לאַפּסוס־קאַקטוס — 44

מיר זײַנען ממשיך צו באַטראַכטן און דערקלערן די אַזוי גערופֿענע „סאָוועטיזמען‟, וואָס פֿאָדערן נישט סתּם אַן איבערזעצערישן טײַטש, נאָר טראָגן אין זיך גאַנצע באַגריפֿן פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זיי זײַנען נישט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן צוזאַמען מיטן לאַנד, נאָר פֿאַרבליבן אין די ווערק פֿון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס.

נישט זעלטן, בשעתן שאַפֿן אַ וואָרט, וואָס וואָלט, מעגלעך, געקאָנט פּינקטלעכער איבערגעבן דעם באַגריף פֿונעם אָריגינאַל, איז עס געטאָן געוואָרן אויף אַ קאַלקירטן אופֿן. דערבײַ ווערט נישט גענומען אין באַטראַכט, אַז אויב אין איין שפּראַך קלינגט אַזאַ נײַ־געשאַפֿן וואָרט נאַטירלעך, קאָן עס אין אַן אַנדער שפּראַך דערפֿירט ווערן צו אַן אַבסורד.

אַזוי איז געשען, למשל, מיטן וואָרט „אַרויסגערוקטער‟, דאָס הייסט, אַ מענטש, וואָס איז, ווי אַ גוטער אַרבעטער, אַרויסגערוקט געוואָרן צו פֿאַרנעמען אַ וויכטיקע פּאָזיציע; אָדער אַ פֿאָרשטייער פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכער, אָדער פֿאָליטישער אָרגאַניזאַציע, וואָס מ׳האָט אים אַרויסגערוקט אין אַ העכסטן מאַכט־אָרגאַן.

די אַבסורדישקייט פֿון דעם „סאָוועטיזם‟ שטעקט אין דעם, וואָס אין ייִדיש ווערט דאָס וואָרט „אַרויסגערוקטער‟ גענוצט בדרך־כּלל ווי אַן אַדיעקטיוו (נישט קיין סובסטאַנטיוו) אין שײַכות צו אַ זאַך, און נישט צו אַ לעבעדיקן פּאַרשוין.

צומאָל טרעפֿן זיך ווערטער, וואָס ס׳איז נישט צו פֿאַרשטיי, צוליב וואָס האָט מען זיי בכלל געדאַרפֿט „שאַפֿן‟, פּינקטלעכער געזאָגט, אַרײַנברענגען אין ייִדיש, ווען אין ייִדיש גופֿא זײַנען זיי שוין געווען נאָך פֿון קדמונים אָן.

נעמט דאָס וואָרט „טאַפּאָטשקע(ס)‟. אין רוסיש אַליין האָט מען דאָס וואָרט “טאַפּאָטשקי” נאָך אין 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט נישט געוווּסט און גענוצט — „שטובשיך‟. מײַן באָבע ע״ה האָט אַזאַ וואָרט ווי „טאַפּאָטשקעס‟ שוין יאָ געוווּסט, אָבער איר איז מער ניחא געווען דאָס בילדערישע ייִדישע וואָרט „שטעקשיך‟ אָדער „מעשטעס‟. עס קלינגט מיר נאָך הײַנט אין די אויערן ווי זי שרײַט: „טו אָן די מעשטעס, כ׳האָב ערשט אויפֿגעראַמט אין שטוב!‟

אויף אַזאַ קאַלקירטן אופֿן איז פֿון דער רוסישער „גרעלקאַ‟, געוואָרן אַ ייִדישע „גרעלקע‟, וואָס אינעם אַמעריקאַנער ייִדיש, הייסט עס, „וואַרעמפֿלאַש‟. דאָס רוסישע וואָרט „דאַטשאַ‟, אַרײַנגעבראַכט פֿון שלום־עליכמען אין ייִדיש ווי „דאַטשע‟, האָט געגעבן דעם נאָמען פֿאַר די דאָטשע־אײַנוווינערס — „דאַטשניקעס‟.

אַן אַנדער סיבה, אָדער שוין גיכער אַ תּירוץ צו פֿאַרבײַטן אַ פֿאַרשפּרייט ייִדיש וואָרט אויף אַ מער „כּשר‟ וואָרט, איז געווען דעם וואָרטס העברעיִשער ייִחוס, וואָס איז, אַפּנים, נישט אָנגעשטאַנען די סאָוועטישע לינגוויסטן. אַזוי איז פֿאַרביטן געוואָרן דאָס וואָרט „שליח‟ אויפֿן וואָרט „געזאַנדטער‟. דער דײַטשישער אָפּשטאַם האָט אַוודאי בעסער זיך אַרײַנגעפּאַסט אינעם סאָוועטישן אידעאָלאָגישן גערעם, ווי „שליח‟, וואָס איז „דורכגעשטונקען‟ געוואָרן מיטן רעליגיעזן נאַפֿטאַלין. דאָס וואָרט „לימוד‟ איז געפּסלט און פֿאַרביטן געוואָרן אויפֿן אומגעלומפּערטן — „אָנלערנונג‟.

נישט גערירט איז געוואָרן דאָס העברעיִש־שטאַמיקע וואָרט „חזיר‟. צי האָבן די „יעווסעקיעס‟ אויסגעדרוקט אויף אַזאַ אופֿן זייער שטילן פּראָטעסט דער מלוכה, איז געבליבן פֿאַרנעפּלט. יעדנפֿאַלס, איז אויפֿן יסוד פֿונעם וואָרט „חזיר‟ געבוירן געוואָרן אַ נײַ־וואָרט „אָפּחזירן זיך‟, וואָס האָט געזאָלט מיינען, אַז אַ חזירטע האָט געהאַט חזירימלעך. אין די ייִדישע ווערטער־ביכער האָט דאָס וואָרט קיין אָרט פֿאַר זיך נישט געפֿונען.

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s