איך לייג פֿאָר אונדזערע לייענערס אַן אויסצוג פֿון מײַן נײַעם ראָמאַן „מיט אַ שליחות קיין מאָסקווע‟, דעם צווייטן בוך פֿון דער דילאָגיע „למד־וואָווניקעס פֿון מײַן זכּרון‟. אין דעם בוך ווערט דערציילט וועגן דעם גורל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און אירע שאַפֿערס — צי זאָל עס זײַן אין די יאָרן פֿונעם סטאַליניסטישן פּאָגראָם איבער דער סאָוועטישער קולטור און זײַנע טוערס, צי אין די צײַטן פֿון דער אַזוי גערופֿענער „אָדליגע‟, צי אין די יאָרן פֿון דער „איבערבויוּנג‟, צי אין די אָנהייב 1990ער, ווען די ייִדן פֿונעם געקראַכטן לאַנד האָבן זיך אַ לאָז געטאָן אין דער וועלט אַרײַן. אויך דער הויפּט־העלד פֿונעם ראָמאַן, דובֿ־בער קרופּניק, האָט אין יענער צײַט פֿאַרלאָזט זײַן אַלטע היים און איז עולה געווען קיין ישׂראל. נאָך עטלעכע יאָר אַדאַפּטאַציע אינעם נײַעם לאַנד ווערט ער געשיקט מיט אַ שליחות קיין מאָסקווע…
באָריס סאַנדלער
אַן אויסצוג פֿונעם ראָמאַן
דובֿ־בער האָט אַ שטופּ געטאָן די טיר און דורך אַ קליין פֿינצטער קאָרידאָרל אַרײַנגעגאַנגען אינעם אייבערשטן צימער פֿון דער געוועזענער רעדאַקציע „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟. דאָס לעצטע מאָל איז ער דאָ געווען אין די טעג פֿון דער „היסטאָרישער‟ קאָנפֿערענץ פֿונעם „וועלטראַט‟. דאָס ערשטע, וואָס ס׳האָט זיך אים געוואָרפֿן אין די אויגן, אַז די צוויי שאַפֿעס מיט זעלטענע ביכער, ווי למשל, אַלע 16 בענד פֿון דער רוסישער „ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟, אַרויסגעלאָזט נאָך פֿאַר דער רעוואָלוציע פֿונעם פֿאַרלאַג בראָקהאַוז און אפֿרוֹן, סטוטשקאָווס „אוצר‟, געזאַמלטע ווערק פֿון ייִדישע קלאַסיקער און אַנדערע זעלטענע סאָוועטישע און אויסלענדישע אויסגאַבעס, — זײַנען שוין מער נישט געשטאַנען אויף זייער אָרט לעבן דעם גרויסן פֿענצטער אונטער שלום־עליכמס גיפּסענעם באַרעליעף־פּאָרטרעט; און דער פּאָרטרעט אַליין איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. די צוויי ביכער־שאַפֿעס זײַנען שטענדיק געווען פֿאַרשלאָסן, און די שליסעלעך האָבן זיך געפֿונען בײַם רעדאַקטאָרס סעקרעטאַרשע. ווי ס׳איז דערגאַנגען צו דובֿ־בערן, איז עלווירע אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע.
פֿון דעם אָרט, וווּ זי איז פֿריִער געזעסן, לעבן דעם קאַבינעט פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר, האָבן אויף קרופּניקן געקוקט צוויי פֿאַרחידושטע אויגן פֿון אַ מיידל. זי האָט נישט זיכער אַ פֿרעג געטאָן אויף רוסיש: „איר האָט דאָ אַ טרעפֿונג?‟ איצט האָט שוין דער גאַסט זיך אויף אַ מאָמענט פֿאַרלוירן. און טאַקע אין דער אמתן, קומענדיק פֿון אַ ווײַט לאַנד, וואָס אין אָט די פֿיר ווענט האָט מען עס לאַנגע יאָרן געהאַלטן פֿאַר אַ שׂונא, שטעלט ער זיך אַרײַן דער נײַער בירגער, כּדי אָפּצושטאַטן זײַן ערשטן וויזיט אין מאָסקווע?!
אין די סוף אַכציקער אָנהייב נײַנציקער יאָרן, ווען די עמיגראַציע־כוואַליע האָט אָנגענומען כּוח, און טויזנטער מענטשן האָבן זיך געקליבן אין זייער נע־ונד, האָבן אין דער זעלבער צײַט אָנגעהויבן אָנצוקומען קיין מאָלדאָווע געסט פֿון אויסלאַנד. ס׳רובֿ פֿון די געסט האָבן פֿאַרלאָזט די היימישע ערטער פֿון זייער קינדשאַפֿט און יוגנט אין די אָנהייב 1970ער. זיי זײַנען שוין פֿעסט געשטאַנען אויף די פֿיס אין זייער נײַער היים, און דאָך האָט זיי אַהער געבראַכט צו פֿירן די כּוונה אָפּצופֿרישן דעם זכּרון, פֿון לעשן דעם בענקשאַפֿט־דורשט. זיי האָבן זיך ווייניק אינטערעסירט מיט די פּאָליטישע ענדערונגען, וועגן וועלכע זיי האָבן געוויס געהערט בײַ זיך אין לאַנד און, אַ דאַנק וועלכע זיי האָבן באַקומען די מעגלעכקייט קומען צו גאַסט; פֿאַרקערט, זיי האָבן געזוכט שפּורן פֿון דעם אָפּגעלעבטן, שוין כּמעט פֿאַרגעסענעם נעכטן, די אַלטע האַלב־חרובֿ געוואָרענע געסלעך און הינטערגעסלעך, האָבן בײַ זיי אַרויסגערופֿן פֿרייד און טרערן און אויסגעזען שענער, ווי די נײַ־אויפֿגעבויטע ברייטע פּראָספּעקטן מיט מאָדערנע פֿילשטאָקיקע בנינים. זייער באַזוך האָט אָנגעהויבן מער אויסצוזען ווי דאָס קומען אויף קבֿר־אָבֿות…
מעגלעך, ערשט איצט, דערהערנדיק די פֿראַגע פֿון דעם רוסישן מיידל, האָט קרופּניק אָנגעהויבן פֿאַרשטיין, וואָס איז די אמתע סיבה פֿונעם מסכּים זײַן צו פֿאָרן קיין מאָסקווע — צו האָבן אַ טרעפֿונג מיט זײַן ליטעראַרישן אָנהייב, וואָס איז געשען נאָך דעם, ווי ער האָט צום ערשטן מאָל איבערגעטראָטן די שוועל פֿון דער ייִדישער רעדאַקציע. דעמאָלט, אין סעפּטעמבער 1981, איז קרופּניק געשטאַנען בײַ דער שוועל נישט נאָר פֿון דער רעדאַקציע; ס׳האָט זיך פֿאַר אים געעפֿנט דער טויער פֿון גאָר אַן אַנדער וועלט, וואָס ער, בײַ זײַנע דרײַסיק יאָר, האָט וועגן איר קוים געהערט און געוווּסט, סײַדן אין זײַן קינדשאַפֿט און אַפֿילו נאָך פֿריִער, בײַ זײַן מאַמען אין בויך. אַזוי באַהאַלט אַ קינד אַ באַליבט שפּילעכל פֿון אַ פֿרעמד אויג און מיט דער צײַט פֿאַרגעסט עס דאָס אָרט, וווּ די זאָך ליגט און וואַרט — אפֿשר וועט מען פֿאָרט זיך דערמאָנען אין איר און עס אַרויסשלעפּן פֿון דעם פֿאַרגעסעניש…
פֿינעף זײַנען זיי געווען. יעדער פֿון זיי, די געקומענע צו דער שוועל פֿון דער ייִדישער רעדאַקציע אויף קיראָווע־גאָס, 17, האָט איבערגעלאָזט הינטער זיך אַ שטיק לעבן, וווּ ייִדיש איז טאַקע געווען אַ מין שפּילעכל, וואָס אינעם גאַנג פֿון יאָרן איז ערגעץ פֿאַרלוירן און פֿאַרגעסן געוואָרן, אָן אַ באַזונדערן ווילן עס אַ מאָל צו געפֿינען. וואָס האָט זיי געבראַכט צום באַשלוס אָפּצוגעבן צוויי יאָר פֿון זייער לעבן דער מסופּקדיקער זאַך ווי ייִדיש, האָט יעדער דערויף געהאַט זײַן אייגענע דערקלערונג.
די אַלגעמיינע און אָפֿיציעלע סיבה אָנצונעמען אַזאַ ייִדיש־גרופּע בײַ די העכסטע ליטעראַטור־קורסן האָט אַהרן ליס גופֿא אַרגומענטירט אין די קאַבינעטן פֿון מלוכישע אידעאָלאָגישע אינסטאַנצן דערמיט, וואָס די רעדאַקציע פֿון זײַן זשורנאַל נייטיקט זיך אין פֿרישע רעדאַקטאָרישע כּוחות; שוין אָפּגערעדט, אַז אַזאַ גרופּע וואָלט געקאָנט זײַן אַ גוטע פּראָפּאַגאַנדע־אַקציע אין דער צײַט פֿון „קאַלטער מלחמה‟. דאָס האָט אויך געדאַרפֿט מיינען, אַז נאָכן פֿאַרענדיקן די קורסן וועלן די גראַדואַנטן, יעדנפֿאַלס, ס׳רובֿ פֿון זיי, פֿאַרבלײַבן אין מאָסקווע, כּדי צו אַרבעטן אין דער רעדאַקציע. צי האָט ליס באמונה־שלמה געהאַלטן, אַז זײַן פּלאַן וועט זיך אים אײַנגעבן דורכצושלעפּן אין די הויכע פֿענצטער? ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט זײַן קאָניונקטור־חוש און דערפֿאַרונג פֿון אַ לאַנג־יאָריקער פֿאַרבינדונג מיט די הויכגעשטעלטע פֿונקציאָנערן פֿון ליטעראַטור און פּראָפּאַגאַנדע אונטערגעזאָגט, אַז אַ שאַנס איז בײַ אים פֿאָרט פֿאַראַן.
אויסצוקלײַבן די פֿינעף קאַנדידאַטן האָט קיין באַזונדערע שוועריקייטן נישט געמאַכט. די צוויי ייִנגערע מחברים פֿונעם זשורנאַל, מאַן און ווײַב, פֿון דער אוראַלער שטאָט פּערם, האָבן קיין באַזונדערן חשק זיך אָפּצורײַסן אויף צוויי יאָר פֿון זייער וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט און קינדער נישט אַרויסגעוויזן. דער אומדערוואַרטער פּאָעטישער דעביוט אין „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟ פֿונעם יונגן רוסישן בחור פֿון קוּיבישעוו, אַלכּסנדר סאַמאַרין, האָט מער איבערגעראַשט די ייִדישע גאַס אין אויסלאַנד. באַקאַנטע שרײַבערס אין אַמעריקע און ישׂראל האָבן זיך אין אים אָנגעכאַפּט, ווי אין אַ זעלטענער מציאה. די רעדאַקטאָרן פֿון די אַלע ייִדישע אויסגאַבעס, וואָס ליס האָט זיי פּסול געמאַכט, האָבן זשעדנע געדרוקט זײַנע לידער. אײַנצושליסן אַזאַ צווייפֿלדיקן פּאַרשוין אין דער ייִדיש־גרופּע, וואָלט געקאָנט שטעלן זײַן גאַנצן פּלאַן אין סכּנה.
יעפֿים בערלינסקי איז געווען אַן אָפֿטער אַרײַנגייער אין דער רעדאַקציע. אַ פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצער פֿון רומעניש, האָט ער געקענט ייִדיש פֿון זײַן בעסאַראַבער קינדשאַפֿט. דער נאָך־מלחמהדיקער שטייגער־געמיש פֿון דער קעשענעווער מאַהאָלע טאַבאַקעריִע, וווּ ער איז געוואַקסן, איז געווען גענוג פֿאַרביק, אַז פֿימע זאָל דערמיט געווען פֿאַרכאַפּט ווערן. מיט יאָרן שפּעטער, בשעתן באַזוכן די ייִדישע רעדאַקציע, פֿלעגט ער מיטאַמאָל דערפֿילן, ווי דער מאָסקווער גרויסשטאָטישער הו־האַ לאָזט אים אָפּ און עס הילן אים אײַן היימישע קלאַנגען. די מיטאַרבעטערס פֿלעגן אים באַגעגענען מיט אַ קליינשטעטלדיקן רעספּעקט — פֿאָרט אַ רוסישער איבערזעצער פֿון באַקאַנטע מאָלדאַווישע און רומענישע פּאָעטן, אַן אַרײַנגייער אין די רעדאַקציעס פֿון דיקע רוסישע זשורנאַלן. די ייִדישע פּאָעטן האָבן שטיל און צאַפּלדיק געהאָפֿט, אַז אפֿשר וועלן אַמאָל אויך זייערע לידער, אויסגעשפּילט אויף בערלינסקיס איבערזעצערישער לירע, האָבן דאָס מזל דערהערט ווערן אויף די ברייטע רחבֿותן פֿון רוסלאַנד.
אין די עטלעכע ווײַלעס, ביז ליס פֿלעגט אים אַרײַנרופֿן אין קאַבינעט, האָט ער זיך איבערגעוואָרפֿן מיט די אַלטע לײַט אויף זײַן בעסאַראַבער מאַמע־לשון, דערציילנדיק זיי וועגן זײַן טאַטן, אַ שנײַדער און אַ גרויסן חסיד פֿון איציק מאַנגערן.
— הער, גוייִשער גראַמענפֿלעכטער, — האָט יעפֿים קאָמיש נאָכגעמאַכט זײַן טאַטנס אינטאָנאַציעס, — הער מיט קאָפּ, ווי מע דאַרף שרײַבן לידער!
בערלינסקי האָט זײַנע ווערטער באַגלייט מיט ברייטע זשעסטן, ווי צוגעהאָלפֿן זיך אויף אַזאַ אופֿן אויסצוזוכן אינעם זכּרון אַ פֿאַרגעסן ייִדיש וואָרט:
— מאַנגער איז נישט דײַן מאַיאַקאָווסקי, וואָס כ׳פֿאַרשטיי קיין וואָרט נישט פֿון זײַן גראָם־שטראָם און טאַראַראָם! — און בערלינסקי, אַליין פֿאַרכאַפּט מיטן דערציילן, פֿלעגט זיך פֿאַרכלינען אין זײַן געלעכטער.
ליס, אַרויסגעקוקט פֿונעם קאַבינעט און הערנדיק, אַפּנים, נאָר די לעצטע ווערטער, פֿלעגט באַמערקן:
— בערלינסקי, הערט שוין אויף צו לאַכן פֿון אונדזער גרויסן פּראָלעטאַרישן פּאָעט!.. קומט אַרײַן…
אײַנצושליסן אין דעם „פֿינפֿלינג‟ אַ צווייטן איבערזעצער, אָלעג בראָנסקי, איז זיך נישט באַגאַנגען אָן בערלינסקיס רעקאָמענדאַציע. ער, בראָנסקי, איז אויך געווען אַ קעשענעווער און אַ פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצער פֿון מאָלדאַוויש. זיי האָבן זיך געקענט נאָך פֿון זייער יוגנט, ווען ביידע פֿלעגן זיי באַזוכן דעם רוסישן ליטעראַטור־קרײַז בײַ דער אָרטיקער רוסיש־שפּראַכיקער צײַטונג „מאָלאָדיאָזש מאָלדאַוויִיִ‟ (מאָלדאַווישע יוגנט). בראָנסקי איז געווען אַ מיטגליד פֿונעם אַלפֿאַרבאַנדישן שרײַבער־פֿאַראיין און אָנערקענטער איבערזעצער נישט בלויז פֿון די מאָדערנע מאָלדאַווישע שרײַבערס, נאָר אויך פֿון די קלאַסיקער. דערצויגן אין אַן אַסימילירטער משפּחה, האָט ער ייִדיש נישט געקענט; דעריבער וואָלט עס בפֿירוש געדאַרפֿט אויסזען מאָדנע, אַז ליס האָט פֿאַרבעטן אויף אַזעלכע ספּעציעלע קורסן אַ מענטש, וואָס האָט בכלל נישט קיין שײַכות צו ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור.
וואָס שייך בראָנסקין, האָט ער קיין סוד פֿון זײַן באַשלוס נישט געמאַכט. וועדליק דעם, ווי דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן זשורנאַל האָט צעפּויקט איבער דער וועלט, אַז אַלע צוהערער וועלן נאָכן פֿאַרענדיקן דעם קורס פֿאַרבלײַבן אין מאָסקווע, האָט בראָנסקי זיך אין דעם שאַנס אָנגעכאַפּט. נאָך פֿון דער צײַט, וואָס ער האָט פֿאַרענדיקט דעם זשורנאַליסטישן פֿאַקולטעט בײַם מאָסקווער אוניווערסיטעט, האָט ער געטרוימט אין דער קרוינשטאָט צו פֿאַרבלײַבן. צו באַקומען אָבער אַזאַ אויסשליסלעכן זכות, איז אין יענער צײַט נישט יעדן באַשערט געווען.
מעגלעך, אַז אַהרן ליס, פֿאַרבעטנדיק אויף די קורסן צוויי איבערזעצערס, האָט שוין דעמאָלט געהאַט אין זינען און אַפֿילו געאַרבעט אויף זײַן נײַעם פּלאַן אַרויסצולאָזן אַ מין אויסגאַבע פֿון איבערזעצונגען אויף רוסיש, קודם־כּל, פֿון די ווערק, געדרוקט אין „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟, ווי אויך פֿונעם קלאַסישן ליטעראַטור־עזבֿון.
אין יאָר 1985 איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿון אַזאַ ליטעראַרישן יאָרבוך אונטערן נאָמען „גאָד זאַ גאָדאָם‟ (יאָר נאָך יאָר) אונטער דער אַלגעמיינער רעדאַקציע פֿון אַהרן ליס; און נישט בלויז אויף רוסיש, נאָר אויך אויף ענגליש און פֿראַנצייזיש. נאָך אַלעמען, צו רעדאַגירן דעם רוסישן יאָרבוך האָט ליס פֿאַרבעטן גאָר אַ זײַטיקן מענטש, וואָס האָט אַגבֿ קיין וואָרט ייִדיש נישט געקענט.
דער ייִנגסטער אין דער גרופּע איז געווען מאַטוועי טשאָרני, וואָס האָט שפּעטער פֿאַרביטן זײַן נאָמען אויף מאָטל טשאָרני. צו יענער צײַט, ווען ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן די קורסן, האָט ער געהאַט פֿאַרענדיקט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט ווי אַ עטנאָגראַף. ער, אַ מאָסקווער, איז פֿרי פֿאַרקאָכט געוואָרן אין דער אומלעגאַלער ייִדישער באַוועגונג. ייִדיש און עבֿריתּ האָט ער אויסגעלערנט אַליין. דער קרײַז פֿון זײַנע אינטערעסן איז געווען ברייט, אָבער צו געפֿינען אַן אַרבעט אין מאָסקווע פֿון זײַן פֿאַך האָט אים קיין ברייטע האָריזאָנטן נישט געעפֿנט. ער איז געווען אַן אָפֿטער אַרײַנגייער אין דער רעדאַקציע, אַזוי אַז דער הויפּט־רעדאַקטאָר, זוכנדיק פֿאַרן זשורנאַל נײַע קאַדרען, האָט געוויס געהאַלטן אַן אויג אויפֿן פֿיייִקן יונגן־מאַן. פֿון טשאָרניס זײַט, שוין אַ באַווײַבטער און אַ טאַטע פֿון צוויי קינדער, וואָלטן די צוויי יאָר באַוואָרנט אים מיט אַ גוטער סטיפּענדיע און דערנאָך — מיט אַ סטאַבילער אַרבעט אין מאָסקווע.
צי האָט ליס מיט זײַן שאַרפֿזיכטיקן אויג דערזען אין דעם יונגן עטנאָגראַף אַ פּאָעטישן טאַלאַנט? ווי אַן אַלטער פּאָעט און געניטער רעדאַקטאָר האָט ליס ווייניק געגלייבט, אַז אַ מאָסקווער בחור מיט אַן אויסגעלערנטן ייִדיש איז מסוגל צו שאַפֿן אַ סאַמעראָדנע ייִדישע פּאָעזיע. דער פֿאַל מיטן רוסישן יאַט סאַמאַרין איז טאַקע געווען אַ מערקווערדיקער אויסנאַם, אָבער נישט קיין נס. דערצו האָט מאַטוועי טשאָרני, אָנגעשטאָפּט מיט ייִדישן וויסן, נישט באַלד זיך אַנטפּלעקט ווי אַ פּאָעט. ליס האָט געהאַט פֿאַר אים אַנדערע אויסזיכטן, קודם־כּל, אויסצוניצן טשאָרני ווי אַ פֿאַרבינד־בריקל מיטן יונגן דור ייִדישע געלערנטע, באַזונדערס היסטאָריקער און עטנאָגראַפֿן…
פֿון אַ זײַטיקער טיר, וואָס אַמאָל האָט עס געפֿירט אינעם רעדאַקציע־טייל, וווּ יעדער נײַער נומער פֿון „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟, האָט זיך פֿאַקטיש געקנאָטן און געפֿורעמט איידער געשיקט צו ווערן אין דרוקערײַ, איז אַרײַנגעלאָפֿן אינעם אייבערשטן אויפֿנעם־צימער אַ קליינוווּקסיקער ברייטער פּאַרשוין; אָנגעטאָן וואַרעם, אַריבער דעם בײַקענעם העמד — אַ געשטעפּט פּעלצל אָן אַרבל, די פּלודערן אַרײַנגעשטופּט אין וואָליקעס מיט קאַלאָשן. ער האָט אויסגעזען צעשויבערט און פֿאַרטראָגן, אַ צוויי־טאָגיק פֿאַרוואַקסענע באָרד האָט פֿאַרכאַפּט זײַן קנייטשיק פּנים. ער איז ווי אַרויס פֿון יענער ריי מענער און פֿרויען, וואָס דובֿ־בער האָט פֿריִער געזען שטיין מיט זייער סחורה, נעבעך, בײַם מעטראָ־אַרײַנגאַנג. דאָס איז געווען דער פּאָעט און רעדאַקטאָר פֿונעם בריוון־אָפּטייל באָריס פֿיגלער. קוקנדיק איצט אויף אים, האָט דובֿ־בער פּלוצעם דערפֿילט, אַז אינעם בנין איז טאַקע גענוג קאַלט און אַז אויך דאָס מיידל, וואָס האָט אים באַגעגנט, איז אָנגעטאָן וואַרעם.
פֿיגלער איז געבליבן אַ רגע שטיין אַ פֿאַרגליווערטער. די אויגן בײַ אים האָבן זיך נאָך מער אויסגעטאַראַשטשעט און קײַלעכיקער געוואָרן.
— קרופּניק… — האָט ער שיִער נישט אויסגעשריִען, — כ׳גלייב נישט מײַנע אייגענע אויגן! — ער האָט אויסגעשטרעקט זײַנע קורצע און שטײַפֿע הענט אַנטקעגן דעם אומדערוואַרטן גאַסט. — ביסט דאָך אין ישׂראל, אַיאָ?.. ס׳איז צו אונדז דערגאַנגען, אַז דו אַרבעטסט אינעם ירושלימער אוניווערסיטעט…
— פֿון אײַער „אונדז‟ פֿאַרשטיי איך, — האָט דובֿ־בער באַמערקט מיט אַ לײַכטער איראָניע, — אַז אין דער רעדאַקציע האַלט מען נאָך אַלץ די האַנט אויפֿן דופֿק פֿון דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אויף דער ייִדישער גאַס אין דער וועלט.
— אַוודאי, — האָט פֿיגלער ערנסט געענטפֿערט, — מיר הייסן דאָך איצט אַזוי — „די ייִדישע גאַס‟…
ער האָט אַ וואַרף געטאָן זײַן בליק אויף די צענדליקער איבערגעבונדענע מיט שטריק פּעקלעך זשורנאַלן, וואָס זײַנען פֿאַררוקט געווען אין אַ ווינקל, ווי אין אַ פֿאַרשיקונג אָן אַן אַדרעס. פֿיגלער האָט זיך געכאַפּט:
— וואָס זשע שטייען מיר דאָ… לאָמיר אַרײַנגיין צו מיר… — און שוין צום מיידל אַ זאָג געטאָן אויף רוסיש: — סוועטאָטשקאַ, גיב אונדז צו וויסן, ווען דער גלאַוונער וועט קומען.
באָריס פֿיגלער איז פֿאַרבליבן דער לעצטער מיטאַרבעטער אין דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל, וואָס האָט איצט געטראָגן אַ נײַעם נאָמען. דאָס בײַטן דעם נאָמען פֿון דער אַלטער אויסגאַבע האָט דערמאָנט דובֿ־בערן דעם ייִדישן פֿאָלקס־מינהג „שינוי־השם‟; ווען אַ מענטש קרענקט אָדער עס גייט אים נישט אין לעבן, בײַט ער זײַן נאָמען, כּדי אָפּצונאַרן דעם שלימזל. דער אַלטער ייִדישער זשורנאַל האָט זיך בפֿירוש נישט גענייטיקט אין אַזאַ „שינוי‟. זײַנע דרײַסיק יאָר לעבן זײַנען אָנגעפֿילט געווען מיט שאַפֿערישקייט און פּולסירנדיקער פֿולבלוטיקייט, באַוואָרנט פֿון דער מלוכה און אונטערן שטרענגן אויפֿזיכט פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר…
— די קאַטאַסטראָפֿע פֿאַרן זשורנאַל, ווי דו ווייסט, איז געקומען מיטן אַלגעמיינעם קראַך פֿון דער מלוכה, — האָט פֿיגלער אײַנגעטאָלקעוועט זײַן גאַסט, — נאָר דער גלאַוונער האָט זיך נישט אונטערגעגעבן — זאָל זײַן אַ פֿאַרוווּנדעטער און אַ פֿאַרלוירענער אין די לאַבירינטן פֿון דער נײַער נישט סטאַבילער ווירקלעכקייט, נאָר פֿאָרט אַ לעבעדיקער! — פֿיגלער האָט אויסגעטאָן דאָס פּעלצל און עס אַוועקגעלייגט אויפֿן מגושמדיקן טיש, ריכטיקער, אויף דעם פּאַק פּאַפּירן, מיט וועלכע דער טיש איז פֿאַרוואָרפֿן געווען. — נישט ער — די מלוכה האָט פֿאַרראַטן די גרויסע אידעאַלן, פֿאַר וועלכע ער גופֿא האָט נישט איין מאָל ריזיקירט מיטן לעבן. ער דערמאָנט מיר דאָס פּאָעטישע געשטאַלט פֿון לערמאָנטאָווס איינזאַמען ווײַסן זעגל, וואָס זוכט פֿאַר זיך אַן אָרט אינעם שטורמישן ים…
זיי זײַנען געזעסן אינעם צימער, וווּ בשעתּו, פֿלעגט פֿיגלער דורכפֿירן זײַנע לעקציעס מיט די צוהערער פֿון דער ייִדיש־גרופּע וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן רעדאַקציע און לייענערשאַפֿט. אינעם זשורנאַל האָט ער געהאַט אַן אייגענע רובריק „בריוו פֿון לייענער‟ און זיך אָפּגעגעבן דערמיט מיט לײַב־און־נפֿש.
— אָן אַ צווייזײַטיקער פֿאַרבינדונג, — האָט ער אויף זײַן פּאַטאָסדיקן אופֿן דערקלערט די קומעדיקע רעדאַקטאָרן, — קאָן קיין שום אויסגאַבע נישט פֿילן דעם דופֿק פֿון צײַט…
דעמאָלט איז דער צימער געווען צוויי מאָל גרעסער און האָט געהאַט דרײַ פֿענצטערס, וואָס האָבן אַרויסגעקוקט אין הויף. צוזאַמען מיט פֿיגלערן האָבן בײַ זייערע טישן געאַרבעט די צוויי קאָרעקטאָרן. איצט האָט אַ וואַנט עס אָפּגעטיילט פֿון אַן אַנדער צימער מיט די געבליבענע דאָרט צוויי פֿענצטערס.
— דו פֿאַרשטייסט, — האָט פֿיגלער זיך ווי פֿאַרענטפֿערט, — אונדזער שפּײַזער, דער פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟, איז געפּגרט, מוזן מיר זיך אַליין שפּײַזן. האָט מען מער ווי אַ האַלב פֿון דער רעדאַקציע געמוזט פֿאַרדינגען עפּעס אַ קאָנטאָר מיטן נומען „קסעראָקס‟… אָבער מיר גיבן זיך נישט אונטער!
באָריס פֿיגלער איז פֿאַרבליבן דער איינציקער שלאַכט־מאַן אויף די חורבֿות פֿון דער אַלטער רעדאַקציע. די ייִנגערע מיטאַרבעטער האָבן דעם זשורנאַל פֿאַרלאָזט בײַ דער ערשטער געלעגנהייט, ווי נאָר ס׳האָט זיך באַוויזן אַ תּירוץ זיך פֿונעם לאַנד אַרויסרײַסן; די עלטערע מיטאַרבעטער זײַנען נאָכגעפֿאָרן זייערע קינדער, ווער קיין ישׂראל און ווער קיין אַמעריקע. פֿיגלער איז טרײַ געבליבן דעם רעדאַקטאָר און דער ייִדישער אויסגאַבע, וואָס האָט אים, פּונקט ווי משה פּענען, אומגעקערט זײַנע ייִדישע חלומות. נאָך פֿערציק יאָר פֿון דערשטיקן אין זיך דעם ייִדישן געזאַנג האָט פֿיגלער ווידער אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף זײַן מאַמע־לשון.
דעם סאָוועטישן דרך־הנסיון האָט פֿיגלער אויסגעפּרוּווט אויף זיך — געהונגערט, געזעסן אין די אָקאָפּעס און גלײַך פֿונעם פֿראָנט, צוליב אַ שמוציקער מסירה, פֿאַרשיקט געוואָרן אין „גולאַג‟, געוואַלגערט ביימער און דאָך נישט פֿאַרלוירן דעם בטחון. זיך באַפֿרײַט פֿון דער קאַטאָרגע, האָט ער אָנגעהויבן אַ נײַעם אָפּשניט פֿון זײַן לעבנס־וועג. צו ייִדיש איז אים אויף דעם דאָזיקן וועג דער קאָפּ נישט געלעגן. זעט אויס, אַז ייִדיש באַזעצט זיך נישט אין פֿיזישע אבֿרים, נישט אין מוח און נישט אין האַרצן, נאָר אין דער נשמה.
אַ מאַנגל אין קאַדרען פֿאַר דער רעדאַקציע האָט ליס דערפֿילט נאָך פֿריִער איידער ער האָט זיך געוואָנדן צו די מלוכישע קאַרפּן־קעפּ, אַרויסצובאַקומען בײַ זיי אַ גוטהייסן אויסצושולן נײַע מיטאַרבעטער פֿאַרן זשורנאַל. די זיבעציקער יאָרן זײַנען געוואָרן גורלדיקע פֿאַרן זשורנאַל, צוליב דעם טיפֿן שפּאַלט צווישן דעם הויפּט־רעדאַקטאָר און אַ טייל מחברים און מיטאַרבעטער. סיבות צו דעם זײַנען געווען איבער גענוג. קודם־כּל, האָט דער אָפּגרונט זיך צעוואַקסן צוליב די באַציִונגען צו מדינת־ישׂראל, באַזונדערס נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה; און שני, האָבן נישט אַלע מיטאַרבעטער געוואָלט ווײַטער אַראָפּשלינגען די דערנידערונגען און מיאוסע גענג פֿון זייער באַלעבאָס, נישט געקוקט דערויף, וואָס אַזאַ קעגנשטעלן זיך האָט זיכער געמיינט צו בלײַבן סײַ שאַפֿעריש און סײַ פֿינאַנציעל אויף הפֿקר.
פֿיגלער האָט עס אַוודאי געוווּסט און דאָך האָט ער זיך אָנגעכאַפּט אין דעם פֿאָרשלאָג פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר צו קומען אויף אַרבעט אין „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟.
— ער איז אַ העלד. ער קערט וועלטן! — האָט פֿיגלער זיך שיִער נישט צעזונגען, — אַבי דער זשורנאַל זאָל אַרויסגיין. אַבי דאָס ייִדישע וואָרט זאָל דאָ נישט פֿאַרשטומט ווערן! און איך וועל גיין מיט אים ביזן לעצטן…
פֿיגלערס ווערטער האָבן געקלונגען ווי אַ שבֿועה אָדער ווי אַן אָנזאָג דעם שליח פֿון מערבֿ ער זאָל נאָכן אומקערן זיך אַהיים, דערציילן וועגן דעם דער גאַנצער וועלט.
איצט, אין דער פֿאַרלאָזטער, קוים געהייצטער רעדאַקציע, האָבן די רייד פֿונעם איינציק־פֿאַרבליבענעם מיטאַרבעטער און דער גאַנצער אויסזען זײַנער אַרויסגערופֿן בײַ דובֿ־בערן אַ געפֿיל פֿון זײַן פֿאַרשלעפּט אין אַ מין אַבסורדישער פֿאָרשטעלונג. און אָט איז געקומען דער מאָמענט, אַז ער זאָל אַרויסברענגען אויף אַ קול דעם טעקסט פֿון זײַן ראָלע.
— איר האָט, אַוודאי, די אַדרעסן און טעלעפֿאָנען פֿון די ייִדישע שרײַבערס, וואָס לעבן נאָך אין מאָסקווע…
די פֿראַזע האָט געקלונגען צוויידײַטיק, וואָס האָט אַגבֿ זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער פֿאָרעם פֿון זייער שמועס.
— דו מיינסט יענע, וואָס זײַנען נאָך נישט אַוועקגעפֿאָרן צי יענע, וואָס זײַנען נאָך נישט געשטאָרבן?…
לויט דער דראַמאַטורגישער אַנטוויקלונג פֿון דער אימפּראָוויזירטער פֿאָרשטעלונג האָט זיך אינעם דיאַלאָג געזאָלט אַרײַנמישן עפּעס אַ זײַטיק קול, און ס׳האָט זיך פּלוצעם דערהערט פֿון יענער זײַט טיר אַ מיידלשע שטים:
— דער גלאַוונער איז געקומען!
— אַ דאַנק, סוועטאָטשקאַ, — האָט פֿיגלער געענטפֿערט און ווײַטער זיך געוואָנדן צו זײַן גאַסט: — גיי אַרײַן צום באַלעבאָס, און איך וועל דערווײַל אויסזוכן די אַדרעסן…
דובֿ־בער איז אַרויסגעגאַנגען פֿונעם צימער און געבליבן שטיין אינעם שמאָלן קאָרידאָר. פֿריִער האָט דער קאָרידאָר אין איין זײַט געפֿירט צום ביוראָ, וווּ ס׳האָבן זיך געפֿונען די קינסטלערישע און טעכנישע רעדאַקטאָרינס, אָדער ווי מ׳האָט זיי גערופֿן „די מיידלעך‟, און ווײַטער — צום געראַמען קאַבינעט פֿונעם פֿאַראַנטוואָרטלעכן סעקרעטאַר יוסף שנײַדער. איצט איז יענער טייל אויך געווען אָפּגעשניטן מיט אַ וואַנט. בשכנות מיטן בריוון־אָפּטייל, פֿון דער צווייטער זײַט, איז פֿריִער אין זײַן קאַבינעט געזעסן חיים בערגער, דער שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר. דובֿ־בער האָט זיך נישט אײַנגעהאַלטן און אַהין אַרײַנגעקוקט.
אַ האַרבער טאַבאַק־גערוך האָט אים אַ זעץ געטאָן אין פּנים אַרײַן. ער האָט געוווּסט, אַז ס׳איז שוין אַ פּאָר יאָר, וואָס חיים בערגער האָט פֿאַרלאָזט די רעדאַקציע, אָבער דער טשאַד פֿון זײַן אַרבעטס־פֿאַרכאַפּטקייט, ווען איין סיגאַרעט איז נאָך נישט אויסגערייכערט געוואָרן, און דער צווייטער סיגאַרעט איז שוין גרייט געווען צוגערייכערט ווערן פֿונעם ערשטן — האָט זיך נאָך געפֿילט אין יעדן ווינקעלע, אין די ביכער און פּאַפּירן, וואָס זײַנען געלעגן פּעקלעכווײַז אין און אויף די צוויי ביכער־שרענק, אויפֿן שרײַבטיש און די צוויי בענקלעך, אויפֿן ברייטן פֿענצטערברעט… עס האָט אויסגעזען, אַז בערגער וואָלט געווען ערשט אַרויסגעגאַנגען אָדער, אַז מ׳האָט פֿאָרט געהאָפֿט אויף זײַן אומקערן זיך צוריק אין רעדאַקציע.
בערגער און פֿיגלער זײַנען געווען פֿון איין יאָר; זיך געלערנט און פֿאַרענדיקט אַ ייִדישע מיטלשול פֿאַר דער מלחמה און געדרוקט זייערע ערשטע לידער אין איין פּיאָנערישער צײַטונג. ווײַטער, ווי מע שרײַבט אין די ביאָגראַפֿישע נאָטיצן, זײַנען זייערע וועגן זיך פֿאַנאַנדערגעגאַנגען — באָריס איז אַוועק זיך לערנען אין אַ רוסישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, צו ווערן אַ לערער פֿון מאַטעמאַטיק, און חיים — אינעם באַקאַנטן אָדעסער ייִדישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט; זײַן חלום איז געווען זיך אָנצושליסן אין דער ייִדישער ליטעראַרישער משפּחה. די מלחמה האָט צעשטערט ביידנס פּלענער און די רדיפֿות אויף דער ייִדישער קולטור סוף פֿערציקער יאָרן האָט געמאַכט אירע אייגענע בלוטיקע קאָרעקטורן אין זייערע ביאָגראַפֿיעס.
בערגער האָט נישט פֿאַרלאָזט דעם שאַפֿערישן וועג, הגם געטאָן עס נישט אויף זײַן מאַמע־לשון, נאָר אויף אוקראַיִניש. און ווידער — אַ גורלדיקער קער — אין מאָסקווע הייבט אָן אַרויסגיין אַ ייִדישער זשורנאַל. ווי זאָגט דאָס ווערטל: ווויל איז דעם, וואָס זײַן גליק זוכט אים און נישט ער זײַן גליק. איין קלייניקייט — צי וועט אים דאָסמאָל זײַן ייִדיש גליק נישט פֿאַרפֿירן?! די איבערגעלעבטע שרעק און מוראס האָבן זיך אים קוים אָפּגעזעצט אין זכּרון.
בײַ זײַנע פֿופֿציק יאָר פֿאַרלאָזט חיים בערגער די אײַנגעזעסענע מקומות, זײַן אײַנגעלאַדיעט לעבן און געראָטענע קאַריערע און לאָזט זיך אין אַ נײַעם קרײַז פֿון לעבן, גלײַך ווי ער וואָלט געקאָנט צונויפֿבינדן דעם פֿאָדעם פֿון אַ יונגן טאַלאַנטירטן ייִדישן פּאָעט, איבערגעריסן מיט אַ צוואַנציק יאָר צוריק, מיט זײַן נײַעם אָנהייב, ווי אַ מיטאַרבעטער אין דער ייִדישער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ און דערנאָך — אין „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟.
אין די 1970ער יאָרן, ווען די ראשונים פֿון „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟ זײַנען אַוועק פֿון דער רעדאַקציע, איז בערגער געווען ממש אַ געווינס. ער האָט זיך זשעדנע צוגעכאַפּט צו דער אַרבעט, ווי ער וואָלט מסוגל געווען צו דעקן איצט מיט יעדן טאָג יענע פֿאַרגאַנגענע יאָרן פֿון ייִדישער שאַפֿערישקייט, אָפּגענומען בײַ אים בגוואַלד.
אויף די ייִדיש־קורסן האָט חיים געפֿירט דעם סעמינאַר וועגן דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור. אינעם זשורנאַל, ווען מ׳האָט געדרוקט עפּעס פֿון די אומגעבראַכטע ייִדישע שרײַבערס, פֿלעגט מען אין דער קורצער ביאָגראַפֿישער נאָטיץ וועגן דעם מחבר צום סוף אָנווײַזן, אַז ער איז „געשטאָרבן‟ אין יאָר 1952. קיין סוד, וואָס איז בכלל געשען מיטן רובֿ ייִדישע שרײַבערס, האָט מען נישט געמאַכט, נישט ווייניק פֿון זיי האָבן נאָך געלעבט און געווען שאַפֿעריש, אָבער אויף אַ קול אָדער אין זייערע ווערק האָט מען עס נישט דערמאָנט. ס׳איז גענוג געווען אַ זאָג טאָן „אין יענע גוטע יאָרן‟, — מע זאָל שוין אַלץ געווען פֿאַרשטיין. בערגער, נישט געקוקט דערויף, וואָס אים, דעמאָלט אַ יונגן פּאָעט, האָבן „יענע גוטע יאָרן‟ בלויז פֿאַרטשעפּעט, איז אים דער שוידער נאָך געשטאַנען פֿאַר די אויגן.
מעגלעך, צום ערשטן מאָל אין די ווענט פֿון דער רעדאַקציע האָט חיים דערציילט אויף איינער פֿון די לעקציעס אַן עפּיזאָד פֿון זײַן אייגענעם שײַכות צו יענער פֿינצטערער צײַט אין יאָר 1949. אין קיִעוו האָט געזאָלט אַרויסגיין זײַן ערשטע זאַמלונג ייִדישע לידער…
— און פּלוצעם באַקום איך פֿונעם פֿאַרלאַג די העפֿט מיט מײַנע לידער צוריק, און עס שטייט אויפֿן ערשטן זײַטל אַן אויפֿשריפֿט, אַז די לידער וועל איך שוין קיין מאָל נישט קאָנען אַרויסגעבן, ווײַל דער פֿאַרלאַג איז פֿאַרמאַכט געוואָרן… — חיים רעדט שטיל, ווי זײַן שטייגער איז. ער רייכערט און דער רויך ציט זיך צו דער פֿאַרגעלטער סטעליע און לאַנגזאַם צעשפּרייט זיך איבערן צימער. — אַ פּאָר טעג פֿאַר דעם — כ׳בין גראָד נישט געווען אין דער היים, — שטעלט זיך צו אונדז אין שטוב אַרײַן איינער אַ מאַנספּאַרשוין, כּלומרשט אַ פֿינאַנץ־אינספּעקטאָר, און הייבט אָן אויסצופֿרעגן וועגן מיר מײַן ווײַב. אין קאַמענעץ, וווּ מיר האָבן דעמאָלט געוווינט, האָט מען שוין געהערט, וואָס עס קומט פֿאָר מיט די ייִדישע שרײַבערס. באַקומען אָבער מײַן העפֿט לידער צוריק מיט דער שיינער אויפֿשריפֿט, האָט דער וויזיט פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם פֿינאַנץ־אינספּעקטאָר אָנגעהויבן אויסצוזען גאָר אַנדערש. וואָס טוט מען? אַ מזל, וואָס ס׳איז געשען ווינטער און ס׳האָט געברענט די הרובע. בין איך געזעסן מיט מײַן פֿרוי אַ גאַנצע נאַכט, געלייענט מײַנע לידער און פֿאַרברענט זיי אינעם אייוועלע אַ זײַט נאָך אַ זײַט…
אַרײַנגייענדיק צו ליסן אין זײַן קאַבינעט, האָט דובֿ־בער זיך פֿאַרהאַלטן בײַ דער טיר. ליס האָט איבערגעקוקט אַ מאָגער פּעקל פּאַפּירן. ער האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ און אַ ווײַלע זיך אײַנגעקוקט אינעם גאַסט.
— דאָס זײַט איר, קרופּניק? — האָט ער זיך אָנגערופֿן, ווי ער וואָלט געצווייפֿלט אָדער דערוואַרט צו זען עמעצן אַן אַנדערן.
ער האָט אָנגעוויזן מיט דער האַנט אויף איינעם פֿון די בענקלעך, צוגעשטעלט צום טיש: „זעצט זיך צו…‟ דער „צו‟ האָט געזאָלט געבן צו פֿאַרשטיין, אַז אויף אַ לאַנגן וויזיט זאָל דער גאַסט נישט אַרויסקוקן.
— כ׳האָב געהערט, איר האָט פֿאַרלאָזט אײַער אומאָפּהענגיקע מאָלדאָווע. ראַשקאָוואַן האָט עס מיר אָנגעשריבן. וואָס זשע טוט איר אין אונדזער עיר־הקודש?
דובֿ־בער האָט אין קורצן דערציילט מיט וואָס ער איז באַשעפֿטיקט און דערקלערט אַ ביסל גענויער וועגן דעם פּרעסע־פּראָיעקט. ליס האָט גלײַך געכאַפּט דעם תּמצית פֿון דער זאַך:
— געפֿינט איר זיך, הייסט עס, אין סאַמע קאָכעניש פֿון דעם ייִדישן פֿאַרמלחמהדיקן לעבן. — אין זײַן מידן בליק האָט אויפֿגעוואַכט אַ נײַגער, — פֿאַר אַ שרײַבער איז עס דאָך אַ גרויס געווינס! ס׳איז סײַ באַלערנדיק און סײַ פּײַנפֿול אַרײַנצודרינגען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט… — און ער האָט געמאַכט זײַן אייגענעם אויספֿיר: — כ׳בין זיכער, אַז אויך די דרײַסיק יאָר פֿון „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟ וועלן ווערן אַ קוואַל צו פֿאָרשן און דערלערנען דאָס ייִדישע לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָכן גרויסן סטאַלינישן טעראָר…
באַגײַסטערט און זיך אָפּגעשטויסן פֿונעם ערשט געזאָגטן, האָבן זײַנע געדאַנקען שוין אָנגעהויבן קריגן פֿליגלען און זיך טראָגן איבער דעם קאַלטן קאַבינעט. ליס אַליין האָט זיי ווי אונטערגעטריבן מיט זײַנע אַקסלען און זשעסטן — דערוואַרעמט זיי און זיך.
— מיר לעבן איצט איבער אַ שווערע קאַלעמוטנע צײַט. מיר זײַנען אָבער אַרויף אויף אַ נײַעם דרך און אונדזערע חבֿרים פֿון אויסלאַנד פֿאַרשטייען אונדז און העלפֿן אונדז אַרויס…
עטלעכע יאָר איידער „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟ האָט זיך פֿאַקטיש געשלאָסן איז קרופּניק געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע, דער ייִנגסטער צווישן דער אַלטער גוואַרדיע. אַן ערך איין מאָל אין אַ האַלב יאָר פֿלעגן די מיטגלידער קומען קיין מאָסקווע פֿון זייערע שטעט, אַרויפֿגעצויגן אויפֿן פּנים דעם פּראָווינציעלן קוראַזש, און ווי ס׳האָט זיך געפֿירט די אַלע דרײַסיק יאָר זינט דער זשורנאַל האָט אָנגעהויבן דערשײַנען, דערוואַרט אויסצוהערן פֿונעם „צענטער‟ תּכליתדיקע עצות און רעקאָמענדאַציעס.
במשך פֿון עטלעכע טעג האָבן זיי געדאַרפֿט אַרומרעדן דעם „שאַפֿערישן פּאָרטפֿעל‟, צוגעשטעלט פֿונעם פֿאַראַנטוואָרטלעכן סעקרעטאַר, ווי אויך די פּערספּעקטיווע פּלענער „צו פֿאַרברייטערן די צאָל לייענער‟. אַהרן ליס, נישט געקוקט אויפֿן אָנגעזעטיקטן סדר־היום, פֿאַרבונדן מיט די זיצונגען פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע, האָט זײַן אײַנגעשטאַנענע רוטין נישט געביטן. אַ צען, פֿופֿצן מינוט פֿאַר דער באַשטימטער צײַט פֿלעגט די סעקרעטאַרשע איבערגעבן, אַז דער הויפּט האָט ערשט געקלונגען און מיטגעטיילט, אַז מ׳האָט אים עקסטרע אַרויסגערופֿן „אַרויף‟, און ער וועט זײַן אין צוויי שעה אַרום.
די מיטגלידער האָט עס נישט פֿאַרחידושט; זיי זײַנען שוין געוווינט געווען צו „זײַנע שטיק‟. יעדער איינער האָט געוווּסט, אַז דער „געלער ליס‟ (ליס — אויף רוסיש מיינט, פֿוקס) טוט עס בכּיוון, צו ווײַזן, ווער איז דאָ דער באַלעבאָס. אויף אַ קול האָט מען עס נישט אַרויסגעזאָגט; מ׳האָט עס געקאָנט פֿאַרשטיי פֿון דער שטומער העוויות־שפּראַך — אַ קער מיטן קאָפּ, אַ צוק מיט די אַקסלען, פֿאַרקרימען די ליפּן אָדער אַ דריי טאָן מיט דער נאָז. פֿלעגט מען זיך אויסזעצן אַרום דעם רעדאַקטאָרישן טיש און זיך אויסטוישן מיט די נײַעס פֿון דער היים, קינדער און אייניקלעך. די קאָכעדיקע פֿראַגן פֿונעם אַרומיקן לעבן האָט מען זיך באַמיט אויסצומײַדן; מעגלעך, מ׳האָט טאַקע חושד געווען, אַז בײַם הויפּט־רעדאַקטאָר אין קאַבינעט זײַנען אײַנגעשטעלט געהיימע מיקראָפֿאָנען, כּדי צו הערן (וווּ מע דאַרף!), וואָס די ייִדישע שרײַבערס רעדן צווישן זיך. נאָך מער: עס קאָן זײַן, אַז ליס אַליין זיצט אין דער צײַט בײַ זיך אויף דער דאַטשע הינטער מאָסקווע און הערט זיך צו, וואָס עס רעדן דאָ וועגן אים זײַנע פּען־ברידער. נאָכן דורכמאַכן „יענע גוטע יאָרן‟, די משונהדיקע פֿאַרהערן און ווילדע באַשולדיקונגען, האָט אין די אויגן פֿון די געליטענע אויך אַזאַ אַבסורדישער אײַנפֿאַל געקאָנט אויסזען רעאַל. דעריבער איז די בעסטע און נייטראַלסטע טעמע בשעתן וואַרטן דעם „געלן ליס‟ געווען — קרענק; און קיין קרענק נאָכן אָפּשמאַכטן נישט איין יאָר אין די צפֿון־לאַגערן, האָבן בײַ זיי נישט אויסגעפֿעלט…
— נאָך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, — האָט ליס דערקלערט זײַן גאַסט, — בעת אַ טרעפֿונג מיט די חבֿרים פֿונעם „וועלטראַט‟, גראָד דאָ, אין מײַן קאַבינעט, האָבן מיר צוזאַמען אויסגעאַרבעט אַ געמיינזאַמע פּלאַטפֿאָרמע וועגן אַ בשותּפֿותדיקער אַרבעט לטובֿת ייִדיש. מיר האָבן איין ירושה און איין ייִדישע גאַס… די נײַע אויסגאַבע האָט געזאָלט זײַן אַן אַנטוויקלונג פֿון די ליטעראַריש־קינסטלערישע אידעען, וועלכע ס׳האָט מיט זיך געבראַכט „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟. און אַזוי איז עס געשען: דער אַקצענט ווערט אַרויפֿגעשטעלט אויפֿן נאַציאָנאַל ייִדישן מאָמענט… דערפֿאַר האָב איך די נײַע אויסגאַבע טאַקע אַזוי אָנגערופֿן — „ייִדישע גאַס‟!
ליס האָט זיך צעפֿלאַמט, ווערנדיק פֿאַרכאַפּט מיט זײַנע אייגענע רייד, ווי עס פֿלעגט מיט אים טרעפֿן סײַ אויף די סעמינאַרן פֿון דער ייִדיש־גרופּע, סײַ אויף די זיצונגען פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע און סײַ מסתּמא בשעת די אויפֿטריטן און פּרעסע־קאָנפֿערענצן זײַנע אויף דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע‟, ווען די „מלוכה‟ פֿלעגט אים שיקן אין אויסלאַנד זיך טרעפֿן מיט דער „צווייטער זײַט‟ פֿון דער ייִדישער גאַס. צו מאָל האָט קרופּניק געטראַכט, אַז אינעם מאָמענט פֿונעם רעדן איז ליסן אַפֿילו נישט אַזוי וויכטיק געווען, צי עמעצער הערט זיך צו צו זײַנע רייד; ער גופֿא איז פֿאַרכאַפּט געווען מיט זײַן יעדן וואָרט, ווי אַ זינג־פֿויגל אין דער נאַכט. בשעת־מעשׂה האָט ליס גערעדט ווײַטער און אַלץ מער זיך צעפּאַליעט:
— מיר עפֿענען ברייט די טירן פֿאַר די ייִדישע שריפֿטשטעלער פֿון אַלע מקומות, אויב, פֿאַרשטייט זיך, די צוגעשיקטע ווערק באַפֿרידיקן די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָדערונגען. ס׳איז וויכטיק צו וויסן, אַז דער זשורנאַל איז נישט קיין אָרגאַן פֿון אַ פּאָליטישער גרופּע אָדער פּאַרטיי. אויב די פּאָזיציע פֿון אַ טאַלאַנטירט ווערק פֿאַלט נישט צונויף מיט דער פּאָזיציע פֿון דער רעדאַקציע, ווערט עס אָפּגעמערקט אין אַ פֿוס־נאָטע. מער גאָרניט… אַגבֿ, אפֿשר האָט חבֿר פּאַנין אײַך דערציילט, אַז מיר האָבן זיך מיט אים געטראָפֿן בײַ מיר אויף דער דאַטשע אין פּערעדעלקינאָ, אויף אַ נייטראַלער טעריטאָריע, אַזוי צו זאָגן, און פֿאַרבראַכט דאָרט אַ האַלבן טאָג. אָט האָבן מיר אין פֿאָריקן נומער געדרוקט פּאַנינס אַן עסיי, וואָס ער האָט אַרײַנגעשיקט אינעם זשורנאַל. זייער אַ קלוגער ייִד און אַ גוטער שרײַבער… אַ שאָד, וואָס אונדזער פּלאַן מיטן רעדאַקטאָר פֿון „גאָלדענער קייט‟ זיך אויסטוישן מיט די נומערן, האָט זיך נישט אײַנגעגעבן… — אַ רגע האָט ער זיך פֿאַרטראַכט און געזאָגט: — פּאָליטיק — איז אַ שטערונג פֿאַר עכטער שאַפֿונג!
די לעצטע ווערטער פֿונעם רעדאַקטאָר האָבן ממש אַ שטויס געטאָן קרופּניקן. ס׳האָט זיך דערמאָנט יענער נומער פֿון „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟, וואָס איז דערשינען אין גיכן נאָך די געשעענישן אין סאַבראַ און שאַטילאַ, אין 1982. אין מיטן זשורנאַל איז אויף איין זײַט געווען אָפּגעדרוקט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דערמאָרדעטע ייִדן אין אוישוויץ, און אַנטקעגן דער פֿאָטאָגראַפֿיע — אַ בילד נאָך דער שחיטה אינעם פּאַלעסטינער פּליטים־לאַגער אין מערבֿ־ביירוט, אין וועלכער די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט באַשולדיקט ישׂראל. די וויזועלע פּאַראַלעל, דורכגעפֿירט צווישן נאַצי־דײַטשלאַנד און די „ציוניסטישע נאַציסטן‟ האָט זיך נישט גענייטיקט אין ספּעציעלע קאָמענטאַרן.
— און ווי באַציט איר זיך צו מדינת־ישׂראל… — די פֿראַגע האָט זיך ממש אַראָפּגעריסן פֿון קרופּניקס צונג, — וואָס איז איצט אײַער פּאָליטישע פּלאַטפֿאָרמע?
— צו ישׂראל? — האָט ליס רויִק איבערגעפֿרעגט, אַרויסווײַזנדיק דערמיט, אַז פֿאַר אים איז עס דווקא קיין פֿראַגע נישט, — צו ישׂראל באַצי איך זיך ווי צו אַ נאָרמאַלער מלוכה, מיט נאָרמאַלע מינוסן און פּלוסן פֿון דער פּאַרלאַמענטאַרישער סיסטעם, אין וועלכער זי לעבט לויט איר ווילן פֿונעם פֿאָלק. מײַן פּאָליטישע פּלאַטפֿאָרמע האָט זיך קיין מאָל נישט אָפּגעטיילט פֿון מײַנע ווערק, פֿון די צוויי זשורנאַלן, וואָס איך האָב געשאַפֿן און רעדאַגירט. דער היסטאָרישער שײַכות צו ישׂראל, ווי אַ ייִד, און דער ווייפֿול געפֿיל פֿון פּאַטריאָטיזם צו רוסלאַנד, מײַן געבורטלאַנד, פֿאָרמירן מיך ווי אַ מענטש.
דובֿ־בער האָט דערפֿילט דעם זשורנאַליסטישן קער פֿון זייער טרעפֿונג — פֿון אַ פֿרײַנדלעכן שמועס צו אַן אָפֿיציעלן אינטערוויו, אַפֿילו די שפּראַך פֿון ליסן האָט געקלונגען אויסגעהאַלטן. ער האָט זיך בפֿירוש אין זײַן מאָסקווער עלנטקייט פֿאַרבענקט נאָך אַן אינטערוויו; און קרופּניק האָט זיך נאָכגעגעבן דער שטימונג:
— צי קלײַבט איר זיך קומען אויף אַ באַזוך קיין ישׂראל?
— פֿון מײַן זײַט, איז אין אָט דעם ענין ניטאָ קיין פּראָבלעם. עס בלײַבט נעמען אַן אַוויאָן, ווי עס זאָגן די אַמעריקאַנער ייִדן, און פֿליִען קיין תּל־אָבֿיבֿ. דערנאָך, אומקערנדיק זיך קיין מאָסקווע, אַוועקזעצן זיך צום שרײַבטיש און אָפּמײַסטרעווען אַ בוך וועגן דער רײַזע, ווי כ׳האָב עס געטאָן אין אַנדערע פֿאַלן… — ער האָט אָנגעשטעלט אויף זײַן גאַסט אַ בליק פֿון אונטער די געל־אָפּגעבליאַקעוועטע ברעמען און געזאָגט: — אָבער, אויב צוגיין צו דעם ענין ערנסט, וואָלט געווען געוווּנטשן, אַז די שאַפֿונג פֿון אַ שרײַבער, וואָס אַרבעט אין ליטעראַטור מער ווי אַ האַלב־יאָרהונדערט, זאָל כאָטש אין אַ וואָסער־ניט־איז אָביעקטיווער מאָס באַקאַנט ווערן אינעם לאַנד, וווּהין ס׳וועט מעגלעך קומען דער שרײַבער…
פּונקט ווי פֿריִער מיט פֿיגלערן, זײַנען אויך איצט די ווערטער פֿון ליסן אַרויסגעבראַכט געוואָרן נישט אַזוי פֿאַר אים, איינעם פֿון די „יונגע שרײַבערס‟, ווי ס׳האָט זיך דאָס שטעמפּל צוגעטשעפּעט צו דער ייִדיש־גרופּע נאָך פֿון דער צײַט פֿון לערנען זיך אין מאָסקווע, — געמיינט האָט עס, אַז דורך אים, דובֿ־בער קרופּניקן, זאָלן ליסעס ווערטער פֿאַרשפּרייט ווערן אויף דער „צווייטער זײַט‟ פֿון דער ייִדישער גאַס. קרופּניק האָט דערפֿילט, אַז ער האָט איצט אָנגערירט דווקא ניט די סטרונע פֿון ליס־פּובליציסט, וואָס האָט געהאַט „אָפּגעמײַסטרעוועט‟ אַ בוך פֿון זײַנע רײַזעס איבער דער וועלט אויף אַזאַ אופֿן, אַז די וואָס האָבן אים אין די רײַזעס געשיקט, זאָלן בלײַבן צופֿרידן; יענער אַהרן ליס איז פֿאַרבליבן אויף די שלאַכט־פֿעלדער פֿון „קאַלטער מלחמה‟. ניין, ס׳האָט איצט אין די ווערטער פֿון ליסן זיך געהערט אַ ווייטיקלעכער פֿאַרדראָס פֿון אַ ייִדישן פּאָעט.
נישט אין קרופּניקס טבֿע איז געווען צו „דערקוועטשן‟ זײַן וויזאַווי ווי ס׳וואָלט זיכער געטאָן, למשל, דער רעדאַקטאָר פֿון „אַקטועלע פֿראַגן‟, איטשע שפּרודלער.
— ווי אַזוי זשע שאַצט איר אַליין אָפּ די תּקופֿה פֿון „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟? — איז געווען זײַן לעצטע פֿראַגע.
ליס, ווי אַ געניטער רעדאַקטאָר, האָט דעם „טריק‟ פֿון זײַן געוועזענעם תּלמיד אָפּגעשאַצט, און איז באַלד ווידער אַרײַן אין די פֿעדערן:
— אין אָנהייב פֿון דער תּקופֿה פֿון „סאָוועטיש געזעמלאַנד‟ איז געשען אַ נס. די אָנפֿירונג פֿונעם זשורנאַל האָט זיך דערשלאָגן, טראָץ דעם רעזשים פֿון גלאָבאַלער פֿאַרדעכטיקונג אינעם גאַנצן לאַנד, זי זאָל פֿירן דעם זשורנאַל לויטן ווערטל: „רבונו־של־עולם, האַלט מיר נאָר דאָס שטריקל, דרייען וועל איך זיך שוין אַליין‟. עס איז בכלל נישט אײַנגעשטעלט געוואָרן קיין צענזור איבער דער אָנוועזנהייט פֿון אַ ייִדישן טשינאָווניק אויף דעם אַמט. דאָס האָט געגעבן אַ מעגלעכקייט, אין גרונט גענומען, אויפֿצושטעלן די כּוחות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור נאָך סטאַלינס בלוטיקן פּאָגראָם פֿונעם 12טן אויגוסט 1952. דער זשורנאַל האָט געלעבט מיט הצלחה 32 יאָר. איצט מאַכן מיר אַ ברכה שהחיינו, אַז מ׳האָט דערלעבט; אָבער ס׳איז ניט קיין סוד, אַז מיר האָבן ממש געציילט די טעג פֿון דער געשענקטער מי, און די אונטערשטע שורה איז געווען בפֿירוש אַ שעפֿעריקע…
ליס האָט גערעדט ווײַטער פֿאַרכאַפּטערהייט; ס׳האָט ווידער געזונגען דער פֿויגל אין דער נאַכט, אָבער ס׳איז שוין געווען אַן אָפּגעזונגענער געזאַנג. און ס׳האָט זיך קרופּניקן דערמאָנט, ווי אויף איינער אַ זיצונג פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע, האָט דער רעדאַקטאָר, זיצנדיק אויבנאָן בײַ זײַן טיש, געהאַלטן אַ פֿלאַמיקע רעדע פֿאַר די שלעפֿערדיקע מיטגלידער. הגם דער האָטעל, מיט וועלכן ס׳האָט זיי באַוואָרנט דער שרײַבער־פֿאַראיין, איז געווען צווישן די בעסטע אין מאָסקווע, האָבן די אַלטע שרײַבערס זיך נעבעך געקלאָגט: „אַז מע בײַט דאָס געלעגער, פֿאַרמאַכט מען נישט די גאַנצע נאַכט קיין אויג ניט…‟ זיי זײַנען סטאַטעטשנע געזעסן מיט געפֿאַלענע פּנימער, אויסציִענדיק די פֿיס אונטערן טיש. דער עלטסטער פֿון זיי, וואָס אין ליטעראַטור איז ער אַרײַן ווי דער „ייִדישער שאָלאָכאָוו‟, צוליב זײַן ראָמאַן, וווּ ער האָט אויף אַ רעאַליסטישן אופֿן באַשריבן דאָס לעבן פֿון ייִדישע ערדאַרבעטער, איז אײַנגעשלאָפֿן. ס׳איז געווען אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, אַז אין מאָסקווע האָט דער לעבעדיקער קלאַסיקער אַ געליבטע. איז קיין חידוש נישט געווען, וואָס ער האָט זיך תּיכּף „אויסגעשלאָסן‟, ווי נאָר ליס האָט אָנגעהויבן רעדן. צו פֿילן זיך אין גאַנצן באַקוועם, האָט ער אַראָפּגעשלעפּט די שיך פֿון די פֿיס — סײַ־ווי זעט דאָך קיינער נישט, וואָס עס טוט זיך אונטערן טיש. דעם „טריק‟ האָט באַמערקט זײַן שכן, באַרימט ווי אַ פֿרוכטבאַרער ראָמאַניסט און וויצלער, הירש פּאָליאַקאָוו. מיט אַ פֿוס האָט ער פֿאַרטשעפּעט אַ שוך און אים צוגעשאַרט צום שכן פֿון דער אַנדערער זײַט; יענער האָט דעם שטומען וויץ אָפּגעשאַצט און דער שוך האָט אָנגעהויבן זיך איבעררוקן אונטערן טיש פֿון איין מיטגליד צו אַן אַנדערן, ביז ער האָט זיך אָנגעשפּאַרט אינעם פֿוס פֿונעם הויפּט־רעדנער.
ליס, דערפֿילנדיק אַ לײַכטן שטורך, האָט איבערגעריסן זײַן רעדע און אַ קוק געטאָן אונטערן טיש. ס׳איז געוואָרן לעבעדיקער. צו דער צײַט האָט זיך אויפֿגעכאַפּט דער קלאַסיקער און זיך געוואָלט אָנטאָן זײַנע שיך. איין שוך האָט ער דערטאַפּט, אָבער דער צווייטער — האָט אים נישט געסטײַעט…
— נאָסקע! — האָט אויסגעשריִען דער רעדאַקטאָר, — אין דײַנע יאָרן דאַרף מען בײַ נאַכט שלאָפֿן!..
פֿאַרן פֿאַרלאָזן דעם רעדאַקטאָרס קאַבינעט, האָט ליס דערלאַנגט קרופּניקן די האַנט און פֿאָטערלעך זיך אָנגערופֿן:
— זײַט געהיט, קרופּניק, פֿון אַרײַנגעשלפּט צו ווערן אין שרײַבערישע מחלוקתן… שרײַבט, איר האָט וואָס צו זאָגן…