לאַפּסוס־קאַקטוס — 38

פֿאַר וואָס קומט עס דעם „שין” (3)?

שיכּור — מעגלעך, אַז די ערשטע דערמאָנונג וועגן אַ ייִד אַ שיכּור געפֿינט זיך אינעם תּנך. איך מיין, אַבֿרהם אַבֿינוס פּלימעניק לוט. אַנטלאָפֿן פֿונעם פֿאַרברענטן סדום, וווּ ער האָט פֿאַרלוירן זײַן פֿרוי, האָט לוט זיך מיט זײַנע צוויי טעכטער באַהאַלטן אין אַ הייל. פֿאַר צרות האָט ער זיך אַזוי אָנגעשיכּורט, אַז ר׳האָט, נעבעך, נישט באַמערקט, ווי ער איז איבערגעשלאָפֿן מיט די טעכטער. זינט דעמאָלט איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן דער זאָג בײַ ייִדן — שיכּור לוט!

שליאָנדרע — קאָן זײַן אַ מאַן אָדער אַ פֿרוי, וואָס שליאָנדר[עוו]עט אַרום איבער די גאַסן פּוסט־און־פֿאַס, אָן אַ ציל.

שליוכע — בדרך־כּלל, מיינט עס, שמוץ, בלאָטע, און קומט אַרויס פֿונעם וואָרט שליוכאָטע — בלאָטע. „שליוכע‟ פֿלעגט מען אין די סלאַווישע שפּראַכן רופֿן אויך אַ פֿרוי אַ שטינקערין, אומריין אָנגעטאָן; און ערשט שפּעטער, האָט עס באַקומען איר פֿאַרשפּרייטסטן באַטײַט, וואָס מיינט, אַ מאָראַליש געפֿאַלענע פֿרוי, אַ פּראָסטיטוטקע. דווקא אָט דער באַנוץ איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין ייִדיש.

שלימזל — דאָס וואָרט און דער באַגריף אַליין איז שוין אַרײַן אין אַ סך שפּראַכן, געוואָרן אינטערנאַציאָנאַל. פֿון דעסטוועגן, נאָר אויף ייִדיש קאָן מען אַזוי אָפּשאַצן אַ שלימזל און שלימזלניצע. למשל: אַז אַ שלימזלניצע קערט אויס די שטוב, לאָזט זי ליגן דאָס מיסט בײַ דער טיר. דער שלימזלניק האָט שטענדיק טענות צו גאָט.

שמאָק — דאָס וואָרט איז אויך זייער פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין אַנדערע שפּראַכן, בפֿרט אין אַמעריקאַנער ענגליש. פֿון דעסטוועגן, ווערט עס מער גענוצט נישט פֿיזיאָלאָגיש, ווי אַ מענערישער אבֿר, נאָר ווי אַ דעפֿיניציע פֿון אַ מענטשן מיט אַ צו ווייכן כאַראַקטער, אָן ווילן, אַ שמאַטע, וואָס לאָזט זיך מע זאָל מיט אים מאַניפּולירן.

שמוע (שמוטשקע) — איז דער ווײַבערישער אבֿר, אָבער גראָב אָנגערופֿן. דער ייִדישער ניבֿול־פּה איז כּמעט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, צוזאַמען מיט דער מינדלעכער שפּראַך; ווי אויך צוליב דעם, וואָס אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן די שרײַבערס אויסגעמיטן זיך צו באַנוצן מיט גראָבע, וווּלגאַרישע ווערטער און אויסדרוקן.

שמונצן — אין אַלע שפּראַכן מיינט עס דאָס זעלבע: האָבן סעקסועלע באַציִונגען.

שמאַרע — אויפֿן אָדעסער ייִדיש מיינט עס, אַ זונה, אַ פּראָסטיטוטקע. עטימאָלאָגיש, שטאַמט דאָס וואָרט „שמאַראַ‟ פֿון דרום־רוסיש און מיינט, ענטלגרינס.

שמאַרעוואָזניק — אין ייִדיש מיינט עס אַ פֿורמאַן פֿון אַ בריטשקע, וואָס פֿלעגט צעפֿירן די פּראָסטיטוטקעס אויף די אַדרעסן פֿון זייערע קליענטן. אין רוסיש, פֿון וואַנען דאָס וואָרט קומט אַרויס, מיינט עס אַ מענטש, וואָס פֿלעגט שמירן די רעדער פֿון אַ בריטשקע מיט דזשעגערכץ. דאָס וואָרט איז באַקאַנט געוואָרן פֿונעם ליד „וואָס זשע ביסטו קעצעלע ברוגז‟, געזונגען פֿון די אַמעריקאַנער שוועסטער בערי.

דײַן טאַטע איז אַ שמאַרעוואָזניק,
דײַן מאַמע גנבֿעט פֿיש אין מאַרק,
און דײַן ברודער איז אַ קאַרטיאָזשניק,
און דײַן שוועסטער גייט מיט אַ סאָלדאַט
.

המשך קומט

לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s