דאָס מאַריענבאַדער טאָגבוך (סוף)

יעווגעני קיסין

אױגוסט 21

הײַנט האָט מיך קאַרינאָטשקע געבראַכט צו פֿירן אין באַסײן און געלערנט מיך מאַכן פֿאַרשיידענע איבונגען. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז זי פֿלעגט זיך פֿאַרנעמען מיט וואַסער־אַעראָביק, בשעתן זײַן טראָגעדיק. הײסט עס, אַז ניט אַלץ װײס איך נאָך װעגן מײַן פֿרױ!

און דעמאָלט, אין 1991, אױפֿן דריטן (און לעצטן) טאָג פֿונעם פּוטש, האָט מען שױן געוויזן אויף טעלעװיזיע די זיצונגען אינעם מאָסקווער „װײַסן הױז‟. נאַטאַשע האָט אונדז געזאָגט: „נו, איך באַגריס אײַך: באַקאַטין און פּרימאַקאָװ האָבן שױן פֿאַראורטיילט דעם גע–קאַ–טשע–פּע!‟. שפּעטער, אין די פֿאָלגנדיקע טעג, האָט מען אונדז דערצײלט, אַז נאַטאַשע איז אַ מסורטע… ריזשקינס [1] פֿרױ האָט אונדז איבערגעגעבן די לעצטע ידיעות, אָנרופֿנדיק די פּוטשיסטן „זעקס פּאַסקודניאַקעס‟.

אין אָװנט האָט דער זעלבער באַרימטער טעלעוויזיע־דיקטאָר איבערגעגעבן גאָרבאַטשאָװס װערטער, אַז יענער „קאָנטראָלירט די סיטואַציע פֿולשטענדיק‟, און אַז „ס׳איז װידער אױפֿגעשטעלט געװאָרן די פֿאַרבינדונג מיטן לאַנד, װאָס איז פֿריִער איבערגעריסן געוואָרן איבער די אַװאַנטורישע האַנדלונגען פֿון אַ גרופּע מלוכה–פּערזאָנען‟. מע האָט אױך געװיזן גענאַדי כאַזאַנאָװן [2], װאָס האָט נאָכגעמאַכט גאָרבאַטשאָװן: „טײַערע חבֿרים! איך װיל אײַך מיטטײלן, אַז איך פֿיל זיך אױסגעצײכנט, און אַז רײנע פּאָליטיק קאָן מען ניט מאַכן מיט שמוציקע, ציטערנדיקע הענט.‟. מ׳האָט זיך געלײגט שלאָפֿן באַרויִקט.

אױגוסט 22

געלײגט זיך שלאָפֿן 11 אַ זײגער, אײַנגעשלאָפֿן ניט תּיכּף, נאָר גיכער, װי אין די פֿאָריקע נעכט, און דערנאָך געשלאָפֿן כּמעט ביז 10.30 אין דער פֿרי! סוף–כּל–סוף! זעט אויס, אַז די איבונגען אין װאַסער האָבן געהאָלפֿן. אַ שאָד נאָר, װאָס הײַנט דאַרף מען זיך אומקערן אַהײם…

מיט 28 יאָר צוריק האָט מען אין רוסלאַנד פּראָקלאַמירט די דאַטע „דער פֿרײַהײט־טאָג‟. אין מאָסקװע, אַנטקעגן דעם „װײַסן הױז‟, איז פֿאָרגעקומען און טראַנסמיטירט געװאָרן דורך טעלעװיזיע דער מיטינג פֿון די זיגערס (דװקא אַזױ האָט מען אים אָפֿיציעל אָנגערופֿן). אַדאַמאָװיטש [3] האָט געזאָגט דעם ריזיקן המון: „איר קאָנט אַ קוק טאָן אײנער אױפֿן אַנדערן און דערזען, װאָס פֿאַר אַ װוּנדערשײן פּנים האָט יעדערער פֿון אײַך!‟

מ׳האָט אױך טראַנסמיטירט גאָרבאַטשאָװס טרעפֿונג מיט יעלצינען און די מיטגלידער פֿונעם רוסלענדישן פּאַרלאַמענט. יעלצין האָט דעמאָלט, באַלד אױפֿן אָרט, פֿאָרגעשלאָגן צו פֿאַרװערן די קאָמוניסטישע פּאַרטײ, און דער פּאַרלאַמענט איז מסכּים געװען. גאָרבאַטשאָװ האָט געפֿאָדערט עפּעס צו פֿאַרפּינקטלעכן און גערופֿן: „זײַט עכטע דעמאָקראַטן!‟ דערנאָך האָט ער, האַלטנדיק אין די הענט עטלעכע זײַטלעך פּאַפּיר, געזאָגט: „אָט האָט מען מיר געגעבן די סטענאָגראַם פֿון דער זיצונג פֿונעם מיניסטאָרן–קאַבינעט, נאָר איך האָב זי נאָך ניט געלײענט.‟ — „איז לײענט זי פֿאָר!‟ — האָט יעלצין געענטפֿערט, און גאָרבאַטשאָװ האָט גענומען פֿאָרלײענען, װי די מיניסטאָרן האָבן געהאַט רעאַגירט אױפֿן פּוטש. „איך מוז זיך טרעפֿן מיט דער אינטעליגענץ, די אינטעליגענץ װעט ניט פֿאַרשטײן דעם קאָמיטעט…‟ — האָט גאָרבאַטשאָװ פֿאָרגעלייענט די װערטער פֿונעם קולטור–מיניסטער ניקאָלײַ גובענקאָ און צוגעגעבן: „נאָר דערנאָך האָט ער, זאָגט מען, אָנגעגעבן אין דעמיסיע.‟

jertvu
בילדער פֿון די דרײַ קרבנות פֿונעם פּוטש. אין מיטן: דער ייִדישער בחור אילאַ קריטשעווסקי

אין יענעם אָװנט האָבן מיר (די יונגע) זיך פֿאַרזאַמלט בײַ די מײעראָװיטשעס [4]: ס׳איז געװען מאַניעס געבױרן־טאָג. דעמאָלט האָט מען געװיזן אױף דער טעלעװיזיע גאָרבאַטשאָװס פּרעסע–קאָנפֿערענץ, װוּ ער האָט נאָך אַלץ געהאַלטן אין איין טענהן, װי פֿריִער: „געװיס בין איך פֿאַר סאָציאַליזם. סאָציאַליזם איז אי אין קריסטנטום, אי אין אַנדערע פּאָליטישע שטראָמונגען…‟ איך האָב אַ קוק געטאָן אױף מײעראָװיטשעס פֿרױ. זי איז געשטאַנען דערנעבן און איבערגעחזרט: „סאָציאַליזם איז אי אין קריסטנטום, אי אין אַנדערע פּאָליטישע שטראָמונגען…‟, — און דערנאָך צוגעגעבן: „אַזאַ טיפּשות פּלאַפּלט ער!‟. בײַם טיש האָט מאַרינע גאָראָכאָװסקאַיאַ אַרױסגעזאָגט אַ השערה, אַז „מסתּמא האָט גאָרבאַטשאָװ זײ געזאָגט: „מאַכט אַ פּוטש, נאָר אָן מיר. אױב ס׳װעט זיך באַקומען — גוט, אױב ניט — דאַן װעט איר זײַן די שלעכטע!‟ איר מאַן סאַשע האָט צוגעשטימט און צוגעגעבן: „יאָ, מ׳האָט געדאַרפֿט דאָרט, אױף זײַן דאַטשע, אױך שיסן אַ ביסעלע!‟. מיט אַ װאָך שפּעטער האָבן מיר זיך װידער צונויפֿגעזאַמלט בײַ די מײעראָװיטשעס, און אַ פֿיר־יאָריק ייִנגעלע האָט דאָרט געשריִען: „צעשיסט די קאָמוניסטן!‟. אַװדאי, איז קײנער פֿון אונדז, ניט איך, ניט די אַנדערע, ניט געװען בלוטדורשטיק, נאָר ס׳האָט זיך געדאַכט (און געהאָפֿט), קוקנדיק אויפֿן קינד, — אָט איז אַ נײַער, אַ פֿרײַער דור…

איך האָב דעמאָלט געטראַכט: נו, אױסגעצײכנט, דעמאָקראַטיע האָט געזיגט, איצט װעט שוין אַלץ זײַן גוט! די עלטערן מײַנע און אַנע פּאַװלאָװנאַ האָבן געהאַט אַ היפּוכדיקע מיינונג: „איצט איז דער פּוטש ניט געלונגען, נאָר אַ צווייט מאָל קאָן ער טאַקע געלינגען!‟ — און זײ האָבן מיך אײַנגערעדט, אַז מע דאַרף אַװעקפֿאָרן. ניט זיי, ניט איך האָבן ניט געטראָפֿן. קײן אַנדער קאָמוניסטישער פּוטש איז ניט געװען; פֿאַרקערט, אין גיכן איז די קאָמוניסטישע פּאַרטיי און דעם ראַטן–פֿאַרבאַנד זיך צעפֿאַלן. די װײַטערדיקע אַנטװיקלונג, װי באַװוּסט, איז אַוועק אויף אַ קרומען װעג… שױן אין פֿעברואַר 1992, נאָך דעם, װי מיר זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון לאַנד, איז אויפֿן אַדרעס פֿון אונדזער מאָסקװער דירה געקומען פֿונעם מילטערישן קאָמיטעט אַ רופֿצעטל אױף מײַן נאָמען מיט אַ שטעמפּל: „אײַער פּראָלאָנגאַציע־טערמין איז אַנולירט‟. צו װאָס האָט די נײַע דעמאָקראַטישע מאַכט מיך געדאַרפֿט האָבן אין דער אַרמײ?! מיט עטלעכע חדשים שפּעטער האָט דער טאַטע באַזוכט מאָסקװע און איז דערשיטערט געװאָרן פֿונעם נאַציאָנאַליזם: צװישן אַנדערש, האָט ער געזען אין מעטראָ אַן אױפֿשריפֿט „זשידעס, פֿאַרנעמט זיך מיט אײַערע זשידעלעך!‟ — און דערנעבן — אַ צײכענונג פֿון חזירישע שנוקן מיט גרױסע נעז…

װאָס זשע, אפֿשר באמת דאַרפֿן מיר פּשוט „פֿאַרנעמען זיך‟, פֿאַרשעלטן און פֿאַרגעסן רוסלאַנד? דער קלוגער זשאַבאָטינסקי פֿלעגט עס זאָגן נאָך מיט העכער 100 יאָר צוריק. פֿון מאָל צו מאָל דוכט זיך מיר אױך אַזױ… און דאָך באַקומט זיך ניט בײַ מיר אין גאַנצן אַרױסרײַסן רוסלאַנד פֿון מײַן האַרצן. באַזונדערס, װען איך דערמאָן זיך אין יענע אױגוסט–טעג, װען ס׳האָט זיך געדוכט, אַז דאָס גוטס האָט באַזיגט, און אַז ניט אומזיסט איז אײנער פֿון די דרײַ אומגעקומענע יונגען געװען אַ ייִד (כ׳װעל קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן די טעלעוויזיע־טראַנסלירונג פֿון זײער לװיה)… יאָ, אַ סך טינוף איז פֿאַראַן אין רוסלאַנד, און ביז גאָר אַ שטינקענדיקער טינוף פֿירט הײַנט אָן מיטן לאַנד; נאָר װיסאָצקי [5] מיט זײַן „באַלאַדע וועגן קאַמף‟ איז פֿאָרט אױך רוסלאַנד! און סאַכאַראָװ — אױך… און אַלע װוּנדערלעכע פֿילמען און לידער, אױף װעלכע איך בין אױפֿגעװאַקסן. שױן אָפּגערעדט פֿון שאָסטאַקאָװיטשן, פּראָקאָפֿיעװן, ראַכמאַנינאָװן, סקריאַבינען, טשײַקאָװסקין, רימסקי–קאָרסאַקאָװן, מוסאָרגסקין, באָראָדינען, גלינקאַ — איך קאָן דאָך ניט לעבן אָן זײער מוזיק. און אױך מײַנע אַלטע פֿרײַנד, װאָס זײַנען געבליבן דאָרטן און טראַכטן אַזױ װי איך. יאָ, זײ זײַנען אַ מינדערהײט (ניט װיכטיק ייִדן אָדער רוסן); אַזעלכע מענטשן זײַנען אין רוסלאַנד תּמיד געװען אַ מינדערהײט — און דאָך זײַנען זײ אױך אַ טײל פֿון רוסלאַנד. באַקומט זיך, אַז ניט געקוקט אױף אַלץ, אָפּזאָגן זיך אין גאַנצן פֿון רוסלאַנד װאָלט געמײנט פֿאַר מיר אָפּזאָגן זיך פֿון זיך אַלײן.

װאָס זשע װעט זײַן מיט יענעם לאַנד „אין שײנקײט זײַנער אוראַלטער, פֿאַרװײנטער‟? אין מיט־20סטן יאָרהונדערט האָט זיך געדוכט, אַז אין דײַטשלאַנד און יאַפּאַן איז דעמאָקראַטיע אוממעגלעך, װײַל זי איז פֿרעמד די יאַפּאַנער און די דײַטשן. די געשיכטע האָט דערװיזן, אַז ס׳איז ניט אַזױ, — נאָר פֿאַר דעם האָט מען געדאַרפֿט אַראָפּװאַרפֿן אױף יאַפּאַן אַטאָמישע באָמבעס און אָקופּירן דײַטשלאַנד במשך פֿון אַ האַלבן יאָרהונדערט. אפֿשר איז אַזױנס נײטיק אױך אין רוסלאַנד, כּדי אײַנצופֿירן דאָרטן פֿרײַהײט און דעמאָקראַטיע? אױף דעם איז דער מערבֿ בפֿירוש ניט גרײט. צי װעט דאָס רוסלענדישע פֿאָלק אַלײן פֿאַרשטײן אַ מאָל, װוּ דער אמת איז באַגראָבן? „און צי װעט אױפֿגײן, סוף–כּל–סוף, איבער דעם פֿאָטערלאַנד פֿון אױפֿגעקלערטער פֿרײַהײט דער װוּנדערשײנער קאַיאָר‟?

דערװײַל איז די דאָזיקע קשיא געבליבן הענגען איבערן גרױסן לאַנד װי אַ גרױסער פֿרעגצײכן…

[1] יאָסיף ריזשקין — סאָװעטישער מוזיק–פֿאָרשער
[2] גענאַדי כאַזאַנאָװ — באַרימטער אַקטיאָר
[3] אַלעס אַדאַמאָװיטש — באַװוּסטער שרײַבער און געזעלשאַפֿטלעכער טוער
[4] מיכאַיִל מײעראָװיטש — סאָװעטישער קאָמפּאָזיטאָר
[5] וולאַדימיר וויסאָצקי (1938־1980) — סאָוועטישער אַקטיאָר, פּאָעט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s