אַ פּלאַנעט אין פּאַראַלעל

שלום בערגער

אַ פּלאַנעט אין פּאַראַלעל

אַ פֿאַרקאַקטער טאָג,
זיך צעקריגט מיטן ווײַב
און דער טעם בלײַבט
טיף אין מאָגן

ביז מע זעט ס’איז שוין 
צײַט צו שלאָפֿן.
ווער קען אַנטלויפֿן
פֿון גאַנצן מאַשין.

אפֿשר איז דאָ
אַ פּלאַנעט אין פּאַראַלעל.
אַ מקום-מיקלט. ל.אָ.ל.
אַזאַ קינאָ-מיטאָס.

דער פּלאַנעט זשומעט
שנעל אונטער די פֿיס.
נישטאָ קיין שפּיץ
פֿון גליק אָדער אומעט.
 

ייִאוש

די נאַכט איז פֿאַר ייִאוש
און חלומות
וואָס וועפּן אויס
מיט די ערשטע שמייכלען
פֿון אַ וועלט וואָס רעדט נאָך צו דיר:
לעבסט נאָך
ביסט דער איינציקער
מיט דײַן אָנגעפּאַטשקעט לעבן. 

יעדער גײט שלאָפֿן שפּעט

און שטײט אױף מיט שטאַרע אױגן.
די זון טוט זיך איר זאַך
קליגער װי אַלע בעלי־חיים. 
אױטאָס זינגען לידער, בלעטער
זײַנען טליתים פֿאַר בױם־מנינים. 
דאָס אַלץ איז גוט, ס׳איז 
מער װי גענוג. שײנקײט
טריפֿט װי האָניק
אױף די װוּנדן פֿון שאָרסטיקע קערפּערס. 
אױספֿירן מסקנות איז פֿאַר
ישיבֿות, נישט פּאָעמעס.
גענוג גוט
איז אַ סוף. יעדער גײט שלאָפֿן
צו שפּעט, און די אױגן
װאַשט מען מיטן װאַסער װאָס פֿאַראַן. 

Leave a comment