שלום־עליכם אין װערמאָנט

מישע שאַפּיראָ

אַ חלום פֿון דער געשיכטע

אין קאָמוניסטישע לענדער האָט מען געטענהט, אַז מאַטעמאַטיק איז פּראָלעטאַריש,
װײַל מאַרקס אַלײן האָט געשריבן װעגן דעם. אַװדאי, האָט די באָבע גאָרנישט געװוּסט װעגן די דאָזיקע דעבאַטעס, כאָטש זי האָט געהאַט אַ פּאַרטײ־קאַרט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי מיט אַ קלײנעם מיטגליד־נומער. אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט פֿלעגט זי אין דענװער גײן זען בײסבאָל און מיטן אונטערשטיצן די נעגערישע מאַנשאַפֿט האָט זי שאָקירט די בורזשואַזע באַזוכער.

איין מאָל איז אַ קאָמוניסטישער מאַכער דורכגעפֿאָרן דורך דענװער און איז אײַנגעשטאַנען בײַ דער באָבען. די באָבע האָט געהײסן דער מאַמען זי זאָל זײַן װױל צו אים. שפּעטער האָט די מאַמע געמפּלט. סוף-כּל-סוף, האָט מען אָנגערופֿן די באָבע אַ „טראָצקיסטקע‟ און זי אַרױסגעװאָרפֿן פֿון דער פּאַרטײ. פֿאַר װאָס אַ טראָצקיסטקע? זי איז דאָך נישט געװען גענוג אינטעלעקטועל צו האָבן אַזעלכע מײנונגען. מע האָט זי גערופֿן טראָצקיסטקע, ווײַל מע קען דאָך נישט אַרױסװאַרפֿן אַ מענטשן פֿון דער פּאַרטײ װי אַ כּלבֿטע.

איך האָב געאַרבעט ווי אַ פּיאַנע־אָנשטימער. מ׳האָט מיך אָבער אָפּגעזאָגט פֿון דער קלײנער נישטיקער שטעלע און איך האָב געטראַכט, אַז אפֿשר איז שוים געקומען די צײַט צו באַקומען דעם דיפּלאָם, װאָס האָט זיך פֿאַרלױרן ערגעץ־װוּ צװישן לאַם-סאַם-דאַל און ראָק־מוזיק. נאָך אַ פּאָר װאָכן בין איך געװאָרן אַ סטודענט אינעם אוניװערסיטעט פֿון מאַסאַטשוסעטס אין באָסטאָן.

דער אוניװערסיטעט געפֿינט זיך בײַם האַפֿן. נאָר אָט וואָס ס׳איז אַ ביסל מאָדנע; אײדער מע האָט מיר אָפּגעזאָגט האָט זיך מיר געחלומט, אַז איך האָב געווױנט אין אַ שטאָט מיט אַ גלאַנצנדיקן האַפֿן און בין קײנמאָל אַהין נישט געגאַנגען.
און פּלוצלינג בײַ מײַנע דרײַסיק יאָר בין איך נאָכאַמאָל געװאָרן אַ סטודענט.
איך האָב געװאָלט שטודירן מאַטעמאַטיק, און איך האָב טאַקע שטודירט מאַטעמאַטיק. מאַטעמאַטיק איז געװען װי אַ צוריקקער אַהײם, ספּעציעל די אַבסטראַקטע אַלגעברע.

אַמאָל האָט דער פּראָפֿעסאָר באַטראַכט די פּראָבלעמען פֿון דער הײמאַרבעט אױפֿן טאָװל. ער האָט געזאָגט: „און װאָס שײך דער פּראָבלעם 13, האָב איך נישט געװוּסט װי מען לײזט זי. האָב איך אַרײַנגעקוקט אין שאַפּיראָס הײמאַרבעט, און עס קלאַפּט טאַקע אַזױ.‟

אָבער דאָס איז אַלץ געװען אַ צײַטפֿאַרברענג. מײַן הױפּט־לימוד איז געװען מעכאַנישע אינזשענעריע. פֿאַר װאָס נישט מאַטעמאַטיק? צוליב געװיסן. (איך האָב דאָס נאָך געהאַט אין יענע טעג.) איך האָב זיך נישט געקענט אײַנרעדן, אַז מאַטעמאַטיק האָט אויך עפּעס אַ סאָציאַלע װערט.

צו פֿאַרענדיקן דעם אינזשענעריע־דיפּלאָם, האָב איך געדאַרפֿט זיך איבערפֿירן פֿונעם מאַסאַטשוסעטס־אוניװערסיטעט אין באָסטאָן אינעם אוניװערסיטעט אין אַמהערסט. אַז איך בין געפֿאָרן קײן אַמהערסט, איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ װיץ, כ׳װעל משנה-שם זײַן די חדשים. מע קען אָנהײבן מיט ,January אָבער נאָך דעם װעלן מיר האָבן
Coronary, Beri-beri, Reliquary, Incendiary, Mandibulary. נאָך אַ פּאָר מײַל, נאָך אַ חודש !Antiquary! Solitary

אַז איך בין געקומען אין אַמהערסט, האָב איך אַ קוק געטאָן אױף די אַנדערע מענטשן מכּוח דער אָריענטאַציע אין דער פּראָגראַם. איך האָב נישט געקענט געפֿינען קײן אײנעם, מיט װעמען זיך טײלן מיט מײַן װיץ. איך האָב נישט געקענט בלײַבן אין אַזאַ גיהנום; האָב איך זיך צעװײנט. אַ קיצור, איך בין צוריקגעפֿלױגן קײן באָסטאָן און געזאָגט: „מאַכט מײַן הױפּט־לימוד מאַטעמאַטיק!‟

נאָך דעם זײַנען אַ סך זאַכן געשען. אין אַ חודש אַרום האָב איך געזען אין אַ חלום מײַן באָבע. זי איז שױן טױט געװען דרײַסיק יאָר און אַזאַ זאַך איז פֿריִער קײן מאָל נישט געשען. נאָך אַ פּאָר װערטער פֿרעגט זי װעגן דעם אינזשענעריע־דיפּלאָם. „װײסטו נישט? איך לערן זיך מער נישט אינזשענערײַ. איך בין אַ סטודענט פֿון מאַטעמאַטיק.‟ — „װאָס?! דו װעסט נישט באַקומען דעם B.S.M.E?‟

דער גײַסט פֿון דער טױטער באָבע האָט טאַקע אַזוי געזאָגט —
B.S.M.E.

„נײן… איך בין אַ סטודענט פֿון מאַטעמאַטיק.‟

זי איז אַרױס פֿון די כּלים: „װאָס טױג דיר מאַטעמאַטיק? מע קען עס נישט זען! מע קען עס נישט אָנטאַפּן! מע קען זיך נישט אַרױפֿזעצן דערױף! עס איז נישט מער ווי מיסטיפֿיקאַציע, װאָס דער הערשנדיקער קלאַס באַנוצט, כּדי עס אונטערצודריקן דעם אַרבעטער קלאַס!‟

איך בין געװען גאַנץ דערשראָקן. זי האָט געפּרוּװט מיך שטערן צו שטודירן מאַטעמאַטיק. מע דאַרף עפּעס טאָן און מע דאַרף עס טאָן איצט. האָב איך איר גלײַך אין פּנים געקוקט און געזאָגט: !Fuck you

אַז איך האָב זיך אױפֿגעכאַפּט, האָב איך אַלץ פֿאַרשטאַנען. דער עלטער-זײדע איז געװען אַ רבֿ. זײַן טאָכטער איז געװאָרן אַ קאָמוניסטקע. מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז עס איז פֿאָרגעקומען אַ קריגערײַ. און אַזױ האָט זי געגרינדעט די װערטן פֿון אונדזער משפּחה, װאָס האָט מיך צוריקגעהאַלטן פֿון שטודירן מאַטעמאַטיק פֿאַר אַ יאָרצענדליק. ווען מע װאָלט מיר דערצײלט װעגן דעם אײדער איך בין אײַנגעשלאָפֿן, װאָלט איך זיך צעלאַכט, אָבער ראַיות בלײַבן דאָך ראַיות!

621 איסט־עלפֿטע גאַס

עס איז געשען אין די 1960ער יאָרן. עס האָט געברענט די מלחמה אין װיעטנאַם און עס האָט אױך געברענט אויף די גאַסן פֿון אַמעריקע. אומעטום זײַנען דורכגעגאַנגען דעמאָנסטראַציעס, די גרעסטע פֿון זײ האָט צונויפֿגענומען מער װי אַ פֿערטל מיליאָן מענטשן, אפֿשר אַ האַלב מיליאָן. די אוניװערסיטעטן האָבן אױך געברענט מיט דעמאָנסטראַציעס, און עטלעכע פֿון זיי האָבן די סטודענטן פֿאַרמאַכט.

אַ קלײנע טעאַטער־טרופּע איז געקומען אין סטאָניברוק, און איך בין צוריקגעפֿאָרן מיט זײ צו שפּילן אויף די גאַסן פֿון ניו-יאָרק. אין גיכן נאָך דעם האָב איך מיט מײַן חבֿרטע פֿאַרלאָזט דעם אוניװערסיטעט און אַנטלאָפֿן צו װױנען אױפֿן איסט-סײַד. מיר האָבן געדונגען אַ דירה אױף דער איסט־עלפֿטער גאַס, נאָענט צו עד סאַנדערס באַרימטן „פּיס אײַ בוקסטאָר‟. לײַדער, האָב איך פֿריִער נישט געװוּסט װעגן דעם. װוּ איז די צײַט־מאַשין? איך װיל צוריקפֿאָרן צו זען עס.

מיר האָבן געקױפֿט אַ שטיק פֿאַלשער פֿעל אין אַ שניטקראָם אױף דער פֿערצנטער גאַס, צו מאַכן דערפֿון אַ קאָלדרע. און דאָרט, אין דער שניטקראָם, האָב איך געזען עפּעס טאַקע אומעטיקס. דאָס געשעפֿט האָבן געהאַלטן אַ טאַטע און אַ זון. דער טאַטע איז געװען אַ נײַנציק־יאָריקער מאַנספּאַרשוין, און דער זון — אין זײַנע זיבעציקער. „יאָ, טאַטע…‟, „יאָ, טאַטע…‟ — אין די אַלע זיבעציק יאָר איז ער קײנמאָל נישט געװען אַ מענטש פֿאַר זיך.

די צײַטן אין דער דירה זײַנען געװען מאָדנע און פֿינצטערע. איין מאָל האָט די חבֿרטע געמאַכט זיך אַ באָד אין קיך, און די פּאַרע האָט זיך געשפּרייט איבער דער גאַנצער דירה. און איין מאָל האָב איך געכאַפּט עפּעס צו עסן פֿונעם אײַזקאַסטן. זיך פֿאַרקוקט, האָב איך זיך צוריק געקערט. דערנאָך האָב איך פֿאַרמאַכט די טיר און אַרױסגעגאַנגען פֿון דער דירה. אין אַ שעה אַרום, בין איך צוריקגעקומען. איך האָב געעפֿנט דעם אײַזקאַסטן און דערזען דאָרט זיצן די קאַץ. זי האָט אויף מיר אַ קוק געטאָן און איז אַרויסגעשפּרונגען.

אַ מײדל איז אײַנגעשטאַנען מיט אונדז. עפּעס שלעכטס איז מיט איר געשען. אין דער צײַט האָט מײַן חבֿרטע געפֿונען אַ שטעלע. איך — ניט. דאָס מײדל און איך זײַנען געבליבן שטעקן דעם גאַנצן טאָג אין דער דירה. זי איז געזעסן אױפֿן דיל, קוקנדיק אױף דער װאַנט, אָן אַרויסברענגען אַ װאָרט פֿון מויל. דעם אמת געזאָגט, האָב איך געטאָן דאָס זעלבע אינעם אַנדערן צימער. נאָך אַ פּאָר טעג איז זי אַװעקגעגאַנגען.

דערווײַל איז געשטאַנען אַ שיינער האַרבסטיקער טאָג און די דאָזיקע פֿינצטערע מעשׂיות זײַנען נאָך נישט געשען. די חבֿרטע און איך זײַנען געגאַנגען צו קאַצס כּשר דעלי מיט האַרטע סאַלאַמיס, װאָס מע זעט הענגען אינעם פֿענצטער. די חבֿרטע האָט באַשטעלט אַ גלאָז טיי. דער אַלטער קעלנער אין דעם פֿאַרפֿלעקטן מיט פֿעטס פֿאַרטעך האָט געשמײכלט. אַ יונגער מענטש באַשטעלט אַ גלאָז טיי. אַזוינס איז שױן לאַנגע יאָר נישט געשען. זײַן שמײכל האָט באַלויכטן גאַנץ האָוסטן־גאַס.

אַז פֿרילינג איז געקומען, האָט מען מיך באַגנבֿעט צװײ מאָל אין אײן װאָך; אײן מאָל מיט אַ פּיסטױל, און אײן מאָל מיט אַ מעסער. דעמאָלט האָב איך זיך אַװעקגעצויגן פֿון דעם איסט-סײַד.

שלום־עליכם אין װערמאָנט

דאָס איז אַ מעשׂה װעגן מײַן טאַטן, שלום־עליכמען און דעם שטאַט װערמאָנט.

ווען דער טאַטע איז געװען אַ יונגער־מאַן, האָט ער גערעדט ייִדיש. די משפּחה איז אַריבערגעפֿאָרן קײן ניו-יאָרק, װוּ מע האָט געװױנט אױף דער אונטערשטער איסט־סײַד. דאָרט האָט דער טאַטע זיך באַטײליקט אין קינסטלערישע, טעאַטראַלע און פּאָליטישע לינקע קרײַזלעך. אַז איך בין נאָך געװען אַ קינד, האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן אין קװינס, וווּ מע האָט כּמעט נישט גערעדט ייִדיש.

שפּעטער פֿלעגט דער טאַטע זיצן אין פֿאָטעל און לייענען שלום־עליכמען. „אַך! דאָס איז אַזױ גוט!‟ — פֿלעגט ער זאָגן, — „אָבער מע קען עס נישט איבערזעצן…‟
נאָך שפּעטער, ווען דער פֿעטער, זײַן ברודער, איז געשטאָרבן, האָט מען זיך דערמאָנט, אַז מיט אַ סך יאָר צוריק, האָט מען ערגעץ־װוּ געקױפֿט קבֿר־פּלעצער. דער טאַטע האָט טעלעפֿאָנירט אַ שװעסטערקינד אין ברוקלין, מיט װעמען ער האָט לאַנג נישט גערעדט. איך בין גראָד פֿאַרבײַגעגאַנגען און געהערט, אַז זײ רעדן ענגליש מיט אַ פּאָר װערטער אױף ייִדיש. אַ שעה שפּעטער בין איך ווידער פֿאַרבײַגעגאַנגען, און זײ האָבן נאָך אַלץ גערעדט שוין כּמעט נאָר אויף ייִדיש מיט אפּאָר װערטער אױף ענגליש. איך האָב זיך געפֿילט, װי כ׳װאָלט געזען אַ דינאָזאַװער אין הינטערהױף.

איך האָב ליב געהאַט צו גײן שפּאַצירן אין די גרינע בערג פֿון װערמאָנט. צום סוף, בין איך געגאַנגען צו פֿוס פֿון איין עק ביזן אַנדערן עק שטאַט. װערמאָנט איז דעמאָלט געװען זײער אַן אינטערעסאַנטער שטאַט; אויסגעזען זײער דאָרפֿיש, זײער אָרעם, זײער קאַלט, אָבער אױך זײער קולטורעל. יעדער דאָרף האָט געהאַט אַ ביכערקראָם, אפֿשר צװײ.

עס איז דאָ אַ מעשׂה, אַז אין מיטן דער קאַלטער מלחמה האָט דאָ געוווינט אַ פֿאַרמער, װאָס האָט געלאָזט פֿלאַטערן איבער זײַן פֿאַרם אַ רויטע פֿאָן מיט אַ האַמער און סערפּ. אַלע זײַנע שכנים האָבן געזאָגט: „עס איז זײַן פֿאַרם און זײַן פֿאָן. ער איז אַ גוטער מענטש. מע קען האַנדלען מיט אים. ער האַלט זײַן װאָרט.‟ אין דער זעלבער צײַט האָבן מײַנע טאַטע-מאַמע אין ניו-יאָרק געהאַט פּלענער צו אַנטלױפֿן קײן קאַנאַדע, אויב מאַקאַרטי װאָלט געווען אָנרופֿן זײערע נעמען…

אָבער איצט בין איך אַראָפּ פֿון די בערג נאָך אַ דרײַ־ אָדער פֿיר־טאָגיקן שפּאַציר און געװאַרט אױף דעם אױטאָבוס, װאָס װעט מיך צוריקנעמען קײן באָסטאָן. איך דרײ זיך אַרום אין דאָרף און פֿאַרברענג אַ ביסל צײַט אין אַ ביכערקראָם. זע איך אויף אַ פּאָליצע שלום־עליכמס אַ בוך. אפֿשר װעל איך עס טאַקע קױפֿן. די פּאָליצע איז הויך, און איך פּרוּװ צו דערלאַנגען צום בוך. פּלוצעם הער איך אַ הױך קול פֿון הימל: „אָבער מע קען עס נישט איבערזעצן!..‟

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s