לאַפּסוס־קאַקטוס — 27

לאַנגדויער

דער מענטש לעבט אין דרײַ צײַט־אָפּשניטן — הײַנט, נעכטן און מאָרגן. אינעם הײַנט לעבט ער פֿיזיש; דער נעכטן בלײַבט לעבן אין זײַן זכּרון; און זײַן מאָרגן ווערט געבוירן פֿון זײַן טרוים, וויזיע, פֿאַנטאַזיע…

וועגן דער איצטיקייט טענהן די חכמים: „אם לא עכשיב אימתי?‟ (אויב נישט איצט, איז ווען?); „וועגן מאָרגן — זאָל זיך גאָט זאָרגן!‟, און וועגן פֿאַרגאַנגענהייט זיפֿצט מען: „ נאָך אַ מאָל הײַנט איז ניטאָ! מה שעבֿר עבֿר!‟

כ׳האָב לעצטנס געלייענט, אַז זינט בראשית אָן, זינט „יום אַחד‟, גייט די איצטיקייט אָן כּסדר, מחמת דער אייבערשטער הערט נישט אויף צו שאַפֿן…

דער שרײַבער — אַ באַשאַפֿער פֿון זײַן ליטעראַרישער וועלט, לעבט און שאַפֿט אין הײַנט, אָבער זײַן „גאָלדענע פּאַווע‟, די מוזע, האַלט אין איין אַרומזוכן אין די „נעכטיקע טעג‟. אינעם נעכטן געפֿינט ער זײַנע געשטאַלטן און געשעענישן; פֿונעם נעכטן באַטראַכט ער דעם הײַנט און זאָרגט וועגן דעם מאָרגן. דער שרײַבער, ווי אַ קאָראָמיסל, טראָגט אויף זײַנע אַקסלען און „פֿאַרברידערט געווען און פֿאַראַן‟.

דער שרײַבער, בעת זײַן שאַפֿן, ווערט אַ פֿאַרמיטלער פֿון אַלע דרײַ צײַטן. אין אים, ווי אין אַ רגע, פּרעסט זיך אײַן די אייביקייט:

די אָפּגעשיידטע רגע, ביסט געגליכן צו דײַן שוועסטער,
מיליאָנען ליכטיאָרן פֿאָרויס. אַ קלאַנג פֿון אַן אָרקעסטער
איז לײַכטער צו פֿאַרזיגלען אין דער לופֿטן, צי פֿאַרשליסן,
ווי אומצוקערן דיך אַ רגע צו דער ערד און וויסן

ביסט ווידער מײַנע…
(אַבֿרהם סוצקעווער)

אַ קינסטלער, ווי באַקאַנט, נעמט אויף די וועלט, בתוכם די צײַט, דורך געשטאַלטן. אָט ווי עס שילדערט דעם לאַנגדויער פֿון צײַט אַן אַנדער אונדזער גרויסער פּאָעט, שמואל האַלקין. דורך דעם געשטאַלט פֿון אַ וואָלקן גיט ער איבער אַ בראשיתדיק בילד פֿון באַשאַפֿן די וועלט.

דער וואָלקן, וואָס פֿון טונלקייט הייבט אָן זײַן לעבן
און וואָגלענדיק בלײַבט יונג, און בלאָנדזשענדיק ווערט אַלט,
ווען ער פֿאַרשלינגט דעם מולד און אין זיך באַהאַלט
אין איינעם מיטן וואַך־שטערן, וואָס ברענט דערנעבן,

ווער וועט דעם וואָלקן חושד זײַן אין דעם,
/ אַז ליב איז אים צו האַלטן זיי אַ נאַכט אין קלעם?/ 
אַ קינד אין וויג, מיר דאַכט, עס ווייסט: / 
דאָס זוכט דער וואָלקן זיך בײַ נאַכט אַ טרייסט,
ווײַל ווי די טונקלקייט זאָל אים ניט זײַן,
/ ער וויל, אַז ערגעץ טיף אין אים זאָל ליכטיק זײַן…

(וואָלקן)

די גרעסטע טרייסט און דער גרעסטער זכות פֿון אַ קינסטלער איז צו טראָגן אַ גלייבונג (אפֿשר אַ נאַיִווע גלייבונג פֿון אַ קינד), אַז ער איז מסוגל מיט זײַן שאַפֿן, זיך אומצוקערן אין נעכטן, כּדי פֿון זײַן הײַנטיקן קוקווינקל, אַרויסברענגען פֿאַר זײַנע מיטצײַטלער די באַגאַנגענע בראָכן. אפֿשר וועט מען זיי, די בראָכן, אין דער צוקונפֿט מער נישט באַגיין.

די פֿראַגע, געשטעלט אַמאָל פֿון שעקספּירס האַמלעט: „זײַן, צי נישט זײַן?‟ — האָט אַוודאי צו טאָן מיט לאַנגדויער פֿון צײַט. איך מיין, אַז יעדער קינסטלער, ווען ער ווערט רײַף עס צו פֿרעגן בײַ זיך, פֿרעגט. שוין בײַם אונטערגאַנג פֿון זײַן לעבן האָט דער דיכטער מאיר חרץ אויך געזוכט אַן ענטפֿער אויף אָט דער אייביקער פֿראַגע:

איך בין נישט געווען און וועל ווידער נישט זײַן,
איז וואָס געשען צווישן נישט געווען און נישט זײַן?
צווישן נישט געווען און נישט זײַן איז גאָרנישט געשען.
כ׳האָב נאָר באַוויזן צו טאָן אַ פֿרעג
אַן אַלטיטשקן אויף אַן אַלטן וועג:
— וואָס טראַכסטו, זיידעשע, וועגן דעם
אַצינד בײַם סוף פֿון דײַנע טעג —
זײַן, צי נישט זײַן?
און ס׳האָט דער אַלטיטשקער געזאָגט:
— בעסער צו זײַן און צו זען
בײַ דער שײַן פֿונעם טאָג דעם נישט זײַן.

לאַפּסוס־קאַקטוסкактус

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s