ווער זשע ביסטו, שוואַרצע דאָבע?

מרדכי יושקאָווסקי

ּליטעראַטור-פֿאָרשערס גיבן אָפּ אַ סך אויפֿמערקייט דער פאַרגע: וווּ זשע ענדיקט זיך דער אמת אין ליטעראַטור, און וווּ הייבט זיך אָן די קינסטלערישע פֿאַנטאַזיע. נאָך שאַַרפֿער שטעלט זיך די דאָזיקע פֿראַגע, ווען מע באַַהאַַנדלט די מעמואַר-ליטעראַטור, ווייַל זכרונות פֿון יעדן שרייַַבער באַַלויכטן זייַן פּערזענלעכקייט, די סבֿיבֿה, אין וועלכער ער האָט זיך דערצויגן און געלעבט, אנטפּלעקן די סודות פֿון זייַן שאַפֿערישן וועג.

וואָס שייך דעם איינציקן ייִִדישן שרייַבער, וועלכער איז זוכה געווען דעם נאָבעל-פּרייַז אין ליטעראַטור יצחק באַשעוויס-זינגער, פֿאַרשטייט זיך, אַז זייַן וויכטיקסטע מעמואַַר-בוך איז „מייַן טאַטנס בית-דין-שטוב‟. דאָס איז אַ זאַמלונג פֿון זעכציק דערציילונגען, אין וועלכע דער מחבר דערציילט וועג זייַַנע קינדער-יאָרן אויף דער קראָכמאַלנע־גאַס אין וואַרשע. די משפּחה זינגער איז אַריבערגעפֿאָרן אַהין פֿונעם שטעטל ראַדזימין אין אָנהייב 1908. זייער שטוב האָט געדינט ניט בלויז ווי אַ וווינאָרט, נאָר אויך געווען אַ גייַַסטיקער צענטער פֿון דער דאָזיקער אָרעמער סבֿיבֿה. מע האָט סייַ געדאַוונט, סייַַ געשמועסט תּורה, אָבער דער עיקר איז דאָרט געווען אַ בית-דין, ווייַל דעם שרייַבערס פֿאָטער, רעב פּנחס-מענדל, איז געווען אַ רבֿ, און אויך אַ דיין. די דאָזיקע געגנט אין וואַרשע איז פֿול געווען סייַ מיט געוויינטלעכע אָרעמע־לייַט, סייַ מיט דער ייִדישער אונטערוועלט. אין דער שטוב צו די זינגערס פֿלעגן קומען די אייַנוווינער פֿון דעם דאָזיקן ראַיאָן: בעלי-מלאָכות, קליינהענדלערס, אָבער אויך משוגעים, קבצנים, גנבֿים, אַלפֿאָנסן, הענדלער מיט געגנבֿעטער סחורה, און אויך גאַסן-פֿרויען, ווייַל די סבֿיבֿה האָט געווימלט מיט שאַנד-הייַזלעך. זיי אַלע פֿלעגן קומען נאָך אַן עצה, אָדער צום בית-דין, כּדי צו לייזן קאָמפּליצירטע פּראָבלעמען.

די קראָכמאַלניע־גאַס אין וואַרשע הײַנט

אין זינגערס שטוב פֿלעגט מען פּראַווען חתונות, דאָרטן האָט מען זיך אויך געגט. לרובֿ זײַנען געקומען מענטשן מיט זייערע לעבנס-פּראָבלעמען, און דער קינפֿטיקער שרײַבער איז געוואַקסן אין דער אַטמאָספֿער פֿון די ניט פּשוטע מענטשלעכע באַציִִונגען, עטישע דילעמעס און זייער לייזונג. דעריבער איז דאָס בוך „מייַן טאַַטנס בית-דין-שטוב‟ פֿול מיט דער באַַשרייַַבונג פֿון מאָדנע טיפּן, אומגעוויינטלעכע געשיכטעס און אומגעהייַערע מעשׂים. באַשעוויס דערלויבט דעם לייענער צו זינקען אין דער וועלט פֿון די דאָזיקע געשיכטעס דורך דעם שפּיגל פֿון שרײַבערס זכּרון און דורך זייַן אייגענער מאָראַלישער אָפּשאַצונג פֿון די געשילדערטע סיטואַציעס.

איינע פֿון די סאַמע פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטעס אינעם בוך הייסט „איין חתן און צוויי כּלות‟. לויט דער באַשרייַבונג זייַנען אין איינעם אַ טאָג געקומען אין בית-דין-שטוב צוויי מענער און צוויי מוידן. איינער פֿון די געקומענע איז געווען א באַיאָרטער ייִד, אַ סופֿר, וואָס האָט געהאַט אַ שם פֿון אַ צדיק. די מורא פֿאַרן אייבערשטן האָט זיך אַפֿילו אָפּגעשטעמפּלט אויף זייַן פּנים, וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ פּאַרמעט מיט אַלטע כּתבֿים. זייַן קאַפּאָטע איז געווען פֿול מיט לאַטעס. מיטן סופֿר איז געקומען זייַן טאָכטער, אַ מויד פֿון אַ יאָר פֿערציק, מיט אַ בלאַס פּנים, אַ צעגאָסענע און דערצו נאָך אַ האַלב-בלינדע. דער פֿאָטער האָט געטרוימט כאָטש פֿאַרן טויט זי פֿירן אונטער דער חופּה. און דאָ גראַדע האָט זיך אונטערגערוקט אַ געגטער ייִִד, בייַ די זעכציק. ער איז אויך געקומען אין בית-דין-שטוב. דער דאָזיקער מענטש האָט אויסגעזען ווי אַ בעל-מלאָכה. זייַן רעקל איז געווען פֿול מיט פֿלעקן פֿון קלייסטער. דער סופֿר דער צדיק, האָט אַלץ געטאָן ווי ס’פֿירט זיך בייַ ייִדן — געשריבן די תנאָים, און כאָטש ער איז געווען אַ ביטערער אָרעמאַן, האָט ער נאָך צוגעזאָגט אַ קליינעם נדן.

עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז דער „חתן‟ האָט שוין געהאַט אַן אַנדער כּלה, און דווקא אַרום איר האָט זיך פֿונאַנדערגעוויקלט דער גאַנצער ענין. זי איז אויך געווען איינע פֿון די פֿיר געקומענע אין בית-דין. אין דער דערציילונג ווערן ניט אָנגעגעבן די נעמען פֿון די העלדן, אָבער אַלע פֿיר ווערן אויספֿירלעך געשילדערט. די באַשרייַבונג פֿון דער „צווייטער כּלה‟ איז די סאַמע קורצע פֿון די פֿיר: „זי איז געווען אַ הויכע, אַ שוואַרצע, ווי אַ לאָפּעטע‟. ווייַטער ווערט זי אָנגערופֿן „די שוואַרצע מויד‟. מיר דערוויסן זיך וועגן איר נאָך אַ וועלכע-ניט-איז אינפֿאָרמאַציע: „זי האָט געאַרבעט בייַם בעקער פֿון נומער 12 און איז אָפֿט געשטאַנען אינדרויסן מיט אַ קויבער זעמל. זי איז אויך אַלט געווע אַ יאָר פֿערציק און מ’האָט זי געהאַלטן פֿאַר אַ נאַר, אַ שטיק גולם‟.

וואָס שייך איר שפּראַך — דאָ ווענדט באַשעוויס אָן זייַן באַליבט מיטל — ער הערט אויף צו שרייַבן אויפֿן נאָרמאַטיוון, ליטעראַרישן ייִדיש און גייט אַריבער אויפֿן וואַרשעווער דיאַלעקט: „רבי… יאַך קאָן ניש’ דעם ייִד און ניש’ זאַן טאָכטער. ער האָט מיִאָך געוואָלט פֿאַר אַ כּלה…‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז ס’איז אוממעגלעך איבערצוגעבן דעם דאָזיקן גאַנג אין קיין שום איבערזעצונג און אויף קיין שום אַנדער שפּראַך. הגם באַשעוויס איז איינער פֿון די סאַמע איבערגעזעצטע שרייַבערס, פֿאַרלירט יעדע איבערזעצונג אַ סך אויסדריקלעכקייט, אין פֿאַרגלייַך מיטן מקור. די דירעקטע רייד פֿון זייַנע העלדן, וואָס ווערן איבערגעגעבן אויף זייער נאַטירלעכן דיאַלעקט, גיבן צו אויטענטישקייט און אמתדיקייט דער באַשרײַבונג.

אין דער דערציילונג האָט „דער חתן‟ געמאָלדן, אַז די שוואַרצע מויד האָט זיך צוגעשאַרט צו אים, אים פֿאַרבעטן אויף אַ קאַווע מיט קיכלעך, אַז ער האָט איר געזאָגט, אַז ער האָט שוין אַ כּלה, אָבער זי האָט געדריקט אויף אים, האָט ער איר אויך צוגעזאָגט מיט איר חתונה צו האָבן…

דער דיין, רעב פּנחס-מענדל, איז געווען אויסער זיך פֿון אַזאַ אויפֿפֿירונג. ער האָט געפּסקנט, אַז וויבאַלד דעם סופֿרס טאָכטער איז פֿריִער געוואָרן אַ כּלה, מוז די שוואַרצע מויד מוותּר זייַן, און אויב זי האָט געהאַט מאַטעריעלע הוצאָות, וועט מען איר צוריקצאָלן ביזן לעצטן גראָשן. די שוואַַרצע מויד האָט זיך געבייזערט, געשאָלטן, אָבער אָפּגעטראָטן און אַוועקגעגאַנגען, געבנדיק אַ קלאַפּ מיט דער טיר. דערמיט האָט זי באַַוויזן, אַז מע קאָן זי ניט אונטערקויפֿן מיט אַ פּאָר גראָָשן.

צום סוף, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער „חתן‟ איז בכלל ניט געגט, און ער האָט אַ ווייַב מיט דרייַ קינדער. ווען דער סופֿר איז געקומען נאָך אַ מאָל אין בית-דין-שטוב און האָט עס דערציילט ר׳ פּנחס-מענדלען, האָבן ביידע גאָטספֿאָרכטיקע ייִדן, זייַַענדיק דערשיטערט פֿון אַַזאַ נייַַעס, אָנגעהויבן זיך באַקלאָגן אויף דער הייַנטיקער וועלט און דער נידערטרעכטיקער אויפֿפֿירונג פֿון די הייַנטיקע מענטשן. דערנאָך האָבן זיי מיט טרערן אין די אויגן און מיט גרויס ווייטיק אויפֿגערופֿן צום אייבערשטן: „אוי וויי געוואַלד, ס’איז עק וועלט. משיח מעג שוין קומען!..‟

אינטערעסאַנט, אַז אין אַן אַנדער דערציילונג פֿון באַשעוויסן באַגעגענען מיר די זעלבע געשטאַלט פֿון דער „שוואַרצער מויד‟. עס איז געונג צו פֿאַרגלייַַכן די ביידע דערציילונגען, און ס’ווערט קלאָר, אַז ס׳גייט די רייד וועגן דעם זעלבן פּערסאָנאַזש. די אַַנדערע דערציילונג הייסט „דער שפּּינאָָזיסט‟, און זי איז פֿאַַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם זשורנאַַל „די צוקונפט‟ אין יולי 1944, ווען דער מחבר האָט שוין געלעבט אין ניו-יאָרק. אין דער דאָזיקער דערציילונג באַקומט די שוואַַרצע מויד אַ נאָמען. מע רופֿט זי „די שוואַַַרצע דאָָבע‟. דער אָנהייב פֿון איר שילדערונג שטימט כּמעט פֿולקאָם מיטן פּאָרטרעט, וואָס איז געבראַכט געוואָרן אויבן, פֿון דער דערציילונג „איין חתן און צוויי כּלות‟: „דאָבע איז געווען אַ הויכע, אַ דאַרע, אַ פֿאַרריסענע ווי אַ לאָפּעטע‟, אָבער עס איז פֿאַראַן אויך אַ מער אויספֿירלעכע באַשרייַבונג, וואָס איבערצייַגט אונדז איינדייַטיק, אַז אין די ביידע ווערק ווערט געשילדערט די זעלבע פֿרוי: „אַ נאָז האָט זי געהאַט אַ צעבראָכענע, אויף דער אויבערשטער ליפּ האָט געשפּראָצט אַ וואָנסעלע. גערעדט האָט זי מיט אַ הייזעריק קול און געטראָגן האָט זי מאַסנבילשע שיך. יאָרן לאַנג איז די שוואַרצע דאָבע געשטאַנען אין טויער מיט קוישן ברויט, זעמל און בייגל. דערנאָך האָט זי זיך צעקריגט מיט דעם בעקער און האָט אורמעגעטראָגן אין יאַנושעס הויף אַ קויבער מיט האַַלב-צעבראָכענע אייער… קנייטשלעך. די שוואַרצע דאָבע איז נישט געווען קיין נאַרישע מויד, אָבער קיין מזל צו די מאַנסלייַט האָט זי נישט געהאַט. זי איז צוויי מאָל געווען אַ כּלה מיט בעקער-געזעלן, אָבער מ’האָט איר אָפּגעשיקט די תּנאָים. זי האָט שפּעטער געשריבן ראשי-פּרקים מיט אַן עלטערן ייִדן, אַ גלעזער, אָבער עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ער האָט געהאַט אַ שמולעוויזנע ווייַַב…‟

עס איז צו באַַמערקן, אַז באַַשעוויס שרייַַבט די דאָזיקע דערציילונג בעת דעם צווייטן וועלט-קריג, ווען ס’איז שוין באַוווּסט געווען דער ביטערער גורל פֿונעם פּוילישן ייִִדנטום, אייַַנגעשלאָסן די ייִדן פֿון זייַן היים-שטאָט וואַרשע. דעריבער זעט אויס זייער וואָגיק, אַז אינעם אָנהייב פֿונעם ווערק באַַמיט ער זיך ווידער אויפֿצושטעלן און פֿאַראייביקן אַ פּאַנאָראַם־בילד פֿון ייִדישער וואַַרשע אין אָנהייב 20סטן יאָָרהונדערט. דאָ געפֿינען מיר אַן אויספֿירלעכע באַשרייַַבונג פֿון דער קראָכמאַלנע-גאַַס מיט אירע קאָלירן, ריחות, קלאַנג־פּאָליפֿאָניע, וואָס באַשטייט פֿון די געשרייען פֿון הענדלערס, וועלכע רעקלאַמירן זייער סחורה, פֿון חזנס אַ קול, וואָס רעפּעטירט די ימים-נוראימדיקע תּפֿילות, פֿון אַ לידל, וואָָס לאָזט זיך הערן פֿון אַ פּאַטעפֿאָן אין אַ נאַַכט-קרעטשמע… דער מחבר רעכנט אויס די סחורות, וואָָס מע האָט פֿאַרקויפֿט אויפֿן דאָָרטיקן מאַרק, מאָלט אָפּ אייניקע טיפּן: דעם פּאָליציאַנט, די פּאָר גנבֿים, די מאַרק-הענדלערס, די בלאַטע ווייַַבער…

אויפֿן פֿאָן פֿון דעם קאַלירפֿולן שטאָטישן בילד, וואַרשע אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט באַקענען מיר זיך מיטן צווייטן הויפּט-העלד פֿון דער דערציילונג, ד”ר נחום פֿישלזאָן, וועלכער האָט געקראָגן אַ דאָקטאָראַט אין פֿילאָזאָפֿיע אין דער שווייַץ, געקענט אַ סך שפּּרַאַכן, געווידמעט זייַן לעבן דער לערע פֿון שפּינאָזאַ. ד”ר פֿישלזאָן איז געווען אַ מענטש אין די יאָרן, מיט אַ סך געזונט-פּראַבלעמען, אַן איינזאַמער, האָט זייער ווייניק זיך פֿאַרקערט מיט אַנדערע. ער האָט געוווינט אין אַ בוידעם-שטיבל אויף דער קראָכמאַלנע-גאַס. אין דער געגנט האָט מען פֿאַר אים אַ ביסל מורא געהאַט און זיך באַצויגן צו אים מיט אַ חשד. אייניקע האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ מיסיאָנער, ווייַל ער פֿלעג רעדן נאָר דייַטש, און ניט זייַן מוטער-שפּראַך ייִדיש, ניט געגאַנגען אין שיל, כאָטש ער האָט געשטאַמט פֿון אַ רבנישער משפּחה. ער, פֿון זייַן זייַט, פֿלעג קוקן אויף אַלץ, וואָס האָט אים אַרומגערינגלט, מיט אַ געפֿיל פֿון גרינגשעצונג. אַראָפּקוקנדיק ון זייַן בוידעם-פֿענצטערל, פֿלעג ער זען נאָר קליינע מענטשעלעך מיט זייערע קליינע נאַרישע זאָרגן.

נאָכן קריגן דעם דאָקטאָראַט אין שווייַץ, האָט זיך ד”ר פֿישלזאָן פֿאַרהאַַלטן אויף אַ צייַַט אין בערלין. דאָרטן האָט ער אָָפּגעמאַַכט מיט דער בערלינער געמיינדע וועגן אַ חודשלעכער סטיפּענדיע, וואָס וועט אים צוגעשיקט ווערן קיין וואַרשע מיטן ציל צו פֿאַרשפּרייטן אויפֿקלערונג צווישן די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן. פֿון דער דאָזיקער סטיפּענדיע האָט ער געלעבט אַלע יאָרן. ער איז געווען זייער באַאומרויִקט צוליב דעם, וואָס שוין עטלעכע חדשים איז די געלט-איבערווייַזונג פֿון בערלין ניט אָנגעקומען. ער איז געגאַנגען אויף דער פּאָסט קאָנטראָלירן, אָבער אומזיסט. אין דעם באַשריבענעם טאָג איז ער ווידער געגאַנגען אויף דער פּאָסט מיט דער לעצטער האָפֿענונג צו קריגן דאָס געוואַרטע געלט, ווייַל ער איז ממש געבליבן אָן אַ גראָשן און ניט געהאַט אויף וואָס צו קויפֿן דאָס סאַמע נייטיקע פֿאַר אים: הירזש, שוואָמען, צוואָרעך…

קומענדיק אויף דער פּאָסט, האָט ד”ר פֿישלזאָן זיך דערוווּסט, אַז עס האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע וועלט-מלחמה, די דייַטשישע אַרמיי רוקט זיך אין דער ריכטונג פֿון וואַרשע, עס איז פּראָקלאַמירט געוואָרן די מאַסן-מאָביליזאַציע. אין אַזאַ מצבֿ האָט ער באַשלאָסן, אַז די בעסטע לייזונג איז זיך אַוועקצולייגן און שטאַרבן…

און גראַדע דעמאָלט, ווען דער געלערנטער פֿילאָזאָף איז געלעגן אַ פֿאַרחלשטער פֿון הונגער אין זייַן צימערל, איז צו אים אַרייַנגעגאַנגען זייַן שכנה, וואָס האָט געוווינט אויף דעם זעלבן בוידעם, די שוואַרצע דאָבע. פּונקט יענעם טאָג האָט זי געקראָגן אַ בריוו פֿון איר קוזען פֿון אַמעריקע, וועלכער האָט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אַנטליִען בייַ איר געלט אויף צו פֿאָרן אַריבער דעם ים, און זינט דאַן זאָגט ער איר צו צושיקן אַ שיפֿסקאַרטע אויף אַ שיף קיין אַמעריקע. אַליין האָט דאָבע ניט געקענט קיין צורת־אות, האָט זי געוואָלט בעטן דעם דאָקטאָר איר איבערצולייענען דאָס בריוול. געבנדיק אַ שטויס די טיר, האָט דאָבע דערזען אַ גוססדיקן מענטשן… אין דעם מאָמענט ווערט אַנטפּלעקט די אינעווייניקסטע מאָראַלישע שיינקייט פֿון דער דאָזיקער פֿרוי, וואָס געפֿינט זיך אין קעגנזאַץ צו איר אויסערלעכער אומסימפּאַטישקייט. דאָבע באַשליסט, אַז דעם טאָג וועט זי ניט גיין האַנדלען און טאָן אַ מיצווה. זי ראַטעוועט בוכשטעבלעך דעם געלערנטן פֿילאָזאָף, וועלכער איז געווען אינגאַנצן אומפֿעיִק צו די לעבנס-שוועריקייטן. זי ברענגט וואַסער, קאָכט אים אַ קאַשע, שטעלט אַ טיי מיט סוכאַריקלעך, בעט אים איבער דאָס בעטגעוואַנט, העלפֿט אים זיך איבערצוטאָן. פֿון דעם אַליין האָט ד”ר פֿישלזאָן זיך דערפֿילט בעסער, און אַ דאַנק דער איבערגעגעבענער זאָרג, איז ער פֿון טאָג צו טאָג אַלץ מער געקומען צו די כּוחות. דאָבע האָט אים פֿאַקטיש אומגעקערט צום לעבן. עטלעכע מאָל אַ טאָג אַרייַנגעגאַנגען צו אים, געקאָכט פֿאַר אים, געראַמט.

אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן האָט זיך צווישן די דאָזיקע צוויי מענטשן אַנטוויקלט אַ טיפֿע קעגנזייַטיקע האַַרציקע פֿאַרבינדונג, כאָטש עס דאַכט זיך, אַז צווישן זיי איז נישטאָ און קאָן ניט זייַן גאָרנישט בשותּפֿותדיקס. ד”ר פֿישלזאָן איז אַן אינטעלעקטואַל, וואָס האָט געזען די וועלט, אויסגעפֿאָרן שטעט און לענדער, קען אַ סך שפּראַכן, פֿאַרברענגט זייַן גאַנצע צייַט אין פֿילאָזאָפֿישע מחשבֿות וועגן דעם וועלט-באַשאַף און די אייביקע געזעצן פֿונעם וועלט-געבוי. דאָבע איז פּונקט פֿאַרקערט, אַ פֿרוי, וואָס דער גורל האָט זי ניט געשאַנעוועט און אַ סך מאָל ווייטיקלעך געשלאָגן. איר לעבנס-רוים איז באַגרענעצט צווישן דעם קעלער אויף קראָכמאַלנע 19, וווּ זי איז געבוירן געוואָרן אין אַן אָרעמער משפּחה, און דעם בוידעם אויף קראָכמאַלנע 10, וווּ זי וווינט. אינעם עלטער פֿון צען יאָר האָט מען זי געשיקט דינען בייַ אַ פּאַסער (הענדלער מיט געגנבֿעטער סחורה), און יענער האָט זי „איבערפֿאַרקויפֿט‟, נאָר איר איז מצליח געווען צו אַנטלויפֿן און ניט געגאַנגען אויף די „קרומע וועגן‟. איר ברודער איז אַוועק אין דער אַרמיי און נעלם געוואָרן, די שוועסטער איז געשטאָרבן אין קימפּעט. מע האָט זי באַגנבעט, באַרעדט, כּדי אָפּצוּווענדן פֿון איר די חתנים.

צווישן די דאָזיקע צוויי פּערסאָנאַזשן איז אַפֿילו נישטאָ קיין געמיינזאַמע שפּראַך. דער דאָקטאָר רעדט אויף דייַטש, און דאָבע ענטפֿערט אים אויף אַ געדיכטן, זאַפֿטיקן וואַרשעווער ייִדיש. די דאָזיקע צוויישפּראַכיקייט גיט צו אַ באַזונדערן טעם און חן דער דערציילונג, וואָס גייט לחלוטין לאיבוד אין יעטווידער איבערזעצונג. צווישן ביידע העלדן, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר צוויי פּאַראַלעלע רוימען, וואָס קומען כּלומרשט נישט צו קיין שום באַריר, ווערט פֿאַרבונדן אַ דיאַלאָג. זיי פֿאַרברענגען אָוונטן אין שמועסן וועגן גאָט און וועגן גלויבן. זיי דאַגענען איינער פֿאַרן אַנדערן. דאָבע פֿילט זיך זייער איבערגענומען פֿון דעם, וואָס דאָקטאָר פֿישלזאָן האָט זי געפֿרעגט וועגן איר לעבן. דאָס איז מסתּמא דאָס ערשטע מאָל, וואָס עמעצער האָט אויסגעדריקט צו איר אַן אָָפֿענעם און אמתדיקן אינטערעס. דער דאָקטאָר הערט אויס דאָבעס דערציילונג און שאָקלט מיטן קאָפּ אויף „ניין‟, ווי עס וואָלט אים שווער געווען צו גלייבן, אַז לעבן אים אין משך פֿון יאָרן האָט געלעבט אַ פֿרוי, וואָס האָט אויסגעהאַלטן אַלע קלעפּ פֿונעם גורל, דורכגעגאַנגען די שבֿעה־מדורי־גהינום. און אָט די ביידע באַשליסן חתונה צו האָבן…

די דערציילונג אַנטהאַלט אַן אויספֿירלעכע באַשרייַבונג פֿון דער חתונה, וואָס איז פֿאָרגעקומען, ווייַזט אויס, אין דער שטוב פֿון דער משפּחה זינגער. כאָטש עס ווערט ניט דירעקט געזאָגט אינעם טעקסט, עס זייַנען פֿאַראַן גענוג רמזים דעראויף. „ווען די שוואַרצע דאָבע איז אין איינעם אַ טאָג אַרייַַן צום ווינקל-מורה-הוראה, וואָס האָט געוווינט אין דעם הויף, און געזאָגט, אַז ד”ר פֿישלזאָן וויל מיט איר חתונה האָבן, האָט די רביצן געמיינט, אַז נישט אַנדערש, נאָר די מויד איז פֿון זינען אַראָפּ‟…

די דאָזיקע חתונה איז געווען אויף אַזוי אויסטערליש, אַז עס זייַַנען געקומען אַ סך געסט אָנצוקוקן דאָס אומגעוויינטלעכע פּאָרל. דער בעקער, בייַ וועלכן דאָבע האָט פֿריִִער געאַַרבעט, האָט געבראַכט אַ מתּנה אַ זאַק מיט מעל (לאָמיר זיך דערמאָנען, אַז עס קומט פֿאָר אין דער צייַט פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, און דאָס איז געווען אפֿשר די טייַערסטע מתּנה). זייַנע געזעלן האָבן געבראַכט אַ סך טאָרטן און קוכנס. ווען חתן-כּלה זייַנען אַרייַן אין בית-דין-שטוב, איז „אַזש אַ מורמלעניש אַריבער צווישן דעם עולם… עס איז נישט געווען די זעלבע דאָבע. זי איז געווען אָנגעטאָן אין אַ רויטן ברייטראַנדיקן הוט, באַהאָנגען מיט קאַרשן, ווייַנטרויבן, פֿלוימען, אין אַ ווייַס זייַדן קלייד מיט אַ שלעפּ און אין גאָלדענע שיך אויף הויכע אָפּזאַצן. אויף איר האַלדז האָט זיך געבאָמבלט אַ קייטל, אויף די פֿינגער האָבן געלויכטן רינגען מיט שטיינדלעך. איר פּנים איז געווען צוגעדעקט מיט אַ וועלאָן. זי האָט אויסגעזען ווי אַ רייַכע כּלה, וואָס האָט חתונה אין אַ ׳ווינער סאַליע׳. די בעקער-געזעלן האָבן אַזש אָנגעהויבן זיפֿצן‟.

אַלע אַרומיקע באַנעמען דעם צוזאַמענבונד צווישן די צוויי העלדן ווי אַַ מטורפֿדיקע זאַך, עפּעס, וואָס איז קעגן דעם געזונטן שׂכל — צוויי מענטשן, וואָס צווישן זיי איז נישטאָ קיין בשותּפֿותדיקער באָדן, שאַפֿן אַ משפּחה. אָבער דאָס איז אַן אויבערפֿלעכלעכער קוק, הינטער וועלכן עס זייַנען פֿאַרבאָרגן טיפֿע מאָראַליש-עטישע ווערטן. אַ פּשוטע, איינזאַמע, ניט קיין עבֿרידיקע פֿרוי, וואָס איז געווען פֿילמאָליק געשטראָפֿט פֿונעם גורל, האָט ניט פֿאַרהאַרטעוועט איר האַרץ און האָט בוכשטעבלעך געראַטעוועט, געפֿלעגט און צוריקגעבראַכט צום לעבן אַ געבילדעטן, אָבער אויך אַן איינזאַמען און ניט-געזונטן באַיאָרטן מענטשן. פֿאַקטיש איז דער דאָָזיקער בונד מעגלעך געוואָרן אַ דאַנק דעם ייִדישן האַרץ און דער ברייטער נשמה פֿון דער זעלבער דאָבע. אין דעם פֿאַַל ברענגט באַשעוויס אונדז ווידער צו דער אייניקייט פֿון צוויי גרונט-זייַלן פֿון אונדזער קיום — ייִדישקייט און מענטשלעכקייט — ייִדישע און אוניווערסאַלע מאָראַלישע און גייַסטיקע ווערטן, וואָס אַנטהאַלטן די זאָרג פֿאַרן נאָענטן, די ברידערלעכע הילף, דאָס ווילן צו פֿאַרלייַכטערן עמעצנס ליידן — באַגריפֿן, וואָס ווערן אַלץ ווייניקער פּאָפּולער אין אונדזער פּראַגמאַטישער צייַט.

צום סוף פון דער דערציילונג גייט דאָקטאָר פֿישלזאָן צו צום פֿענצטער פֿון זייַן בוידעם-שטיבל דעם ערשטן פֿרימאָרגן נאָך דער חתונה, גיט אַ קוק אויף דער שלאָפֿנדיקער דאָבע און ווענדט זיך צו שפּינאָזאַ, דער לערע, וועלכער ער האָט געווידמעט זייַן גאַנץ לעבן: „ברוך שפּינאָזאַ, פֿאַרצייַע מיר. איך בין געוואָרן אייַן נאַר‟… דער דאָזיקער אויפֿרוף איז פֿילדײַטיק. מע קאָן אים אינטערפּרעטירן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. לויט אונדזער מיינונג, האָט דער דאָזיקער מענטש, וואָס אָפּגעלעבט דאָס גאַנצע לעבן אין די העכערע פֿילאָזאָפֿישע וועלטן, אָפּגעפֿרעמדט פֿון דעם רעאַלן לעבן, זיך באַמיט וואָס ווייניקער צו קאָנטאַקטירן מיט „קליינע מענטשעלעך מיט זייערע קליינע זאָרגן‟, געקוקט אויף זיי סייַ דירעקט, סייַ אומדירעקט פֿון דער הייך, האָט אַנטפּלעקט ערשט אין די עלטערע יאָרן געוויינטלעכע מענטשלעכע וווילטאַטן — מיטלייד, הילף פֿאַרן נאָענטן, און דאָס אַלץ אַ דאַנק דער זעלבער דאָבע, וועמענס ברייט האַרץ האָט קיינער ניט דערזען פֿאַר אים.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s