שפּיאָן ליאָשקע וואָלקאָוו (3)

יעווגעני קיסין

3

ליאָשקע האָט גלענצנדיק אָפּגעגעבן די עקזאַמענס און איז אָנגעקומען אין דער אַספּיראַנטור, דערנאָך איז ער דורכגעגאַנגען די מיליטער–צונױפֿזאַמלונגען און האָט באַקומען דעם ראַנג פֿון רעזערװ–לײטענאַנט. ביזן אָנהייב פֿונעם לערן–יאָר איז געבליבן אַ חודש, און ליאָשקע איז געפֿאָרן מיט װאַסקע אַרבוזאָװן קײן אָדעס, װוּ ס׳האָט געװױנט װאַסקעס פֿעטער מיט זײַן משפּחה. װאַסקען האָט זיך ניט אײַנגעגעבן אָנקומען אין דער אַספּיראַנטור, דערצו נאָך האָט ער ערשט זיך צעקריגט מיט זײַן חבֿרטע אירע. דאָס אַלץ האָט אים אַרײַנגעבראַכט אין אַ שלעכטער שטימונג. האָט ליאָשקען געפֿרײט זיך צו פֿאָרן מיט זײַן גוטן–פֿרײַנד און העלפֿן אים צעװײען דעם אומעט.

אין אָדעס איז געװען הײס און פֿרײלעך. װאַסקע האָט זיך לעצטנס געהאַט צעקריגט מיט זײַן חבֿרטע אירע. מיט װאַסקעס קרובֿים האָבן זײ כּמעט ניט קאָנטאַקטירט, כאָטש אָפּגעשטעלט האָבן זײ זיך אין זײער דירה. יעדן אינדערפֿרי זײַנען די צװײ פֿרײַנד געגאַנגען אױפֿן ים און האָבן זיך געבאָדט שעהענװײַז. דערנאָך האָבן זיי זיך געלאָזט אינעם האַפֿן צו קױפֿן נאַרקאָטיקעס בײַ מאַטראָסן: װאַסקע פֿלעגט פֿאַרברענגען אין אָדעס יעדן זומער און האָט שוין געקענט דאָ אַלץ און אַלעמען. אין די ערשטע צוױי טעג האָט זײ געלונגען צו געפֿינען דאָס, װאָס זײ האָבן געזוכט, און געקאָסט האָט עס דאָרט גאַנץ ביליק, דעריבער, װען אױפֿן דריטן טאָג האָט װאַסקען זיך װידער פֿאַרגלוסט זיך לאָזן „אין געיעג‟, האָט ליאָשקע אים אָפּגערעדט (מיט מי) אָפּצוּװאַרטן כאָטש עטלעכע טעג, זײ זאָלן זיך אין דעם ניט אַרײַנציִען און ניט װערן קיין נאַרקאָמאַנען.

דאַן האָט װאַסקע פֿאָרגעלײגט צו גײן צו דער פּראָסטיטוטקע נאַטאַשע, װאָס ער האָט זי געקענט שױן עטלעכע יאָר. יענע האָט זיך אַרױסגעװיזן זײער אַ סימפּאַטישע סײַ אױסערלעך, סײַ לױטן כאַראַקטער, און האָט זיי בריהש באַדינט. װאַסקע אָבער איבער עפּעס אַ סיבה איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ מרה–שחורה, און װען זײ זײַנען אַרױס פֿון נאַטאַשעס װױנונג, האָט ער געזאָגט פֿאַרטראַכטערהײט: „שיינע צײַטן זײַנען געקומען: פֿאַר אָפּזױגן דאַרף מען נאָך צאָלן געלט…‟. ליאָשקע האָט זיך געסטאַרעט מיט אַלע כּוחות צו דערמוטיקן זײַן חבֿר, נאָר געװען איז עס גאָר ניט גרינג. דערצו נאָך, כאָטש װאַסקע האָט עס ניט אַרױסגעזאָגט אױף אַ קול, האָט ליאָשקע פֿאָרט געפֿילט, אַז יענער איז אים שטיל מקנא, װאָס ער איז אָנגעקומען אין דער אַספּיראַנטור.

אין אײנעם אַ פֿאַרנאַכט, שפּאַצירנדיק איבערן פּאַרק און רײכערנדיק די ציגאַרעטן „מאַרלבאָראָ‟, געקױפֿט בײַ די ים–לײַט אינעם פּאָרט, האָבן אונדזערע העלדן דערזען אַ פּאָר ברױנגעזיכטיקע יונגען, װאָס האָבן זיך בולט אױסגעטײלט צװישן די אַנדערע מענטשן. „מסתּמא אַראַבער‟, — האָט ליאָשקע שטיל אַ זאָג געטאָן װאַסקען. כּך־הװה: דערנענטערט זיך צו זיי, האָבן די חבֿרים דערהערט, אַז די יונגען רײדן צווישן זיך דװקא אױף דער שפּראַך, װאָס ליאָשקע און װאַסקע האָבן שױן פֿיר יאָר געהאַט שטודירט אין אוניװערסיטעט. מיט אַ ברײטן שמײכל אױף די פּנימער האָבן זיי הױך באַגריסט די אָנגעקומענע פֿון נאָענטן מיזרח אױף אַראַביש.
דאָס לעצטע װאָרט האָבן זיי בכּיוון געזאָגט אױפֿן מאַראָקאַנישן דיִאַלעקט, אויף וועלכן דאָס װאָרט „ברידער‟ קלינגט פּונקט אַזױ, װי דאָס סאַמע ניבֿול–פּהיקע רוסישע װאָרט, װאָס מיינט „פּ־ץ‟ אויף ייִדיש, און אַפֿילו נאָך גרעבער…

אַלע אַרום האָבן אױפֿגעציטערט: די היגע — פֿונעם מיאוסן װאָרט, אַרויסגעבראַכט אַזױ הױך און דײַטלעך, און די מיזרחדיקע געסט — װײַל זײ האָבן בפֿירוש ניט דערװאַרט צו טרעפֿן אַראַביש–רײדנדיקע רוסן אָט אַזױ, גלײַך אױף דער גאַס.

— ברוכים–הבאָים אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, ברידער! — זײ האָבן געװוּסט, אַז די אַראַבער האָבן אַזאַ מינהג צו רופֿן איינער דעם אַנדערן „ברודער‟, און ניט דורכגעלאָזט די געלעגנהײט צו פֿאַרװײַלן זיך, — פֿון װאַנען קומט איר, ברידער?
— מין פֿילאַסטין, — האָבן יענע שטיל געענטפֿערט, נאָך אַ ביסל פֿאַרלױרן.
— פֿון פּאַלעסטינע? ברוכים–הבאָים, ברידער! זײַט איר אױף לאַנג געקומען צו אונדז? — ליאָשקע האָט זיי דערלאַנגט דאָס פּעקל ציגאַרעטן.

ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז די יונגען זײַנען מיטגלידער פֿון דער באַפֿרײַונג־אָרגאַניזאַציע פֿון פּאַלעסטינע און לערנען זיך איצט מיט זײערע חבֿרים אין דער אָדעסער מיליטערישער אַקאַדעמיע. אָנגעקױפֿט משקה און פֿאַרבײַסעכץ, האָבן ליאָשקע און װאַסקע מיט זײערע נײַע באַקאַנטע זיך געלאָזט צו דער פּלאַזשע…
— נו, ברידער, — האָט װאַסקע אַ פֿרעג געטאָן, װען כּמעט אַלץ איז געװען אױסגעטרונקען און אױפֿגעגעסן. די שיכּורע „באַפֿרײַערס‟ האָבן צו יענער צײַט אױסגעגעבן כּמעט אַלע זײערע מיליטערישע סודות, — די מײדלעך בײַ אײַך אין פּאַלעסטינע, זיי סמאָטשקען גוט אָפּ?

יענע זײַנען אױף אַ רגע צעמישט געװאָרן, און דערנאָך האָט אײנער פֿון זײ, אַהמעד, שטאָלץ געגעבן אַ פּאָזיטיװן ענטפֿער. דער צװײטער, מאַהמוד, נאָך אַלץ אַ פֿאַרלױרענער, האָט געקוקט אױף אַ זײַט, אין דער ריכטונג פֿונעם ים, און אַ זיפֿץ געטאָן פֿאַרטראַכטערהײט. דער הימל איז שױן געװאָרן האַלב–טונקל, און פֿון די ים–כװאַליעס איז אַרױס אַ הױכער, שטאַלטנער מאַנצביל מיט שטאַרקע מוסקלען.

— ע–ע–ע, — האָט װאַסקע געזאָגט מיט אַ שעלמישן שמײכל, — איר, ברידער, קענט נאָך ניט אונדזערע רוסישע מײדלעך! אמת, ליאָשקע? פֿאַר אָט–אָ–דעם–אָ, — װאַסקע האָט אָנגעװיזן אױף דער קעשענע פֿון אַהמעדס הױזן, װוּ עס זײַנען געלעגן די דאָלאַר–באַנקנאָטן, װאָס יענער האָט זײ פֿריִער פֿאָרגעלײגט אונדזערע העלדן צו קױפֿן, — װעט איר דאָ קריגן אַזױנס, — ער האָט כיטרע אַ װוּנק געטאָן, — װאָס איר װעט אין ערגעץ ניט אין דער װעלט ניט אָפּזוכן! און כ׳װעל אײַך זאָגן אָפֿנהאַרציק, — װאַסקע האָט זיך אָנגעבויגן צו די „ברידער‟ און איז איבערגעגאַנגען אױף אַ שעפּטש, — קיין בעסערע סחורה װעט איר בײַ אונדז אױף דעם ניט קױפֿן. נו, װאָס קאָן מען דאָ נאָך קױפֿן? בראָנפֿן, קאָלבעס — דאָס װעט איר זיך אױך פֿאַר רובלען גרינג אײַנשאַפֿן. נאָר פֿאַר דעם, — ער האָט װידער אָנגעװיזן אױף אַהמעדס קעשענע, — כ׳זאָג אײַך צו, ברידער: אַזאַ „סחורה‟ האָט איר נאָך קײן מאָל אין לעבן ניט פֿאַרזוכט! נו, פֿאַר דער פֿרײַנדשאַפֿט! — װאַסקע און נאָך אים אַלע אַנדערע האָבן אױפֿגעהױבן זײערע פֿלעשלעך ביר, אויסגעטרונקען זײ ביזן דנאָ און געלאָזט זיך פֿאַלגערן לעבן די צװײ לײדיקע פֿלעשלעך בראָנפֿן, —  און איצט לאָמיר גײן! — אַלע האָבן זיך אױפֿגעהויבן און, װאַקלענדיק זיך, אַוועקגעשלעפּט זיך צו װאַסקעס אַלטער באַקאַנטער.

צוגעגאַנגען צו דער טיר פֿון נאַטאַשעס דירה, האָט װאַסקע געזאָגט אַהמעדן:

— גיב מיר דאָס געלט און װאַרט אַ װײַלע דאָ, מיר װעלן אַלץ אײַנאָרדענען.

גענומען בײַ אַהמעדן די דאָלאַרן, האָט װאַסקע זײ אומבאַמערקטערהײט אַרײַנגעלײגט צו זיך אין קעשענע און אַ קװעטש געטאָן דאָס קנעפּל פֿונעם גלעקל. דערהערט די טריט הינטער דער טיר, האָט ער תּיכּף צוגעטראָגן אַ פֿינגער צו די ליפּן, אַרײַנקוקנדיק גלײַך אינעם „אײגל‟. די טיר האָט זיך צוגעעפֿנט.

— סאַלוט, — האָט װאַסקע שטיל געזאָגט, — ביסט פֿרײַ איצט?

די געסט האָבן זיך אַרײַנגעוואַלגערט אין דער װױנונג, ליאָשקע האָט פֿאַרמאַכט די טיר נאָך זיך, און װאַסקע האָט גערעדט װײַטער:

— הער, מיר האָבן דאָ געבראַכט צו פֿירן אַ פּאָר אַראַבער. װעסטו זײ באַדינען, װי געהעריק, מיט ראַבאַט? זײ װעלן דערנאָך שיקן צו דיר זײערע חבֿרים, איצט זײַנען דאָ בײַ אײַך אין אָדעס אַ כאָפּטע אַראַבער, זײ לערנען זיך דאָ… און מיר׳ן דערװײַל צוּװאַרטן אין קיך. גוט?

צונױפֿגערעדט זיך מיט נאַטאַשען װעגן דעם פּרײַז און צעצאָלט זיך מיט רובלען, זײַנען די צװײ פֿרײַנד געבליבן אין קיך. נאַטאַשע האָט גיך אָנגעטאָן איר סאַמע שענסטע קאָמבינאַציע און ברײט צעפּראַלט די טיר מיט אַ ברײטן שמײכל אױפֿן פּנים.

— יאָ–אָ–אָ… ברי–י–ידער… — האָט װאַסקע צעצױגן די װערטער, אָנגעלענט זיך אױפֿן טיש און אונטערגעשפּאַרט דעם קאָפּ מיט די הענט.
— אַהאַ–אַ–אַ… ברי–י–ידער… — האָט ליאָשקע מסכּים געװען, — אינטערעסאַנט… אפֿשר װעט מען אונדז אַ מאָל שיקן אַהין, קײן פּאַלעסטינע?
— דיך װעט מען טאַקע שיקן, — האָט װאַסקע געענטפֿערט, — נאָר מיך… װוּהין װעט מען מיך איצט שיקן? — און ער האָט פֿאַרקרימט דאָס מױל.
— װאַסקע, הער שױן אױף זיך אַזױ ערגערן! — ליאָשקע האָט אַװעקגעלײגט זײַן האַנט אױפֿן חבֿרס אַקסל, — נו, ביסט ניט אָנגעקומען אין אַספּיראַנטור הײַיאָר, וועסטו אָנקומען אין אַ יאָר אַרום, כ׳װעל דיר צוהעלפֿן! װאָס איז דאָ אַזױ איבערצולעבן? דערפֿאַר אָבער װעסטו האָבן גענוג צײַט הוליען אַ גאַנץ יאָר!

װאַסקע האָט געשטאַמלט עפּעס אומקלאָרס און אַנטשװיגן.

פּלוצעם האָבן זיך פֿונעם צימער דערהערט װילדע געשרײען: „טי שאָ, בליאַ, אין גאַנצן משוגע?!‟ — האָט געקװיטשעט נאַטאַשע. „אַאַהיראַטאָן יאַהודיאַטאָן [1]!‟ — האָט געברומט אַהמעד. וואַסקע און ליאָשקע זײַנען אױפֿגעשפּרונגען, אַרײַנגעלאָפֿן אינעם צימער און דערזען אַ געשלעג.

— װעמען האָט איר געבראַכט צו פֿירן?! — האָט נאַטאַשע געשריִען, — אײנער האָט מיר אין מױל אָנגעפּישט, און דער צװײטער האָט אים געפּרוּװט טרענען! אַנו, פֿאַרנעמט זיך אַלע פֿון דאַנען!

ליאָשקע האָט געכאַפּט אַהמעדן און אים אַרײַנגעפֿאָרן אונטערן „לעפֿעלע‟. װאַסקע האָט אַוועקגעשלעפּט מאַהמודן צו דער טיר. נאַטאַשע האָט זיי נאָכגעװאָרפֿן די קלײדער, שרײַענדיק: „מער זאָל איך אײַך דאָ ניט זען, פּאַסקודניאַקעס!‟

— חבֿרה, איר זײַט משוגע צי װאָס? — האָט װאַסקע שטיל געזאָגט, װען אַלע זײַנען אַרױס פֿון דער דירה, — פֿאַר אַזעלכע זאַכן װעט מען אײַך דאָ אײַנזעצן אין טורמע!
— זאָל זײ כאַפּן דער רוח! — האָט ליאָשקע געזאָגט װאַסקען, — אַ מין דרררעק…
— לאָמיר גײן! — האָט פֿאָרגעלייגט ליאָשקע, און די צװײ פֿרײַנד זײַנען גיך אַװעק, איבערלאָזנדיק די נאַקעטע „ברידער‟ אױף די טרעפּ.
— נו, פֿון אַ חזיר אַ האָר, — האָט װאַסקע געזאָגט, דערלאַנגענדיק ליאָשקען אײנע פֿון די צװײ דאָלאַר–באַנקנאָטן.
— אַהאַ, — האָט ליאָשקע מסכּים געװען, נאָר דערבײַ געפֿילט זיך קאַלעמוטנע…

אַהיים צו וואַסקעס קרובֿים האָבן זיי זיך אומגעקערט שפּעט.

— נו, שוין גענוג אָנגעהוליעט זיך הײַנט? — האָט געפֿרעגט װאַסקעס מומע, — קומט כאָטש מאָרגן פֿריִער, ס׳איז דאָך מײַן געבױרן–טאָג!
— אַװדאי! — האָבן די ייִנגלעך פֿאַרזיכערט די באַלעבאָסטע.
— זעצט זיך צום טיש און טרינקט אױס אַ גלאָז טײ, — האָט זי פֿאָרגעלײגט, — איר עסט דאָרט, מסתּמא, דער רוח װײסט װאָס. מאַכט זיך קאַליע די מאָגנס — און מיר זעען אײַך כּמעט ניט…
— זעצט זיך, זעצט זיך, מיר׳ן כאָטש אַ ביסעלע קוקן אױף אײַך, אױף יונגע מענטשן! — האָט ליבלעך אונטערגעכאַפּט איר מאַן, — אײַך איז מיט אונדז, אַלטע לײַט, אַװדאי, סקוטשנע, נאָר פֿון די אַלטע קאָן מען זיך אױך עפּעס אױסלערנען!

מ׳האָט זיך אַװעקגעזעצט אין קיך טרינקען טײ מיט זיסװאַרג. װאַסקעס מומע, װי געװײנטלעך, האָט אױסגעזען װי אומצופֿרידן מיט עפּעס, נאָר דעם פֿעטערס פּנים, װי תּמיד, איז געװען זײער גוטמוטיק און צוגעלאָזן, און די שטים זײַנע האָט געקלונגען ביז גאָר װאַרעם און האַרציק.

— און װוּ הוליען זײ גאַנצענע טעג, פֿון אין דער פֿרי ביז בײַ נאַכט? — האָט די מומע געצױגן די װערטער פֿאַרטראַכטערהייט.
— וואָסי? — האָט דער פֿעטער געזאָגט, — זאָלן זיי הוליען. ס׳איז דאָך איצט זייער צײַט צו הוליען… לעצטנס, זינט די זשידעס האָבן אָנגעהויבן אַוועקצופֿאָרן, איז דאָ די לופֿט ריינער געוואָרן…

ליאָשקע האָט זיך שטיל אױפֿגעהויבן פֿונעם בענקל און, קוקנדיק וואַסקעס פֿעטער גלײַך אין די אױגן, פֿעסט געזאָגט:

— זײַט מיר געזונט און גליקלעך! מער װעט מײַן פֿוס אין אײַער הױז ניט זײַן! — און, װי ענטפֿערנדיק אױף דער שטומער פֿראַגע, וואָס האָט זיך אָנגעצייכנט בײַ אַלעמען אויף די פּנימער, צוגעגעבן: — מײַן פֿאָטער איז אַ ייִד!

אויף גיך אַרײַנגעװאָרפֿן זײַנע בעבעכעס אין טשעמאָדאַן, איז ליאָשקע אַרױס אין דרויסן. ער איז געגאַנגען איבער די בײַנאַכטיקע גאַסן אין דער ריכטונג פֿונעם װאָקזאַל. איין געדאַנק האָט זיך אים געבאָמבלט אין קאָפּ: אַװעקצופֿאָרן פֿון דער שטאָט מיט דער ערשטער באַן. װאַסקע איז אים נאָכגעגאַנגען און געפֿאָנפֿעט זיך אונטער דער נאָז, אַז ער אַלײן פֿאַרשטײט ניט גאָרנישט; ער האָט קײן מאָל אַזױנס ניט געהערט פֿון זײַן פֿעטער. ער װאָלט, אַװדאי, אויך אַװעקגעפֿאָרן צוזאַמען מיט ליאָשקען, נאָר, צום באַדױערן, קאָן ער עס ניט טאָן, װײַל מאָרגן איז זײַן מומעס געבױרן–טאָג. זי האָט אים דאָך אױסגעכאָװעט. זי איז פֿאַר אים װי די צװײטע מאַמע…

ליאָשקע האָט געפֿילט, אַז זײַן חבֿר הײבט אָן רײדן פֿון היץ, נאָר אים איז שוין געװען אַלץ אײנס, און כּל–זמן װאַסקע האָט געהאַלטן פֿאָנפֿען, אַז גלײַך נאָך דער מומעס געבורטסטאָג װעט ער זיך, אַװדאי, אױך אומקערן קײן מאָסקװע און גלײַך אָנקלינגען ליאָשקען… און פּלוצעם האָט ער געזאָגט:

— פֿאַר װאָס האָסטו מיר קײן מאָל ניט דערצײלט, אַז דײַן פֿאָטער איז אַ ייִד?
— ד׳האָסט קײן מאָל ניט געפֿרעגט, — האָט ליאָשקע געענטפֿערט, — און װאָס איז די נפֿקא–מינה?
— נײן–נײן… גלאַט אַזױ…

װאַסקע האָט זיך װי פֿאַרטראַכט אױף אַ װײַלע און געזאָגט:
— איצט פֿאַרשטיי איך, פֿאַר װאָס דו האָסט געװאָלט לערנען העברעיִש! דו קלײַבסט זיך קײן ישׂראל?
— נײן… כ׳האָב זיך קיין מאָל אַהין ניט געקליבן.

װאַסקע האָט זיך װידער פֿאַרטראַכט, דאָס מאָל אױף אַ לענגערער װײַלע, און געפֿרעגט:

— פֿאַר וואָס זאָלסטו טאַקע ניט אַװעקפֿאָרן קײן ישׂראל?
— גײ קעבע–ני–מאַט, װאַסיע, — האָט ליאָשקע רויִק געענטפֿערט און גיך אַװעקגעשפּאַנט. װאַסקע האָט אים אַ רוף געטאָן אַ פּאָר מאָל, נאָר קײן פּרוּװ אים צו דעריאָגן ניט געמאַכט.

אױפֿן װאָקזאַל האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז די באַן קײן מאָסקװע פֿאָרט אָפּ בלױז מאָרגן אין דער פֿרי. איבערנעכטיקן דאָרטן, אַפֿילו אויף אַ באַנק, זיצנדיק, האָט מען ליאָשקען ניט דערלױבט. ער האָט זיך געשלעפּט איבער דער שטאָט, און אין קײן האָטעל האָט מען אים ניט אַרײַנגעלאָזט. די איינציקע לעבעדיקע נשמה, וואָס ער האָט דאָ געקענט, איז געװען נאַטאַשע…

— װאָס האָסטו זיך צו מיר געיאַוועט? — האָט זי בײז אַ בורטשע געטאָן, זעענדיק ליאָשקען שטיין אויף איר שוועל, — כ׳האָב דאָך קלאָר געזאָגט: מער זאָל איך אײַך דאָ ניט זען! — און זי האָט מיט כּעס פֿאַרמאַכט די טיר פֿאַר זײַן נאָז.

ליאָשקע האָט אַװעקגעשטעלט דעם טשעמאָדאַן אױפֿן דיל בײַ דער װאַנט און זיך אױף אים אַװעקגעזעצט. כאָטש דאָ קאָן מען אָפּװאַרטן ביז אין דער פֿרי. מיט אַ צען–פֿופֿצן מינוט שפּעטער האָט די טיר זיך װידער אױפֿגעעפֿנט.

— נו, װאָס זיצסטו דאָ? — האָט נאַטאַשע געפֿרעגט, שױן ווייכער און מיט חידוש.
— מײַן באַן פֿאָרט אָפּ אין דער פֿרי, און איך האָב ניט װוּ איבערצונעכטיקן, — האָט ליאָשקע געענטפֿערט, — האָב איך געקלערט, אַז כ׳וועל קאָנען אָפּוואַרטן בײַ אײַך אין קיך… כ׳װאָלט אײַך ניט געשטערט, פּשוט געזעסן עטלעכע שעה און אַװעקגעגאַנגען…

נאַטאַשע האָט געקוקט אױף אים אַ װײַלע און שטיל געזאָגט:

— נו, קום אַרײַן…

ליאָשקע איז געזעסן בײַם טיש, אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ אויף די הענט, די אױגן צוגעמאַכט. ער האָט אײַנגעדרעמלט און זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון נאַטאַשעס שטילער שטים:

— דו שלאָפֿסט?

ליאָשקע האָט אויפֿגעמאַכט די אױגן. זי איז געשטאַנען לעבן אים.
— װילסטו אפֿשר אַ גלאָז טײ? — האָט נאַטאַשע פֿאָרגעלײגט, — אָדער עפּעס איבערכאַפּן?
— אַ דאַנק… כ׳בין ניט הונגעריק… סײַדן אַ גלאָז טיי…

נאַטאַשע האָט אים דערלאַנגט טײ מיט געבעקס און אָנגעגאָסן פֿאַר זיך אױך אַ גלאָז.

— װי הײסטו? — האָט זי אַ פֿרעג געטאָן.
— אַלעקסײ…
— און איך הײס אָקסאַנע. „נאַטאַשע‟ איז גלאַט אַזױ — פֿאַר די קליענטן… — זי האָט אַ שמוכץ געטאָן. — פֿאַר װאָס האָסטו ניט װוּ צו נעכטיקן? — האָט זי װידער געפֿרעגט, — און װאַסילי?..
— װאַסילי איז אײן זאַך, — האָט ליאָשקע געזאָגט, — און איך בין גאָר אַן אַנדער זאַך.
— װאָס זשע, איר האָט זיך צעקריגן?
— יאָ…
— נו, ס׳מאַכט ניט אױס, איר׳ט זיך איבערבעטן, — האָט זי פֿרידלעך געזאָגט, — אַלץ קאָן זיך טרעפֿן צװישן פֿרײַנד…
— נײן… — האָט ליאַשקע אַ זיפֿץ געטאָן, — מיט װאַסילין װעלן מיר זיך, זעט אױס, שױן קײן מאָל ניט איבערבעטן… נאָר ס׳איז ניט װיכטיק. — און ער האָט אָפּגעזופּט אַ ביסל טײ.

אָקסאַנע האָט בפֿירוש דערפֿילט, אַז ס׳ליגט דאָ עפּעס גאַנץ ערנסט, װײַל איר פּנים איז געװאָרן באַזאָרגט.

— װאָס איז געשען? — האָט זי פֿאָרזיכטיק אַ פֿרעג געטאָן, — אױב ס׳איז ניט קײן סוד, אַוודאי…

ליאָשקע האָט נאָך דערווײַל אַלײן ניט געקאָנט דערקלערן. אפֿשר, האָט ער זיך ביז גאָר צעבײזערט, און אפֿשר, איז אים געװאָרן אינטערעסאַנט, װי אָקסאַנע װעט רעאַגירן אױף אַזאַ מעשׂה… ער האָט איר דערצײלט דעם גאַנצן אמת. ער איז אַפֿילו געװען גרײט צו דערהערן פֿון איר: „אַרויס פֿון דאַנען, שמוציקער זשיד!‟ — אים איז שױן געװען אַלץ אײנס.

— און ער האָט דיך איבערגעלאָזט אַלײן?! — אָקסאַנעס גרױסע, בלױע אױגן האָבן זיך ברײט צעעפֿנט, — אַ גוטער חבֿר! — זי האָט ממש געברענט פֿאַר כּעס, — כ׳װעל זיך מער קײן מאָל ניט לײגן מיט אים, פֿאַר קײן שום געלט ניט! אַ מין דרעק!

באַרויִקט זיך אַ ביסל, האָט אָקסאַנע װײַטער גערעדט:

— דו האָסט ריכטיק געטאָן, װאָס ביסט געקומען. דו װילסט, וועל איך דיר דאָ אױסבעטן?
— נײן–נײן, מע דאַרף ניט, — האָט ליאָשקע געענטפֿערט, — כ׳װעל דאָ זיצן, איבערװאַרטן די נאַכט און אַװעקגײן. זײַ רויִק, אַלץ איז נאָרמאַל.

אָקסאַנע האָט זיך פֿאַרטראַכט אױף אַ פּאָר װײַלעס און פּלוצעם געזאָגט:

— און בײַ אונדז אין כערסאָן איז געװען אין שול אַ ייִדיש ייִנגל, מישע… אַ װױל ייִנגעלע אַזאַ, אַ שוצלאָזס… אַלע פֿלעגן זיך איזדיעקעװען איבער אים, און מיר, מײַן חבֿרטע לעסיע און איך, פֿלעגן זיך פֿאַר אים אײַנשטעלן. איך פֿלעג אים פֿאַרבינדן די בענדלעך אױף די שיך. דערנאָך איז זײַן משפּחה אַװעקגעפֿאָרן קײן ישׂראל…

זי האָט אָפּגעשװיגן און צוגעגעבן:

— יאָ… און פֿון דאַנען אױך זײַנען אַ סך ייִדן אַװעקגעפֿאָרן… װעמען האָבן זײ געשטערט?

זי האָט אַ זיפֿץ געטאָן און געענטפֿערט זיך אַליין מיט אַן עקל–געפֿיל אינעם קול:

— גראָד אַזאַ דרעק, װי װאַסקע, האָבן זײ געשטערט. װאַסקע… און אַלע אַנדערע…
— הײסט עס, איר קומט פֿון כערסאָן? — האָט ליאָשקע געפֿרעגט.
— יאָ…

און אָקסאַנע האָט גענומען דערציילן, װי נאָך דער שול איז זי אַװעקגעפֿאָרן קײן מאָסקװע, געפּרוּװט אָנצוקומען אינעם „גיטיס‟ [2], נאָר אָן שום דערפֿאָלג (אײנער אַ פּראָפֿעסאָר האָט איר פֿאָרגעלייגט מיט אים איבערשלאָפֿן, כּדי מע זאָל זי אָננעמען, נאָר זי האָט זיך אָפּגעזאָגט. זי האָט באַשלאָסן זיך ניט אומקערן צוריק אַהײם, װײַל אירע באַציִונגען מיט דער מוטער זײַנען געװען ניט קײן גוטע, און דעריבער איז זי געקומען קײן אָדעס. זי האָט געפֿונען דאָ אַן אַרבעט אױף אַ בױונג אױסער דער שטאָט, װוּ מע צאָלט גראָשנס. דעמאָלט האָט זי געדונגען אָט די–אָ װױנונג בײַ עפּעס אַן אַלטיטשקער, װאָס לעבט די גאַנצע צײַט אױף דער דאַטשע, און זיך פֿאַרנומען מיט דער אוראַלטער פּראָפֿעסיע… זי האָט דערצײלט, ליאָשקע האָט געהערט און מיטגעפֿילט. דערנאָך האָט זי אָנגעהױבן אױספֿרעגן אים װעגן זײַן לעבן… פּלוצעם האָט אָקסאַנע אַ קוק געטאָן ליאָשקען גלײַך אין די אױגן און געזאָגט:

— ליאָשע, דו ביסט אַזאַ װױלער… װילסט, וועל איך מיט דיר איבערשלאָפֿן אומזיסט?

[1] „אַאַהיראַטאָן יאַהודיאַטאָן‟ (אַראַב.) — ייִדישע קורווע
[2] „גיטיס‟ (אַבריוויאַטור) — מלוכישער טעאַטראַלער אינסטיטוט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s