש לייקוויל־ביטש איז נישט געווען גרעסער פֿון אַ גענעץ.

אין די לאַנגע אָוונטן פֿלעגט סעם טראַכטן, אַז עס איז נישט גוט צו זײַן אַליין, אפֿשר איז שוין געקומען די צײַט קויפֿן זיך אויכעט אַזאַ שמייכלענדיקע פּופּע, אָבער תּמיד האָט ער געהאַט דאָס געפֿיל, אַז גרעיס קוקט אויף אים אַראָפּ פֿון הימל און באַטראַכט זײַנע מעשׂים מיט מידת-השטרענגקייט. די געדאַנקען פֿאַרבלײַבן נאָר געדאַנקען, נישט מעשׂים. ער האָט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז ער וועט געפֿינען זײַן באַשערטע גראָד אין דעם מעקסיקאַנער רעסטאָראָן אין לייקוויל־ביטש. ער וואָלט דאָס אָנגענומען גאָר ווי אַ וויץ, נאָר עס טרעפֿט זיך אַ מאָל, אַז דאָס לעבן ווערט דער בעסטער וויץ.

געשען איז דאָס אַזוי: ער האָט נאָר וואָס אָפּגעגעסן אַ מעקסיקאַנישן מיטאָג. זײַן בויך איז געווען געשוואָלן און האַרט ווי אַ פּויק. ער האָט נישט געוווּסט, ווער איז שולדיק דערין: זײַן קאַפּריזנער מאָגן, וואָס האָט אים ווידער אַרויסגעשטעקט אַ צונג, אָדער דער געפֿעפֿערטער טעם פֿון דעם „טשילי קאָן קאַרנע‟, וואָס האָט זיך נאָך געהאַלטן אין מויל נאָך צוויי גרויסע טעפּלעך קאַווע. ער האָט זיך געשטעלט אויף די פֿיס. זײַן קאָפּ איז געווען פֿול מיט אַ נאָכן-עסן־טשאַד. די פֿיס האָבן אים קוים געפֿאָלגט. ער האָט געהאַט שטאַרק חשק צו שלאָפֿן.

דאָס ליכט אין דרויסן איז געווען זייער ווײַס און מעכטיק. סעם האָט דערפֿילט אַ שאַרפֿן שטאָך אין די אויגן. ער האָט זיי פֿאַרשאָטנט מיט דער דלאָניע, שיִער נישט פֿאַרלוירן דעם גלײַכגעוויכט און זיך אָנגעשטויסן אין דעם ברייטן רוקן פֿון אַ יאַטלעכער פֿרוי, וואָס האָט געפֿונען אַ מקום-מיקלט פֿון די אַכזריותדיקע זון־שטראַלן הינטער אַ בוים. ער האָט זיך אַנטשולדיקט מיט אַן האַלבן מויל, אָבער זי האָט זיך נישט אויסגעדרייט צו אים. אירע קורצע, רויט-געפֿאַרבטע, שפּיציקע האָר האָבן אויסגעזען ווי אַ קינסטלעכער פּעלץ פֿון אַ ביליקן פֿרויען-מאַנטל. די גרויסע טראָפּנס שווייס האָבן זיך געלאַסן געגליטשט אויפֿן ברייטן, פֿאַרזאָרגטן שטערן, פֿון אירע גרויסע אויערן האָבן אַראָפּגעהאָנגען גראָבע אויערינגלעך פֿון געפֿאַרבטן גלאָז אָדער גאָר פּלאַסטיק. אין איר מויל האָבן געפֿינקלט צווישן די געלע צען, צוויי זילבערנע קרוינען.

סעם האָט זי גלײַך דערקענט. זי איז געווען די פֿרוי, וואָס ווישט אָפּ די טישן אין רעסטאָראַן נאָכן לאָנטש. ער האָט זי געדענקט אויך פֿון דעם קלוב און שווים-באַסיין. זי האָט געטראָגן דעם געוויינטלעכן ווײַסן העמד מיטן גרויסן אויפֿשריפֿט „סטאַף‟ אויפֿן רוקן. צו דער גרויסער בוזעם-קעשענע איז צוגעשפּיליעט געווען אַ קאַרטל מיט איר נאָמען — „מאַרינאַ‟.

זי האָט גערעדט הויך אויפֿן טעלעפֿאָן מיט אַ באַסאָווע קול, וואָס האָט געקלונגען צו מענעריש אין סעמס אויערן, אָבער אין אַ רגע איז איר קול געוואָרן ווייך און בעטנדיק: „מאָמע מאַנע…‟, — האָט זי שיִער נישט אַרײַנגעשריגן אין דעם טעלעפֿאָן. סעם איז געבליבן שטיין אַ געפּלעפֿטער. „מאָמע מאַנע, מאָמע מאַנע…‟ — זי האָט גערעדט ווי אין דער „רויטער בריק‟, מיט פֿופֿציק יאָר צוריק.

ער האָט זיך דערמאָנט אין דער אייגענער מאַמע; די מאַמע, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט און כּמעט פֿאַרגעסן אין איר, ווי זי וואָלט קיינמאָל נישט עקזיסטירט. אמת, ער איז איין מאָל געווען אין יאַס און געלייגט בלומען אויף איר קבֿר. אפֿשר איז ער באַגאַנגען קעגן איר אַן עוולה? עס איז אים אויסגעקומען מאָדנע, וואָס נאָר אַצינד האָט ער אַ טראַכט געטאָן וועגן דעם. ווען איז זי געשטאָרבן? אין וועלכן יאָר? ער האָט האָט זיך נישט געקענט דערמאָנען. ער האָט געפּרוּווט זיך דערמאָנען ווי זי האָט אויסגעזען, אָבער אַלץ, וואָס ער האָט געקענט זען פֿאַר די אויגן, איז געווען אַ פֿעטע פֿרוי מיט אַ גוידער און אַ פֿרי אַלט געוואָרענעם פּנים, אַ פּאָר פֿאַרהאַרטעוועטע דלאָניעס מיט ברייטע פֿינגער, אַ פֿאַרפֿלעקטער פֿאַרטעך — אַ טיפּישע באַלעבאָסטע אין יענע צײַטן. איר געשטאַלט האָט זיך גאַנץ גיך צעברעקלט, כאָטש דאָס וואָרט אַליין „מאָמע‟ האָט זיך נאָך אַלץ געקײַקלט אויף זײַן צונג. עס האָט געקלונגען גאַנץ אַנדערש ווי די אַמעריקאַנישע „מאַטהער‟ אָדער „מאַם‟. עס האָט געהאַט גאָר אַן אַנדער טעם. „מאַם‟ איז נישט בכּוח צו אַנטהאַלטן די ווייכקייט און תּמימות פֿון יענע יאָרן. ער האָט געפֿילט מיט פֿרייד און מורא, אַז אויף דער עלטער ווערט ער סענטימענטאַל.

„קענסט ייִדיש?‟ — האָט ער זיך געהערט רעדן אויף דעם פֿאַרגעסענעם לשון צו דער פֿרעמדער פֿרוי, וואָס איז אַזוי אומגעריכט געוואָרן היימיש.
„יאָ, וואָדען?‟, — האָט זי געענטפֿערט מיט אַ ניגון, אָפּגעווישט דעם שטערן מיט דער האָרעפּאַשנער דלאָניע און געשלאָסן דעם טעלעפֿאָן. — „כ׳האָב געמיינט, איר זײַט אַ פּאָלנער אַמעריקאַנער‟, — האָט זי צוגעגעבן נאָך אַ קורצער פּויזע.

ער האָט אַ שמייכל געטאָן: „איך בין אַ פּאָלנער נאַר.‟
„אַ טיפּש וווינט נישט דאָ‟, — האָט זי געפּסקנט, — „ער וווינט לעבן מיר. למעשׂה, אונטער איין דאַך.‟

סעם האָט זיך אַ ביסל פֿאַרלוירן. זי איז געווען עפּעס צו היימיש. געדברט צו אָפֿן.
עס איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר וויל זי אויך אָפּלעקן אַ ביינדל, ווי יענע יונגע יפֿיפֿיות, להבֿדיל. אפֿשר זוכט זי גאָר אַ חתן מיט טיפֿע קעשענעס, אָבער גלײַך האָט ער באַשלאָסן, אַז דאָס אַרט אים נישט.

„בײַטן אַ טיפּש אויף אַ נאַר? ס׳אַ גוט געשעפֿט…‟, האָט ער צוגעוווּנקען צו איר.

זי האָט אים באַטראַכט מיט צוגעזשמורעטע אויגן ווי אַ קונהטע באַטראַכט די סחורה אין מאַרק:
„איך האָב נישט קיין קאָפּ פֿאַר געשעפֿטן‟.
„איך וועל זײַן דײַן לערער, וואָס איז דײַן טעלעפֿאָן־נומער?‟

ווי נאָר ער האָט אַרויסגערעדט די ווערטער, האָט ער גלײַך חרטה באַקומען. דער פֿאָרשלאָג איז געווען צו אָפֿן, לײַכטזיניק און גראָב. נאָר אויף מאַרינען האָבן זײַנע ווערטער נישט געמאַכט קיין גרויסן רושם, אַזוי האָט זיך אים געדאַכט.

„צו וואָס דאַרפֿט איר מײַן טעלעפֿאָן־נומער? איך קענט מיך געפֿינען אָדער דאָ, אָדער אין דעם קלוב, און אויב איר געפֿינט מיך נישט אין ערגעץ, טוט אַ פֿרעג אין דער סעקרעטאַריאַט.‟

סעם איז געוואָרן אומגעדולדיק:

„איך וואָלט געוואָלט אײַער מײַעסטעט זאָל זיך מטריח אַרײַנקוקן צו מיר, צו טרינקען אַ קאַוועלע.‟
„איצט קען איך נישט‟, — האָט מאַרינע געטײַטלט מיט איר פֿליישיקן ווײַזפֿינגער אויפֿן בעזעם, וואָס איז געלעגן אַ פֿאַרחלשטער אין גראָז, — „מירצעשעם, וועל איך קומען צו אײַך פֿרײַטיק צוועלף אַזייגער…‟

שפּעטער האָט סעם נישט געטראָפֿן מאַרינען אין ערגעץ נישט, ווי זי וואָלט זיך מיט אים געשפּילט אין באַהאַלטעניש. פֿרײַטיק האָט זיך אָנגערוקט און סעם האָט גענומען צווייפֿלען אין זײַן גלענצנדיקן פּלאַן. ער האָט איבערגעחזרט אין קאָפּ דעם שמועס מיט מאַרינע און יעדעס מאָל האָבן זײַנע רייד געקלונגען מער אַבסורדיש און אידיאָטיש. איצט האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער האָט זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער אַוואַנטורע אָן צו טראַכטן פֿריִער, געלאָזט די צונג אים ווײַזן דעם וועג. געוויס, האָט ער זי אָנגעשראָקן מיט זײַן צו-אײַליקער אײַנלאַדונג. אַזוי האָט ער געטראַכט בשעתן זיך גאָלן. שפּעטער האָט ער אַרײַנגעשטעלט פֿרישע בלומען אין אַן אַלטער וואַזע. פּונקט צוועלף אַזייגער האָט עמעצער אָנגעקלונגען בײַ דער טיר.

מאַרינע איז געשטאַנען אויפֿן שוועל אַן אויסגעפּוצטע. אַן אָנזעעוודיקע שפּילקע האָט אײַנגעפֿירט אַ שטרענגע אָרדענונג צווישן די רויטע אָפּגעפֿאַרבטע האָר. די געוויינטלעכע ליניעס אויפֿן שטערן זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן הינטער אַ שיינעם שיכט פֿון שמינקעס, די באַקן האָבן פּלוצעם באַקומען אַ פֿאַרב, און די אויגן — אַ גלאַנץ. זי איז געווען אָנגעטאָן אין אַ טיף-רויט קליידל. וואָס אמת, דאָס קליידל איז נישט געווען איבעריק שיין. די הויפּט-מעלה פֿונעם קליידל איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס ס׳איז פֿאָרט נישט געווען יענער ווײַסער מלבוש מיטן „סטאַף‟־אויפֿשריפֿט אויפֿן רוקן.

מאַרינע האָט געהאַלטן אַ גרויסן טאָפּ מיט ביידע הענט. לעבן אירע פֿיס איז געשטאַנען אַ גרויס פֿול קיישל. „ווי אַזוי האָט זי עס אַלץ דערשלעפּט?‟ — האָט אַ טראַכט געטאָן סעם.

זי האָט איבערגעהיפּערט די העפֿלעכקייטן:
„סעם, איך האָב געבראַכט אַ סך עסן. טראָג אַרײַן דאָס קיישל‟, — האָט זי געזאָגט און אַוועקגעשטעלט דעם טאָפּ מיט אַ קרעכץ אויף אַ פֿרײַען בענקל.

מאַרינע האָט גיך איבערגענומען גרעיס „דזשאָב‟ אין קיך. עס האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר סעם אַ מישמאַש פֿון טעפּ, טעפּלעך, טעלער, פּושקעס, סלויען מיט אַ מחיהדיקן ריח. ער האָט טיף אַרײַנגעאָטעמט דעם היימישן ריח, וואָס איז געקומען ממש פֿון יענע מקומות, אויף יענער זײַט אָקעאַן. מאַרינע האָט זיך געפֿילט דאָ ווי בײַ זיך אין דער הײם. זי האָט קאָמאַנדעוועט מיט סעם מעשׂה־באַלעבאָסטע, וואָס פֿירט איר באַלעבאַטישקייט מיט אַ שווערער און זיכערער האַנט.

בשעת דער סעודה, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז יעדער האָט זיך זײַן ראָלע, ווי זיי וואָלטן געלעבט אין איינעם נישט איין יאָרצענדליק: סעם האָט געקײַט, געסמאָטשקעט מיט די ליפּן און געקרעכצט פֿאַר תּענוג, און מאַרינע האָט געהאַלטן אין איין רעדן.
זי האָט גערעדט אויף דער סאַמע אינטערעסאַנטער טעמע — וועגן זיך.

איר דערציילן האָט זי אָנגעהויבן טאַקע בײַ „מה-טובֿו‟, פֿון געבוירן אָן. זי האָט באַשריבן אויף אַ חנעוודיקן בעסאַראַבער לשון, ווי עס איז געווען דאָס לעבן אין סאָוועטישער מאָלדאַוויע, די צעפֿאַלונג פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, די קראַנקע מאַמע, וואָס זי האָט געשלעפּט מיט זיך קיין אַמעריקע, ווי זי האָט זיך דאָ באַקענט מיט איינעם אַ נישט-טויגער, וועמען זי האָט זיך נישט מטריח געווען אָנצורופֿן בײַם נאָמען, חתונה געהאַט מיט אים, געהאַט פֿון אים אַ מיידעלע, זאָל זי געזונט זײַן. סעם האָט אַרײַנגעגאָסן אין גאָרגל דעם לעצטן לעפֿל פֿון דער פֿעטער קישקע-יויך און זיך תּיכּף גענומען צו דער בריִענדיקער מאַמעליגע, פֿון וועלכע ס׳איז געגאַנגען אַ פּאַרע.

ער האָט געקײַט אויף ביידע באַקן אַ שטיקל זויערע אוגערקע און דערבײַ פֿאָרגעשלאָגן צו אַדאָפּטירן מאַרינעס טאָכטער. מאַרינע האָט זיך צעלאַכט און זיך געפּאַטשט אין בויך:

„עס, טײַערער, עס, זאָל דיר ווויל באַקומען. דײַן קאָפּ דאַרף ליגן איצט בײַ דיר צום עסן, נישט צו מײַן טאָכטער, אַ חוץ דעם, איז זי שוין נישט קיין מיידעלע.‟

אַ ביסל שפּעטער האָט סעם גענומען נאָך אַ שטיקל פֿון דעם קוכן מיט אַפּריקאָטן און געשטריקעוועט אַ פּלאַן: מאַרינע וועט זיך אַרײַנציִען אין זײַן שטוב. עס איז דאָ גענוג אָרט. איר אַלטע, קראַנקע מאַמע וועט האָבן דאָ אַן אייגענעם צימער און מ׳וועט דינגען אַ פֿרוי זי זאָל אַכטונג געבן אויף איר. פֿון זײַן זײַט, זאָל מען די פֿרוי אַראָפּברענגען אַזש פֿון מאָלדאַוויע. די טאָכטער וועט האָבן אַ שיינעם צימער. ער און מאַרינע וועלן פֿליִען קיין לאַס-וועגאַס און דאָרט וועלן זיי מאַכן אַ באַשיידענע צערעמאָניע. בײַם סוף פֿון דעם פּלאַן האָט זיך צעקלונגען זײַן טעלעפֿאָן.

„האַלאָ‟, — האָט סעם געענטפֿערט מיט אַ בורטשע.
„האַלאָ, סעם?‟, האָט זײַן סעקרעטאַרשע געפֿרעגט פֿון יענער זײַט ליניע, — „איך האָב אײַך אָנגעקלונגען, כּדי צו לאָזן אײַך וויסן, אַז אײַער פֿלי מאָרגן וועט אַ ביסל פֿאַרשפּעטיקן. איר דאַרפֿט זײַן אין פֿליפֿעלד זעקס אַזייגער אין דער פֿרי.‟
„זעקס אין דער פֿרי?‟
„יאָ, מיסטער מאַרקאָני וועט קומען מיט זײַנע אַדוואָקאַטן אַרום צען אַזייגער. אָבער דאָס איז נישט קיין פּראָבלעם. אונדזערע אַדוואָקאַטן וועלן שוין זײַן דאָ.‟

די פּרטים פֿון דער געשיכטע זענען מיט אַ מאָל אַרויסגעשפּרונגען פֿון דער פֿאַרגעסעניש. איצט האָט ער זיך געכאַפּט, אַז ער האָט גערעדט מיט דער סעקרעטאַרשע בלויז מיט אַ פּאָר טעג צוריק. די באַקאַנטשאַפֿט מיט מאַרינע האָט אָפּגעווישט אַלץ.

יענער מיסטער מאַרקאָני, אַן עושר, וואָס האָט געהאַט אַ שם פֿון אַ היציקן אינוועסטירער, וועלכער וואַרפֿט זיך מיט געלט, האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיטן קויפֿן אַ העלפֿט פֿון סעמס געשעפֿט. די פּראָצעדור איז געווען עטוואָס פֿאַרוויקלט, אָבער לסוף האָט מען געקענט זאָגן „שהחיינו‟. דאָס שליסן דעם פֿאַרקויף-אָפּמאַך איז געווען איצט פֿון די לײַכסטע זאַכן.

„איך מוז זײַן דאָרט, אַיאָ?‟ — האָט ער געפֿרעגט די סעקרעטאַרשע אָן אַ באַזונדערן ווילן.

סעם האָט געהאַט ווייניק חשק צו פֿאָרן קיין ניו-יאָרק. דאָס וואָס עס האָט אויסגעזען ערשט מיט אַ פּאָר טעג צוריק אַ גאָר וויכטיקע געשעעניש, איז געווען איצט אַ שטערונג, אַן אָפּקומעניש.

„נאָר איר, סעם, האָט רעכט עס אונטערשרײַבן.‟

סעם האָט באַטראַכט זײַן האָריקע, אָדערדיקע האַנט און עס האָט אים באַנג געטאָן, וואָס זי, די האַנט, איז אָפּהענגיק פֿון אים און קען אַליין נישט פֿליִען קיין ניו-יאָרק.
„איך זאָל באַשטעלן אַן אויטאָ, מע זאָל אײַך אָפּנעמען פֿונעם פֿליפֿעלד?‟
„ניין‟, — האָט סעם אָפּגעוואָרפֿן דעם פֿאָרשלאָג ווי אַ ברוגז געוואָרענער בחור, — „איך וועל שוין נעמען אַ טאַקסי.‟

סעם האָט פֿאָרגעלייגט אָפּצופֿירן מאַרינען אַהיים מיט זײַן אויטאָ, אָבער זי האָט זיך אַרויסגעדרייט מיט כּלערליי תּירוצים. ער האָט זי באַגלייט צו דעם מעקסיקאַנישן רעסטאָראַן און איר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז ער מוז מאָרגן אין דער פֿרי פֿליִען קיין ניו-יאָרק, אָבער די נסיעה וועט נישט דויערן מער ווי עטלעכע טעג. ער דאַרף נאָר אונטערשרײַבן אַ וויכטיקן דאָקומענט. בשעתן צעשיידן זיך האָבן זיי באַשטימט, אַז ווי נאָר ער וועט צוריקקומען זאָל ער אַרײַנגיין אין דעם מעקסיקאַנישן רעסטאָראַן און ווײַטער וועלן זיי שוין באַשליסן וואָס און ווען.

ניו-יאָרק האָט אויפֿגענומען סעמען אַן אָנגעכמורעטער, אַ גרוילעכער, אַ טריבער און אַ פֿײַכטער. אַ נאָדלדיקער רעגן האָט געשטאָכן די קעפּ אָן אויפֿהער. אַ פּלוצעמדיקער קאַלטער ווינט האָט אַ בלאָז געטאָן און צעשפּיליעט די מאַנטלען. דער טאַקסי-שאָפֿער, וואָס האָט קוים געקענט ענגליש, האָט געשוויגן דעם גאַנצן וועג. אַן אומבאַקאַנט פֿרוייִש קול האָט אַרויסגעזונגען פֿון דעם ראַדיאָ־מכשיר וועגן אַ משוגענער ליבע און אַ פּײַנלעכער אַנטוישונג.

בשעתן אַרײַנגיין אין טאַקסי, האָט סעם אָנגערופֿן דעם אַדרעס פֿון דער דירה, אָבער נאָך אַ שטיקל וועג האָט ער געביטן זײַן מיינונג און געבעטן דעם שאָפֿער, אַז יענער זאָל אים אָפּפֿירן גלײַך אין דעם ביוראָ. די ברייטע שאָסייען זענען איצט געוואָרן שמעלער ווי לענגער, אויף וועלכע זענען געקראָכן טויזנטער אויטאָס ווי אויף אַ פּאַראַד, וואָס האָט נישט קיין אָנהייב און נישט קיין סוף.

דער בנין, וווּ זײַן ביוראָ האָט זיך געפֿונען האָט זיך גאָרנישט געביטן, און דאָך, האָט סעם זיך מיטאַמאָל דערפֿילט ווי אַ פֿרעמדער. אין דעם ביוראָ גופֿא האָבן אַלע באַהאַנדלט דעם שעף מיט גרויס דרך-ארץ, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ הויך-ראַנגיקן גאַסט. ער האָט באַלד דערשמעקט עפּעס אַן אָנשטרענגונג און שפּאַנונג. ווען סעם איז אַרײַנגעגאַנגען אין דעם זיצונג-צימער, זענען די פֿאַרהאַנדלונגען שוין געווען אין סאַמע ברען. די אַדוואָקאַטן, דרײַ בחורים מיט פֿאַרפֿלאַמטע פּנימער, האָבן אַרומגערעדט אַ גאָר וויכטיקן ענין. סעם האָט געטראַכט וועגן מאַרינען. וווּ איז זי איצט? מסתּמא, ווישט זי אָפּ די טישן אין דעם רעסטאָראַן, וואָס סערווירט אַ מעקסיקאַנישן פֿרישטיק. באַלד וועט זי אַרויסטראָגן צוויי אָדער דרײַ גרויסע שוואַרצע מיסט-זעקלעך. נאָכדעם וועט זי אָפּווישן די שפּיגלען אין טואַלעט און אָנגיסן זייף אין די האַלב־ליידיקע זייף-פֿלעשלעך. נאָכן פֿרישטיק לאָזט זיך דאָך דער עולם אין טואַלעט אַרײַן…

סעם האָט געמיינט, אַז ער וועט אונטערשרײַבן איינס-און-צוויי די פּאַפּירן און פּטרן אַן עסק, אָבער דער עסק איז נישט געווען אַזאַ פּשוטער. די זיצונג האָט זיך געצויגן לענגער ווי ער האָט לכתּחילה געמיינט. יעדעס מאָל איז פֿון ערגעץ אַרויסגעשפּרונגען אַ מניעה, אַ שטרויכלונג, אַ נישט פֿאַרויסגעזעענער אבֿן-נגף. די אַדוואָקאַטן פֿון דעם מיסטער מאַרקאָני זענען געווען אויסגעריבענע בריות. די ווערטער, וואָס זענען אַרומגעפֿלויגן אין צימער, זענען קוים אַרײַן אין סעמס אויערן.

ער האָט געציילט די טעג און די שעהען ביז זײַן פֿלי צוריק קיין פֿלאָרידע. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער מיליאָנטשיק איז אַ האַרט ניסל. ער האָט זיך געדונגען איבער יעדער פּרוטה, ווי אַן אײַנרײַסער. סעם איז שוין מיד געוואָרן פֿון דעם פֿאַרשלעפּטן עסק. עס איז אים שוין געווען אַלץ צי דער מאַגנאַט וועט קויפֿן אַ טייל פֿון דעם געשעפֿט, צי נישט. עס איז אים נישט געגאַנגען אין לעבן אַ דאָלער אַרויף אָדער אַראָפּ. די טאָכטער וועט סײַ-ווי באַקומען אַ פֿעטע ירושה, האָט ער זיך געטרייסט.

נאָך אַ פּאָר טעג זענען די אַדוואָקאַטן פֿון דעם גבֿיר מיט די טיפֿע קעשענעס געקומען צו דער מסקנה, אַז עס זענען דאָ נאָך אַ ריי ענינים, וואָס מע מוז זיי קלאָרשטעלן פֿאַרן אונטערשרײַבן. סעם איז אומזיסט געפֿאָרן קיין ניו-יאָרק, אָבער ער איז נישט געפֿאַלן בײַ זיך. עס האָט אים געטרייסט די מחשבֿה, אַז אָט, באַלד וועט ער זיך זען ווידער מיט מאַרינען און זיי וועלן פֿליִען קיין לאַס-וועגאַס און זיך רעגיסטרירן ווי מאַן און ווײַב.

צוריק קיין פֿלאָרידע איז ער געפֿאָרן אָן שהיות גלײַך אין „מאַרינעס‟ מעקסיקאַנישן רעסטאָראַן. דער רעסטאָראַן איז געווען כּמעט ליידיק. סעם האָט אָנגערופֿן מאַרינעס נאָמען עטלעכע מאָל, אָבער קיין ענטפֿער איז נישט געקומען. אַ קליין מענטשעלע מיט אַ גרויסן קאָפּ און האַלב פֿאַרמאַכטע אויגן האָט אָפּגעווישט די טישן מיט אַן אָפּגעריבענער שמאַטע.

„וווּ איז מאַרינע?‟ — האָט זיך סעם געווענדט צו אים. דאָס מענטשעלע האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ אויף „ניין‟. ער קען נישט קיין ענגליש. „נאָ אינגלעס!‟.

„דאָנדע עסטע מאַרינע?‟ — האָט סעם געפּרוּווט אָ צווייט מאָל, איצט אויף אַ בידנעם שפּאַניש, אָבער דאָס מענטשעלע האָט ווײַטער געשאָקלט מיטן קאָפּ אויף „ניין‟.

סעם איז אַרויס פֿון דעם רעסטאָראַן. דאָס האַרץ האָט געקלאַפּט ווי נאָך אַ פֿאַרצווייפֿלטן געלויף. מאַרינע איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, האָבן זײַנע מחשבֿות גענומען רעדן גיך, אין דער ערד אַרײַן! דער גאַנצער עסק האָט זיך פֿאַרקאַקט… וואָס וועגאַס ווער וועגאַס? וווּ איז זי צו אַל די שוואַרצע יאָר? וווּ איז דער הויפּט-ביוראָ? ער וועט גיין אַהין. אַוודאי, ווייסן זיי דאָרט, וואָס איז מיט איר געשען.

סעם איז אַרײַן אים דעם געראַמען ביוראָ אַ פֿאַרסאַפּעטער. דאָרט איז געזעסן, דאַכט זיך, פֿון ששת-ימי-בראשית אָן, צוגעקאָוועט צום איר בענקל, די גאָר פֿרײַנדלעכע פֿרוי מיט די שײַנענדיקע האָר, וואָס האָט אים געצויגן אַהער מיט איר גלאַטיקער צונג, אויף יענער, ערשטער באַגעגעניש.

„וווּהין איז מאַרינע פֿאַרשוווּנדן געוואָרן?‟ — האָט ער געפֿרעגט, פּרוּוונדיק סײַ אָפּווישן דעם פֿאַרשוויצטן שטערן און סײַ אָפּכאַפּן דעם אָטעם.
„מאַרינע?‟ — האָט די פֿרוי מיט די שײַנענדיקע האָר אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ און באַטראַכט דעם האַלב מטורפֿדיקן מאַן מיט אַ פֿאַרחידושטן בליק.
„יאָ, מאַרינע‟, — האָט סעם אָנגעהויבן ציִען דעם אָטעם רעגולער, — „זי איז… זי האָט גערייניקט אין דעם מעקסיקאַנישן רעסטאָראַן און אויכעט… אין דעם קלוב. אַן אָנגעשטעלטע פֿון לייקוויל־ביטש, מיין איך. זי איז אַ…‟.

פּלוצעם איז ער אַנטשוויגן געוואָרן. ער האָט זיך פֿאַרשעמט ווי אַ ייִנגעלע, וואָס האָט זיך ערשט אַרויסגעכאַפּט מיט אַ נאַרישקייט.

„אָ, איצט ווייס איך וועגן וועמען איר רעדט‟, — האָט די פֿרוי געשמייכלט אַ צוגעטשעפּעטן שמייכל, נישט אַרויסווײַזנדיק דעם מינדסטן סימן, אַז ווי נאָר דער מאָדנער מאַנספּאַרשוין וועט פֿאַרלאָזן איר ביוראָ, וועט זי באַלד אָנקלינגען דעם היגן פּסיכיאַטער. — ״אײַם סאָרי, מאַרינע האָט פֿאַרלאָזט די אַרבעט מיט אַ פּאָר טעג צוריק‟, — האָט זי אַרויסגעבראַכט אויף דער צונג איר ערשטן אײַנפֿאַל, האָפֿנדיק, אַז אַזוי וועט זי אָפּטרייסלען פֿון זיך דעם נודניק.

סעם האָט זי שטיל באַדאַנקט און פֿאַרלאָזט דעם צימער מיט אַ שווערן געמיט.
אַ שטיק זויערקייט איז געבליבן שטעקן אין זײַן האַלדז. עס האָט אים געשווינדלט פֿאַר די אויגן. ער האָט געפֿילט, אַז אָט־אָט וועט ער אויסברעכן. ער איז אַרײַנגעגאַנגען מיט ציטערנדיקע פֿיס אין טואַלעט, וואָס האָט זיך געפֿונען אַ ביסל ווײַטער אינעם קאָרידאָר, זיך אַרײַנגעריסן אין אַ קאַבינע און באַטראַכט אַ ווײַלע דאָס ווײַסע בית-הכּיסא. דער איבל איז צוביסלעך אָפּגעטראָטן. איצט האָט ער געקענט אָטעמען טיף. אַ העסלעכער גערוך פֿון אַ ביליקן טואַלעטן-פּאַרפֿום האָט אָנגעפֿילט זײַנע נאָזלעכער.

די מחשבֿות זענען ווידער געוואָרן לויטער, ווי נאָך אַ פּאַטש. ער האָט באַטראַכט די אייגענע האָריקע, אָדערדיקע הענט, די רויטלעכע דלאָניעס און געטראַכט צו זיך בשעת-מעשׂה, אַז ער טאָפּטשעט זיך נישט ווייניק צײַט אויף גאָטס וועלטל, קיין עין-הרע, און, דאַכט זיך, אַז די יאָרן האָבן נישט געבראַכט מיט זיך מער חכמה. ער איז נישט געוואָרן קליגער אויף אַ האָר אפֿשר אַ קאַפּעלע מער צעמישט.

ער האָט געשאָלטן די אידיאָטישע האָפֿענונג אין טאַטנס טאַטן אַרײַן, אַרויס פֿון דער קאַבינע און באַטראַכט די אייגענע אָפּשפּיגלונג. די שטאַרק ווײַסע ליכט האָט, ווי אויף צו להכעיס, געמאַכט בולטער די קנייטשן. עס האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער איז בלאַס, ווי נאָך אַ שלאַפֿקייט.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s