אין דער צײַט פֿון קאָראָנאַ־ווירוס (טאָגבוך, 4)

יעווגעני קיסין   

29 מערץ

דער קלויסטער הײליקע לודמילאַ געפֿינט זיך ניט װײַט פֿון מײַן הױז

נײן, צום גליק, ניטאָ קײן סיבה זיך צו באַאומרויִקן: הײַנט האָב איך כּמעט ניט געהוסט, און בעתן שװײַגן — לחלוטין ניט.

מ׳האָט איבערגעפֿירט דעם זײגער אױף אײן שעה פֿאָרױס. פּענדערעצקע [1] איז געשטאָרבן… קײן גרױסער פֿאַרערער פֿון זײַן מוזיק בין איך, דעם אמת געזאָגט, קײן מאָל ניט געװען (כ׳פֿלעג תּמיד אָפּגעבן די בכורה ליוטאָסלאַװסקין [2]) — און דאָך איז ער, פּענדערעצקי, געװען אַ באַדײַטנדיקע פֿיגור אין דער הײַנטיקער מוזיק. אַ ליכטיקן אים אָנדענק.

געשטאָרבן איז אויך דער שרײַבער באָנדאַרעװ [3], להבֿדיל. ער האָט בײַ מיר קײן שום ליכטיקן אָנדענק ניט איבערגעלאָזט. האַלט איך אין אײן פֿרעגן זיך אַלײן: צי דאַרף מען טאַקע ממש זײַן אַ מנוּװל, כּדי צו האָבן אַזעלכע אָנשױונגען, װי באָנדאַרעװ און זײַנע אידעען–חבֿרים? אין די מיאוסע איבערצײַגונגען זײַנע איז ער דאָך שטענדיק געװען פּרינציפּיעל, אַפֿילו װען עס איז אים געװען אומגינסטיק. לעת־עתּה האָב איך ניט אויף דעם קײן ענטפֿער… 

געשפּאַנט כּמעט 15 קילאָמעטער אין לעטנאַ. װעדליק דער געזונט–אַפּליקאַציע אױף מײַן אײַפֿאָן, האָב איך אָט די װאָך געשפּאַנט דורכשניטלעך 14.9 קילאָמעטער אַ טאָג און אין דער פֿאָריקער װאָך — 11.3, אָט דעם חודש האָב איך געשפּאַנט דורכשניטלעך 11.8 קילאָמעטער אַ טאָג, און אין פֿעברואַר — 4.7, הײַיאָר — 6.9 קילאָמעטער אַ טאָג, און פֿאַראַיאָרן — 2.8.

צוגעגעבן עטלעכע טאַקטן אין מײַן נײַעם ליד.

אין איטאַליע גײט די מכּת–מדינה אָן װײַטער, הונדערטער מענטשן שטאַרבן יעדן טאָג…

הײַנט איז שימאַנאָװסקיס [4] יאָרצײַט. דער לעצטער ראָמאַנטיקער… אפֿשר, דער אײנציקער אמתער ראָמאַנטיקער אין דער מוזיק פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט… זײַן מוזיק דאַרף מען שפּילן (און אױסזינגען) אַ סך מער, כ׳װעל עס דװקא טאָן. די פּרעלודיעס אָפּוס 1, די 3טע סאָנאַטע, „מעטאָפּעס‟, „מאַסקעס‟, די װאַריאַציעס אָפּוס 3, מאַזורקעס… „מיטאָסן‟, „לידער פֿון דער מעשׂה–פּרינצעסין‟, „לידער פֿון דעם צעדולטן מועדזין‟… די סימפֿאָניע–קאָנצערטאַנטע… אין 2037 װעט ווערן 100 יאָר נאָך זײַן טױט. כ׳װעל פּרוּװן דערלעבן ביז יענער צײַט און דעמאָלט שפּילן אָט די אַלע װערק.

אַן אַנדער בולטער בײַשפּיל פֿון דעם, װאָס אמתע קונסט איז אין תּוך, בטבֿע, סײַ נאַציאָנאַל און סײַ אינטערנאַציאָנאַל: שימאַנאָװסקי איז געװען אַ פּױלישער נאַציאָנאַלער קאָמפּאָזיטאָר ביזן מאַרכביין — און אין דער זעלבער צײַט פֿלעגט ער אין זײַן שאַפֿערישן התלהבֿות זיך װענדן אי צום אוראַלטן גריכנלאַנד („מעטאָפּעס‟, „מיטאָסן‟), אי צו דער אוראַלטער יהודה („חגית‟), אי צו דער אַלטער איטאַליע („קיניג ראָגער‟), אי צום אַלטן ענגלאַנד („דער לץ טאַנטריס‟), אי צו שפּאַניע („דאָן זשואַנס סערענאַדע‟), אי צום מיזרח („האַפֿיזעס ליבע–לידער‟, „לידער פֿון דעם צעדולטן מועדזין‟, „שעכערעזאַדע‟)! און אין אַלע זײַנע װערק פֿילט זיך תּמיד זײַן אײגנאַרטיקער נוסח און גײַסט.

כ׳געדענק, װי סוף 1985, נאָכן לעצטן קאָנצערט פֿונעם פֿעסטיװאַל „דעצעמבער־אָװנטן‟ אין מאָסקװע, אױף װעלכן איך האָב געהאַט געשפּילט אַ סאָלאָ–קאָנצערט מיט עטלעכע טעג פֿריִער, האָט מען מיר געזאָגט, אַז סװיאַטאָסלאַװ ריכטער (ער האָט געשפּילט אין יענעם קאָנצערט) װיל מיך זען, און מע האָט מיך אָפּגעפֿירט צו אים אין זײַן אַרטיסטן–צימער. ער האָט מיר דעמאָלט געגעבן פֿאַר אַ מתּנה אַ סך נאָטן: טאַנעיעװס, שימאַנאָװסקיס, באַרטאָקס, הינדעמיטס װערק („און הינדעמיטן קענט איר? און באַרטאָקן שפּילט איר? מע דאַרף ניט שפּילן נאָר שאָפּענען, מ׳דאַרף שפּילן אױך הײַנטיקע מוזיק!‟ — האָט סװיאַטאָסלאַװ טעאָפֿילאָװיטש דערבײַ געזאָגט), אַ פֿאַקסימילע–אױסגאַבע פֿון שומאַנס „אַלבאָם פֿאַר דער יוגנט‟ („דאָס װעט איר שפּילן, װען איר׳ט זײַן אַלט דרײַסיק יאָר.‟)…

דװקא פֿון יענער זאַמלונג שימאַנאָװסקיס אױסגעװײלטע פּיאַנע–װערק, אַרױסגעגעבן אין פּױלן, האָב איך זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיט זײַן מוזיק. יאָ, ס׳איז באמת, אַזוי װי זשאַבאָטינסקי האָט אָנגעשריבן (װעגן עפּעס אַנדערס), „אַן אַטמאָספֿער, אָנגעזעטיקטע מיט פּױלנס טראַגיזם און ראָמאַנטיק‟.

שימאַנאָװסקיס עטיוד אין סי–בעמאָל–מינאָר איז געװען די ערשטע פּיעסע, װאָס איך האָב דעמאָלט, נאָך אַ דערװאַקסלינג, אױסגעלערנט זעלבשטענדיק, געשפּילט אים אױף אַ פֿאַררעכענונג און דערנאָך — אױף „ביס‟ נאָך פֿאַרשײדענע קאָנצערטן.

יע. קיסין מיט דזשודי דראַקער

 מערץ 30
 
אײַנגעשלאָפֿן שפּעט, נאָך 2 אַ זײגער…

הײַנט איז ניפֿטר געװאָרן דזשודי דראַקער. זי איז געװען אַן אױסגעצײכנטער מענטש און אימפּרעסאַריאָ: אַזאַ האַרציקע, אַזאַ פֿרײַגעביקע, אַזאַ גאַסטפֿרײַנדלעכע — אַן אמתע ייִדישע נשמה! אַלע האָבן זי ליב געהאַט — און זי האָט עס כּשר פֿאַרדינט! דװקא צוליב איר האָב איך געשפּילט עטלעכע מאָל אין פֿלאָרידע; מיר איז דאָרטן, דעם אמת געזאָגט, לחלוטין ניט געפֿעלן, נאָר אַזאַ מכניס–אורח, װי דזשודי, איז ממש אוממעגלעך געװען אָפּצוזאָגן. אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל זי האָבן…

הײַנט איז רמב״מס געבױרן־טאָג. ער איז, אַװדאי, געװען אַ בולטער בײַשפּיל פֿון דעם, װי אַלץ אין דער װעלט איז רעלאַטיװ און סתּירהדיק, אַפֿילו אױב אַ סך װענדט זיך פֿון דער צײַט, אין װעלכער מע לעבט. פֿון אײן זײַט, איז רמב״ם געװען אַן אמתער גאָון און אַ פֿאָרגעשריטענער דענקער פֿאַר זײַן צײַט. ניט אומזיסט האָבן אַנדערע רבנים דרײַסיק יאָר נאָך זײַן פּטירה פֿאַרברענט זײַנע ספֿרים און אים אַרײַנגעלײגט אין חרם. נאָר אַ טראַכט צו טאָן: זיבן יאָרהונדערטער פֿאַר דעם, װען עס איז װיסנשאַפֿטלעך באַשטעטיקט געװאָרן, האָט ער דער ערשטער פֿאַרשטאַנען, אַז די אַזױ גערופֿענע גײַסטיקע קראַנקהײטן זײַנען אױף אַן אמתן קראַנקהײטן פֿון דעם מאַרך און די מאַרך–הײַטלעך! פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט ער געמײנט, אַז אַפּיקורסים דאַרף מען הרגענען; אַז יעזוסן האָט מען געקרײציקט ריכטיק. אַגבֿ, בשעתן געריכט איבער ראַבינס מערדער יגאל עמיר האָט יענער, פֿאַרענטפֿערנדיק זײַן רציחה, זיך פֿאַררופֿן דװקא אױף רמב״ם, לױט װעמען דער, װאָס גיט אָפּ ייִדיש לאַנד, פֿאַרדינט טױטשטראָף… נאָך טױזנט יאָר פֿאַר רמב״ם זײַנען רבֿ עקיבֿה און אַנדערע רבנים געקומען צום אױספֿיר, אַז טױטשטראָף איז בכלל ניט דערלאָזלעך. זיי האָבן בכּיװן געשאַפֿן אַזעלכע תּקנות אין יהודה, אַז ס׳איז געװאָרן אוממעגלעך זי אָנצוּװענדן. יאָ, דער מענטשהײטס דרך צו אױפֿקלערקײט און הומאַניזם איז, צום באַדױערן, זײער אַ לאַנגער, זײער אַ קאָמפּליצירטער און גאָר ניט קײן גלאַטער: ס׳איז גוט באַװוּסט, װאָס פֿאַר אַ רעגרעס איז פֿאָרגעקומען, למשל, אין דײַטשלאַנד נאָך 1933 און אין איראַן נאָך 1979…

געשפּאַנט 15 קילאָמעטער אין לעטנאַ. הײַנט איז געװען קאַלט, כאָטש זײער זוניק: די זון האָט געשײַנט אױף בלעטער, אױף דעכער, אױפֿן טײַך.

אָנגעשריבן נאָך עטלעכע טאַקטן פֿון מײַן נײַעם ליד.
 
  מערץ 31

יע. קיסין מיטן פּיאַניסט מנחם פּרעסלער

געשלאָפֿן גוט.

הײַנט איז באַכס און הײַדנס געבױרן־טאָג. יאָ, באַכן האָט נאָך קײנער ניט איבערגעשטיגן — און, אַ פּנים, װעט מען אים קײן מאָל ניט איבערשטײַגן. רודאָלף באַרשײַ [5] האָט מיר דערצײלט, אַז שאָסטאַקאָװיטש פֿלעגט זאָגן: „מע דאַרף שרײַבן מוזיק אַזױ, װי באַך: אין װעלכן שליסל און אױף װעלכן אינסטרומענט מע זאָל אים ניט שפּילן — קלינגט עס װוּנדערלעך!‟. דװקא אַזױ. און קײנעם מער (בתוכם שאָסטאַקאָװיטש) האָט עס זיך ניט אײַנגעגעבן עד־היום. װאָס שײך הײַדן, געהערט ער ניט צו מײַנע סאַמע–סאַמע באַליבטע קאָמפּאָזיטאָרן, און דאָך װילט זיך מיר פֿון מאָל צו מאָל זיך אַרײַנטאָן אין דער אײגנאַרטיקער אַטמאָספֿער פֿון זײַן מוזיק, און איך שפּיל זי מיט גרױס הנאה. ס׳איז דאָ נאָך אַ צענדליק סאָנאַטעס זײַנע, װאָס איך האָב זײ ניט געשפּילט און װאָלט געװאָלט שפּילן, װי אױך די אַריע מיט װאַריאַציעס אין פֿאַ–מינאָר. ס׳װעט בפֿירוש זײַן גוט זיך אומקערן צו זײַן קאָנצערט אין רע–מאַזשאָר: איך האָב אים דאָך קײן מאָל ניט געשפּילט אין קאָנצערטן, בלױז רעקאָרדירט (הגם די רעקאָרדירונג האָט זיך באַקומען גאָר אַ נישקשהדיקע). נו, און, אַװדאי, פֿאַרשײדענע טריאָס זײַנע, בתוכם יענע אין ליאַ–מאַזשאָר מיט איר מחיהדיקן (יאָ, דװקא אָט דאָס װאָרט װיל איך דאָ באַניצן!) פֿינאַל… כ׳װעל קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן, װי עס האָט זי געשפּילט Beaux Arts Trio אױף די „דעצעמבער־אָװנטן‟ אין 1988: ס׳איז געװען אַן אמתע מחיה! באַזונדערס וווּנדערלעך האָט געשפּילט מנחם פּרעסלער [6]. כ׳האָב זיך מיט אים באַקענט און פֿאַרחבֿרט מיט אַ סך יאָר שפּעטער.

כ׳האָף זײער, אַז בײַ אונדז מיט דזשאָשואַן [7] און סטיװענען [8] װעט זיך אױספֿורעמען אַ כּסדרדיקע טריאָ, אױף לאַנגע יאָרן (הגם סטיװען איז, צום באַדױערן, שױן ניט אַזױ יונג), און אַז מיר װעלן איבערשפּילן אַ סך ווערק צוזאַמען. מיר דוכט זיך, אַז מיר זײַנען קינסטלעריש נאָענט אײנער צום אַנדערן, און דעריבער מוז זיך בײַ אונדז באַקומען אַ גוטער אַנסאַמבל. הלװאַי! בפֿרט װיל איך שפּילן שובערטס 2טע טריאָ…

שפּאַצירט אין לעטנאַ 2 שעה, געשפּאַנט 9 קילאָמעטער. אין אָנהייב איז געװען כמאַרנע און צום סוף איז געװאָרן זוניק. װײניקער מענטשן, װי נעכטן.

אױף דער קירך פֿון דער הײליקער לודמילאַ, װאָס געפֿינט זיך ניט װײַט פֿון אונדזער הױז און װוּ האַשעק איז פֿאַרהײראַט געװאָרן מיט זײַן ערשטער פֿרױ, הענגען אױף בײדע זײַטן פֿונעם אַרײַנגאַנג טשעכישע פֿאָנען: ס׳איז דער 100–יאָריקער יובילײ פֿון דער טשעכישער פֿאָן.

אינעם ניו–יאָרקער צענטראַלן פּאַרק שטעלט מען אױף אַ פֿעלד–שפּיטאָל. טראַמפּ האָט געמאָלדן, אַז אױב עס װעלן שטאַרבן 100000 מענטשן, װעט עס זײַן “a good job”. װי ס׳האָט געזאָגט אַ רוסישער פּאָעט מיט בערך הונדערט יאָר צוריק, „מ׳זאָל מאַכן טשװעקעס פֿון אָט די מענטשן: קײן האַרטערע טשװעקעס װאָלטן אין דער װעלט ניט געװען‟. און װאָס שײך זײַנע פֿילצאָליקע אָנהענגערס, בתוכם אונדזערע רוסיש–ייִדישע עמיגראַנטן פֿונעם עלטערן דור?

אָנגעשריבן נאָך עטלעכע טאַקטן פֿונעם ליד.

  ערשטער אַפּריל

געשלאָפֿן שלעכט: לאַנג ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן, אױפֿגעכאַפּט זיך פֿרי און װידער לאַנג ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן. ניט אױסגעשלאָפֿן זיך.

שפּאַצירט אין לעטנאַ, געשפּאַנט העכער 15 קילאָמעטער. הײַנט איז װידער געװען זוניק.

רענע [9] האָט געמאַכט אײן פּראַקטישע באַמערקונג װעגן מײַן „טאַנאַטאָפּסיס‟: די איבעררײַסן אין דער זינגערינס פּאַרטיע זײַנען צו קורץ. איך האָב איבערגעמאַכט אַ פּאָר ערטער.

כּמעט 3 שעה געשלאָגן זיך מיט שאָפּענס עטיוד. אַזאַ װערק דאַרף מען, אַ פּנים, אױסלערנען אין יונגע יאָרן. איך מוז אים „דערשלאָגן‟! אױב ניט איצט, װעל איך עס שוין קײן מאָל ניט זײַן מסוגל צו טאָן.

טראַמפּ האָט דערקלערט, אַז די קומענדיקע װאָכן װעלן זײַן זײער שװערע…

הײַנט איז גאָגאָלס, ראַכמאַנינאָװס, ליפּאַטיס [10] און אַבֿרהם רײזענס געבױרן־טאָג, און נעכטן איז געװען רײזענס יאָרצײַט. יאָ, יעדערער האָט זײַן גורל אױף דער ערד: עמעצן איז באַשערט צו פֿאַרבלײַבן אין דער געשיכטע װי אַ גאון, װאָס האָט אַרײַנגעטראָגן עפּעס נײַס און װיכטיקס אין קונסט, און עמעצן — פּשוט װי אַ גוטער, פּראָגרעסיװער פּאָעט. נו, אױף אַן אמתן דאַרפֿן מענטשן סײַ דאָס, סײַ יענץ: װי איך װײס עס פֿון זיך, װילט זיך דאָך אַ מאָל לײענען, הערן אָדער זען עפּעס ניט געניאַלס, נאָר פּשוט גוטס.

הײַנט איז אױך דער געבױרן־טאָג פֿון יעלענע סאָמױלאָװנע עפֿרוסי, אַ פּיאַנע–לערערין אין אונדזער שול און אַנע פּאַװלאָװנעס נאָענטסטע חבֿרטע. זײ האָבן געלעבט צוזאַמען במשך פֿון 30 יאָר, ביז דער פּטירה פֿון עפֿרוסי. אַזאַ גוטהאַרציקע, נאָבעלע פֿרױ איז זי געװען! באמת אַ רײנע נשמה!

איר ברודער באָריס, אַ גרױסער געלערנטער, האָט עמיגרירט קײן פֿראַנקרײַך אין די 1920ער יאָרן, און אין די 1960ער האָט ער באַזוכט מאָסקװע און דערצײלט זײַן שװעסטער װעגן דעם, װי ער האָט אַ מאָל געהאַט באַגעגנט אײנעם אַן אַרבעטלאָזן, װאָס האָט געהאַט אַן אײגענעם אױטאָ. באָריס סאָמױלאָװיטש האָט אים געפֿרעגט: „סטײַטש, איר זײַט אַן אַרבעטלאָזער און האָט אַן אױטאָ?‟, — און יענער האָט געענטפֿערט: „איך דאַרף דאָך פֿאָרן זוכן אַרבעט!‟. אַזױ פֿלעגן אײניקע סאָװעטישע מענטשן לערנען כאָטש אַ ביסעלע װעגן דעם, װי מע לעבט אין דער אמתן אױפֿן מערבֿ, בײַם „פֿאַרשאָלטענעם קאַפּיטאַליזם‟…

יע. קיסין בשעתן לייענען אַ זאַמלבוך פֿון אַנדריי סאַכאַראָווס אַרטיקלען

יעלענע סאָמױלאָװנע איז געװען זײער אַ צוגעלאָזטער מענטש, זי פֿלעגט גרינג געפֿינען אַ געמײנזאַמע שפּראַך מיט כּל–המינים מענטשן, אַפֿילו מיט יענע, װאָס זײַנען געװען פֿון אַ פֿיל נידעריקן ניװאָ װי זי, — און אַלע האָבן זי ליב געהאַט. אַ מאָל האָט אײנע אַ פּראָסטע רוסישע פֿרױ זי געפֿרעגט: „הער, פֿראָסיע: װער האָט עס אױסגעטראַכט מוזיק?‟ (אַזױ האָט זיך טראַנספֿאָרמירט אין דער פֿרױס באַװוּסטזײַן יעלענע סאָמױלאָװנעס פֿאַמיליע: עפֿרוסי — פֿראָסיע). פֿון דעסטװעגן, װעל איך קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן, װי זי, אַן עלטערער מענטש מיט אַ גרױסער לעבנס־דערפֿאַרונג אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, האָט מיר, אַ דערװאַקסלינג, געזאָגט: „קײן מאָל האָב ניט חתונה מיט אַ רוסיש מיידל, מחמת אַ רוסישער מענטש, װי פֿרײַנדלעך ער זאָל זיך צו דיר ניט באַציִען, איז אין תּוך אַן אַנטיסעמיט,‟ — און האָט דערצײלט װעגן אײנער אַ ייִדישקע, װאָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ רוסישן יאַט. ס׳איז צווישן זיי געווען אַ גרױסע ליבע, נאָר איין מאָל, װען זײ האָבן זיך צעקריגט, האָט ער זי אָנגערופֿן זשידאָװקע. אַװדאי, צושרײַבן אַ װאָסערע–ניט–איז אײגנשאַפֿט אַ גאַנצן פֿאָלק אויפֿן סמך פֿון אַ פֿאַל, איז ניט ריכטיק; אַזאַ רוס, למשל, װי אַנדרײ סאַכאַראָװ, איז דאָך געװען אײנער פֿון די בעסטע מענטשן אױף דער וועלט. איך האָב אים תּמיד געהאַלטן צווישן אײנעם פֿון מײַנע סאַמע גרעסטע העלדן. און דאָך װײסן מיר אַלע זײער גוט, װי פֿאַרשפּרײט און שטאַרק זײַנען שאָװיניזם בכלל און שׂינאת–ישׂראל בפֿרט אין רוסלאַנד. דעריבער, װען די רוסן הײבן איצט אָן באַשולדיקן די אוקראַיִנער און פּאָליאַקן אין אַנטיסעמיטיזם אָדער דערקלערן, אַז אַ דאַנק דעם רוסישן פֿאָלק, האָט מען ניט דערהרגעט אַלע ייִדן בשעת דער צװײטער װעלט–מלחמה, װיל זיך מיר זיי גוט דערלאַנגען פֿאַר אַזאַ חוצפּה 

יאָ, אין פּױלן איז דער אַנטיסעמיטיזם אױך זײער שטאַרק, נאָר מע דאַרף ניט פֿאַרגעסן די אָביעקטיװע סיבה פֿון דעם: במשך פֿון יאָרהונדערטער פֿלעגן דאָרט די ייִדן געניסן פֿון אומגעהערטע פּריװילעגיעס, דעריבער איז עס לחלוטין קײן חידוש ניט, אַז ס׳איז אױפֿגעקומען אַ שׂינאה צו זײ, בפֿרט בײַ פּראָסטע מענטשן. אַװדאי, זײַנען אין דעם ניט די ייִדן שולדיק, נאָר, צום באַדױערן, איז דער פּועל–יוצא דערפֿון געװען אַן אומפֿאַרמײַדלעכער. װי נאָר רוסלאַנד האָט פֿאַרכאַפּט מיזרח–פּױלן, זײַנען די דאָרטיקע ייִדן תּיכּף געװאָרן רעכטלאָזע און שוין אַזוי געבליבן די גאַנצע צײַט, כּל-זמן דאָרטן האָבן אָנגעפֿירט קײסאָרים. אַזױ אַז אין רוסלאַנד, כּדי צו האָבן פֿײַנט די ייִדן, האָט מען געדאַרפֿט זײַן ממש כּלבֿים–שבכּלבֿים.

יאָ, אַ מאָל איז באמת געװען אַ סך שׂינאת–ישׂראל אין אוקראַיִנע. נאָר איצט איז דער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע זעלענסקי אַ ייִד, און געשטימט האָבן פֿאַר אים העכער 70% װײלערס. זײַן קעגנער אױף די װאַלן איז געװען אַ האַלבער ייִד פּאָראָשענקאָ, ער איז געװען דער פּרעזידענט פֿאַר זעלענסקין, און זײַן פּרעמיער–מיניסטער איז געװען דער ייִד גרױסמאַן. נו, װוּ נאָך אױף דער װעלט איז אַזױנס מעגלעך (אַ חוץ ישׂראל, אַװדאי)?! און איצט לאָמיר פּרוּװן זיך פֿאָרשטעלן אַזױנס אין רוסלאַנד… אױף רוסיש זאָגט מען „דרײַ כאַ–כאַ‟. איך װאָלט דאָ געזאָגט ניט „דרײַ‟, נאָר „דרײַ טױזנט דרײַ כאַ–כאַ‟!

אַ שאָד, װאָס איך האָב ניט קײן קאָנטאַקטן אין אוקראַיִנע און מע לאַדט מיך ניט אײַן אַהין (אַ חוץ, אױפֿן פֿעסטיװאַל־2021 אין אָדעס): כ׳װאָלט זײער געװאָלט שפּילן דאָרטן, אונטערהאַלטן די אוקראַיִנער. איך בין בלױז אײן מאָל אין לעבן געװען אין קיִעװ, װען איך בין געװען אַלט צען מיט אַ האַלבן יאָר (דאָס איז געװען אַ שול–רײַזע), אײן מאָל אין לװאָװ מיט נײַן חדשים שפּעטער (אױך אַ שול–רײַזע) און אײן מאָל אין אָדעס, װען כ׳בין געװען אַלט זעכצן יאָר. אַװדאי, זײַנען די דערינערונגען מײַנע פֿון יענע רײַזעס גאָר נעפּלדיקע, נאָר לװאָוו האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט װי זײער אַ שײנע אַלטע שטאָט. דאָרטן האָבן מיר פֿאַרבראַכט, מסתּמא, בײַ אַ װאָך (ס׳איז געװען סוף מערץ, בעת די פֿרילינג–קאַניקולן) און געגעבן דרײַ קאָנצערטן. הגם זײער אַ סך יאָר זײַנען פֿאַרבײַ, זײַנען אײניקע פּרטים אױף תּמיד פֿאַרבליבן אין מײַן זכּרון: די סטאַטוע פֿון דיִאַנע אױף אַ פּלאַץ, אַן אַלטע אַפּטײק, אַ קאַטױלישער קלױסטער (דאָרטן זײַנען געװען אַ סך מענטשן, אונדז האָט עס געחידושט: ס׳איז דאָך געװען אינעם סאָװעטן-פֿאַרבאַנד!), אַ צװינטער מיט שײנע מצבֿות אױף אַ בערגעלע, אַ קאַפֿע, װוּ מיר האָבן געגעסן זשעלעען פֿון פֿאַרשײדענע קאָלירן… אין אײנעם אַ טאָג האָט מען אונדז געפֿירט מיט אַן אױטאָבוס אױסער דער שטאָט, אין די קאַרפּאַטן־בערג, און אױפֿן װעג האָבן מיר אין עפּעס אַ גאָרקיך געגעסן בלוט–װוּרשט. אינעם טאָג פֿון אונדזער אָנקומען האָבן אונדזערע באַלעבאַטים געזאָגט: „לװאָװ איז אַוודאי ניט מאָסקװע, נאָר פֿון מאָסקװע קומט מען צו פֿאָרן זיך אָפּרוען דווקא קײן לװאָװ!‟. איך האָב דאָרטן אָנגעשריבן אַן אױפֿזאַץ װעגן דער נסיעה און מײַנע אײַנדרוקן (װעדליק איך געדענק, לױט אַנע פּאַװלאָװנעס פֿאָרשלאָג) און פֿאַרענדיקט אַזױ: „יאָ, לװאָװ איז ניט מאָסקװע, לװאָװ איז אין פֿיל הינזיכטן בעסער פֿון מאָסקװע.‟ (דערױף האָט אַנע פּאַװלאָװנע געזאָגט, אַז ס׳איז שױן צו פֿיל).

כ׳געדענק, אַז, לעבנדיק אינעם שאָװיניסטישן רוסלאַנד, האָב איך, אַ ייִד, לאַנג ניט פֿאַרשטאַנען, אַז „כאָכאָל‟ איז אַ באַלײדיקונג–װאָרט פֿאַר די אוקראַיִנער. פֿון דעסטװעגן, זינט איך בין געװען אַ דערװאַקסלינג, איז פֿאַר מיר תּמיד געװען אַן אַקסיאָם, אַז מיר ייִדן מוזן זײַן אַליִיִרטע פֿון אוקראַיִנער, ליטװינער, לעטן, עסטן, גרוזינער, פּאָליאַקן און אַנדערע קרבנות פֿונעם רוסישן שאָװיניזם, מחמת מיר זײַנען די סאַמע גרעסטע קרבנות. די גזלנים פֿון מאָסקווער קרעמל פֿאַרשטײען עס זײער גוט, דעריבער טאַקע האָבן זײ זיך אַלע מאָל געסטאַרעט אונדז מיט די פֿעלקער צעקריגן: סײַ װען אין אָנהײב 1980ער יאָרן האָבן זײ צוגעשיקט די אַמעריקאַנער אַ פֿאַלשן דאָקומענט, לױט װעלכן איװאַן דעמיאַניוק איז כּלומרשט געװען „איװאַן דער גרױזאַמער‟ אין טרעבלינקע; סײַ איצט, װען פּוטין האָט אױסגעגראָבן עפּעס גאָר אַן אומבאַקאַנטן פּױלישן אַמבאַסאַדאָר פֿון די 1930ער, כּדי אָנצורופֿן אים עפֿנטלעך „פּאַסקודניאַק און אַנטיסעמיטישער דבֿר–אַחר‟. אַבי נאָר די ייִדן זאָלן אױף קײן רגע ניט פֿאַרגעסן, װי די „מומע רײזל‟ [11] האָט זיך תּמיד באַנומען מיט אונדזער פֿאָלק!

במשך פֿון אַ סך יאָרן, האָב איך ניט ליב געהאַט רײדן עפֿנטלעך װעגן מײַן ייִדישן ייִחוס, װײַל איך האָב געפֿילט, אַז פֿאַר מיר איז עס זײער אַ פּערזענלעכע זאַך. פֿון דעסטװעגן, איז שפּעטער געקומען דער מאָמענט, װען איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז איך בין מחויבֿ צו רײדן װעגן דעם און װאָס מער עפֿנטלעך, מחמת מע דאַרף שטיצן מדינת–ישׂראל. 

היות איך האָב קײן מאָל ניט געװאָלט אױסזען װי אַ קרבן, װאָס װיל, מ׳זאָל אױף אים האָבן רחמנות, האָב איך עד־היום ניט דערצײלט עפֿנטלעך, װי מיר איז פֿון קינדהײט אָן אַ סך מאָל אױסגעקומען אָנטרעפֿן אױפֿן רוסישן אַנטיסעמיטיזם (בלױז אײן מאָל האָב איך גאַנץ קורץ דערמאָנט װעגן דעם אין מײַן בוך זכרונות). איצט אָבער, װען די קרעמליער מנוּװלים און זײערע משרתים פּרוּװן צעבײַטן די ייִדישע קאָרט אין זײער אַנטי־אוקראַיִנישער און אַנטיפּױלישער פּראָפּאַגאַנדע, קום איך צום אױספֿיר, אַז איך מוז דערצײלן ביז גאָר פּרטימדיק װעגן דעם אַלעם, כּדי מע זאָל װיסן, װאָס פֿאַר אַ ייִדנפֿרעסעריש לאַנד איז רוסלאַנד און װאָס פֿאַר אַן עזות–שבעזות איז עס, װען די רוסן האָבן די העזה באַשולדיקן אין שׂינאת–ישׂראל װאָסערע–ניט–איז אַנדערע פֿעלקער. און זאָלן די ממזרוקעס אױך װיסן, אַז מיר האָבן זייער אַ גוטן זכּרון און פֿאַרגעסן גאָרנישט ניט!
                          
  אַפּריל 2

געשלאָפֿן גוט. געשפּאַנט 15 קילאָמעטער אין לעטנאַ. הגם כ׳האָב זיך אױסגעשלאָפֿן, האָב איך זיך הײַנט איבער עפּעס אַ סיבה געפֿילט מיד.

אַמעריקע האָט אײַנגעקױפֿט מאַסקעס בײַ רוסלאַנד. דערלעבט…

כ׳האָב געמאַכט נאָך עטלעכע ענדערונגען אינעם „טאַנאַטאָפּסיס‟ לױט רענעס באַמערקונג און אָפּגעשיקט דעם נײַעם װאַריאַנט אינעם פֿאַרלאַג „הענלע‟.

הײַנט איז עמיל זאָלאַס געבױרן־טאָג. ס׳אַראַ ריז איז ער געװען! ער האָט באַשריבן אין צװאַנציק בענדער אַ פּרטימדיקע געשיכטע פֿון אײן משפּחה, באַלזאַק — די גאַנצע געזעלשאַפֿט, אין װעלכער ער האָט געלעבט… אפֿשר װעט אַ מאָל קומען אַזאַ גאון אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס װעט קאָנען באַשרײַבן די גאַנצע געשיכטע פֿון דער מענטשהײט דורך דער געשיכטע פֿון אײן שטאַם, אָנהײבנדיק פֿון אוראַלטע צײַטן דורך אַבֿרהם אָבֿינו ביז הײַנטיקע טעג, אױסניצנדיק דערבײַ פֿאַרשײדענע סטילן (רעאַליזם, ראָמאַנטיזם, סימבאָליזם, היסטאָרישן ראָמאַן, מעשׂה און אַזױ װײַטער), פֿאַרשײדענע זשאַנערס און דעם גאַנצן װאָקאַבולאַר פֿון דער ייִדישער שפּראַך? אָט דאָס װאָלט געװען אַן אױפֿטו!

[1] פּענדערעצקי, קשישטאָף (1933־2020) — פּוילישער קאָמפּאָזיטאָר, דיריגענט, פּעדאַגאָג
[2] ליוטאָסלאַװסקי, וויטאָלד (1913־1994) — פּוילישער קאָמפּאָזיטאָר, דיריגענט
[3] באָנדאַרעװ, יורי (1924־2020) — רוסיש־סאָוועטישער שרײַבער. זיך אויסגעטיילט מיט זײַנע אַנטיסעמיטישע אויפֿטריטן און טועכצן
[4] שימאַנאָװסקיס, קאַראָל (1882־1937) — פּוילישער קאָמפּאָזיטאָר, פּיאַניסט, פּעדאַגאָג, מוזיק־קריטיקער
[5] באַרשײַ, רודאָלף (1924־2010) — סאָוועטישער, ישׂראלדיקער, ענגלישער און שווייצאַרישער וויאָלאָניסט און דיריגענט
[6] פּרעסלער, מנחם (1923) — ישׂראל־אַמעריקאַנער פּיאַניסט
[7] בעל, דזשאָשואַ (1967) — אַמעריקאַנער פֿידלער און דיריגענט
[8] איסערליס, סטיװען (1958) — ענגלישער טשעליסט
[9] פֿלעמינג, רענע (1959) — אַמעריקאַנער זינגערין
[10] ליפּאַטי, דינו (1917־1950) — רומענישער פּיאַניטס
[11] „מומע רײזל‟ (איראָניש) — אַזוי רופֿט רוסלאַנד שלום־עליכמס אַ פּערסאָנאַזש

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s