נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 35

אויף דער זום־אַרענע אינעם הייסן יולי

דער חודש יולי האָט נאָך אַלץ די טירן פֿאַרן הייסן זומער נישט צעפּראַלט; מע עפֿנט זי קוים צו מיט גרויס חשד, ווײַל די מגפֿה הערט נישט אויף אַרויסצוּווײַזן סורפּריזן.

דערפֿאַר אָבער האָט די ווירטועלע וועלט געעפֿנט איר טיר און פֿענצטער אַזוי ברייט, אַז מע ווערט שוין אַ ביסל „זומבירט‟. דעם חודש האָב איך געהאַט דעם זכות צו זײַן פֿאַרבעטן דרײַ מאָל אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער זום־אַרענע, דהײַנו: מײַנע פֿרײַנד מירי קאָראַל פֿון לאָס־אַנדזשעלעס און שיין בייקער פֿון ניו־יאָרק האָבן צוגעטראַכט און דורכגעפֿירט די פּראָגראַם „טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס: אַ סיבה פֿאַר אַ מסיבה‟ — צום דערשײַנען פֿון מײַנע צוויי בענד פּראָזע און דעם בוך פֿאַר קינדער „אַ גוט מאָרגן!‟

This slideshow requires JavaScript.

ס׳איז בפֿירוש געשען אַ נס, קודם־כּל, פֿאַר מיר אַליין, ווײַל אַ חוץ די באַטייליקטע אין דער פּראָגראַם, מײַנע גוטע פֿרײַנד, וואָס דערוואַרעמען מײַן לעבן שוין לאַנגע יאָרן מיט זייער טאַלאַנט און געטרײַשאַפֿט, האָבן אַ גלאַנץ געטאָן אויפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן גאָר יונגע שטערנדלעך, דינהלע סלעפּאָוויטש און יאָסעלע ניבאָרסקי, דער מאָרגן פֿון אונדזער ייִדישער גאַס. און זאָל איך נישט געווען זען די הונדערטער פּנימער פֿון יענער זײַט עקראַן, האָב איך געפֿילט, אַז זיי זײַנען דאָ — פֿון ביראָבידזשאַן ביז בוענאָס־אײַרעס און מעלבורן. אַ האַרציקער יישר־כּוח אַלעמען!

די פּראָגראַם „טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס: אַ סיבה פֿאַר אַ מסיבה‟ — קאָן מען זען דאָ:
https://www.youtube.com/watch?v=13MO2VlK5tY&t=3197s

צום צווייטן מאָל בין איך געווען פֿאַרבעטן דורכצופֿירן צוויי לעקציעס דורכן „זום‟ פֿאַר די סטודענטן פֿונעם זומער־קורס בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט. דערציילט האָב איך וועגן דער נײַער גענעראַציע ייִדישע שרײַבערס, געבוירן שוין נאָכן חורבן; וועגן די אייגנשאַפֿטן פֿון דעם דור און זײַן אַנדערשקייט אינעם אַלגעמיינעם קאָנטעקסט פֿון דער ייִדישער מאָדערנער ליטעראַטור.

צווישן די פֿראַגעס, וואָס די סטודענטן האָבן מיר געשטעלט, וואָלט איך פֿאָרט געוואָלט אויסטיילן כאָטש איינע, וואָס מעגלעך אויך אַנדערע שטעלן זיך: „װען מיר, דער נײַער דור ייִדישיסטן, װעלן פּרוּװן שרײַבן און שאַפֿן ליטעראַטור אױף ייִדיש, װאָס װאָלט עס מײנען, אױב מיר װעלן נישט האָבן קײן ייִדיש־רעדנדיקן עולם? פֿאַר װעמען דאַרפֿן מיר שרײַבן, לױט אײַך?‟

און אָט איז מײַן ענטפֿער:

זייער אַ גוטע פֿראַגע. זי קומט פּונקט צו דער צײַט, ווײַל די צײַט גופֿא גיט איצט אויף איר אַן ענטפֿער.

זינט ס׳האָט זיך אין אונדזער לעבן באַוויזן די אינטערנעץ, איז געשען אַ נס אין דער וועלט בכלל, און אין דער ייִדישער וועלט בפֿרט. נעמט אַפֿילו דעם „פֿאָרווערטס‟, וואָס איך האָב רעדאַגירט 18 יאָר. די פּאַפּירענע צײַטונג האָט געהאַט בסך־הכּל אַרום 2 טויזנט אַבאָנעמענטן (לייענער זײַנען געווען אפֿשר אַ ביסל מער); דערצו האָט מען כּסדר געהאַט צרות מיט דער פּאָסט — סײַ ווײַל דער לייענער פֿלעגט לאַנג וואַרטן ביז די צײַטונג וועט צו אים אָנקומען און סײַ צוליב דער כּסדרדיקער העכערונג פֿון פּאָסט־הוצאָות

ווי נאָר ס׳האָט זיך באַוויזן די מעגלעכקייט אַרויסצולאָזן די צײַטונג עלעקטראָניש, האָט די צאָל לייענערשאַפֿט דערגרייכט טעגלעך ביז 5־7 טויזנט. פֿאַר מײַן אַוועקגיין איז שוין די צאָל געשטיגן ביז 10־15 טויזנט. דערצו איז די צײַטונג געוואָרן אַ טעגלעכע. אַ חוץ דעם, איז מעגלעך געוואָרן אײַנצופֿירן אַ טעגלעכע ראַדיאָ־פּראָגראַם, שאַפֿן אַ ווידעאָ־קאַנאַל מיט אינטערעסאַנטע פּראָגראַמען און אינטערוויוען, און אַ סך אַנדערע זאַכן, נישט געקוקט דערויף, וואָס די באַלעבאַטים האָבן יעדעס יאָר אומברחמנותדיק געשניטן דעם ביודזשעט פֿון דער ייִדישער אויסגאַבע.

איצט גיט אַ קוק, וואָס עס קומט פֿאָר לעצטנס. עס באַווײַזט זיך דער „זום‟ און פֿאַרברייטערט נאָך מער די מעגלעכקייטן צו קאָמוניקירן אויף ייִדיש. עס ווערן געשאַפֿן לערן־גרופּעס, לעקטאָריעס, שמועס־קלאַסן, עס שאַפֿן זיך נײַע אויסגאַבעס, ווי למשל, מײַן זשורנאַל „ייִדיש בראַנזשע‟.

אויב פֿריִער האָט מען זיך געקלאָגט, אַז ס׳איז ניטאָ מיט וועמען אַ ייִדיש וואָרט אַרויסצורעדן, קאָן מען איצט פֿרײַ זיך טרעפֿן און שמועסן וויפֿל איר ווילט און וועגן וואָס איר ווילט. אַבי מע זאָל נאָר וועלן. די גאַנצע ווירטועלע וועלט איז פֿאַר אײַך אָפֿן. דווקא דער יונגער דור ייִדישיסטן דאַרף אָט די וועלט באַוווינען און זי באַקלאַנגען אויף ייִדיש. אין אײַערע הענט ליגט עס, וואָס ברייטער און פֿאַרכאַפּנדיקער אָט די וועלט צו מאַכן, אַז אויך אײַערע קינדער זאָלן וועלן דאָרט זיך שפּילן און פֿרייען זיך אין ייִדיש.

וואָס שייך שאַפֿן, דאַרף מען נישט פֿרעגן, וועגן און מעסטן, צי ס׳איז כּדאַי צו שאַפֿן אויף ייִדיש, צי נישט כּדאַי. צי ס׳וועט זײַן ווער ס׳זאָל לייענען, צי נישט. ס׳איז דאָס זעלבע, וואָס קוקן אויף אַ שיין מיידל און טראַכטן, צי ס׳איז כּדאַי זיך אין איר פֿאַרליבן, צי נישט. שאַפֿן איז דאָך ווי ליבע — קודם־כּל, דאַרף מען צו דעם האָבן טאַלאַנט! דער טאַלאַנט וועט אײַך שוין אַליין אָנווײַזן, וואָס צו טאָן ווײַטער.

זעצט זיך צום קאָמפּיוטער, טײַערער פֿרײַנד, און שאַפֿט. ווען איר וועט זײַן פֿאַרטיק מיט אַ דערציילונג, אַ ליד, אַן אַרטיקל — שיקט עס אַרײַן אויפֿן אַנדערס yiddishbranzhe.com

miriam
מרים טרין פֿירט אָן מיטן רונדן טיש אויף דער טעמע “ייִדיש הײַנט”

לעצטנס האָט מרים טרין, וואָס האָט צוזאַמען מיט איר מאַן, אליעזר ניבאָרסקין, געשאַפֿן אַ ייִדיש־צענטער „יאָ‟ (ייִדיש־אָרט), פֿאַרבעטן מיך אין זייער „זום‟־פּראָגראַם אויף דער טעמע „ייִדיש הײַנט‟. די טרעפֿונג וועט פֿאָרקומען דעם 30סטן יולי. איך גלייב, אַז דער שמועס וועט זײַן אַ פּראָדוקטיווער, אָנגעזעטיקט מיט נײַע שאַפֿערישע אײַנפֿאַלן. אַלע ווייסן דאָך, אַז יעדער מאָרגן הייבט זיך אָן מיטן הײַנט. איז זאָל דער „הײַנט‟ זײַן מיט מזל!

ברוקלין, ניו־יאָרק, דעם 28סטן יולי, 2020

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s