יעווגעני קיסין
אױגוסט 15
לאַנג ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן, אײַנגענומען מעלאַטאָנין 2.15 אַ זײגער, אײַנגעשלאָפֿן נאָך 3, אױפֿגעװאַכט זיך נאָך 6, װידער אײַנגעשלאָפֿן צו 9 און אױפֿגעכאַפּט זיך 3 אַ זײגער בײַ טאָג… פֿאַרשפּעטיקט זיך אױף די פּראָצעדורן.
אַ. האָט מיר צוגעשיקט עטלעכע פֿאָטאָגראַפֿיעס: זי מיט איר 80–יעריקער מאַמען (אָך, װי שײן און חנעװדיק איז איר מאַמע אַמאָל געװען!) זײַנען געגאַנגען אױף דער דעמאָנסטראַציע דעם 10טן אױגוסט [1]. אַ. שרײַבט: „שטעל זיך פֿאָר: איך האָב זיך צוגעגרייט מיט אַלע פּיטשעווקעס — גענומען מיט זיך װאַסער, װאַסערשטאָף פּעראָקסיד, בינטן, מאַסקעס, אױב מ׳װעט עפּעס פֿאַרשפּרײטן, און אַפֿילו שװים–ברילן, טאָמער מ׳װעט אױסניצן טרערן–גאַז, כּדי כאָטש אײנער זאָל קאָנען אַרױספֿירן דעם אַנדערן. און דעם טעלעפֿאָן–נומער פֿון אָװעדע–אינפֿאָ [2]. דער מיטינג איז געװען דערלױבט, נאָר עס האָבן געקאָנט זײַן פּראָװאָקאַציעס. אױפֿן דאַך האָבן דעזשורעט סנײַפּערס (מע קאָן זײ זען אױף די פֿאָטאָגראַפֿיעס). נאָר אַלץ איז דורכגעגאַנגען גלאַט, און מיר זײַנען אַװעק צו דער צײַט, באַװיזן אױסצומײַדן דעם המון. עס זײַנען געװען 50000 מענטשן!‟.
50000… דװקא די זעלבע צאָל מענטשן איז נײטיק געװען מיט 28 יאָר צוריק, כּדי צו באַזיגן די פּוטשיסטן, — נאָר דעמאָלט איז די סיטואַציע געװען, אַװדאי, גאָר אַן אַנדערע…
קאַרינאָטשקע האָט מיר איבערגעשיקט די װידעאָ–רעקאָרדירונג פֿון פּאַװליקס [3] טרעפֿונג מיט די צושױערס. אײַ, איז ער אַ מאָלאָדיעץ! אַ קלוגער, אַן ערנסטער, אַ גאַנצהײטלעכער און באמת אַן אינטעליגענטער מענטש; װי מע זאָגט, „אַ מענטש פֿון דער אַלטער שול‟.
געגאַנגען אױף אַ װײַטן (4.5 קילאָמעטער) שפּאַציר אין װאַלד. אױפֿן ראַנד פֿונעם װאַלד איז דאָ אַ צעשפּרײטע „אױסשטעלונג‟ פֿון היגע באַרג–מינים, װי אױך אַ סימבאָלישער צװינטער אין אָנדענק פֿון די מאַריענבאַדער מיליטער–לײַט, אומגעקומענע אין דער ערשטער װעלט–מלחמה (אײניקע פֿון זײ — אין רוסלאַנד). „אױ, די מלחמות, די מלחמות! דאָס איז, הערט איר, גאָר אַ שחיטה פֿאַר דער װעלט!‟… אין מיטן װאַלד איז פּלוצעם צוגעפֿאָרן צו מיר אַן אױטאָ און האָט זיך אָפּגעשטעלט — אַ רוסיש–רײדנדיק פּאָרל, וואָס האָט מיך דערקענט און פֿאָרגעלייגט צוצופֿירן, װוּהין איך דאַרף!
אין אָװנט האָבן מיר געטראָפֿן… נאַטאַשע טשערקעס! זי האָט זיך אױך אָפּגעשטעלט אין אונדזער האָטעל ביזן 22סטן, און איז געקומען אַהער בלױז מיט אײן טאָג פֿריִער פֿון אונדז. זי איז דאָ אױך צום ערשטן מאָל. מיר האָבן זי שוין לאַנג ניט געזען…
פֿאַרן שלאָפֿן בין איך װידער געגאַנגען אױף אַ שפּאַציר, דאָס מאָל איבער דער שטאָט, און געטראַכט די גאַנצע צײַט װעגן דעם, אַז מע װעט פֿאָרט ניט אַרײַנלאָזן טלאַיִב און אָמאַר אין ישׂראל. אַ מין טיפּשות… יאָ, טראַמפּ האָט אָנגעדריקט אױף נתּניהו, זאָגנדיק: „װײַזט ניט אַרױס קײן שװאַכקײט!‟. נו, װאָס נאָך קאָן מען דערװאַרטן פֿון אַ נקמה-דורשטיקן פּאַרשוין, װאָס רופֿט אָן די פּרעסע „שׂונא פֿונעם פֿאָלק‟. אין דער אמתן אָבער, דװקא דאָס ניט אַרײַנלאָזן עמעצן אין לאַנד אַרײַן איז אַ שװאַכקײט! ס׳איז דאָך אַן עכט סאָװעטישער צוגאַנג! עס זײַנען פֿאַראַן בײַשפּילן פֿון מענטשן, װאָס האָבן זיך תּחילת פֿײַנטלעך באַצױגן צו ישׂראל, און נאָכן באַזוכן די ייִדישע מדינה האָבן זיי געענדערט זײערע באַציִונג צום לאַנד: ניקי לאַרקין, קאַסים האַפֿיז. אַפֿילו מײַן באַקאַנטע, װאָס איך האָב שוין פֿון לאַנג פֿאַרעפֿנטלעכט מײַן „ניט–געשיקטן בריװ‟ צו איר אױף מײַן װעבזײַט, פֿלעגט פֿריִער זאָגן, אַז דער מערבֿ מוז באַזײַטיקן שרונען פֿון דער מאַכט; אַז אַראַפֿאַט איז אַ „נעבעך‟, און שרון — „אַ פֿאַרברעכער‟, — האָט זי נאָכן באַזוכן ישׂראל צום ערשטן מאָל מיר אָנגעשריבן, װי אַנציקט זי איז פֿון די ישׂראלים, װאָס זײַנען געצװוּנגען צו לעבן אין כּסדרדיקער סכּנה מחמת דעם קאָנפֿליקט מיט דער אַראַבישער װעלט! כ׳װייס ניט, צי ביבי האָט געקאָנט טאָן עס קעגן טראַמפּן, האָבנדיק אין זינען טראַמפּס אונטערהאַלטן ישׂראל… במילה איז עס אַ בושה: ערשט־אָ האָט די רעגירונג אַנאָנסירט אײן באַשלוס, און מיט צװײ טעג שפּעטער, נאָכן דרוק מצד דעם פֿעטער סעם — אַ פֿאַרקערטן. אַזאַ אויפֿפֿיר שפּילט דאָך צו יענע, װאָס טענהן, אַז ישׂראל איז כּלומרשט אַ מאַריאָנעטקע פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן. איך געדענק, װי אײנער אַ סאָװעטישער שרײַבער האָט אין אַן אַרטיקל װעגן זײַן נסיעה קײן ישׂראל דערצײלט װעגן זײַן שמועס מיטן אַרכימאַנדריט פֿון דער רוסישער פּראַװאָסלאַװנער מיסיע אין ירושלים, און יענער האָט אים געזאָגט: „װען ישׂראל װאָלט מער געטראַכט װעגן אירע אײגענע אינטערעסן, װי װעגן די אַמעריקאַנישע, װאָלט געװען גרינגער צו לײזן די מיטל–מיזרח פּראָבלעם.‟ דאָ האַנדלט זיך, אַװדאי, ניט װעגן די אַמעריקאַנישע, נאָר װעגן טראַמפּס פּערזענלעכע אינטערעסן…
להבֿדיל, װאָס זשע לײענט מען הײַנט פֿון דער תּורה? „און מיר האָבן אין יענער צײַט באַצװוּנגען זײַנע שטעט, פֿאַרװיסט איטלעכע שטאָט, מענער און װײַבער און קלײנע קינדער; מיר האָבן ניט געלאָזט אַן איבערבלײַב.‟ רש״י גיט ניט קיין דערקלערונגען, בלויז פֿאַרפּינקטלעכט אײניקע פּרטים. אין דער סאָנטשינאָ אױסגאַבע װערט געזאָגט: „די בני–ישׂראל, פֿילנדיק די אוממיטלבאַרע אָנװעזנהײט פֿון גאָט, האָבן באַטראַכט יעדן שׂונא, װאָס האָט ניט דערלױבט זיי אױסצופֿילן גאָטס באַפֿעל, װי אַן אױפֿשטענדלער קעגן דעם בורא…‟ אױסגעצײכנט: די װײַבער און קלײנע קינדער האָבן, הײסט עס, אױך „ניט דערלױבט‟ און דערפֿאַר „באַטראַכט‟ געװאָרן „װי אױפֿשטענדלער קעגן דעם בורא!‟ — און דער בורא גופֿא האָט, אַפּנים, ניט געהאַט קעגן דעם גאָרנישט… „די פֿאַרטײַטשנונג פֿונעם געזעץ, װאָס האָט פֿאַרפֿליכט טאָטאַל צו פֿאַרניכטן די כּנענישע שבֿטים, זעט דעם קאָמענטאַר צו דבֿרים 20:18‟.
װאָס זשע דערקלערט יענער קאָמענטאַר? דבֿרים 20:18 זאָגט: „כּדי זײ זאָלן אײַך ניט לערנען צו טאָן אַזױ װי אַלע זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן צו זײערע געטער, און איר װעט זינדיקן צו יהוה אײַער גאָט.‟ אינעם קאָמענטאַר װערט ציטירט די תּלמודישע דערקלערונג: „דער דאָזיקער פּסוק װײַזט בפֿירוש אָן אױף דעם, אַז די אײַנװױנער פֿון כּנען זאָלן ניט װערן פֿאַרניכטעט אין דעם פֿאַל, אױב זײ װעלן זײַן מסכּים אױפֿהערן צו דינען געצן און אָפּהיטן די מנהיגים, װאָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט דעם.‟ נו, דער דאָזיקער קאָמענטאַר װײַזט בפֿירוש אָן אױף דעם, אַז די מחברים פֿון תּלמוד זײַנען געװען, װי באַװוּסט, אױף אַ העכערן ניװאָ פֿון הומאַנישקייט, װי יענע פֿון תּנך.
אינעם 20סטן יאָרהונדערט אָבער װאָלט געװען נאַטירלעך אַ טראַכט צו טאָן, אַז דער דערבאַרעמדיקער גאָט האָט גיכער געזאָלט זאָגן אַזױ: „לערנט זיך ניט פֿון זיי אַלע זײערע אומװירדיקײטן… זינדיקט ניט צו יהוה אײַער גאָט‟. זעט אויס, אַז דער אױטאָר פֿון די סאָנטשינאָ קאָמענטאַרן האָט ניט געהאַט װאָס צו זאָגן נאָך…
אױגוסט 16
געלײגט זיך שלאָפֿן 10.30, אױפֿגעכאַפּט זיך נאָך האַלבער נאַכט און װידער אײַנגעשלאָפֿן כּמעט אין דער פֿרי. ס׳האָט זיך מיר געחלומט, אַז די נאַציסטן זײַנען געקומען צו דער מאַכט און מיר, אַלע ייִדן פֿון אונדזער הױז (װאָס האָט אינעװײניק אױסגעזען ענלעך אױף דער ניו–יאָרקער „אַנסאָניע‟, װוּ מיר האָבן אַ װױנונג), האָבן זיך באַזעצט מיט אונדזערע זאַכן אין אײן צימער אונטער דער סטעליע…
געפֿילט זיך מיד דעם גאַנצן טאָג. געגאַנגען אױף פֿיר פּראָצעדורן. שפּאַצירט אינעם גרױסן פּאַרק און אין אָװנט — איבער דער שטאָט. אַזאַ קלײנע שטאָט — און אַזױפֿיל גדולים זײַנען דאָ געװען: געטע, װעבער, גאָגאָל, שאָפּען, װאַגנער, גאָנטשאַראָװ, ברוקנער, יאָהאַן שטראַוס, איבסען, מאַרק טװען, דװאָרזשאַק, ניצשע, פֿרויד, מאַלער, שניצלער, גאָרקי, צװײג, קאַפֿקאַ! װי בײַ מאַיאַקאָװסקין [5]: „דער אײנציקער געדאַנק איז הײַנט מיר ליב: אַז אָט–אָ–די–אָ כװאַליעס האָבן קאָלאָמבוסן געכאַפּט, אַז אין אָט–אָ–דעם–אָ װאַסער פֿון קאָלאָמבוסעס שטערן האָבן אַראָפּגערונען פֿון שװײס מידע טראָפּנס…‟
באַקומען אַן ענטפֿער פֿון אַ. קוזניעצאָװן [6]; מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך אים איבערגעשיקט אַן אָפּשיק אױף אַ װעבזײַט מיט פֿיל געשיכטע־ביכער און געפֿרעגט, װעלכע פֿון זײ זײַנען גוט, און װעלכע ניט. ער האָט מיר רעקאָמענדירט: וועגן די „אומרויִקע צײַט‟ — ר. סקריניקאָװ און קלאַסישער פּלאַטאָנאָוון. און אויסער דער רשימה — זימינס „ערבֿ די גרױזאַמע דערשיטערונגען‟; װעגן די סלאַװן — די ביכער פֿון טרעטיאַקאָװן; װעגן די שומערן — פֿון דיאַקאָנאָװן און קראַמערן, װעגן די פֿאַרבינדונגען צװישן רוסן און סקאַנדינאַװיע — פֿון טיכאָמיראָװן, מעלניקאָװאַ און טאָלאָטשקאָ, װעגן דעם מיטלאַלטער — פֿון גורעװיטשן און װעגן רוסלאַנד אינעם 18טן יאָרהונדערט — פֿון אַניסימאָװן און קאַמענסקין. געוויס האָב איך געקענט סקריניקאָװן, דיאַקאָנאָװן, קראַמערן און גורעװיטשן, נאָר די אַנדערע — ניט. איבערגעפּאָמפּעט זײערע ביכער אױף מײַן אײַפֿאָן.
אױגוסט 17
אײַנגענומען אַ שלאָפֿמיטל און געלײגט זיך שלאָפֿן 10.45, נאָר אױפֿגעכאַפּט זיך פֿרי און לאַנג ניט געקאָנט װידער אײַנשלאָפֿן…
מומע מאַרינע און זאַראָטשקע זײַנען אָנגעקומען. כ׳האָף, אַז מומע מאַרינען װעט דאָ געפֿעלן װערן!

װידער גענומען אַ מינעראַל–װאַנע. הײַנט האָט גערעגנט, דעריבער האָב איך זיך פֿאַרנומען מיט דער פּאָסט, װאָס כ׳האָב געהאַט מיטגעבראַכט אַהער. דערנאָך האָב איך שפּאַצירט לענגױס דער הױפּט–גאַס און געזען דאָרט (אין מיטן גאַס) אַ דענקמאָל לזכר די מאַריענבאַדער ייִדן און דער סינאַגאָגע, אױפֿגעבױט אין 1884 און פֿאַרברענט אין 1938. גאָר ניט קײן גרױסער גרױער דענקמאָל, אױבן — אַ הײַפֿל שטײנדעלעך, אונטן — אַ פֿאַרלאָשענע שװאַרצע װעקסענע ליכט און אַ קערבעלע בלומען. הײסט עס, אַז גלײַך נאָכן באַקומען די סודעטן האָבן די נאַציסטן פֿאַרברענט די שול…
אַ מאָל, װען די עסטרײַכיש—אונגאַרישע אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן און די טשעכן (װי אױך אַנדערע פֿעלקער) האָבן געקראָגן זייער אומאָפּהענגיקײט, האָבן זײ אָנגעהױבן אונטערדריקן די סודעטישע דײַטשן, שטאַמברידער פֿון זײערע געװעזענע אונטערדריקערס. דעריבער, װען היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, זײַנען די סודעטישע דײַטשן געװאָרן זײַנע אָנהענגערס, און געװען ביז גאָר גליקלעך, װען ער האָט פֿאַראײניקט די סודעטן מיט דײַטשלאַנד. מיט עפּעס–און–זיבעציק יאָר שפּעטער, נאָך דער צעפֿאַלונג פֿון דער סאָװעטישער אימפּעריע, האָבן די אוקראַיִנער און די לעטן גענומען דיסקרימינירן די רוסן. דער סוף איז געווען, אַז פּוטין האָט אָפּגעכאַפּט דעם האַלב־אינדזל קרים. די קרים–אײַנװױנערס זײַנען געװען אין אײפֿאָריע נאָך דער אַנעקסיע פֿונעם האַלב–אינדזל, און אין מיזרח–אוקראַיִנע װילן די רוסן, אַז די דאָזיקע לענדער זאָלן אױך װערן אַ טײל פֿון רוסלאַנד.
די געשיכטע חזרט זיך איבער מיט איין אונטערשײד: ווי אַן ענטפֿער אױף היטלערס אַגרעסיע האָבן די מערבֿדיקע דעמאָקראַטיעס דערקלערט אים (כאָטש ניט באַלד) אַ מלחמה און אים באַזיגט. אין לעצטן סך–הכּל האָבן די טשעכן אַרױסגעטריבן די דײַטשן פֿון די סודעטן און געקראָגן דאָס דאָזיקע לאַנד צוריק. זײ האָבן אַפֿילו געטײט עטלעכע הונדערט דײַטשן, אײַנשליסנדיק קינדער, — און װאָס קאָן זײַן שרעקלעכער און פֿאַרברעכערישער װי אומישנע דערמאָרדן קינדער?! און דאָך, קײנער דערמאָנט זיך איצט ניט אין דעם, און קײן דײַטש װאַגט ניט פּרעטענדירן אױף די סודעטן, װײַל דער קאָנסענסוס פֿון דער ציװיליזירטער װעלט איז אַזאַ: זײ האָבן זיך געשטעלט אױף היטלערס צד — זײ זײַנען באַשטראָפֿט געװאָרן. ניט װיכטיק, װאָס זײ האָבן געהאַט געליטן אין די צײַטן פֿון מאַסאַריקן: אונטערהאַלטן אַ דיקטאַטאָר און אַ מערדער טאָר מען ניט!
איצט אָבער סטײַעט ניט דעם מערבֿ קײן כּוחות צו פֿירן מלחמה מיט פּוטלערן. אַװדאי װעט זײַן רעזשים פֿריִער צי שפּעטער זיך צעפֿאַלן, נאָר די אָנהענגערס זײַנע, סײַ אין און סײַ אױסער רוסלאַנד, װעלן בלײַבן אומבאַשטראָפֿט…
יורע האָט צוגעשיקט זײַן אַרטיקל, איבערגעזעצט אױף ענגליש, וואָס כ׳האָב איבערגעשיקט צו פֿאַרשײדענע מענטשן. ר. האָט געענטפֿערט, אַז יאָ, ס׳איז זײער שלעכט, און װאָס מער מע פּראָטעסטירט אין רוסלאַנד, אַלץ אַגרעסיװער װערט פּוטין אין אױסלאַנד. נו, פֿון װאַנען קומט אַזאַ רעאַקציע, אַזאַ באַציִונג?! זי איז דאָך ניט באַגרינדעט אױף קײן שום רעאַלע פֿאַקטן: כּסדרדיקע מאַסן–פּראָטעסטן זײַנען געװען אין רוסלאַנד סוף 2011־אָנהײב 2012: מער װי דרײַ יאָר נאָך דער מלחמה מיט גרוזיע און צװײ יאָר פֿאַרן אַנעקסירן דעם קרים! מיט עטלעכע יאָר צוריק, װען דער קריג אין אוקראַיִנע איז שױן געװען אין פֿולן ברען, האָט ר. מיר געזאָגט, אַז מ׳דאַרף העלפֿן פּוטינען אַרױסגײן פֿון דער איצטיקער סיטואַציע (גלײַך װי פּוטין האָט עס געװאָלט!), און אַז די סאַנקציעס ברענגען צו קעגנזעצלעכע רעזולטאַטן. איך האָב בלױז אײן דערקלערונג: ס׳איז דער זעלבער אַלטער אינסטינקטיװער שרעק פֿאַרן אַרײַנטרײַבן דעם אַגרעסאָר אין כּעס. אַפֿילו נאָך נאַציזם און קאָמוניזם האָט מען אין דער פֿרײַער װעלט, װײַזט אױס, נאָך אַלץ ניט פֿאַרשטאַנען דאָס, וואָס אונדז, די געװעזענע „סאָװעטישע‟, איז קלאָר װי דער טאָג: אַז מיט אַזעלכע, װי פּוטין, דאַרף מען קעמפֿן מיט אַלע כּוחות סײַ „פֿון אינװײניק‟, סײַ „פֿון דרױסן‟, װײַל כּוח איז דאָס אײנציקע, װאָס זײ זײַנען פֿעיִק צו פֿאַרשטײן.
„… און איך האָב געבעטן צו גאָט אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: גאָט דו האַר לאָמיך אַריבערגײן, איך בעט דיך, און לאָמיך זען דאָס גוטע לאַנד װאָס אױף יענער זײַט ירדן, דאָס דאָזיקע שײנע געבערג, און דעם לבֿנון. אָבער גאָט האָט געצערנט אױף מיר פֿון װעגן אײַך, און האָט זיך ניט צוגעהערט צו מיר; און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: גענוג דיר! זאָלסט מער ניט רעדן צו מיר װעגן דער דאָזיקער זאַך.‟ דאָ ציטירט רש״י צװײ תּלמודישע דערקלערונגען פֿון די װערטער „גענוג דיר‟. אײנע פֿון זײ זאָגט: „אַ סך מער איז צוגעגרײט פֿאַר דיר, גרױס איז דאָס װױל, אױסבאַהאַלטן פֿאַר דיר.‟ נאָר אױב אַזױ, איז פֿאַר װאָס זשע האָט גאָט עס געזאָגט, װײַל ער האָט געצערנט אױף משהן? װוּ איז די לאָגיק?
[1] 10ער אויגוסט, 2019 — דער גרעסטער פּאָליטישער מיטינג אין מאָסקווע, אָרגאַניזיזרט דורך דער אָפּאָזיציע [2] אָוודע־אינפֿאָ (ОВД-Инфо) — ניט־מלוכישע רעכטפֿאַרטיידנדיקע מעדיאַ־אָרגאַניזאַציע אין רוסלאַנד
[3] פּאַװעל ליובימצעװ, (ליבערמאַן, 1957), — קאַרינעס האַלב–ברודער; באַקאַנטער אַקטיאָר און רעציטאַטאָר
[4] וולאַדימיר מאַיאַקאָװסקי (1893־1930) — רוסישער סאָוועטישער פּאָעט
[6] אַלעקסײ קוזניעצאָװ (1968) — רוסלענדישער היסטאָריקער