משה לעמסטער
איך בענק
גלײַך ווי ניט לאַנג, מאָלדאָווע־לאַנד,
כ’האָב דיך פֿאַרלאָזט, ווי פֿון אויג אַ טרער.
איך בענק נאָך דיר, ווי אַ מאָלדאַוואַן
און אפֿשר אַפֿילו אַ ביסעלע מער.
שיינער, בליִענדיקער קאַנט,
דײַנע לידער ביז הײַנט איך הער
איך בענק נאָך דיר, ווי אַ מאָלדאַוואַן
און אפֿשר אַפֿילו אַ ביסעלע מער…
כ’לייג קוויטלעך אין דער מעריבֿ־וואַנט
בעט רײַכטום פֿאַר מאָלדאָווע־ערד.
איך בענק נאָך איר, ווי אַ מאָלדאַוואַן
און אפֿשר אַפֿילו אַ ביסעלע מער…
דער גורל
דוינע, מאָלדאַווישע דוינע…
ליד מיט פֿרייד נאָך טרערן.
דוינע גראַמט זיך מיט בורא —
דעם פּאַסטעך פֿון מענטשן און שטערן.
דוינע, מאָלדאַווישע דוינע…
קלאַנגען וואָס אומעטיק וויינען.
דוינע גראַמט זיך מיט תּורה,
וווּ דער פּאַסטעך איז משה רבנו.
דוינע, מאָלדאַווישע דוינע…
אַ היימישער, האַרציקער ניגון
דוינע גראַמט זיך מיט גורל
פֿון אַ ייִדישן, דאָרפֿישן ייִנגל…
ווער געדענקט מײַנע לידער
איך האָב געזונגען מײַנע לידער
אין מאָלדאַווישער שטאָט און דאָרף,
אין די ווײַנגערטנער און סעדער…
ווער געדענקט זיי דאָרט?
אפֿשר ערגעץ אין די קעלערס
האָבן זיך ביז הײַנט פֿאַרהיט
אין די ווײַנען געפֿיל־פֿלאַמען
פֿון מײַן אַמאָליקער ליד?
צי אפֿשר ערגעץ אין די סעדער,
וואָס שטייען אין פֿרילינג צעבליט,
שווימט אַרום דער דופֿט דער צאַרטער
פֿון מײַן אַמאָליקער ליד?
אפֿשר אין דעם פּאַסטעכס דוינע,
וואָס איבער פֿעלדער פֿליט,
קלינגט די פֿרייד און אויך דער אומעט
פֿון מײַן אַמאָליקער ליד?
אפֿשר ווען עס זאָגט אַ בחור
דעם מיידל, אַז ער האָט זי ליב,
פֿאַראַן אין זײַן דערקלערונג ווערטער
פֿון מײַן אַמאָליקער ליד?..
איך האָב אַ מאָל געזונגען לידער
אין מאָלדאַווישער שטאָט און דאָרף,
אין די ווײַנגערטנער און סעדער…
ווער געדענקט זיי דאָרט?
פֿעברואַר-מאַרץ, 2021