יעווגעני קיסין
אַפּריל 13
הײַנט איז דער דריטער יאָרטאָג פֿון אונדזער ייִדישער חתונה. קאַרינאָטשקע און איך זײַנען אַרײַנגעקומען צו די מײַניקע, און מיר האָבן אױסגעטרונקען שאַמפּאַניער מיט דער מאַמען.

דאָ, אין אונדזער שטילער טשעכיע, איז דאָס לעבן װי פֿאַרגליװערט געװאָרן. קײנער װײסט ניט, װי לאַנג די גאַנצע סדרה מיטן קאָראָנאַ–װירוס װעט דױערן… כאָטש איך שפּאַציר עטלעכע שעהען יעדן טאָג, װערט מײַן שלאָף נאָך אַלץ ניט בעסער. אַזאַ צײַט, װי די איצטיקע, וועקט געדאַנקען ניט בלױז װעגן דעם הײַנט, נאָר אױך װעגן דער צוקונפֿט און דער פֿאַרגאַנגענהײט. אַצינד פֿיל איך, אַז איך בין שױן ניט יונג און די כּוחות מײַנע זײַנען ניט יענע, װי מיט 10–20 יאָר צוריק, דעריבער דאַרף איך ניט מאַכן צו אַמביציעזע פּלענער, נאָר אױסקלײַבן בלױז דאָס סאַמע װיכטיקע. כ׳דערמאָן זיך אין מײַן אַמאָל, אין מײַנע „סקעלעטן אינעם שראַנק‟: אין דעם, װאָס איז מיר אַ בזיון און װעגן װאָס איך װעל קײנעם ניט דערצײלן. „מיט עקל לײען איך דאָס לעבן מײַנס‟…
כ׳האָב זיך דערמאָנט אין עפּעס: דאָס איז געװען די סאַמע גרעסטע נאַרישקײט, װאָס איך בין באַגאַנגען אין מײַן יוגנט. װעגן דעם װײסט בלױז אײן מענטש, זײער אַ באַקאַנטער און אַ װירדיקער (כ׳האָף אַזױ, אַז ער האָט קײנעם ניט דערצײלט!). ס׳איז מיר אַ גרױסע שאַנד זיך צו דערמאָנען אין דעם — נאָר, װי מע זאָגט אױף רוסיש, „פֿונעם ליד קאָן מען קײן װאָרט ניט אַרױסװאַרפֿן‟. אױב די דאָזיקע פֿאַרצײכענונגען מײַנע װעלן אַ מאָל איבערגעזעצט װערן אױף ענגליש אָדער אױף רוסיש און אָט דער מענטש װעט זײ דורכלײענען, װעט ער, געװיס, פֿאַרשטײן, װעגן װאָס סע גײט דאָ די רײד, און איך האָף זײער, אַז ער װעט מיר פֿאַרגעבן מײַן דעמאָלטיק טיפּשות.
כ׳האָב אַ קוק געטאָן, צי ס׳איז דאָ עפּעס אין דער אינטערנעץ װעגן װלאַדימיר גלאָטאָװן, װאָס איז געװען אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד אין דער צײַט פֿון גאָרבאַטשאָװס „פּערעסטרױקע‟, — און דערזען, אַז שױן לאַנג האָט ער געהאַט אָנגעשריבן אַ בוך זכרונות, װאָס הײסט „אָגאָניאָק–nostalgia‟. אָנגעהױבן לײענען — און ניט געקאָנט זיך אָפּרײַסן… ס׳איז דאָך אַ נאָסטאַלגיע אױך פֿאַר מיר, נאָך יענע יאָרן פֿון מײַן יוגנט, װען מיר אַלע האָבן מיט אַנציקונג געלײענט דעם װוּנדערלעכן זשורנאַל „אָגאָניאָק‟ [„פֿײַערל‟ — רעד.] און געהאַט אַזעלכע האָפֿענונגען („די סעודה פֿון ראָמאַנטישע האָפֿענונגען‟, װי גלאָטאָװ רופֿט עס אָן)! — פֿון װעלכע ס׳האָט זיך שפּעטער אַרויס אַזאַ אַנטױשונג…
אין אָט דעם בוך דערמאָנט דער אױטאָר, אַ חוץ דעם אַלעם, װעגן דעם ראַסיזם פֿון אונדזערע רוסיש–ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע און װעגן דעם, װאָס איז גורם געװאָרן פֿאַר אים. ס׳איז קלאָר פֿונעם בוך, אַז אין אונטערשײד פֿון פֿיל אונדזערע אימיגראַנטן, איז גלאָטאָװ קײן מאָל ניט געװען אַ פֿיליסטער אינעם אידעיִשן זינען: ער איז געװען אַ פּראָגרעסיװער טוער פֿון די 1960ער יאָרן, און דעריבער האָט ער ניט געקאָנט זײַן גענײגט צו ראַסן–פֿאָראורטײלונגען אין באַצוג צו װעמען–ניט–איז. אָט װאָס ער שרײַבט װעגן זײַן צװײטער רײַזע קײן ניו–יאָרק אין 1990, װען ער האָט זיך דאָרטן באַקענט מיט אַ יונגן רוסישן ייִדן, װאָס האָט געהײסן דוד:
„דוד האָט געפֿרעגט:
— איר זײַט ניט קײן ראַסיסט?
— נײן, װי קאָנסטו אַזױ זאָגן! — האָב איך אײַליק געענטפֿערט.
— איר׳ט זײַן אַזאַ אײנער, — האָט דוד אַרױסגעזאָגט מיט זיכערקײט.
ס׳איז אַ באַזונדערע טעמע — די באַציִונג פֿון אונדזערע אימיגראַנטן צו דער שװאַרצער באַפֿעלקערונג פֿון אַמעריקאַנישע שטעט. ס׳איז באַװוּסט, אַז די „אונדזעריקע‟ האָבן אַרױסגעטריבן די שװאַרצע פֿון ברײַטאָן, שפּאַרן אָן אױף זײ אױף די טראַדיציאָנעלע באַצירקן פֿון אַרבעט. קאָנקורענץ? מעגלעך. נאָר אױך נאָך עפּעס. אַ מין מינערװערטיקײט–קאָמפּלעקס, אַן אופֿן צו פֿאַרפֿעסטיקן זיך אין דער פֿרעמדער גוטער װעלט, אױסלאָזנדיק דעם כּעס צו יענע, װאָס זעען אױס נאָך נידעריקער װי דו, נאָר געניסן פֿון גרעסערע להאָטעס […]
נײן, דודס רעאַקציע אױף די שװאַרצע איז ניט גרונטלאָזיק. אײנער אַ פּראָפֿעסאָר–רוסיסט האָט מיר דערקלערט, פֿאַר װאָס זײ קאָרמען אַ גאַנצע טשערעדע שװאַרצע לײדיקגײערס, נעמען ניט אָפּ בײַ זײ די להאָטעס, די פּריװילעגיעס, און דערצו הערן אױס זײער אומענדלעכע קרעכצן װעגן זײער דערנידעריקטער לאַגע.
— איז צװינגט זײ אַרבעטן! — האָב איך זיך געהיצט.
— מע קאָן ניט.
— פֿאַר װאָס קאָן מען ניט? — האָב איך ניט אָנגעהױבן צו פֿאַרשטײן מיטן רוסלענדישן מאַקסימאַליזם, אײגנטימלעך פֿאַר אונדז. — הערט זײ אױף האָדעװען! איר האָדעװעט זײ ביז די גרױע האָר, דעריבער טאַקע שפּילן זײ אין שפּילכלעך.
— נײן, עס לױנט אונדז ניט.
— װאָס לױנט ניט? עס לױנט ניט, זײ זאָלן אַרבעטן?
— זײ װעלן ניט אַרבעטן.
— װאָס הײסט, זײ װעלן ניט? — האָב איך זיך צעלאַכט. — צװינגט. דריקט אױף זײ!
— דאַן װעלן זײ זיך נעמען צום װאָפֿן.
אַזױ גאָר. אָט װאָס פֿאַר אַן אױסרעכענונג! דער געזעלשאַפֿט איז גינסטיקער אױסצוהאַלטן די מאַסן פּוסטעפּאַסניקעס, װאָס זײַנען ניט פֿעיִק צו אַרבעט, פֿאַרדאָרבן מיט פֿױלקײט, אײדער אַרײַנציִען זיך אין אַ קאָנפֿליקט מיט אָט די מאַסן. דער אַמעריקאַנער װיל ניט האָבן קײן איבעריקע צרות, און ער איז גרײט אױסצוהאַלטן דעם צוגאָב–שטײַער אױף אױסצוהאַלטן די איזשדיװענצעס. דאָס הײסט, טײלן זיך מיט אַ חלק פֿון זײַן רײַכקײט, כּדי צו צאָלן פֿאַר זײַן זיכערהײט, אַבי ניט אױפֿצוהעצן אַ סאָציאַלן קאָנפֿליקט. און דער אַמעריקאַנישער קלײנבירגער צאָלט. אױף אָט די געלטן באַהערשט דער בעסערער טײל פֿון די שװאַרצע פֿאַרשײדענע פּראָפֿעסיעס, לערנט זיך, גיסט זיך אַרײַן אין דער געזעלשאַפֿט, אױף אַ פֿולשטענדיקן און דעמאָקראַטישן אופֿן, און דער ערגערער טײל דעגראַדירט.‟
אין דער צײַט פֿון מײַן װױנען אין ניו–יאָרק אין די אָנהײב 1990ער יאָרן, האָב איך זיך אָנגעהערט פֿון אונדזערע אימיגראַנטן און זיך אָנגעלײענט אין דער צײַטונג „נאָװאָיע רוססקאָיע סלאָװאָ‟ [1] אַ סך אַזעלכע זאַכן — אַ חוץ װעגן דעם „בעסערן טײל‟. כ׳װעל קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן, װי אײנע אַ רוסישע ייִדישע פֿרוי אין ניו–יאָרק האָט גערעדט מיט אומצופֿרידנקײט װעגן דעם, אַז באַלד װעלן זײ האָבן נײַע שכנים: „אַ שװאַרצע פֿאַמיליע‟.
מיר איז דאָס אַלץ תּמיד געװען ביז גאָר עקלהאַפֿט. לאָמיר זיך דערמאָנען, למשל, אין אײניקע פֿון טשײַקאָװסקיס בריװ צו נאַדיעזשדאַ פֿאָן מעק, אין װעלכע דער גרױסער קאָמפּאָזיטאָר שרײַבט װעגן „זשידעס׳ װױן–געבײַען‟, װוּ „די לופֿט איז שטענדיק פֿאַרגיפֿט מיט די אױסדאַמפֿונגען פֿונעם שטעטל און פֿונעם זאַװאָד‟ [2]; װעגן דעם „צענטער פֿונעם שטעטל מיט קראָמען, רעש און האַװעניש פֿון זשידעס‟; װעגן די „מאַסן שמוציקע זשידעס מיט דער עקלהאַפֿטיקער אַטמאָספֿער, װאָס באַגלײט זיי אומעטום‟… און צוליב דעם: „איך בין זײער צופֿרידן, װאָס איך זע ניט, הער ניט, שמעק ניט קײן זשידעס‟. זעט אױס, אין יענער צײַט אין רוסלאַנד איז די אַטמאָספֿער אין די ייִדישע שטעטלעך טאַקע געװען אַזאַ, װי פּיאָטר איליטש האָט באַשריבן, — און דאָך איז אונדז העסלעך צו לײענען אַזױנס, און עס ברענגט אונדז אױף!
אַצינד, אין דער עפּאָכע פֿון דער אינטערנעץ, האָבן אונדזערע „רוסן‟ זיך אין גאַנצן צעגאַרטלט: סאַראַ פּאַסקודסטװעס װעגן די שװאַרצע שרײַבן זײ, פֿאַרעפֿנטלעכן און שיקן איבער אײנער דעם אַנדערן… אַ פּאָר װיסנשאַפֿטלערס האָבן דערקלערט, אַז ראַסן זײַנען ניט גלײַך און אַז די שװאַרצע האָבן פֿון דער נאַטור אַ נידעריקן IQ, אײדער די װײַסע און די אַזיאַטן: מיט װאָס פֿאַר אַן ענטוזיאַזם האָבן „די אונדזעריקע‟ זיך אָנגעכאַפּט אין אָט דער טעאָריע, גלײַך װי זי װאָלט געװען אַ באַשטעטיקטער און אַלגעמײן–אָנערקענטער װיסנשאַפֿטלעכער אמת! טאַמאַרע אײדעלמאַן [3] האָט מיר דערצײלט, װי מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מען זי געהאַט אײַנגעלאַדן צו לײענען לעקציעס אין סיעטל פֿאַר די דאָרטיקע רוסישע אימיגראַנטן, און װען זי האָט פֿאָרגעלײגט דעם ציקל לעקציעס אויף דער טעמע „די געשיכטע פֿון בירגערלעכער װידערשפּעניקונג פֿון טאָראָ ביז מאַרטין לוטער קינגן‟, האָט מען איר דערקלערט: „איר װײסט, אונדזער געמיינדע האָט ניט זײער ליב מאַרטין לוטער קינגן.‟!
ס. וואָלקאָווס בוך וועגן שאָסטאַקאָוויטשן דער אונטערשריפֿט פֿונעם מחבר פֿאַר יע. קיסינען
אין גיכן נאָך מײַן אַריבערפֿאָרן פֿון מאָסקװע קײן ניו–יאָרק, אָנהייב 1992, האָב איך צופֿעליק געטראָפֿן אױף דער גאַס סאָלאָמאָן װאָלקאָװן [4], און מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט ער מיר צוגעשיקט פֿאַר אַ מתּנה שאָסטאַקאָװיטשעס „דאָס זאָגן עדות‟: די מעמואַרן פֿונעם גרױסן קאָמפּאָזיטאָר, װאָס ער, װאָלקאָװ, האָט געהאַט פֿאַרשריבן און פֿאַרעפֿנטלעכט. אַ חוץ דעם אַלעם, האָב איך דורכגעלײענט אינעם דאָזיקן בוך אָט װאָס:
„אין מײַן יוגנט פֿלעג איך אָנטרעפֿן אױף אַנטיסעמיטיזם צװישן מענטשן פֿון מײַן עלטער, װאָס האָבן געהאַלטן, אַז די ייִדן באַקומען להאָטעס. זײ האָבן ניט געדענקט די פּאָגראָמען, די געטאָס אָדער די קװאָטעס. אין יענע יאָרן איז געװען כּמעט אַ סימן פֿון גוטע מאַנירן צו רײדן װעגן ייִדן מיט שפּאָט. ס׳איז געװען אַ מין אָפּאָזיציע צו דער מאַכט…‟.
כ׳געדענק, אַז דורכגעלײענט עס, האָב איך באַלד אַ טראַכט געטאָן: ס׳איז דאָך פּונקט אַזאַ באַציִונג, װי בײַ אונדזערע אימיגראַנטן צו די שװאַרצע! זײ געדענקען ניט די ראַסן–דיסקרימינאַציע, די סעגרעגאַציע אָדער די לינטש–געריכטן, און מײנען, אַז די שװאַרצע באַקומען להאָטעס! און שפּעטער האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז אין זײער ראַסיזם זעען אונדזערע „רוסן‟ אַן אָפּאָזיציע צו דעם, װאָס זײ רופֿן אָן פֿאַראַכטערהייט „פּאָליטישע קאָרעקטקײט‟. עס װיל זיך גלאַט אַ שרײַ טאָן: ייִדן, קומט צו זיך! פּאָליטישע קאָרעקטקײט איז גראָד דאָס, װאָס אַ דאַנק איר, רופֿט מען אונדז ניט „שמוציקע זשידעס‟, מע באַשולדיקט אונדז ניט אין קאַרגשאַפֿט, כיטרעקײט, אַז מיר האָבן געקרײציקט קריסטוסן, און אין אַלערלײ אַנדערע זינד! יאָ, צו מאָל דערגײען אײניקע אַנטפּלעקונגען פֿון פּאָליטישער קאָרעקטקײט ביז אַבסורד. אונדזערע עלטער–זײדעס האָבן שוין געוווּסט, אַז װאָס איז צו איז איבעריק. צוריק געשמועסט, דאַרף מען דאָך אויך ניט אַרײַנפֿאַלן אינעם היפּוך פֿון עקסטרעמקײט! װי ס׳האָט אַ מאָל אָנגעשריבן ל. ראַדזיכאָװסקי [5] (אין די 1990ער פֿלעגט ער מיר זײער געפֿעלן זײַן, איצט האָב איך אים פֿײַנט, נאָר אין אָט דעם פֿאַל איז ער אַבסאָלוט גערעכט): „יאָ, פּאָליטישע קאָרעקטקײט פֿאָדערט צו אורטײלן ישׂראל פֿאַר אָקופּירן די פּאַלעסטינער — נאָר די זעלבע פּאָליטישע קאָרעקטקײט פֿאָדערט אַרױסצוגײן פֿון דער אױדיטאָריע, װען דער פֿאָרשטײער פֿון איראַן דערקלערט, אַז ישׂראל מוז פֿאַרניכטעט װערן‟! ס׳איז דאָ אַ טרױערדיקער אַנעקדאָט: אַן אַלטער אַרמענער שטאַרבט, אַלע זײַנע נאָענטע האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט בײַ זײַן בעט, זײ װאַרטן צו דערהערן זײַנע לעצטע װערטער, — און פּלוצעם זאָגט ער: „היט אָפּ די ייִדן!‟. קײנער קאָן גאָרנישט ניט פֿאַרשטײן — און דער קלוגער אַלטער זאָגט װידער: „היט אָפּ די ייִדן: אױב מע װעט זײ פֿאַרניכטן, װעט מען זיך נעמען פֿאַר אונדז!‟ שױן זשע איז ניט קלאָר, אַז אױב מע װעט װידער אָנהײבן זיך שלעכט באַגײן מיט די שװאַרצע, װעלן די פֿאָלגנדיקע קרבנות װערן טאַקע מיר?!

אין 1986 איז פֿאָרגעקומען און געװאָרן אַ סענסאַציע די קאָרעספּאָנדענץ צװישן נ. אײדעלמאַנען [6] און װ. אַסטאַפֿיעװן [7]. אײדעלמאַן האָט אָנגעשריבן אַסטאַפֿיעװן, אַז מע טאָר ניט באַלײדיקן אַנדערע פֿעלקער, שרײַבן שלעכט װעגן זײ, אַפֿילו אױב ס׳איז דאָ אין דעם „אַ ברעקל אמת‟. אַסטאַפֿיעװ האָט געענטפֿערט מיט אַן עקלהאַפֿטן, שװאַרץ–מאהיִקן בריװ, פֿון װעלכן ס׳איז געװאָרן אין גאַנצן קלאָר, װאָס פֿאַר אַ גזלן ער איז. ביזן טױט האָט אַסטאַפֿיעװ ניט געװאָלט פֿאַרשטײן, אַז װי אַ רוס, האָט ער ניט געהאַט קײן מאָראַליש רעכט צו שרײַבן שלעכטס װעגן נאַציאָנאַלע מינדערהײטן, װאָס זײַנען געװען אונטערדריקט אין דער צאַרישער און סאָװעטישער אימפּעריעס; אַז די רוסן מוזן זײַן באַזונדערס פֿילעוודיק צו די נאַציאָנאַלע געפֿילן פֿון אָט די מינדערהײטן — און געבליבן איז ער אין דער געשיכטע װי אַ פֿינצטערלינג און אַ פּאַסקודניאַק, כאָטש אַ גוטער שרײַבער. װען זשע װעט אויך צו „די אונדזעריקע‟ אין אַמעריקע סוף–כּל–סוף דערגײן, אַז מע טאָר ניט רײדן שלעכט װעגן מינדערהײטן, װאָס האָבן אַ סך איבערגעליטן (ניט װיכטיק, װער זײ זײַנען: ייִדן, שװאַרצע, האָמאָסעקסואַליסטן און אַזױ װײַטער), אַפֿילו אױב ס׳איז דאָ אַ ברעקל אמת אין דעם?! ס׳איז ניט קײן „פּאָליטישע קאָרעקטקײט‟, ס׳איז עלעמענטאַרע אינטעליגענטישקײט!
גוט האָט אָנגעשריבן װעגן דעם דאָװלאַטאָװ [8] מיט זײַן לאַקאָנישער איראָניע:
„מיר קענען זײ ניט, נאָר אױף מאַלע װאָס פֿאַראַכטן און האָבן מורא פֿאַר זײ. די שיקלדיקע פֿרידע דריקט אױס איר אומצופֿרידנקײט:
— זאָלן זײ אַװעקפֿאָרן אין זײער פּאַרשיװער אַפֿריקע!
פֿרידע אַלײן איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט שקלאָװ און האַלט פֿאַר גלײַכער צו לעבן אין ניו–יאָרק…‟.
דעם רוסישן שאָװיניזם געדענק איך זײער גוט; כ׳װעל קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן, װי מיר, פֿאַרשײדענע מינדערהײטן אין דער סאָװעטישער אימפּעריע, װאָס האָבן געליטן פֿון אים, פֿלעגן פֿאַרשטײן און אונטערהאַלטן אײנער דעם אַנדערן. יורע גאַנדעלסמאַן, אַן אַלטיסט, װאָס האָט פֿיל יאָרן געשפּילט אינעם אָרקעסטער „די מאָסקװער װירטואָזן‟, האָט דערצײלט, װי אַ מאָל, װען „די װירטואָזן‟ זײַנען געװען אױף גאַסטראָלן אין אַרמעניע אױף עפּעס אַ מאָלצײַט, האָט דער באַלעבאָס געמאַכט זײער לאַנגע לחיימס לכּבֿוד יעדן אײנעם מיטגלידער פֿונעם אָרקעסטער (װאָס די מערהײט פֿון זײ זײַנען געװען ייִדן), דערמאָנענדיק ניט בלױז אים, נאָר זײַן גאַנצע משפּחה, — און אױפֿגעהױבן דעם בעכער פֿאַר יורען, האָט ער געזאָגט: „זײַ געזונט!‟ (אינעם בוכשטעבלעכן זינען: ער האָט אים געװוּנטשט געזונט). אַ געװיסע צײַט האָט יורע גאָרנישט ניט געקאָנט פֿאַרשטײן — ביז פּלוצעם עמעצער האָט ניט דערמאָנט זײַן פֿאַמיליע. דערהערט זי, האָט דער באַלעבאָס איבערגעפֿרעגט: „װאַרט צו, װאַרט צו: װי איז דײַן פֿאַמיליע?‟. „גאַנדעלסמאַן,‟ — האָט יורע באַשטעטיקט, און יענער האָט געמאַכט אַ לאַנגן לחיים לכּבֿוד יורען און אַלע זײַנע קרובֿים! דאַן האָט יורע פֿאַרשטאַנען, אַז צו ערשט, האָט דער באַלעבאָס אים געהאַט אָנגענומען פֿאַר אַ רוס, װײַל צוליב זײַן געלער באָרד זעט ער אױס טאַקע װי אַ רוסישער פּױער. אַן אַנדער װיכטיקער מאָמענט איז באַשטאַנען אים דעם, װאָס געהערט האָב איך אָט די געשיכטע ניט פֿון יורען אַלײן (כאָטש מיר זײַנען געװען זײער גוט באַקאַנט), נאָר פֿון אונדזער אַ געמיינזאַמען באַקאַנטן גרוזינער: יורע האָט זי דערצײלט דעם גרוזינער, װײַל ער איז געװען אין גאַנצן זיכער, אַז יענער װעט עס זײער גוט פֿאַרשטײן, — און דער גרוזינער האָט דערצײלט װעגן דעם מיר און מײַן מאַמען, צוגעבנדיק דערבײַ: „רוסן פֿאַרדײעט מען דאָרט ניט‟! אָט אַזױ האָבן מיר אַלע געלעבט אונטער דער רוסישער שאָוויניסטישער מאַכט…
שױן אַ לאַנגע צײַט חבֿר איך זיך מיט זײער אַ װױלער פֿרױ, אַן אַרמענערין פֿון ראָסטאָװ, װאָס וווינט שוין אַ היפּש ביסל יאָרן אין מינכן. אין די 1960ער־1970ער יאָרן האָט זי, צוזאַמען מיט איר ערשטן מאַן, אױך אַן אַרמענער, געאַרבעט אינעם אוניװערסיטעט אין טאַרטו, עסטלאַנד, װוּ זײ זײַנען בײדע געװען אַסיסטענטן פֿונעם לעגענדאַרן יורי לאָטמאַנען. איז אָט, עלאָטשקע (אַזױ הייסט זי) האָט מיר ניט אײן מאָל דערצײלט װעגן דעם, װי מע האָט געהאַסט רוסן אין עסטלאַנד, נאָר אַרמענער און ייִדן פֿלעגט מען דאָרטן ליב האָבן און מיט פֿאַרגעניגן זיי נעמען אױף אַרבעט, װײַל עסטן האָבן געזען אין ייִדן, אַרמענער און אַנדערע מינדערהײטן שותּפֿים צו די צרות. דעריבער טאַקע האָט דער גרױסער ליטעראַטור־פֿאָרשער לאָטמאַן געאַרבעט ניט אין מאָסקװע אָדער לענינגראַד, װי ער האָט עס פֿאַרדינט אין דער פֿולער מאָס, נאָר גראָד אין טאַרטו. אַזױ האָבן מיר געלעבט אין דער סאָװעטישער פֿעלקער–טורמע…
אין 1990 זײַנען אין רוסלאַנד פֿאָרגעקומען די ערשטע דעמאָקראַטישע װאַלן אינעם נײַעם פּאַרלאַמענט. דעמאָלט בין איך שױן אַלט געװען 18 יאָר און באַקומען דאָס רעכט צו שטימען. אױף אונדזער װאַל–באַצירק (װוּ מע האָט מיך באַגריסט און געשאָנקען אַסטאַפֿיעװס אַ בוך, װײַל ס׳איז געװען דאָס ערשטע מאָל, אַז איך האָב געשטימט!) האָט מען געמוזט אױסװײלן דרײַ דעפּוטאַטן פֿון די זעקס קאַנדידאַטן. אין צװײ פֿאַלן איז געװען אַבסאָלוט קלאָר, פֿאַר װעמען מע זאָל שטימען, װײַל דער אױסװאַל איז געװען צװישן פּראָגרעסיװע און רעאַקציאָנערע קאַנדידאַטן. אינעם דריטן פֿאַל אָבער זײַנען די בײדע קאַנדידאַטן געװען פּראָגרעסיװע: פֿיאָדאָר שעלאָװ–קאָװעדיאַעװ און װלאַדימיר שאַכידזשאַניאַן. פֿאַר װעמען זשע האָבן מיר, מײַנע עלטערן און איך, געשטימט? פֿאַרשטײט זיך, פֿאַר שאַכידזשאַניאַנען — װײַל ער איז געװען אַן אַרמענער! פֿאַר אונדז, ייִדן, איז דער דאָזיקער אױסװאַל געװען אַזױ נאַטירלעך, װי דאָס אָטעמען! אָט אַזױ האָבן מיר געלעבט אינעם שאָװיניסטישן רוסלאַנד.
ס׳איז געװען אַ שלל אַזעלכע בײַשפּילן. דער באַרימטער פּעטערבורגער העברעיִסט שמעון יאַקערסאָן האָט דערצײלט אין אײנעם אַן אינטערװיו װעגן דעם, װי אין אָנהייב פֿון זײַן דינען אין דער סאָװעטישער אַרמײ, װען דער קאָמאַנדיר איז געקומען צו באַקענען זיך מיט די נײַע סאָלדאַטן און ער, יאַקערסאָן, האָט אָנגערופֿן זײַן נאָמען, פֿאַמיליע און נאַציאָנאַליטעט, האָט דער קאָמאַנדיר באַפֿױלן: „פֿופֿצן טריט פֿאָרױס!‟ — און דערנאָך איז ער צוגעגאַנגען צו יאַקערסאָנען און האָט שטיל געפֿרעגט: „איך בין אַלײן אַ טאָטער, כ׳פֿאַרשטײ אַלץ, קלײַבסט זיך עמיגרירן?‟. יאָ, אַנדערע מינדערהײטן פֿלעגן אַלץ פֿאַרשטײן — און האָבן אונדז מיטגעפֿילט. אײנער אַ פֿרײַנד מײַנער, אַן אַמעריקאַנער ייִד, האָט מיר דערצײלט, װי שױן אין דער פּאָסט–סאָװעטישער צײַט, זײַענדיק אין מאָסקװע, האָט אים אײנער אַ טאַקסי–שאָפֿער אַ פֿרעג געטאָן: „זײַט איר אַ ייִד?‟ מײַן פֿרײַנד, װיסנדיק, אין װאָס פֿאַר אַן אַנטיסעמיטיש לאַנד ער געפֿינט זיך, איז צעמישט געװאָרן, און דער שאָפֿער האָט צוגעגעבן: „זײַט רויִק, איך בין אַן אַרמענער!‟. אַגבֿ, ניט געקוקט אױף דער פֿײַנטשאַפֿט צװישן אַזערבײַדזשאַן און אַרמעניע צוליב דעם קאַראַבאַכער קאָנפֿליקט, זײַנען די באַציִונגען צװישן די אַרמענער און די אַזערבײַדזשאַנער, װאָס װױנען אין מאַסקװע, ממש ברידערלעכע [9]. פֿרעגט זיך, פֿאַר װאָס? פֿאַר מיר, װאָס כ׳האָב אָפּגעלעבט אין רוסלאַנד די ערשטע צװאַנציק יאָר פֿון מײַן לעבן, איז דער ענטפֿער קלאָר װי דער טאָג: װײַל אינעם שאָװיניסטישן רוסלאַנד האָבן סײַ די אַרמענער און סײַ די אַזערבײַדשאַנער איין באַליידנדיק צונאָמעניש — „שװאַרץ־תּחתדיקע‟ — אַזוי רופֿן די רוסן אַלע פֿעלקער פֿון קאַווקאַז. דעריבער זײַנען זײ דאָרטן שותּפֿים צו די צרות.
איצט האָבן פּוטינס פּראָפּאַגאַנדיסטן ליב צו באַשולדיקן אין אַנטיסעמיטיזם אַנדערע פֿעלקער, װאָס זײַנען אױך געװען אונטערגעדריקט פֿונעם קרעמל, בפֿרט די ליטװינער. יאָ, בשעת דער צװײטער װעלט–מלחמה האָבן ניט װײניק ליטװינער טאַקע קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציסטן און אָנטײלגענומען אינעם דערמאָרדן ייִדן. פֿון דעסטװעגן נאָכן קריג, אין די קאָמוניסטישע צײַטן, איז דער מצבֿ פֿון די ייִדן אין ליטע געװען גלאַט ניט צו פֿאַרגלײַכן מיטן סאָװעטישן רוסלאַנד: דאָרטן האָבן די ייִדן פֿרײַ אָנגערופֿן זײערע קינדער מיט ייִדישע נעמען, געמאַכט ברית–מילות און געפּראַװעט בר–מיצװת. שױן אין 1956 איז אין װילנע געגרינדעט געװאָרן אַ ייִדישער פֿאָלקס–טעאַטער אָן שום שטערונגען מצד די דאָרטיקע מאַכטהאָבערס. און גראָד די מאָסקװער מאַכט–פֿאָרשטײערס פֿלעגן באַשולדיקן נחמה ליפֿשיץ אין נאַציאָנאַליזם, ניט די ליטװישע קאָמוניסטן [10]! אַזױ אַז מיר, ייִדן, געדענקען די געשיכטע אין איר גאַנצקײט, ניט אױסקלײַבעריש. און װער עס זײַנען שטענדיק געװען די סאַמע גרעסטע ייִדנפֿרעסערס אױף דער װעלט, װעלן מיר, ייִדן, װאָס האָבן געלעבט אין רוסלאַנד, אױך קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן!
כ׳האָב אַ טראַכט געטאָן: ס׳װאָלט געװען זײער נוצלעך איבערזעצן און פֿאַרעפֿנטלעכן אױף ענגליש י. נאַגיבינס [11] „פֿינצטערניש אין סוף פֿון טונעל‟. כ׳װעל מוזן אָנשרײַבן אַלאַנען [12]. געװיס איז דער רוסישער אַנטיסעמיטיזם אַ מער–װײניקער באַװוּסטער פֿאַקט אױפֿן מערבֿ, נאָר דאָ איז מען ניט מסוגל זיך פֿאָרצושטעלן זײַן מאָס, פֿאַרשפּרײטקײט און טיפֿקײט — און נאַגיבין באַשרײַבט אַלץ ביז גאָר אױספֿירלעך און אומברחמנותדיק. באַזונדערס װערטפֿול איז דאָס, װאָס סע שרײַבט װעגן דעם ניט קײן ייִד, נאָר אַן עטנישער רוס, װעמען, צוליב אַ שפּאַס פֿונעם גורל, איז אױסגעקומען איבערצולײַדן זײער פֿיל פֿון ייִדנהאַס. אָט דאָס בוך דאַרף מען לײענען אומעטום, װי „אַנע פֿראַנקס טאָגבוך‟! זײַן גאַנץ לעבן האָט נאַגיבין אויסגעפּרוּװט אױף זײַן אײגענער פֿעל, װאָס איז אַזױנס די רוסישע יודאָפֿאָביע. שױן נאָכן קראַך פֿון קאָמוניזם, ניט לאַנג פֿאַר זײַן טױט, האָט ער געגעבן ממש אַ שרעקלעכע אָפּשאַצונג זײַן אײגענעם פֿאָלק און אָנגעשריבן אַזעלכע װערטער: „און דאָך איז דאָ אײן אַלגעמײנע אײגנטימלעכקײט, װאָס מאַכט פֿון רוסלאַנדס באַפֿעלקערונג אַ געװיסע גאַנצקײט, איך רעד ניט אַרױס דאָס װאָרט „פֿאָלק‟, װאָרעם, כ׳חזר איבער, אַ פֿאָלק אָן דעמאָקראַטיע איז אַ המון. אָט די אײגנטימלעכקײט איז אַנטיסעמיטיזם. נאָר מע דאַרף ניט זאָגן: װאַרט נאָר אױס, און װאָס שײך אַזאַ און אַזאַ? דאָס מײנט גאָרניט, אַ חוץ דעם, װאָס אַזאַ און אַזאַ צוליב די סיבות, װאָס זײַנען אים אַליין אומבאַקאַנט, איז ניט קײן אַנטיסעמיט.‟

אײנער פֿון די „אַזאַ און אַזאַ‟ (אױב רײדן װעגן באַרימטע מענטשן) איז געװען טיכאָן ניקאָלאַיעװיטש כרעניקאָװ [13]. ער איז, מסתּמא, געװען דער אײנציקער גרױסער נאַטשאַלניק אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, װאָס איז ניט געװען קיין אַנטיסעמיט. נאָך מער: ער האָט זיך גוט באַצױגן צו ייִדן. און ס׳גײט ניט אין דעם, װאָס זײַן פֿרױ איז געװען אַ ייִדישקע: מאָלאָטאָװס פֿרױ איז אױך געװען אַ ייִדישקע, נאָר װען מע האָט זי אַרעסטירט, האָט ער אַפֿילו קײן פּיפּס ניט געטאָן, װײַל געװען איז ער, װי באַװוּסט, אַן אױסװוּרף און אַ הענקער. כרעניקאָװ אָבער איז געװען אַ װױלער מענטש, און אין די סאַמע שרעקלעכע אַנטיסעמיטישע יאָרן, סוף 1940ער — אָנהײב 1950ער, פֿלעגט ער ראַטעװען ייִדן. דעריבער מוזן מיר אים געדענקען, און דעריבער האָב איך נאָך זײַן טױט אָנגעשריבן אַ גרױסן עסײ אין זײַן אָנדענק.
כ׳האָב אױף מײַן גאַנץ לעבן פֿאַרגעדענקט, װי אין מײַ 1987, װען מיר זײַנען געװען אין קיל, אױפֿן שלעזװיג–האָלשטײנער פֿעסטיװאַל, האָט כרעניקאָװ בײַ אַ װעטשערע דערמאָנט עפּעס, װאָס האָט זיך אָנגעקערט צו ייִדישקײט. אַנע פּאַװלאָװנע און מאַקסים װענגעראָװס [14] מאַמע האָבן ניט פֿאַרשטאַנען, װעגן װאָס סע גײט דאָ די רײד, און טיכאָן ניקאָלאַיעװיטש האָט געזאָגט: „דאָס זײַנען ניט קיין סאַמעראָדנע ייִדישקעס! אָט אין אונדזער פֿאַמיליע האָט מען שטענדיק געפּראַװעט אַלע ייִדישע יום–טובֿים, װײַל מײַן פֿרױ איז אַ ייִדישקע און מײַן שװעסטערס מאַן איז אַ ייִד!‟ און נאָך אײן געשיכטע: כ׳געדענק זײער גוט, אַז טאַקע אין כרעניקאָװס הױז האָב איך צום ערשטן מאָל אין לעבן דערהערט דאָס װאָרט „כּל–נדרי‟! דעמאָלט איז אויסגעקומען צום רעדן וועגן אײנעם אַ באַקאַנטן סאָװעטישן פֿידלער, און טיכאָן ניקאָלאַיעװיטשס פֿרױ קלאַרע אַרנאָלדאָװנע האָט געזאָגט, קריטיקירנדיק זײַן שפּילן: „איך האָב אים געזאָגט, אַז דעם צװײטן טײל פֿון טשײַקאָװסקיס קאָנצערט שפּילט ער װי ׳כּל–נדרי׳!‟ דערנאָך, נאָכן פֿאַרלאָזן כרעניקאָװס װױנונג, האָב איך געפֿרעגט בײַ דער מאַמען, װאָס עס איז אַזױנס „כּל–נדרי‟, און זי האָט מיר דערקלערט. כרעניקאָװ אָבער, שטײענדיק לעם זײַן פֿרױ און באַטײליקנדיק זיך אינעם שמועס, האָט בפֿירוש געװוּסט, װעגן װאָס סע גײט די רײד! אַ טראַכט טאָן נאָר: אינעם געזינד פֿון דעם הױפּט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר–פֿאַראײן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, קאַנדידאַט אינעם צענטראַל־קאָמיטעט, אַ דעפּוטאַט פֿון די אױבער–סאָװעטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און רוסישער פֿעדעראַציע פֿלעגט מען פּראַװען אַלע ייִדישע יום–טובֿים! אינעם הױז פֿון אַזאַ הויכגעשטעלטן פּאַרטיי־טוער האָב איך, אַ ייִדישער בחור, דאָס ערשטע מאָל אין לעבן דערהערט דאָס װאָרט „כּל–נדרי‟! יאָ, טיכאָן ניקאָלאַיעװיטש איז טאַקע געװען אַן אוניקאַלער מענטש אין פֿיל הינזיכטן…

אַן אַנדער „אַזאַ און אַזאַ‟ איז געװען יעװגעני פֿיאָדאָראָװיטש סװעטלאַנאָװ (אין זײַן אָנדענק האָב איך אַ מאָל אױך אָנגעשריבן אַן עסײ). איך בין געװען באַקאַנט מיט אײנעם אַ ייִד, אַ פֿידלער, װאָס האָט פֿיל יאָרן געאַרבעט אין סװעטלאַנאָװס אָרקעסטער, און דערנאָך (געװען איז עס נאָך אין די סאָװעטישע צײַטן) איז ער אַװעקגעפֿאָרן קײן אַמעריקע. איז אָט, סװעטלאַנאָװ האָט זיך באַצױגן צו דעם מיט פֿאַרשטאַנד, געװוּנטשן אים אַל דאָס בעסטע און ביזן לעצטן מאָמענט געלאָזט אים שפּילן אין זײַן אָרקעסטער: לױט די סאָװעטישע סטאַנדאַרטן איז עס געװען ממש אױסערגעװײנטלעך! אַ מאָל, אױך אין די צײַטן פֿונעם שטאַרקן מלוכישן אַנטיסעמיטיזם אינעם ראַטן–פֿאַרבאַנד, האָט סװעטלאַנאָװ באַשלאָסן צו עפֿענען דעם יערלעכן קונסט–פֿעסטיװאַל „דער רוסישער װינטער‟ אינעם גרױסן זאַל פֿון דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע מיט אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישער מוזיק. װיפֿל די נאַטשאַלסטװע האָט ניט געפּרוּװט אים צורעדן ער זאָל כאָטש ניט עפֿענען „דעם רוסישן װינטער‟ מיט אַזאַ פּראָגראַם, אױספֿילן זי אין אַן אַנדער קאָנצערט פֿונעם פֿעסטיװאַל — האָט ער עס פֿאָרט געטאָן! און נאָך אײן טשיקאַװער פֿאַקט: סװעטלאַנאָװס 2טע ראַפּסאָדיע פֿאַרן סימפֿאָנישן אָרקעסטער (אָנגעשריבן נאָך אין די סאָװעטישע צײַטן) איז אַ ייִדישע! אױך אַן אױסערגעװײנטלעכער מענטש געװען…
אַ מאָל, װען אין יאַנואַר 1990 האָב איך געשפּילט אין טולוז מיט סװעטלאַנאָװן און זײַן אָרקעסטער טשײַקאָװסקיס ערשטן קאָנצערט, איז יעװגעני פֿיאָדאָראָװיטש געבליבן זײער צופֿרידן (דאָס איז טאַקע געװען זײער אַ געלונגענער קאָנצערט) און האָט געזאָגט, אַז איך דערמאָן אים אַלײן אין זײַנע יונגע יאָרן. פֿאַרשטײט זיך, פֿאַרגלײַך איך זיך ניט מיט קײנעם, נאָר איך זע אין זיך אײניקע שטריכן, װאָס זײַנען געװען אײגנטימלעך פֿאַר סװעטלאַנאָװן. װי אים, איז מיר זײער װיכטיק און טײַער די קולטור און בפֿרט די מוזיק פֿון מײַן פֿאָלק, װאָס איך סטאַרע זיך פּראָפּאַגאַנדירן זי, — און אין דער זעלבער צײַט בין איך, װי ער, אַן איבערצײַגטער אינטערנאַציאָנאַליסט און האָב אַ גרױס רעספּעקט פֿאַר אַנדערע פֿעלקער און זײערע קולטורן. װי ער, האָב איך זײער ליב רעציטירן פּאָעזיע און האָב אױך געמאַכט פּאָעטישע רעקאָרדירונגען. װאָס שײך פֿרױען אָבער, איז דאָ מײַן געשמאַק גאָר אַן אַנדערער, װי יעװגעני פֿיאָדאָראָװיטש האָט געהאַט…
אַפּריל 14
הײַנט זײַנען די יאָרצײַטן פֿון הענדעל, סקריאַבין און מאַיאַקאָװסקין. סאַראַ פֿאַרשײדענע פּערזענלעכקײטן!
פֿאַר װאָס איז הענדעל, בײַ זײַן גאַנצער געניאַלקײט, ניט אַזױ גרױס, װי באַך? כ׳מײן, אַז דער ענטפֿער איז זײער אַ פּשוטער: װײַל זײַן מוזיק, אין אונטערשײד פֿון באַכס מוזיק, רירט ניט די נשמה.
סקריאַבין… דער סאַמע ניט–רוסישער פֿון אַלע רוסישע קאָמפּאָזיטאָרן; דער רוסישער עלעמענט פֿעלט אין גאַנצן אויס אין זײַן מוזיק — און װאָס פֿאַר אַ זשעני! אָט װעמענס מוזיק רירט די סאַמע טיפֿסטע סטרונעס פֿון דער נשמה און דריקט אױס די סאַמע דינסטע שאַטירונגען פֿון מענטשלעכע געפֿילן! זײַן װעלט איז ניט ענלעך אױף קײן אַנדערער (ניט געקוקט אױף שאָפּענס װירקונג אין זײַנע פֿריִיִקע װערק), דעריבער, כּדי צו שפּילן סקריאַבינען גוט, דאַרף מען האָבן אַ באַזונדערן מין טאַלאַנט. פֿון די ניט–רוסישע מוזיקערס איז עס געלונגען, דאַכט זיך, בלױז סאַמסאָן פֿראַנסואַ [15]. אַ שאָד, װאָס פֿון סקריאַבינס גאַנצער ירושה האָט ער רעקאָרדירט בלױז די דריטע סאָנאַטע; ער װאָלט געװיס געקאָנט שאַפֿן ניט װײניק שעדעװערס, שפּילנדיק סקריאַבינס מוזיק. אַװדאי, איז ער געשטאָרבן צו פֿרי — כאָטש סקריאַבין אַלײן האָט אָפּגעלעבט נאָך װײניקער… איך האָב שטענדיק געהאַלטן, אַז סקריאַבין איז זײער נאָענט צו מאַרטע אַרגעריכס פּערזענלעכקײט, און ניט אײן מאָל האָב איך געפּרוּװט זי צורעדן שפּילן זײַן מוזיק, — נאָר, צום באַדױערן, אָן דערפֿאָלג.
ד. באַשקיראָװ [16] האָט מיר דערצײלט, װי אַ מאָל האָט עמיל גילעלס אױפֿן אַנדערן טאָג נאָך זײַנעם אַ קאָנצערט אין מאָסקװע, אָנגעקלונגען דער פּיאַניסטקע און פּיאַנע–פּעדאַגאָג ליִע מאָיסעיעװנע לעװינסאָן, מיט װעמען ער פֿלעגט זיך חבֿרן און װעמענס מײנונג ער האָט געטרױט (איך האָב זי אױך געקענט: אַ טײַערע ייִדענע איז זי געװען — און זײער אַ פֿײַנער מוזיקער). אין דער ערשטער אָפּטײלונג פֿון יענעם קאָנצערט האָט גילעלס געשפּילט סקריאַבינען און אין דער צװײטער — ראַכמאַנינאָװן און פּראָקאָפֿיעװן. די צװײטע אָפּטײלונג איז געװען אַ גלענצנדיקע, נאָר װאָס שײך דער ערשטער… קײן סקריאַביניסט איז גילעלס, װי באַװוּסט, ניט געװען. ניט געקוקט אױף זײער פֿרײַנדשאַפֿט, האָט ליִע מאָיסעיעװנע זיך פֿאָרט ניט דערװעגט צו קריטיקירן גילעלסן, דעריבער האָט זי אױף זײַן פֿראַגע װעגן אירע אײַנדרוקן פֿונעם קאָנצערט גענומען רײדן לאַנג װעגן דעם, װי װוּנדערלעך זײַנען געװען ראַכמאַנינאַװ און פּראָקאָפֿיעװ. „און װי איז געװען סקריאַבין?‟ — האָט גילעלס געפֿרעגט. ליִע מאָיסעיעװנע האָט זיך פֿאַרלױרן: „ע–ע–ע… עמיל גריגאָריעװיטש… ס׳איז קלאָר, אַז איר האָט זייער ליב סקריאַבינען…‟ — אױף װאָס גילעלס האָט געענטפֿערט מיט זײַן שטרענגער שטים: „צום באַדױערן, איז עס אַ ליבע אָן אַן ענטפֿער.‟
דעם אמת געזאָגט, האָט גילעלס פֿאָרט דערגרײכט אַ סך אין זײַנע אינטערפּרעטאַציעס פֿון סקריאַבינען, װי עס זאָגט עדות די רעקאָרדירונג פֿון זײַן קאָנצערט אין מאָסקװע, װאָס ער האָט געגעבן אינעם לעצטן יאָר פֿון זײַן לעבן און אין װעלכן ער האָט געשפּילט, אַ חוץ דעם אַלעם, סקריאַבינס 5 פּרעלודיעס אָפּוס 72 און 3טע סאָנאַטע. כאָטש קײן סקריאַביניסט איז ער ניט געװאָרן, און סקריאַבינס לופֿטשװוּנג פֿעלט אין זײַן שפּילן, מאַכט די טיפֿקײט און זײַן אינערלעכער כּוח אַ שטאַרקן אײַנדרוק.
אַװדאי, פֿאַרגלײַך איך זיך ניט מיט קײנעם, נאָר מיר האָט אָפּגעגליקט אין אָט דעם זינען: סקריאַבין איז געװען זײער נאָענט צו מײַן האַרצן נאָך פֿון קינדשאַפֿט אָן, און זײַן מוזיק איז מיר שטענדיק געלונגען. פֿאַרשטײט זיך, איז עס ניט מײַן פֿאַרדינסט, אַזױ האָט פֿאַראָרדנט די נאַטור. שױן נאָך מײַן סאַמע ערשטן סאָלאָ–קאָנצערט, װען איך בין געװען אַלט עלף מיט אַ האַלבן יאָר, האָב איך געשפּילט אױף „ביס‟ סקריאַבינס 4 פּיעסעס אָפּוס 51 (װי אײן „ביס‟, אָן אױפֿהער) און מאַזורקע אין מי–מינאָר פֿון אָפּוס 25.
כ׳געדענק, װי אַן ערך אין דער זעלבער צײַט, בײַם שפּאַצירן מיט דער מאַמען און אַנע פּאַװלאָװנען, האָב איך זיך פּלוצעם עפּעס צוגעטשעפּעט צו מײַן לערערין, אױספֿרעגנדיק בײַ איר, װאָס זי װאָלט געװאָלט איך זאָל שפּילן אױף איר לװיה (געװיס בין איך געװען גאָר אַן אײגנאַרטיק קינד, אַזױ צו זאָגן)! סוף–כּל–סוף האָט די מאַמע אױף מיר אָנגעשריִען, און אַנע פּאַװלאָװנע האָט בײַ מיר „באַשטעלט‟ סקריאַבינס מאַזורקע אין מי–מינאָר.
װי אַ דערװאַקסלינג, בין איך געװען זײער פֿאַרכאַפּט פֿון מאַיאַקאָװסקיס לידער — װי איך פֿאַרשטײ אַצינד, צוליב אַן אינערלעכן װידערשפּרוך: מיר, ווי אַ הײמיש ייִדיש קינד, אַ ראָמאַנטיקער לױט דער נאַטור, האָט זיך געװאָלט זײַן אַ בראַװ ייִנגעלע, דעריבער האָט מיך צוגעצױגן מאַיאַקאָװסקיס פֿאַרריסנקײט, קעמפֿערישקײט. אַזעלכע שורות זײַנע, װי, למשל, „איך האָב ליב צוקוקן, װי ס׳שטאַרבן קינדער‟, — האָבן זיך מיר דעמאָלט נאָך ניט געװיזן פֿאַר די אױגן. אױסער דעם, האָט מיך אַנציקט מאַיאַקאָװסקיס װאָרט–שאַפֿונג, װײַל אין יענער צײַט האָב איך נאָך ניט געלײענט פּאַסטערנאַקן. װען איך האָב שפּעטער דורכגעלײענט אין פּאַסטערנאַקס „דער שוץ–בריװ‟ װעגן מאַיאַקאָװסקין, אַז „די סיבה פֿון זײַן אומפֿאַרשעמטקײט איז געװען די אומגעהײַערע שעמעװדיקײט, און הינטער זײַן פֿאַלשן װילן האָט זיך באַהאַלטן די אױסערגעװײנטלעך היפּאָכאָנדרישע און גענײגטע צו אומדערקלערלעכער באַטריבטקײט װילנלאָזיקײט‟, בין איך ניט געװען אימשטאַנד צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ איז עס מעגלעך. יאָ, אױסערלעכקײט פֿאַרפֿירט — און אַ מאָל אין גאָר אַ היפּשער מאָס.
ריכטיק האָט געשריבן יעװטושענקאָ [17]: „קײן ניט–אינטערעסאַנטע מענטשן זײַנען אין דער װעלט ניטאָ‟, „יעדער האָט זײַן פֿאַרבאָרגענע פּערזענלעכע װעלט […] נאָר דאָס אַלץ איז אונדז אומבאַקאַנט‟. כ׳דערמאָן זיך, אַז װען איך בין געװען נאָך אַ קלײן קינד, האָט אינעם הױז, „װוּ כ׳האָב מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט‟, געוווינט אַ שיכּורניק מיט דער פֿאַמיליע פּאָדליטקין. אױף װיפֿל איך געדענק, איז ער געװען אַ באַיאָרטער, אַ קלײנװוּקסיקער מענטש מיט אַ מאָגערלעכן פּנים און האָט שטענדיק געטראָגן אַ היטל. אונדזערע שכנות פֿלעגן מיר זאָגן: „גײ ניט אַהין, פּאָדליטקין ברעכט דאָרטן.‟ מיט אַ געװיסער צײַט שפּעטער בין איך געװױר געװאָרן, אַז ער איז געשטאָרבן, מע האָט אים געהאַט באַדעקט מיט אַ לײַלעך און פֿאַרברענט אין אַ קרעמאַטאָריע (אַזױ האָט דערצײלט די מאַמע). איצט דערמאָן איך זיך אין אים און טראַכט: ער האָט דאָך אָפּגעלעבט אַ גאַנץ לעבן, אין פֿאַרלױף פֿון װעלכן ער האָט, װי אַלע מענטשן, ניט װײניק געטאָן און איבערגעלעבט. װי זשע איז געװען זײַן לעבן? װוּ איז ער געבױרן געװאָרן און װער זײַנען געװען זײַנע עלטערן? װוּ האָט ער זיך געלערנט? װוּ האָט ער געאַרבעט און װאָס האָט ער געטאָן? װי אַלע מענטשן, איז ער געװיס, כאָטש אײן מאָל אין לעבן, געװען פֿאַרליבט. צי האָט ער אַ מאָל געהאַט אַ פֿרױ, קינדער? אָדער, אפֿשר, איז ער געװען אַ האָמאָסעקסואַליסט? צי איז ער געװען אױף דער מלחמה? װעדליק זײַן עלטער, האָט עס געקאָנט זײַן. און װאָס זשע האָט אים, נעבעך, געבראַכט צו אַלקאָהאָליזם? פֿראַגעס, פֿראַגעס — און קײן אײן ענטפֿער ניט… און נאָך אײן זאַך: צי געדענקט אים אַצינד כאָטש עמעצער, אױסער מיר? יענע שכנטעס אונדזערע זײַנען שױן, זעט אױס, אױפֿן עולם–האמת, װײַל זײ זײַנען דעמאָלט אױך געװען אין די יאָרן. ס׳באַקומט זיך, אַז געדענקען אים קאָנען איצט בלױז אונדזערע צװײ שכנישע מײדלעך: סװעטאַ סאַװעליעװאַ, װאָס איז געװען מיט מיר פֿון אײן עלטער, און לאַריסאַ (כ׳האָב שױן פֿאַרגעסן איר פֿאַמיליע), װאָס איז געװען מיט עטלעכע יאָר עלטער פֿון אונדז. װי עס זאָל ניט זײַן, װײס איך גאָרניט װעגן אָט דעם מענטשן און זײַן גאָר ניט קײן קורץ לעבן. געבליבן איז ער אין מײַן זכּרון בלױז װי אַ שיכּורניק מיט דער אַמוזאַנטער פֿאַמיליע פּאָדליטקין…
דערקלערונגען:
[1] „נאָװאָיע רוססקאָיע סלאָװאָ‟ (נײַ רוסיש וואָרט, 1920־2010) — איצט עקזיסטירט ניט מער, נאָר דעמאָלט, אין די אָנהײב 1990ער יאָרן, איז זי געװען זײער אַ גרױסע אױסגאַבע. װען אונדזער משפּחה איז איבערגעפֿאָרן פֿון מאָסקװע קײן ניו–יאָרק, װי באַלד מײַנע עלטערן האָבן ניט געקענט ענגליש, פֿלעגן זײ יעדן טאָג קױפֿן די דאָזיקע צײַטונג, און איך האָב זי געלײענט פֿון מאָל צו מאָל. אױסער כּלערליי רעאַקציאָנערן קװאַטש, האָט מען אַ מאָל געקאָנט לײענען דאָרט אױך אײניקע אינטערעסאַנטע זאַכן.
[2] זאַװאָד (סאָוו.) — אינדוסטריעלע אונטערנעמונג
[3] טאַמאַרע אײדעלמאַן (1959) — רוסלענדישע היסטאָריקערין, שרײַבערין, איבערזעצערין און בלאָגערין
[4] װאָלקאָװ, סאָלאָמאָן (1944) — סאָוועטישער און אַמעריקאַנער זשורנאַליסט און ליטעראַטאָר
[5] ראַדזיכאָװסקי, לעאָניד (1953) — סאָוועטישער און רוסלענדישער פּובליציסט, זשורנאַליסט און פּסיכאָלאָג
[6] איידעלמאַן, נתּן (1930־1989) — סאָוועטישער און רוסלענדישער היסטאָריקער און שרײַבער. פֿאָטער פֿון ט. איידעלמאַן
[7] אַסטאַפֿיעוו, וויקטאָר (1924־2001) — רוסישער שרײַבער
[8] דאָוולאַטאָוו (מעטשיק), סערגיי (1941־1990) — רוסישער שרײַבער און פּובליציסט
[9] — צום באַדױערן, נאָכן קריג אין קאַראַבאַך אין סעפּטעמבער־נאָװעמבער 2020 האָט די סיטואַציע זיך געענדערט צום ערגערן.
[10] ליפֿשיץ, נחמה (עטלעכע חדשים נאָך דעם, װי אָט די שורות זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן, האָב איך דורכגעלײענט אין באָריס סאַנדלערס נײַעם ראָמען „מיט אַ שליחות קיין מאָסקווע‟ װעגן דעם, װאָס נחמה ליפֿשיץ אַלײן האָט אים געהאַט דערצײלט אינעם אינטערװיו, װאָס ער האָט מיט איר דורכגעפֿירט אין תּל־אָבֿיבֿ אין די 1990ער יאָרן: „דער קאָנקורס אין מאָסקװע, װוּ כ׳האָב געזונגען דרײַ ייִדישע לידער, איז געװען פֿאַר מיר װיכטיק נישט אַזױ צוליב פֿאַרנעמען דאָרט אַן אָרט. כ׳האָב געדאַרפֿט האָבן אַ צעטעלע, אַז כ׳האָב אָנטײל גענומען אין אַ פֿאַרמעסט פֿון אַזאַ הױכער מדרגה מיט ייִדישע לידער. פֿאַר ליטע װאָלט אַזאַ פֿאָרמעלע זאַך גענוג געװען, כּדי כ׳זאָל קאָנען אָפֿיציעל אױפֿטרעטן מיט אַ ייִדישער פּראָגראַם. מ׳האָט מיר אין ליטע זײער געװאָלט העלפֿן… (אונטערגעשטראָכן פֿון מיר — י. ק.) […] ס׳איז קײן װילנע אַװעקגעשיקט געװאָרן אַ באַפֿעל, אַז מחוץ ליטע טאָר נחמה ליפֿשיצײַטע מיט אירע ייִדישע קאָנצערטן נישט אַרױספֿאָרן […] אין ליטע זײַנען בפֿירוש געװען נישט װײניק לײַטישע ליטװינער, װאָס האָבן געראַטעװעט ייִדן, נישט נאָר זײ געהרגעט. אױך קאָמוניסטן, װאָס האָבן אַמאָל געגלײבט אין שײנע אידעאַלן. װען נישט אַזעלכע מענטשן, װײס איך נישט, צי כ׳װאָלט געקאָנט אױסהאַלטן אַזױ פֿיל צײַט […] דער ערשטער סעקרעטאַר האָט מיר אַלײן געזאָגט: ׳גענוג! גענוג בלוט אין ליטע!׳ (אונטערגעשטראָכן פֿון מיר — י. ק.)‟
[11] נאַגיבין, יורי (1920־1994) — רוסישער שרײַבער, זשורנאַליסט, סצענאַריסט
[12] סאַמסאָן, אַלאַן — דער הױפּט פֿונעם לאָנדאָנער פֿאַרלאַג „אָריאָן‟, װאָס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט מײַן בוך דערינערונגען.
[13] כרעניקאָװ, טיכאָן (1913־2007) — סאָוועטישער און רוסלענדישער קאָמפּאָזיטאָר, פּיאַניסט און מלוכישער טוער
[14] װענגעראָװ, מאַקסים (1974) — פֿידלער, דיריגענט, פּעדאַגאָג
[15] פֿראַנסואַ סאַמסאָן (1924־1970) — פֿראַנצייזישער פּיאַניסט
[16] באַשקיראָװ, דמיטרי (1931־2021) — פּיאַניסט און פּעדאַגאָג
[17] יעװטושענקאָ, יעווגעני (1932־2017) — רוסישער פּאָעט