נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 28

די “כּישופֿמאַכערין” אין “פֿאָלקסבינע

דאָס קאַלענדאַר־יאָר האָט דער נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער „פֿאָקסלבינע‟ פֿאַרענדיקט מיט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „קאָלדוניע‟ אָדער „כּישופֿמאַכערין‟, אַן אָפּערעטע, וואָס איז באַלד געוואָרן פּאָפּולער אינעם פֿאָלק און גיך „צעשלעפּט‟ געוואָרן אויף באַזונדערע לידער, ווערטלעך, אויסדרוקן; און די נעמען פֿון די פּאַרשוינען זײַנען געוואָרן אַ שם־דבֿר סײַ אין מויל פֿון פֿאָלק און סײַ בײַ די ייִדישע שרײַבערס.

איך געדענק, ווי די מאַמע מיט דער באָבען פֿלעגן אַרײַנוואַרפֿן אין זייערע רייד: „אַ שלימזל מיט אַ וויץ אויף דער צונג, איין וואָרט — האָצמאַך!‟ פֿון זיי האָב איך דערהערט דאָס וואָרט „יאַכנע‟ און געמיינט, אַז אַזוי הייסט אונדזער נײַע שכנה. זי פֿלעגט זיך אַרײַנשאַרן צו אונדז אין שטוב „אויף אַ מינוטקעלע‟, צוטראָגן אַ פֿרישע פּליאָטקע, אָבער ווי נאָר ס׳האָט זיך נאָך איר פֿאַרמאַכט די טיר, האָט די באָבע איבערגעקערט אַ גלאָז — אַ סגולה פֿון אַ בייז אויג. און ווי האַרציק, מיט אַ טרערן־קוועטש, האָט די מאַמע געזונגען: „אוי, איר ייִדן, בני־רחמנים, / אַ גוט האַרץ איז דאָ בײַ אײַך…‟

אַוודאי, האָב איך דעמאָלט קיין אַנונג נישט געהאַט נישט וועגן גאָלדפֿאַדענען, נישט וועגן זײַן „כּישופֿמאַכערין‟, אָבער דעם גײַסט פֿונעם יאַסער „פּאָמול ווערדע‟, וווּ ס׳איז געשטאַנען דאָס וויגעלע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, האָבן שפּעטער צעטראָגן איבער די בעסאַראַבער ייִדישע שטעטלעך צענדליקער וואַנדערנדיקע טעאַטער־טרופּעס.

p
מירעלע (דזשעזמין גאָרסלײַן) און מאַרקוס (זשאָש קאָכאַנע)

איידער די „פֿאָלקסבינע‟ האָט געשטעלט די „כּישופֿמאַכערין‟ אין איר איצטיקן אויסזען, מיטן גאַנצן גלאַנץ און טאַנץ, ווי מע זאָגט, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַן עפֿנטלעכע קאָנצערט־לייענונג פֿון דער אָפּערעטע. הײַנט פֿאַרשטיי איך, אַז פֿאַקטיש איז עס געווען אַ מין פּרוּוושטיין צו דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג.

„די כּישופֿמאַכערין‟, ווי אויך די „צוויי קוני־לעמל‟ זײַנען די באַקאַנטסטע און פּאָפּולערסטע גאָלדפֿאַדענס טעאַטערשטיק, וואָס ווערן אויפֿגעפֿירט ביז הײַנט. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה איז מסתּמא נישט געווען אַזאַ ייִדישער טעאַטער, וואָס זאָל זיך נישט געווען צורירן צו גאָלדפֿאַדענס פֿיעסעס. פֿאַרשידענע לויטן זשאַנער האָט דאָס עמך זיך געשפּיגלט אין זיי, זעענדיק אין דער אָפּשפּיגלונג זײַנע אייגענע פֿרייד און לייד, זײַן געלעכטער און לאַכן מיט יאַשטשערקעס.

ווי באַוווּסט, איז די „כּישופֿמאַכערין‟ אַרײַנגעבראַכט קיין אַמעריקע און דאָ געשפּילט געוואָרן אין די אָנהייב 1880ער, לויט דער איניציאַטיוו פֿון באָריס טאָמאַשעווסקי; הגם דער גרויסער אַקטיאָר און ייִדישער טעאַטער־טוער איז דעמאָלט אַלט געווען קנאַפּע 13 יאָר. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט די פֿאָרשטעלונג אויסגענומען בײַם עולם, ס׳רובֿ אימיגראַנטן פֿון צאַרישן רוסלאַנד. און ס׳איז געווען פֿאַר וואָס: דער פּשוטער סיפּור־המעשׂה, וווּ דאָס בייזע און שלעכטע ווערט באַזיגט פֿונעם וווילן און גוטן! אָבער דער עיקר, די שיינע לידער, וואָס דערמאָנען אַזוי די אוקראַיִנישע געזאַנגען, מיט צוגעפּאַסטע צו זיי ייִדישע ווערטער. נישט אומזיסט האָט י. שאַצקי געזאָגט, אַז „דער שווערפּונקט פֿון גאָלדפֿאַדענס פֿאַרדינסטן ליגט נישט אין שרײַבן פּיעסעס, נאָר אין שאַפֿן טעאַטער‟.

און אָט מיט קנאַפּע 140 יאָר שפּעטער לעבן מיר ווידער איבער פֿאַר דער יתומה מירעלע (דזשעזמין גאָרסלײַן), ווען די באָבע יאַכנע (מאַרק אַלפּערט) מיט די כיטרע בייזע שטיק, צוזאַמען מיט אירע שותּפֿים קינדנעפּן דאָס ייִדישע קינד און פֿאַרקויפֿן עס צו די טערקן, שטענדיקע שׂונאים פֿון עם־ישׂראל… מע דאַרף נישט זוכן קיין פּאַראַלעלן צווישן נעכטן און הײַנט און פֿאַרטײַטשן עס אויף אַ וווּלגאַרישן אופֿן. דאָס מעשׂהלע איז אייביק, פּונקט ווי אַלע מעשׂהלעך בײַ אַלע פֿעלקער, וווּ דאָס גוטע נעמט סוף־כּל־סוף די אויבערהאַנט איבער דעם שלעכטן.

p
דער כּישוף־טאַנץ

צוריק גערעדט, זעען מיר הײַנט אָפֿט, ווי אַ באַקאַנט מעשׂהלע ווערט האָליוווּדיש אַרומגעפּוצט מיט סאָפֿיסטיקירטע טעכנישע מיטלען, קאָמפּיוטער־עפֿעקטן וכדומה, אַזוי ווײַט, אַז מע קען שוין קוים דערקענען דעם מקור. די אויפֿפֿירער פֿון דער „כּישופֿמאַכערין‟ אין דער „פֿאָלקסבינע‟ — זלמן מלאָטעק, מוזיקאַלישער פֿאַרוואַלטער, מאָטל דידנער, דער רעזשיסאָר און מערעט מיונטער, כאָרעאָגראַפֿיע, — האָבן פֿאַר זיך געשטעלט אַן אַנדערע קינסטלערישע אויפֿגאַבע — רעסטאַוורירן גאָלדפֿאַדענס ווערק, אָפּרייניקן עס פֿונעם צײַט־שימל, ניליע און אויסגעריבנקייט, — און פֿאָרשטעלן פֿאַרן עולם אין איר אָריגינעלער פֿרישקייט.

אפֿשר די גרעסטע מעלה פֿון דער איצטיקער אויפֿפֿירונג באַשטייט אין איר אויסגעהאַלטנקייט — סטיליסטיש, עסטעטיש, ליטעראַריש און אַוודאי, מוזיקאַליש. די כאָרן און וואָקאַל־נומערן, די טענץ און מיזאַנסצענעס זײַנען גוט דורכגעטראַכט און אויסגעפֿירט אויף אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ. ס’וויל זיך באַטאָנען די נײַע אָראַנזשירונג פֿון דער מוזיק, מײַסטעריש געמאַכט פֿון זיסל סלעפּאָוויטש; די שיינע קאָסטיומען (איזי פֿילדס) זײַנען ווי אַרײַנגעבראַכט פֿון אייראָפּע אָנהייב 19טן יאָרהונדערט, אָנגעטאָן אויף די געסט פֿונעם רײַכן באַטושאַנער ייִד ר׳ אַבֿרהמציע.

הגם די מוזיק, ווי אין אַ סך אַנדערע פּיעסעס פֿון גאָלדפֿאַדענען, פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט, גיבן דווקא די דיאַלאָגן איבער דעם אינערלעכן דינאַמישן כּוח פֿון דער פֿאָרשטעלונג. די שפּראַך איז בײַ יעדן פּאַרשוין אַן אייגנטימלעכע, וואָס שפּיגלט אָפּ זײַן סאָציאַל אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. כאַראַקטעריסטיש איז דער באַשלוס פֿון די אויפֿפֿירער צו שפּילן די פּיעסע אין אַ וואָלינער ייִדיש, כּמעט אַזוי ווי מ׳האָט גערעדט אין רומעניע.

p
האָצמאַך (סטיוו סטערנער)

גאָלדפֿאַדען האָט זייער פּינקטלעך און פּרטימדיק, אויף אַ שרײַבערישן אופֿן באַשריבן יעדן פּאַרשוין פֿון זײַן פּיעסע, ווי ער וואָלט פֿאָרויסגעזען, אַז ס׳וועט קומען אַ צײַט, ווען דאָס אַלץ וועט פֿאַרשוווּנדן און פֿאַרגעסן ווערן. פֿאַר די הײַנטיקע טעאַטער־קינסטלערס איז עס אַן אוצר סײַ וואָס שייך דעקאָראַציעס, קאָסטיומען און די כאַראַקטערן.

ס׳איז ממש אַ ליטעראַרישע שילדערונג פֿון יעדן פּאַרשוין. אָט ווי גאָלדפֿאַדען באַשרײַבט, למשל, האָצמאַכס געשטאַלט: „אַ ייִד פֿון אַ יאָר 38. אַ קליין צעשויבערט בערדעלע מיט צוויי שפּיצן. צוויי פּיאות נישט גאַנץ לאַנג, אַ קאַשקעטל, דעם האַלדז אַרומגעבינדן מיט אַ קאָלירענדיקער פֿאַטשיילע. אַ לאַנגע קאַפּאָטע, טינקעלע הויזן, מיט אַ פּאָר שיך — טראָגט הינטער דעם אורעם אַ קעסטעלע מיט צעלניק. און אויף דער פּלייצע אַ טיוק מיט סחורה, אײַנגעוויקלט אין אַ לײַנוואַנד. ער גייט אײַנגעבויגן אין אַ זײַט‟.

ווי גרויס איז געווען גאָלדפֿאַדענס השפּעה אויף דער ייִדישער גאַס און אויף דער ייִדישער שאַפֿונג, הערן מיר פֿון י. ל. פּרצעס ווערטער, געזאָגט צו אַלטער קאַציזנען: „זיי מיינען די נאַראָנים (קריטיקער), אַז מײַן רבי איז געווען מענדעלע. ס׳אַ ליגן, גאָלדפֿאַדען איז מײַן רבי‟ (לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור).

האָצמאַכס ראָלע שפּילט אין דער פֿאָרשטעלונג סטיוו סטערנער, נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער בינע אין ניו־יאָרק. זײַן ייִדיש איז אַ נאַטירלעכער און די שפּיל אַליין איז אַ שפּרודלדיקע. בכלל זײַנען די ראָלעס פֿון האָצמאַך און די ראָלע פֿון באָבע יאַכנע געוואָרן קלאַסישע ראָלעס, אַרײַנגעשריבן אין דער רשימה פֿון די בולטסטע געשטאַלטן אינעם אַלוועלטלעכן טעאַטער־רעפּערטואַר. דעריבער לייגן זיי אַרויף נאָך מער אַחריות אויף די אַקטיאָרן, וואָס נעמען זיך אונטער זיי צו שפּילן.

די באָבע יאַכנע איז איינע פֿון די פּאָפּולערסטע „מענערישע‟ ראָלעס אינעם ייִדישן טעאַטער. גאָלדפֿאַדען אין זײַן באַשרײַבונג פֿון די פּאַרשוינען שילדערט איר אויסזען און קליידער זייער פּרטימדיק, מיט אַלע פּישטשעווקעס, אַרויסצוּווײַזן דעם גראָטעסק פֿון דער „פּאַרשוינדרעכע‟, נאָך איידער זי עפֿנט איר שמוציקן פּיסק. איך ווייס נישט, צי די ראָלע האָט לכתּחילה געשפּילט אַ מאַן, אָבער אינעם קאָנטעקסט פֿון די מאָדערנע סעקסועלע באַציִונגען זעט עס אויס אַקטועל.

מאַרק אַלפּערט האָט די דאָזיקע „פּאַרשוינדרעכע‟ געכאַפּט מיט די ביינער. ער האָט נישט איבערגעבויגן דעם שטעקן מיט נאַרישע קאָזשלקעס און סטראַשונקעס. די סכּנה פֿון אַזעלכע באָבע יאַכנעס קומט אַרויס פֿון זייער פֿאַרפֿוילטן גײַסט, פֿון זייער פֿאַלשקייט, צבֿויאַקישקייט, פֿאַרשטעלט מיט גוטע רייד און כיטרע קונצן.

p
די פֿינאַל־סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג “די כּישופֿמאַכערין”

אײַנפֿאַלעריש זעט אויס דער געדאַנק אויסזעצן דעם אָרקעסטער פֿאַר דער בינע, כּלומרשט אין אַן אָרקעסטער־גרוב, ווי ס׳האָט זיך געפֿירט אין די אַמאָליקע צײַטן אין די מוזיקאַלישע טעאַטערס.

וואָס זשע האָט גענאָסן דער ניו־יאָרקער ייִדישער טעאַטער־עולם? כ׳בין זיכער, אַז די אויפֿפֿירער פֿון דער רעסטאַוורירטער „כּישופֿמאַכערין‟ האָבן די פֿראַגע געשטעלט פֿאַר זיך אויך. פּונקט ווי מיט 140 יאָר צוריק קומט הײַנט אינעם ייִדישן טעאַטער אַ היפּשע צאָל אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַליין אַ געבוירענער און דערצויגן אין יענע מקומות, וווּ אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט געלייגט דעם יסוד פֿון ייִדישן טעאַטער, פֿאַרשטיי איך, אַז מיר שיידן זיך זייער אונטער פֿון יענעם דור ייִדן, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון די צאַרישע פּאָגראָמען. די איצטיקע אימיגראַנטן טראָגן נישט אין זיך די בענקשאַפֿט נאָך דער „אַלטער היים‟, זיי קענען געציילטע ייִדישע ווערטער, אָבער דער קלאַנג פֿון ייִדישער מוזיק און ייִדישן וואָרט, וועקט נאָך אין זייערע אַסימילירטע נשמות אויף אַ בענקשאַפֿט נאָך אַ מעשׂהדיקער וועלט, וואָס זיי האָבן נישט געקענט און וואָס איז נעלם געוואָרן ווי אַ חלום.

דער אַנדערער מין עולם, די הי־געבוירענע ייִדן, קומען אויך צו שעפּן זייער חלק בענקשאַפֿן נאָך זייער טאַטע־מאַמעס היים. ייִדיש און די קולטור אויף ייִדיש איז פֿאַר זיי אויך אַן אונטערגעגאַנגענע מעשׂהדיקע וועלט, פּונקט ווי זייער קינדשאַפֿט. די אויבערקעפּלעך איבער דער בינע — אויף ענגליש און אויף רוסיש פֿאַראייניקן ביידע טיילן פּובליקום. ייִדיש בלײַבט אויף דער בינע אַליין, ווי די יתומה מירעלע מיט איר אייביק־טרויערדיקער ליד: „אוי, איר ייִדן, בני־רחמנים, / אַ גוט האַרץ איז דאָ בײַ אײַך…‟

דעצעמבער, ברוקלין, 2019

בילדער: properpix.jpg

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s