מרדכי יושקאָווסקי
שמואל גאָרדאָן איז געווען איינער פֿון די פּראָדוקטיווסטע ייִדישע שרייַבערס אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. איך האָב זיך באַקענט מיט אים פּערזענלעך אין די סוף־1980ער יאָרן, בשעת כ׳האָב געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, וווּ ער איז געווען אַ לאַנג־יאָריקער מחבר און אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע. שפּעטער, אינעם יאָר 1994, האָב איך אָָָנגעפֿירט מיטן פֿאַַַקולטעט פֿאַר אויסשולן ייִדיש-לערער אין דער מאָסקווער אָפּטיילונג בײַם ניו־יאָרקער „טוראָ קאַלעדזש‟. דאַן האָב איך פֿאַרבעטן פֿרייַנד גאָרדאָן דוכרצופֿירן אַ קורס פֿון ייִדישער ליטעראַטור פֿאַר צוויי און פֿופֿציק יונגע סטודענטן, וועלכע זייַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן פֿון פֿאַרשיידענע שטעט אין געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. אַ סך מאָל האָב איך דורכגעקוקט די ווידעאָָ-רעקאָרדירונג פֿון זייַן ערשטער לעקציע. גאָרדאָן האָט דאַן פֿאַרגליכן זיך אַליין מיטן העלד פֿון דוד בערגעלסאָנס ווערק „דער טויבער‟, ווייַל ער האָט געחלומט לאַנגע יאָרן, עס זאָל אָנקומען אַ צייַט, ווען ער וועט קאָנען איבעררייַסן זייַן געצוווּנגען שטילשווייַגן און דערציילן דעם אמת וועגן די שוידערלעכע ייִסורים פֿון די ייִדישע שרייַבערס, קינסטלערס, געלערנטע בעת די סטאַלין-רייניקונגען. די איינציקע שולד פֿון זיי אַלעמען איז דאָך געווען דאָס ווילן צו אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אויף זייער נאַציאָנאַלער שפּראַך.

נאָך דער לעקציע האָט שמואל גאָרדאָן אייַנגעלאַדן מיך און מייַן געוועזענעם לערער פּראָפֿעסאָר גרשון ווייַנער ז”ל, דעם גרינדער פֿון דער ייִדיש-קאַטעדרע אינעם בר-אילן אוניווערסיטעט, און דעמאָלט, דעם פֿאָרזיצער פֿונעם וועלטראַט פֿאַר ייִדישער קולטור, צו קומען אין זייַן דירה אויף דעם קוטוזאָוו-פּראָספּעקט. מיר זייַנען ביידע מיט פּראָפֿעסאָר ווייַנער אָפּגעזעסן דעם גאַנצן אָוונט געפּלעפֿט, און צומאָל ממש דערשיטערט, אויסהערנדיק גאָרדאָנס זכרונות וועגן זייַן מלחמה-דערפֿאַרונג און וועגן דעם שווערן נסיון, וואָס איז אים אויסגעקומען בייַצושטיין בעת דעם אַרעסט און אינעם גולאַג (סטאַלינישע לאַגערן פֿאַר פּאָליטישע אַרעסטאַַנטן). בײַם סוף פֿון יענער באַגעגעניש האָט ער געזאָגט: „איך בין שוין אַלט, אָבער עס זייַנען בייַ מיר געבליבן צוויי טרוימען: איינער, צו זען מיט די אייגענע אויגן די מערת־המכפּלה אין חבֿרון, און דער צווייטער, אַז דער דאָזיקער ראָמאַן זאָל דערשייַנען אין ישׂראל.‟ — דערבייַ האָט ער אויפֿגעהויבן פֿונעם טיש אַ שווערן פּאַק מאַשין-געדרוקטע בויגנס. — „דער דאָזיקער ראָמאַַן איז דאָָס וויכטיקסטע פֿון אַלץ, וואָס איך האָב געשריבן אין מייַן לעבן. ער וועט דינען אַלס אַן אייביקע מצבֿה פֿאַר די, וואָס האָבן זיך ניט אומגעקערט פֿון דאָרטן, פֿון יענעם גיהנום‟.
לייַדער, דעם ערשטן טרוים איז ניט באַשערט געווען מקוים צו ווערן. צוליב געזונט-פּראָבלעמען איז גאָרדאָן ניט זוכה געווען צו קומען קיין ישׂראל. אָבער דער צווייטער טרוים איז יאָ פֿאַרווירקלעכט געוואָרן, כאָטש טיילווייַז. פּראָפֿעסאָר ווייַנער האָט אויפֿגענומען שמואל גאָרדאָנס בקשה ווי זייַן פּערזענלעכן פּראָיעקט. ניט געקוקט אויף די אומגעהייַערע שוועריקייטן, איז ער מצליח געווען צו שאַפֿן אַ גאַנץ בכּבֿודיקע סומע פֿאַר רעדאַגירן, קאָרעגירן און אַרויסגעבן דעם ראָמאַן. ער האָט אויך צונויפֿגעקליבן די אָנהייב-פּרקים פֿונעם ראָמאַן, וועלכע זייַנען פֿריִער געדרוקט געוואָרן אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ (שפּעטער „די ייִדישע גאַס‟), אָפּגעפֿונען די ניט-רעדאַגירטע ווערסיע פֿון די דאָזיקע פּרקים, פֿאַראייניקט זי מיט די המשך-פּרקים, וואָס ער האָט דערהאַלטן פֿונעם מחבר, געפֿונען אַ רעדאַקטאָר, וועלכער האָט ניט נאָר געדאַרפֿט בייַטן דעם סאָוועטישן אויסלייג אויף דעם אַלגעמיין-אָנגענומענעם, נאַר אויך פֿאַרטייַטשן אָדער פֿאַרבייַטן אַ גרויסע צאָל רוסיזמען און טערמינען, וועלכע זייַנען געווען ניט באַקאַנט דעם לייענער מחוץ די גרענעצן פֿונעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. נאָך די דאָזיקע אַלע באַמיִונגען האָט דער ראָמאַן „יזכּור די פֿאַרמישפּטע שרייַבער‟ דערזען די ליכטיקע שייַן אין ירושלים אינעם יאָר 2003. צום באַדויערן, האָט שמואל גאָרדאָן ניט זוכה געווען צו זען זײַן ווערק, ווייַל ער איז געשטאָרבן אין מאָסקווע אין 1998.

מע קאָן זיכער זאָגן, אַז דער ראָמאַן „יזכּור‟ איז אַ היסטאָריש ווערק. כאָטש די אמתע נעמען פֿון די העלדן זייַנען געענדערט, נאָר מע קאָן זיי בדרך-כּלל לייַכט דערקענען. און דער עיקר, דער ראָמאַן שאַפֿט אַ ברייטן היסטאָרישן הינטערגרונט, וואָס שילדערט די טרויעריקע מפּלה פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור און דעם ביטערן גורל פֿון אירע איבערגעגעבענע שעפֿער.
דער ראָמאַן ענדיקט זיך מיט אַ מיסטעריעז בילד: יום-כּיפּור שטייען אין דער שיל צדיקים און זאָגן יזכּור נאָך די אומגעקומענע ייִדישע שרייַבערס: „קיינער האָט קיינעם ניט אונטערגעיאָגט. נאָכן יזכּור די הרוגים אויף דער מלחמה, נאָך סטאַלינס און היטלערס שחיטות, ימח־שמם, נאָך די הזכּרות די פֿון דער וועלט געגאַַַנגענע רבנים, שוחטים, חזנים… דער טשערנאָבילער האָט קיינעם פֿון די אומגעקומענע שרייַַַבער ניט פֿאַַרפֿעלט, קיינעם ניט דורכגעלאָזט, ניט די קרבנות אויפֿן שלאַַכטפֿעלד, ניט די קרבנות פֿון די שטעט און שטעטלעך… טאָָמער האָט דער טשערנאָָבילער עמעצן פֿאַרפֿעלט, האָט מען אים גלייַך דערמאָָנט. די טויטע שטילקייט אין שיל איז דורך די פֿענצטער, טירן און ווענט אַריבער אינדרויסן, איבערגעפֿולט מיט זיך די בייַליגנדיקע גאַסן און געסלעך. דער טשערנאָבילער מגיד און דער הולייַפּאָליער צדיק זייַנען האַרט צוגעגאַנגען צום ברייט צעעפֿנטן אָרון-קודש, פֿונוואַנען ס’האָט געדונערט איבער דער ערד און אונטערן הימל דער אייביק ייִדישער יזכּור‟.
שוין נאָך שמואל גאָרדאָנס פּטירה האָב איך צופֿעליק אָפּגעפֿונען אַן עקזעמפּלאַר פֿון זייַן ערשטן נאָכמלחמהדיקן בוך „מלחמה-צײַט‟. דער בוך איז דערשינען אינעם מאָסקווער פֿאַרלאַג „דער עמעס‟ אינעם יאָר 1946 און אַנטהאַלט נייַנצן דערציילונגען און פֿאַרצייכענונגען. זיי זייַנען אַלע געווידמעט דער העלדישקייט פֿון די זעלנער-ייִדן, וועלכע האָבן געקעמפֿט אויף פֿאַרשיידענע פֿראָנטן, אין פֿאַרשיידענע באַדינגונגען, אין פֿאַרשיידענע מיליטער-איינהייטן. די געשילדערטע פּערסאָנאַזשן זייַנען אויך פֿאַרשידן, אָבער איינע פֿון די דערציילונגען האָט צוגעצויגן מײַן אויפֿמערק סייַ מיט איר קעפּל, סייַ מיט דעם געשילדערטן גורל פֿון איר העלד, און דער עיקר, מיט איר כּמעט ציוניסטישן אינהאַלט. לייַדער, מיר וועלן קיינמאָל ניט וויסן, וואָס זייַנען דעמאָלט געווען די כּוונות און די געדאַנקען פֿון דער צענזור, אָבער איין זאַך איז קלאָר — די דערציילונג גייט ווייַט אַרויס פֿון די אָנגענומענע אין יענע יאָרן טעמאַטישע ראַמען.
די דערציילונג הייסט „דער תּל-אָבֿיבֿער ווייַנגערטנער‟. עס ווערט אין איר איבערגעגעבן די געשיכטע פֿונעם סאָוועטישן רויטאַרמייער שלמה צאַרמאַן, וועלכן דער מחבר האָט באַגעגנט אין סאַמע אָנהייב פֿון דער מלחמה, בעת די שווערע קאַמפֿן און צוריקצוג פֿון דער רויטער אַרמיי, לעבן דער שטאָט קאָברין אין ווייַסרוסלאַנד. דאָס איז געווען אַ יונגער־מאַן מיט אַן אָפּגעברענט פּנים און שוואַרצע געקרייַזלטע האָר. ער האָט געדינט ווי אַ שאַרפֿשיסער און האָט דערפֿאָלגרייַך אַראָָפּגעשאָסן דייַטשישע עראָפּלאַנען. זייַנע אויגן האָבן פֿאַרמאָגט ניט נאָר אַזאַ שאַרפֿע ריאה, וואָס האָט דערמעגלעכט אים אַראָפּצושיסן עראָפּלאַנען, וועלכע זייַנען געפֿלויגן אויף דער פֿולער גיכקייט, נאָר אויך געווען אויף אַזוי פֿיל אויסדריקלעך, אַז אַרייַנקוקנדיק אין זיי, האָט מען דערזען עפּעס אַזוינס, וואָס האָט זיך ניט געלאָזט צו באַשרייַבן מיט ווערטער…
אין איינער אַ לבֿנהדיקער נאַכט, בעתן איבעררייַס צווישן די שלאַכטן, האָט דער יונגער־מאַן דערציילט זײַן געשיכטע: ער איז פֿון ארץ-ישׂראל. אין אַ ייִשובֿ הינטער תּל־אָבֿיבֿ איז ער געווען אַ ווייַנגערטנער. פֿינף וואָכן פֿאַרן דייַטשישן אָנגריף אויף פּוילן איז שלמה געקומען צו פֿאָרן אין זייַן געבוירן-שטאָט כעלם, כּדי צו באַזוכן די באַיאָרטע עלטערן. זייַן פֿאָטער איז געווען אַ ייִד אַ צדיק, אַ סופֿר, און ער אַליין איז דער ייִנגסטער זון אין דער משפּחה. שלמה האָט זיך שוין געקליבן צוריקפֿאָרן אַהיים, אָבער עס האָט אויסגעבראָכן די מלחמה, און שלמה איז אַרייַנגעפֿאַלן אין געטאָ. בסך-הכּל איז ער געווען דאָרט זעקס און נייַנציק טעג. די דערציילונג אַנטהאַלט ניט קיין אויספֿירלעכע באַשרייַבונג פֿון די שוידערלעכע געשעענישן אין דער געטאָ. עס איז פֿאַראַן בלויז איין זאַץ, אין וועלכן דער העלד ברענגט אַרויס דעם סך-הכּל פֿון זייַן ביטערן נסיון: „בעסער אומקומען אין שלאַכט, איידער איין טאָג אין געפֿאַנגענשאַפֿט בייַם דייַטש!‟ אַמערסטן באַדויערט ער וועגן דעם, אַז דאָרט, אין דער געטאָ, האָט ער ניט געהאַט קיין געווער.
ערב דער אַקציע פֿון מאַסן-פֿאַרניכטונג איז שלמה צאַרמאַן מצליח געווען מיט עטלעכע יונגע־לייַט צו אַנטלויפֿן. דערבייַ האָט ער באַקומען אַ ברכה פֿון זייַן פֿאָטער, וואָס ווערט איבערגעגעבן אין דער דערציילונג וואָרט בייַ וואָרט. די דאָזיקע ברכה איז דראַמאַטיש באַלאָדן און באַאייַנדרוקט מיט אירע תּנכישע אַסאָציאַציעס:
„לויף, מייַן קינד, קיין רוסלאַנד… ווייַל פֿון דאָרט וועט קומען אויף דער וועלט די גאולה. ארץ־ישׂראל, מייַן קינד איז איצט דאָרט, וווּ מע וועט פֿאַרטיליקן די רוצחים פֿון ישׂראל. ביסט געווען אַַ ווײַנגערטנער, און איצט, מייַן קינד, זאָלסטו ווערן אַ העקער, שנייַדן זאָלסטו זיי, די מערדער פֿון דער וועלט, ווי דו פֿלעגסט בייַ זיך אין דער היים שנייַדן ווייַנטרויבן. זייַ וויסן, מייַן זון, אַז אונדזערע אָבֿות-אַבֿותינו האָבן זיך געקאָנט שלאָגן, נאָך איידער זיי האָבן געפֿלאַנצט די ערד. און ווי גאָט האָט בייַ זיך ניט געפֿונען קיין רחמים צו די רשעים פֿון סדום, אַזוי זאָל זיך אויך בייַ דיר ניט געפֿינען קיין רחמנות צו די דײַטשן. גיי, מייַן קינד, און זאָל דיר שייַנען אין וועג און אין שלאַכט מייַן ברכה‟.
די דאָזיקע ברכה רופֿט אַרויס אַ וווּנדער אין עטלעכע הינזיכטן: ערשטנס, זי אַנטהאַלט אַ נבֿואה פֿון אַ ייִד אַ צדיק וועגן דעם, אַז ס’וועט אויסברעכן אַַ מלחמה צווישן נאַצישן דייַטשלאַנד און סאָוועטן-פֿאַַרבאַַנד. לויט די אָנגעגעבענע אין דער דערציילונג צייַט-ראַמען, ווערט די דאָזיקע ברכה אַרויסגעבראַכט אומגעפֿער אין יאַנואַר 1940, דאָס הייסט, כּמעט אָנדערטהאַלבן יאָר פֿאַרן דייַטשישן אָנגריף אויף סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. צווייטנס, איז פֿאַראַן דאָ אויך די נבֿואה וועגן רוסלאַנד ווי אַ זיגער אין דער מלחמה און באַפֿרייַער פֿונעם דייַטשישן יאָך. דריטנס, ווערט דאָ אונטערגעשטראָכן די גייַסטיקע באַדייַטונג פֿון ארץ־ישׂראל פֿאַרן גייַסטיקן באַוווּסטזייַן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. און צום סוף, די אַסאָציאַציעס מיט די אָבֿות-אַבֿותינו, די רשעים פֿון סדום, זייַנען געווען גאַנץ פֿרעמד דער ייִדיש-סאָוועטישער ליטעראַטור, די אָפֿיציעלע הויפּט-אויפֿגאַבע, פֿון וועלכער ס׳איז געווען צו דערציִען אַ נייַעם סאָרט ייִדן — אַן אַרבעטער, אַ סאָציאַליסט, וואָס זאָל זיך אָפּטרייסלען פֿון דער דורותדיקער ייִדישער גייַסטיקער און היסטאָרישער ירושה.
אַמבולטסטן קאָן מען דעם דאָזיקן „סאָוועטישן‟ סטיל פֿון דער יצירה באַצייכענען דורך די פֿאָלגנדיקע שורות פֿון איינעם פֿון די פּראָמינענטסטע סאָוועטיש-ייִדישע דיכטער איזי כאַריק:
פֿאַַרגייט, פֿאַרגייט, איר אומעטיקע זיידעס,
מיט בערד צעשראָקענע, פֿאַרלאָפֿענע מיט שניי!..
אין לעצטן בראָך, אין לעצטן וויי
זייַט איר פֿאַרבליבן לעצטע עדות…
און מיר, אָט די, וואָס רופֿן אייַך נאָך זיידעס, —
און ווייסן, אַז דאָס דאַרף מען שוין ניט לאַנג, —
מיר גייען אויף ווי ערשטער קלאַנג,
ווי ערשטער קלאַנג פֿון קומענדיקע פֿריידן,
אָט די, וואָס רופֿן אייַך נאָך זיידעס.
שלמה צאַרמאַן איז מצליח געווען צו אַנטלויפֿן פֿון געטאָ. דורך וועלדער און זומפּן, אָן עסן און אָן שלאָף איז ער צופֿוס דערגאַנגען ביז ווילנע. „פֿון ווילנע האָב איך זייער לייַכט געקאָנט פֿאָרן צו זיך אַהיים, קיין תּל־אָבֿיבֿער.‟ — איז ער ממשיך זייַן דערציילונג, — „ווי איר זעט, בין איך געבליבן. פֿאַר וואָס? פֿון ווילנע איז נענטער צו בערלין, ווי פֿון ירדן. כ’האָב זיך געגרייט ווערן אַ סאָלדאַט. כ’האָב אין ווילנע זיך געלערנט שיסן‟.
פֿירנדיק אינעם נאָטיץ-ביכל דעם חשבון פֿון אַראָפּגעשאָסענע עראָפּלאַנען און דערהרגעטע דייַטשן, האָט שלמה געבעטן זייַן קאָמאַנדיר, אַז אין פֿאַל פֿון זייַן אומקום, זאָל יענער אַוועקשיקן דאָס נאָטיץ-ביכל קיין תּל-אָבֿיבֿ, לויט דעם אָנגעגעבענעם אַדרעס. אַזוי איז טאַקע געשען. פֿאַר די אויגן פֿונעם מחבר איז צאַרמאַן העלדיש געפֿאַלן אין אַ שלאַכט הינטער סמאָלענסק. דער סאָוועטישער קאָמאַנדיר האָט אַרויסגענומען פֿון זייַן קעשענע דאָס נאָטיץ-ביכל, צוגעשריבן אַהין נאָך אַ ציפֿער — די צאָל דייַטשן, וועלכע שלמה האָט דערהרגעט מיט זייַן לעצטן שאָס.
דער סאָוועטישער קאָמאַנדיר ברענגט אַרויס זײַנע געפֿילן און מחשבֿות איבערן פֿרישן קבֿר פֿון דעם אומגעקומענעם זעלנער, און זייַן הספּד וווּנדערט אַפֿילו הייַנט מיט זייַן אומגעוויינטלעכן אינהאַַלט: „פּאַלעסטינער בירגער, סאָוועטישער רויטאַרמייער, העלדישער זון פֿונעם ייִדישן פֿאָלק שלמה צאַַרמאַַן. ניט ווייַט איז דער טאָג פֿון אונדזער זיג. אין אונדזערע דערפֿער וועלן ווידער בליִען סעדער, און אויפֿן קבֿר וועלן קינדער פֿלאַנצן בלומען. תּל־אָבֿיבֿער, פֿאַר וועלכע דו האָסט זיך געשלאָגן אויף אונדזער סאָוועטישער ערד, וועלן וועגן דיר זינגען לידער. דאָָס קליינע נאָטיץ-ביכעלע וועלן מיר אָפּשיקן קיין תּל־אָבֿיבֿ, און ס’וועט שטאָלצירן מיט דיר דייַן פֿאָלק, ווי מיר שטאָָלצירן מיט דיר דאָ. רום דיר אויף דור-דורות, סאָוועטישער רויטאַרמייער שלמה צאַַרמאַַן‟.

ווי באַטאָנט געוואָרן פֿריִער, איז די דאָזיקע דערציילונג אַרייַַן אינעם בוך, וואָס איז דערשינען אין 1946. עס איז צו באַמערקן, אַז אין די מלחמה- און די ערשטע נאָך-מלחמה-יאָָרן איז אין דער ייִִִדיש-סאָָוועטישער ליטעראַַטור אָָנוועזנד אַַ געוויסע סאָלידאַַריטעט מיטן ייִִדישן ייִשובֿ אין ארץ-ישׂראל און מיט זייַן קאַמף פֿאַר אומאָפּהענגיקייט. די מאַַכט-אָָָרגאַַַנען האָָבן עס דערלאָָזט, און דאָס האָט דערמעגלעכט די ייִדישע שרייַבערס אייַנצוגלידערן אין זייערע ווערק סייַ די העלדישע אָבֿות-אַבֿותינו, סייַ דעם קעמפֿנדיקן ארץ-ישׂראלדיקן ייִִדישן ייִשובֿ פֿון זייער צייַט.
אַזוי, צום בייַשפּיל, האָט דער דיכטער איציק פֿעפֿער, אין זייַן באַקאַנטער פּאָעמע „איך בין אַ ייִד‟, באַזונגען אינעם גרויליקן 1942סטן יאָר:
איך בין אַ ייִִד, וואָס האָט געטרונקען
פֿון סטאַלינס וווּנדער-כּוס פֿון גליק…
אָבער אין דער זעלבער פּאָעמע זייַנען פֿאַראַן פֿילצאָליקע דערמאָנונגען וועגן דער גייַסטיקער און היסטאָרישער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק:
דער קלוגער קנייטש פֿון ר’ עקיבֿא,
די חכמה פֿון ישעיהוס וואָרט
האָבן גענערט מייַן דאָרשט — מייַן ליבע
און זי מיט האַס צונויפֿגעפּאָרט,
דער שוווּנג פֿון מכּבייערס העלדן
אין מורדים-בלוט אין מייַנעם זידט,
פֿון אַלע שייַטערס פֿלעג איך מעלדן:
איך בין אַ ייִד!
אינעם המשך פֿון דער פּאָעמע חלומט דער מחבר, אַז זייַן קול זאָל זיך אָפּקלינגען מיט אַ „ווידערקול פֿון חיפֿהער האַפֿן‟, און ער פֿאַרענדיקט די פּאָעמע סײַ מיט זייַן גלויבן אינעם נצחון פֿון דער רויטער אַרמיי, סייַ מיט דער דורותדיקער אמונה אינעם זאָג פֿון שמואל הנבֿיא: „נצח ישׂראל לא יקשר‟:
און אויף צעפּיקעניש די שׂונאים,
וואָס גרייטן קבֿרים שוין פֿאַר מיר,
וועל איך אונטער די רויטע פֿאָנען
נאָך האָבן נחת אָן אַ שיעור.
כ’וועל מייַנע ווייַנגערטנער פֿאַרפֿלאַנצן
און פֿון מייַן גורל זייַן דער שמיד,
כ’וועל נאָך אויף היטלערס קבֿר טאַנצן!
איך בין אַ ייִד!
דער דיכטער דוד האָפֿשטיין האָט געלעבט אין ארץ-ישׂראל אין די יאָרן 1925־1926 און האָט געמוזט לויט פֿאַרשיידענע אומשטענדן זיך אומקערן קיין ראַטן-פֿאַרבאַנד, קיין קיִעוו. ער איז ממשיך געווען צו חלומען וועגן ארץ-ישׂראל אין שלאָף און אויף דער וואָָר, אַרייַנגעפֿירט דעם ארץ-ישׂראל-מאָָטיוו אין זייַן שאַפֿן, וווּ נאָר עס האָט זיך געלאָזט. אַפֿילו אין איינער פֿון זייַנע לעצטע פּאָעמעס „בייַ מייַן פֿענצטער‟, געשריבן אייניקע חודשים פֿאַרן אַרעסט, און געווידמעט דעם 150סטן יובֿל פֿון אַלעקסאַנדער פּושקין, שרייַבט ער:
איצט קעמפֿט אונדזער פּושקין מיט שלענג,
וואָס פֿון הויפּטנעסט נאָך אומעטום קריכן,
אין אַלע מדינות,
און אויך אין ישׂראל — דער ייִנגסטער מדינה —
זייַן ליבע איצט קעמפֿט פֿאַר די פֿרייַנד,
אַלע פֿייַנט איצטער שפּירן זייַן שׂינאה.
אָבער לאָמיר זיך אומקערן צו דער דערציילונג פֿון שמואל גאָרדאָן. עס איז גאַנץ נאַטירלעך, אַז דער לייענער וויל גלייַך וויסן, אויף וויפֿל איז אמתדיק די געשיכטע מיטן „תּל־אָבֿיבֿער ווייַנגערטנער‟? צום סוף פֿון דער דערציילונג שרייַבט דער מחבר: „כ’ווייס ניט, צי דאָס נאָטיץ-ביכעלע, וואָס דער קאָמאַנדיר האָט דאַן אָפּגעשיקט קיין תּל-אָבֿיבֿ, איז דערגאַנגען צו זייַנע (שלמה צאַרמאַנס — מ. י.) לאַנדסלייַט, און דערפֿאַר האָב איך אָנגעשריבן די דאָזיקע געשיכטע, פֿון וועלכער איך בין געווען אַ לעבעדיקער עדות אינעם גרויזאַמען זומער פֿון 1941 אויפֿן סמאָלענסקער פֿראָנט‟.
אונדז בלייַבט ערשט צו זייַן דאַַנקבאַר דעם ליכטיקן אָנדענק פֿון שמואל גאָרדאָן, וואָס האָט דערמאָנט אונדז מיט דער דאָזיקער דערציילונג, אַז דער נצחון איבער דער נאַציסטישער פּעסט איז געשמידט געוואָרן דורך אומגעהייַער הויכן פּרייַז פֿון מיליאָנען צעקאַליעטשעטע גורלות.