
דער מאָדערנער וויניעט צווישן צוויי וועלטן
… און אָט גייט שוין דאָס קאַלענדאַר־יאָר 2020 אויך אונטער — אַ שווער יאָר, אַ דראַמאַטיש יאָר, אַ יאָר מיט אַ סך אַבֿדות און טרויער; אָבער דער מענטש גיט זיך נישט אונטער, פֿאַלט נישט בײַ זיך, גלייבט און קוקט אַרויס דורך דער נעץ פֿון אומעט און צער אויף אַ ליכטיקן האָפֿענונג־שטראַל.
פֿאַר אַזאַ ליכטיקן שטראַל, וואָס הייסט ZOOM, האָט זיך אָנגעכאַפּט די חבֿרה־ייִדישיסטן; אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים האָט מען געקאָנט זיך באַטייליקן אין לעקציעס פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור, געפֿירט פֿון באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן, הערן ייִדישע מוזיק, געזונגען און געשפּילט פֿון די פּאָפּולערע זינגערס און מוזיקערס, זיך טרעפֿן מיט באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן און סתּם פֿאַרברענגען אַ פּאָר שעה אין אַ האַרציקער קאָמפּאַניע ייִדיש־ליבהאָבערס פֿון גאָר דער וועלט…
אינעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז אין די דלתּ אַמות פֿון „זום‟ פֿאָרגעקומען אַ טעאַטראַלע געשעעניש, פּראָדוצירט פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין ניו־יאָרק, אין שפּיץ מיט שיין בייקער. איך מיין, דאָס אויפֿפֿירן ש. אַנ־סקיס דראַמאַטישע לעגענדע „דער דיבוק‟; ריכטיקער וואָלט געווען זאָגן, די אַדאַפּטאַציע פֿון דעם ווערק, געמאַכט און רעזשיסירט פֿון אַלען־לויִס ריקמאַן. ערשטנס, האָט די ווירטועלע בינע דערמעגלעכט צונויפֿפֿירן אַקטיאָרן פֿון פֿינעף לענדער, וואָס די פּאַנדעמיע האַלט יעדן פֿאַרשפּאַרט בײַ זיך אין דער היים. צווייטנס, האָט די דאָזיקע אויפֿפֿירונג געוויזן, אַז ס׳איז ווײַט נישט קיין פּוסטער חלום צו שאַפֿן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער, און דריטנס, אַז ס׳איז דאָ מיט וועמען און מיט וואָס גיין צום טיש!
ריקמאַן האָט שוין נישט איין מאָל אַרויסגעוויזן מיט זײַנע פֿריִערדיקע אינסצעניזאַציעס און אויפֿפֿירונגען, די נטיה צו אַ טעאַטראַלער קאַמער־פֿאָרמע. דערבײַ גיט זיך אים אײַן פֿון „ברייטע לײַוונטן‟ אויסמײַסטרעווען אַ ווערק פֿון אַ קלענערן פֿאַרנעם, נאָר נישט ווייניקער אָנגעזעטיקט דראַמאַטיש. אין דעם זין איז ריקמאַנס „זומיזאַציע‟ פֿון אַנ־סקיס „דער דיבוק‟ אַ נײַע, געלונגענע דערפֿאַרונג.
אין תּוך שטעלט דער „זום‟־אופֿן פֿאָר מיט זיך אַ וויניעט, אַנדערש געזאָגט, פֿענצטערלעך מיט פּאָרטרעטלעך פֿון באַטייליקטע. ריקמאַן האָט דעם אופֿן בפֿירוש אויסגענוצט ווי אַ שליסן צו זײַן אויפֿפֿירונג. אַנ־סקיס פּערסאָנאַזשן קוקן אַרויס פֿון זייערע „פֿענצטערלעך‟, ווי געשפּענסטער פֿון זייער פֿינצטער־ניסתּרדיקער וועלט, כּדי צו דערציילן אונדז די אַלטע פֿאָלקס־לעגענדע, וואָס ווערט נישט אַלט, מחמת קיינעם איז נישט געגעבן געוואָרן אָפּצונאַרן דעם גורל; דאָס באַשערטע ווערט געבוירן מיטן מענטשן און באַגלייט אים ביזן טויט.
ריקמאַן האָט איידל „אָפּגעשיילט‟ פֿון דער דראַמע אַלע „איבעריקייטן‟, וואָס האָבן זיך נישט אַרײַנגעפּאַסט אין זײַן רעזשיסערישן קאָנצעפּט, איבערלאָזנדיק דעם יאָדער, דאָס געדיכטע פֿאָלקס־קאָכעניש. באַזונדערס בולט דריקט זיך עס אויס אין דער געשטאַלט פֿון דעם משולח (רפֿאל גאָלדוואַסער). ער, דער פֿאַרנעפּלטער שליח פֿון דער פֿאַרשוווּנדענער וועלט, איז סײַ דער נאָראַטאָר, סײַ דער קאָמענטאַטאָר און סײַ דער פֿאָרויסזעער. ער איז אמוטום.
טרעפֿלעך זײַנען אונטערגעקליבן די אַקטיאָרן; פֿון עטלעכע און דרײַסיק פּערסאָנאַזשן זײַנען געבליבן נאָר צען, בתוכם דאָס קול פֿונעם ענגליש־רעדנדיקן נאָראַטאָר (אַ. ריקמאַן). צום באַדויערן, קומט הײַנט אָפֿטלעך אויס צו רעדן, אַז די אַקטיאָרן קענען ייִדיש נאָר אין די ראַמען פֿון זייערע אויסגעלערנטע ראָלעס. פֿאַר דעם אַנסאַמבל שוישפּילערס, וואָס איז באַשעפֿטיקט אין דער איצטיקער אויפֿפֿירונג פֿון „דער דיבוק‟, איז ייִדיש אַ טייל פֿון זייער לעבן, דעריבער רעדט יעדער אויף זײַן אייגענעם דיאַלעקט, געבראַכט פֿון דער היים. מעגלעך, אַז הײַנט אין ייִדישן טעאַטער לייגט מען שוין כּמעט נישט קיין אַכט אויף אַזעלכע זאַכן; צוריק גערעדט, שטעלן די אַקטיאָרן נישט פֿאָר איין טעאַטראַלע טרופּע. וויכטיקער איז אין דעם עקספּערימענטאַלן „זום‟־פּראָיעקט געווען צו פֿאַרהיטן דעם אַלגעמיינעם קאַמערטאָן פֿון דער פֿאָרשטעלונג, און זײַן קלאַנג איז בפֿירוש אַן אויסגעהאַלטענער. איר וועט נישט געפֿינען קיין פֿאַלשע אינטאָנאַציע, קלישעען און קיין באַנאַלע לייזונגען, וואָס טרעפֿט זיך נישט זעלטן בשעתן שפּילן אַזאַ פּאָפּולערע דראַמע ווי „דער דיבוק‟, וואָס איז געשטעלט געוואָרן אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן און טעאַטערס איבער דער וועלט.

און פֿאָרט, נישט פֿאַרמינערנדיק די קונסט פֿון אַנדערע באַטייליקטע (מײַק בורשטיין, דניאל קאַהן, שיין בייקער, אַמיתי קדר, מײַקל וועקס) וויל זיך באַזונדערס באַטאָנען די שפּיל פֿון מענדי קאַהן (ר׳ עזריאלקע מיראָפּאָליער), רפֿאל גאָלדוואַסער (דער משולח), יעלענאַ שמואלענזאָן (לאה), סוזאַן טאָרען (פֿראַדע).
אויסגעהאַלטן און פּאַסיק פֿלעכטן זיך אַרײַן אין גאַנג פֿון דער פֿאָרשטעלונג די גראַפֿישע בילדער פֿון שלמה יודאָווין, אַליין אַן אָנטייל־נעמער פֿון אַנ־סקיס ערשטער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע איבער וואָלין אין יאָר 1912. אויך דער כאַאָטישער אַלף־בית, וואָס שווימט פֿון צײַט צו צײַט אַרויס אויפֿן עקראַן פֿון חשכות, דערמאָנט, אַז לויט דער קבלה, איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן פֿון די 22 ייִדישע אותיות.
צום שאַפֿן אַן אַלגעמיין פֿאָלקסטימלעך געמיט, גיט צו זײַן פֿאַרב דער נאָגנדיקער חסידישער ניגון, געשפּילט פֿונעם באַקאַנטן קלאַרנעטיסט מיכאל ווינאָגראַד. עס קומט אויך אַ יישר־כּוח דעם טעכנישן רעדאַקטאָר אורי שרעטער, וואָס זײַנע אײַנפֿאַלן האָבן באַרײַכערט די דערווײַל נאָך באַגרענעצטע מעגלעכקייטן פֿון „זום‟.
„דער דיבוק‟ האָט אַ מאַגישן כּוח: פֿון דער דראַמאַטישער לעגענדע האָט זיך אָנגעהויבן די געשיכטע פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן העברעיִשן טעאַטער „הבימה‟; די פּיעסע האָט געעפֿנט ברייטע וועגן דעם ייִדישן טעאַטער „די ווילנער טרופּע‟. ווער ווייסט, מעגלעך, אַז נאָך 100 יאָר זינט דער ייִדישער פּרעמיערע, וועט די אומשטערבלעכע פּיעסע ווידער אָפּשפּילן איר גורלדיקע ראָלע; דאָס מאָל בײַם שאַפֿן אַ נײַע ריכטונג — אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער ווירטועל־טעאַטער.
דעצעמבער 30, 2020, ברוקלין, נ״י
די זום-אויפֿירונג פֿונעם “דיבוק”, וואָס איז ווירקלעך געוואָרן אַ קולטור-געשעעניש אין דער וועלט פֿון ייִדיש, פֿאַרדינט טאַקע אַזאַ גוטע, רעלעוואַנטע רעצענזיִע.
אַ דאַנק, באָריס!
LikeLike