נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 38

אָקטאָבער אין וואַלד. פֿאָטאָ: אַרקאַדי סאַנדלער

זאָלן זײַן מער געווינסן…

עס גייט אונטער מיט רעגנס־טעג דער אָקטאָבער־חודש. הײַיאָר האָט ער געבראַכט אונדזער משפּחה אַ גרויס געווינס — ס׳איז אונדז צוגעקומען נאָך איין מיידעלע, זאָל עס זײַן געזונט און מזלדיק ביז הונדערט און צוואַנציק.

נאָך איין געווינס: דער זשורי פֿון סעגאַל־פּרעמיע בײַ דער ייִדישער ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל האָט אויסגעקליבן מײַן בוך „אַנטיקלעך פֿונעם סאַקוואָיאַזש‟ ווי דאָס בעסטע בוך אויף ייִדיש פֿאַרן יאָר 2020. ס׳איז שוין דאָס דריטע בוך מײַנס, וואָס באַקומט אָט דעם בכּבֿודיקן פּרײַז, און בײַ דער געלעגנהייט דריק איך אויס מײַן דאַנקבאַרקייט סײַ דעם פּרעסטיזשפֿולן זשורי און סײַ דער ביבליאָטעק.

און נאָך איין גוטע בשׂורה פֿאַר מיר און מײַן לייענערשאַפֿט־משפּחה: ס׳איז דערשינען מײַן נײַ בוך איבערזעצונגען אויף רוסיש מיטן נאָמען „אָנדענק־טאָג אין אַמנעזיע־שטעטל‟. פֿאַקטיש שליסט עס אינעם אינהאַלט אײַן אַלע דערציילונגען פֿונעם פּרעמירטן ייִדישן בוך, ווי נאָך 4 נײַע דערציילונגען.

אויך דעם חודש האָט מײַן גוטער חבֿר און גלענצנדיקער ייִדישער אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער אונטערגעטראָגן מיר זײַן אייגענעם סורפּריז — ער האָט מײַסטעריש אויסגעשפּילט מײַן ליד „וווּ שטעקט דער שׂכל‟. איך האָב עס טאַקע אָנגעשריבן אין אָקטאָבער, אין אַ צײַט, ווען גאַנץ אַמעריקע וואָרפֿט ווי אין קדחת פֿאַר די פּרעזידענטן־וואַלן.

פֿאַרענדיקן מײַנע נאָטיצן וויל איך מיט אַ באַגריסונג דער ייִדישער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, וואָס פֿײַערט אין אָקטאָבער איר 90־יאָריקן יוביליי. איך ווינטש דער רעדאַקציע, בראָש מיטן רעדאַקטאָר יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, געזונט און הצלחה אויף דעם גאָר נישט לײַכטן וועג לכּבֿוד ייִדישער זשורנאַליסטיק. נעמט אָפּ מײַן באַשיידענע מתּנה פֿאַר די לייענער פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟.‟.

אַ זינגפֿויגל אין דער נאַכט

שוין עטלעכע נעכט, אַז הינטערן פֿענצטער פֿון מײַן שלאָף־צימער האָט זיך אַ פֿויגל געפֿונען אַן אָרט פֿאַר זײַנע סערענאַדעס. ער פֿאַרכלינעט זיך אַזוי אין די טרילן, אין די ווירטואָזע פּאַסאַזשן, אַז דאָס האַרץ בײַ מיר פֿאַרגייט זיך פֿאַר התפֿעלות, כאָטש נעם און צייל די פֿאַרדרייטע קאַדענצן, וואָס איין קאַדענץ איז נישט ענלעך צו אַן אַנדערער.

צוריק גערעדט, דאַרף מען דאָך שלאָפֿן אויך. צי קאָן מען אָבער אײַנשלאָפֿן, אַז דער פֿויגל פֿײַפֿט זיך און רײַסט דעם גאָרגל אָן אַ פּויזע, ווי ער וואָלט אין גאַנצן ניט געאָטעמט; אָדער זײַן אָטעמען וואָלט אויך געווען אַ טייל פֿונעם געזאַנג. כ׳האָב אָנגעהויבן דעם פֿויגל פֿײַנט האָבן, זיך דרייען אויפֿן געלעגער פֿון איין זײַט אויף אַן אַנדערער. שעלטן אים! כ׳האָב אַפֿילו אַ טראַכט געטאָן, אַז ווען כ׳וואָלט געהאַט אונטער דער האַנט אַ ביקס, וואָלט איך אים דערשאָסן.

און דער פֿויגל האָט זיך געזונגען זײַנס, ביז כ׳בין אונטער זײַן זינגען אײַנגעשלאָפֿן.

אין איינער אַ נאַכט, ליגנדיק אין בעט, האָב איך זיך געכאַפּט, אַז כ׳קען נישט אײַנשלאָפֿן. די שטילקייט פֿון דער נאַכט גרילצט מיר אין די אויערן. דער פֿויגל זינגט נישט! כ׳הייב שוין אָן טראַכטן: וואָס האָט אַזוינס געקאָנט פּאַסירן מיט מײַן פֿויגל? אפֿשר האָט אים די געליבטע אָפּגעזאָגט, און ער, פֿאַר צרות, האָט פֿאַרלוירן זײַן שטים; צי אפֿשר פֿאַרקערט — זײַן זינגען האָט גערירט איר האַרץ, און זיי זײַנען אַוועקגעפֿלויגן זוכן זייער פֿויגלשן גן־עדן.

כ׳האָב זיך ווידער געדרייט אויפֿן געלעגער, ווי אַ פֿאַרלוירענער, וואָס זוכט דעם נעכטיקן חלום. אין דער פֿרי בין איך אויפֿגעשטאַנען אַ צעבראָכענער און אַ פּריטשמעליעטער מיט אַ זשום אין קאָפּ…
עס פֿעלט מיר אויס מײַן זינגפֿויגל!

ברוקלין, ניו־יאָרק, אָקטאָבער 2020

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s