
עמיל קאַלין
דעמאָלט, צוריק מיט יאָרן, פֿלעג איך אָפֿט פֿאַרברענגען די אָוונטן בײַ מײַן זיידן. עס זענען געווען צוויי סיבות דערפֿאַר: די ערשטע, די אָפֿיציעלע סיבה איז געווען די אַטמאָספֿער — די שטילקייט און די אָפּגעזונדערטקייט, וואָס האָבן געהערשט אין מײַן לערן-צימער, האָט מיר דערמעגלעכט „צולייגן דעם קאָפּ‟, זיך קאָנצענטרירן בעסער בשעתן צוגרייטן זיך צו די מאַטורע־עקזאַמענס. זיי האָבן זיך דערנענטערט מיט צו גיכע טריט.
די צווייטע, אומאָפֿיציעלע סיבה איז געווען די פֿרײַהייט; אין מײַן זיידנס דירה בין איך געווען ווײַט פֿון דער מאַמעס זאָרגפֿולן בליק, וואָס האָט נאָכגעפֿאָלגט מײַן יעדן טריט, זינט דעם מאָמענט, ווען איך, נאָך אַ פּיצעלע, האָב זיך געשטעלט אויף די אייגענע פֿיס.
בײַ דעם זיידן האָט קיינער נישט אַכטונג געגעבן אויף מײַן לערנען. איך האָב געקענט זיך צעלייגן אויף דער סאָפֿע און קוקן טעלעוויזיע וויפֿל איך האָב נאָר געוואָלט; רעדן שעהען לאַנג אויפֿן טעלעפֿאָן; זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט… עס האָט קיינעם נישט געאַרט.
איין אָוונט אַ וואָך פֿלעגן קומען קרובֿים צו „מאַכן אַ קערטל‟. איין קרובֿ, אַ שוועסטערקינד פֿון אַ שוועסטערקינד, אַ פֿאַרברענטער קאָרטנשפּילער, האָט מען גערופֿן מיטן צונאָמען „גרויסער‟.
פֿאַר וואָס טאַקע „גרויסער‟?
אויסער דעם, וואָס ער איז געווען הויך-וווּקסיק, פֿלעגט מען זאָגט אויף אים, אַז ער איז אַ מענטש פֿון „דער גרויסער וועלט‟. ער האָט געלערנט אין אוניווערסיטעט און געקענט אויכעט אַ ביסל דײַטש, הונגעריש און רומעניש.
„גרויסער‟ איז געווען, ווי מע זאָגט, אַ פֿרײַער פֿויגל.
ער האָט קיינמאָל נישט חתונה געהאַט, איז ער שטענדיק געווען אין וועג. אויסגעפֿאָרן „איבעראַל‟: געווען אין פֿראַנקרײַך, איטאַליע, האָלאַנד. ער האָט ליב געהאַט אַ טײַטל צו טאָן אין זײַן באַגילדטן האַנט-זייגער און זיך גרויסן, אַז ער האָט אים געקויפֿט פֿאַר אַ שיבוש אין שטאָקהאָלם אָדער אין מאַדריד.
געוויינטלעך, פֿלעגט ער ברענגען מיט זיך אַ זשורנאַל אויף אונגעריש אָדער רומעניש, אָנגעפּיקעוועט מיט פֿילפֿאַרביקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון שיינע פֿרויען אייניקע אָנגעטאָן אין פּיצינקע שווים-קאָסטיומען.
די קרובֿים זענען געווען פֿאַרטאָן אין זייער „פּאָקער‟, געווישט די שטערנס, זיך געאַמפּערט איבער נישטיקע זאַכן, און איך בין געזעסן איינער אַליין אויף דער קאַנאַפּע און געפֿירט דעם בליק איבער די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די שיינע פֿרויען, אומעטיק באַטראַכט די זאָרגלאָזע שמייכלען און בלישטשענדיקע אויגן.
„אַ בילד-שיינע פֿרוי!‟ — האָט זיך עמעצער, פֿאָנפֿענדיק, אָנגערופֿן הינטער מיר און אַ הייסער אָטעם האָט זיך אַראָפּגעקײַקלט אויף מײַן נאַקן.
דאָס האָט גערעדט „גרויסער‟. ער האָט לאַנג באַטראַכט די פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון „מיס אַמעריקע‟ דורך די האַלב-טונקעלע שײַבעלעך פֿון זײַנע פֿירקאַנטיקע ברילן.
פֿון זײַן מויל האָט זיך געטראָגן אַ געשטאַנק פֿון אַ ביליק ציגאַרעטל.
„און דו, דו האָסט אַ מיידל?‟ — האָט ער בײַ מיר געפֿרעגט מיט אַ סודותפֿולן שמייכל.
„שוין נישט!‟, — האָב איך געלײַגט אומפֿאַרשעמט, — „מיר האָבן זיך צעשיידט. זי האָט מיר צו פֿיל געדרייט דעם קאָפּ‟.
צו יענער צײַט האָב איך נאָך נישט געהאַט קיין שום קאָנטאַקט מיטן שענערן מין.
„גרויסערן‟ איז געפֿעלן געוואָרן מײַן אײַנפֿאַל. ער האָט זיך צעלאַכט, פּאַטשנדיק מיט די הענט ווי אַ קינד וואָס פֿרייט זיך מיט אַ מתּנה. אָבער תּיכּף איז זײַן פּנים געוואָרן ערנסט. ער האָט געפֿאָכעט מיטן ווײַזפֿינגער און געשעפּטשעט אין מײַן אויער: „בעסער נישט מישן פֿאַרגעניגן מיט געפֿילן. אַז מע וויל ביידע, האָט מען נישט קיין פֿאַרגעניגן, און די געפֿילן… זיי זענען גוט נאָר פֿאַר אַרטיסטן‟.
ער האָט זיך פֿאַרטראַכט אַ רגע.
„ביסט אַ מאָל געווען בײַ מיידלעך?‟ — האָט ער זיך אינטערעסירט.
„יאָ‟, — האָב איך זיך געהערט זאָגן.
„גרויסער‟ האָט פֿאָרגעשלאָגן, אַז אויב איך בין נישט פֿאַרנומען, זאָל איך גיין מיט אים צו „די מיידלעך‟ אין אַ וואָך אַרום. איך האָב צוגעשטימט. אין דער אמתן, האָט די גאַנצע אַוואַנטורע מיר אויסגעזען „צווייפֿלהאַפֿטיק‟, נאָר דער נײַגער און גלוסטעניש האָבן גובֿר געווען די קווענקלענישן.
אַ וואָך איז אַריבער. איך און „גרויסער‟ זענען געפֿאָרן אין אַן אָנגעפּאַקטן אויטאָבוס, וואָס האָט זיך קוים געשלעפּט אין דעם קריכנדיקן טראַפֿיק. איך האָב אומגעדולדיק געציילט די מינוטן ביז דער אויטאָבוס וועט זיך אָפּשטעלן בײַ די טויערן פֿון גן-עדן.
איך האָב געשמייכלט צו זיך אַליין; אַלע אידיאָטן, וואָס זענען שטעקן געבליבן פֿאַר מײַן פּנים, האָבן נישט קיין מינדסטע אַנונג, וווּ איך וועל באַלד זײַן. עס האָט מיר שטאַרק געצויגן צו דער פֿרוייִשער ווייכקייט און פֿולבלעכקייט, צו זייער פּאַרפֿיום.
איך האָב זיך געמאָלט רונדיקע בריסט, וואָס זענען אין-לשער גרויס און זאָגן צו אָן אַ שיעור פֿאַרגעניגנס; ווייכע ליפּן, הייסן אָטעם… דעם איידעלן גלעט, וואָס איז פֿול מיט תּאווה…
דער אויטאָבוס האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף אַלענבי־גאַס. מיר זענען אַראָפּגעגאַנגען און גלײַך פֿאַרקערעוועט אויף רעכטס. נאָך געציילטע טריט איז נישט פֿאַרבליבן קיין שפּור פֿון דער טומלדיקער הויפּט-גאַס און פֿאַר אונדז האָט זיך אַנטפּלעקט אַ שמאָל געסל.
די פֿיר, פֿינף־שטאָקיקע הײַזער זענען אָפּגעטראָטן און אַצינד האָבן באַגלייט אונדזערע טריט קליינע, באַשיידענע שטיבער. לעבן די טירן האָבן זיך קעץ מיט שטויביקע פֿעלן אומגעשטערט באַלעקט. אין די הויפֿן האָבן געבושעוועט טיף-גרינע, נידעריקע בוריאַנען און זון-פֿאַרשׂרפֿטע דערנער. עס זענען אונדז געקומען אַנטקעגן אַ לאָמער בענקל און צוויי ליידיקע פֿלעשער. די פֿלעשער האָבן זיך אָנגעשפּאַרט איין פֿלאַש צו אַ צווייטער, ווי שיכּורע גוטע-ברידער.
„גרויסער‟ האָט גערעדט האַלב צו מיר און האַלב צו זיך: „די הײַזער דאָ זענען פֿול מיט שיינע נקבֿות — סאַמע בעסטע, נישט ווי דער טינוף, וואָס וואַלגערט זיך אין תּחנה-מרכּזית. פֿאַר מײַן משפּחה — נאָר דאָס שענסטע און דאָס בעסטע!‟.
לעבן אַ בוים מיט אַ קרומען שטאַם און נאַקעטע צווײַגן האָט „גרויסער‟ געמאַכט אַ שפּאַן אין אַ קליינעם הויף אַרײַן, איבערגעהיפּערט דרײַ קליינע טרעפּ און אָנגעקלונגען בײַ אַ טיר, וואָס האָט אויסגעזען ווי אַלע טירן.
שוין זײַענדיק אינעווייניק, האָט זיך מיר אַנטפּלעקט אַ רויטע, ברייטע קאַנאַפּע אויף וועלכער עס זענען געזעסן דרײַ „מיידלעך‟. בײַ אַן אויפֿנעם-טיש איז געזעסן אַ קורץ-וווּקסיקע, לײַביקע פֿרוי. זי האָט אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו אונדז, צו דעם מאָדנעם פּאָרעלע, וואָס איז ערשט אַרײַנגעקומען, אַ ריר געטאָן מיט די טיף-רויטע ליפּן אונדז צו באַגריסן, אָבער די באַגריסונג איז איר שטעקן געבליבן אין האַלדז, ווײַל דער טעלעפֿאָן אויפֿן טיש האָט זיך צעקלונגען. זי האָט אויפֿגעהויבן דאָס טרײַבל און אַנשטאָט אַ שלום-עליכם, האָט זי גענומען אַרײַנשיסן אינעם טרײַבל:
„מיר זענען דרײַ חבֿרטעס: מישעל, אַ בלאָנדינקע פֿון פּאַריס, די צווייטע איז אַ פֿולבלעכע און שוואַרצינקע, די דריטע, סטעפֿאַני, איז אַ זיסינקע, ווירקלעך אַ זעלטנהייט‟.
די דרײַ חבֿרטעס, וואָס זענען געזעסן אויף דער ברייטער קאַנאַפּע, יעדע אין איר אייגענער משונהדיקער פּאָזיציע, האָבן געהאַט דעם אויסזען פֿון אַ גראָטעסקער סטאַטוע. סטעפֿאַני איז געזעסן מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ און אויסגעצויגן די לעצטע ציִען פֿון אַ האַלב פֿאַרלאָשענעם ציגאַרעט-עק, וואָס האָט נערוועז געטאַנצט צווישן אירע ביינערדיקע פֿינגער. איר הויט האָט אויסגעזען העל־געל, ווי וואַקס אונטער דער פֿאַרטונקלטער שײַן פֿון אַ ברייטן לאָמפּ, וואָס איז געהאָנגען איבער איר קאָפּ ווי אַ גזר-דין.
די שוואַרצינקע האָט געהאַט אַ געשוואָלן, שלעפֿעריק פּנים, ווי זי וואָלט ערשט אויפֿגעשטאַנען און באַנעמט קוים וואָס עס קומט דאָ פֿאָר. איר קאַלעמוטנער בליק איז געווען צוגעקאָוועט צו אַן אומבאַשטימטן פּונקט הינטער אונדז.
מישעל, די בלאָנדינקע, איז געזעסן אַ פֿוס איבער אַ פֿוס, איר פּנים — אַ צעקנייטשטער לאַבירינט — האָט זיך פֿאַרקרימט אויף אַ שמייכל. זי האָט זיך געשפּילט מיט די לאַנגע, קויטיק-בלאָנדע האָר, וואָס דערגרייכן אַזש ביז די בלאָע שלענגלענדיקע אָדערן אויף אירע פֿיס. זי האָט געגעבן אַ וווּנק און „גרויסער‟, וואָס האָט זיך נישט געגעבן קיין ריר ביז אַהער, איז באַלד לעבעדיק געוואָרן. ער איז צוגעגאַנגען צו „מישעל‟, גענומען זי רוישיק קושן אין דער האַנט און מורמלען בשעת-מעשׂה: „מאַדאַם מישעל, לעצטע מאַל וואַהר איין גרויס פֿאַרגעניגן‟.
אַ גרויזאַמע סצענע האָט זיך געשטעלט פֿאַר מײַנע אויגן: מאַדאַם מישעל זיצט אויפֿן בעט. זי טוט אויס דעם ליף און איר בוזעם — צוויי צעקנייטשטע טאָרבעלעך — פֿאַלט אַראָפּ אוממעכטיק אויף איר נאַקעטן לײַב. „גרויסער‟ שעפּטשעט:
„וווּנדערבאַר, ווירקלעך וווּנדערבאַר‟ — און זײַן פּליך שײַנט.
זי טוט אויס אַ פּאָר רויטע תּחתּונים, וואָס וואָלטן מעגלעך געווען „סעקסי‟ אויף אַן אַנדער פֿרוי אין אַנדערע אומשטענדן. אַז זי, גיט זיך אַ הייב אויף פֿון בעט אַ נאַקעטע, הוידעט זיך איר לויזער אָחור, ווי גלעקער פֿון אַ קירכע.
„גרויסער‟ טוט זיך אויס מיט פֿײַכטע הענט. ער אָטעמט טיף, פֿול מיט דערוואַרטונג. מישעל שטרעקט אויס צוויי האַרטע פֿינגער, כּדי אַרויסראַטעווען „גרויסערס‟ אבֿר פֿון דעם גרוילעכן קוסט…
עס האָט מיר פֿאַרפֿעלט אָטעם. איך האָב זיך גענייטיקט אין פֿרישער לופֿט. איך האָב אַ שטופּ געטאָן די אַרײַנגאַנג־טיר, איבערגעהיפּערט דרײַ טרעפּלעך און גענומען גיין מיט אײַליקע טריט. אַן איבלדיקער, זויערלעכער טעם האָט זיך געשטעלן אין מײַן מויל. איך האָב געזוכט אַ מיסט-קאַסטן, אָבער דער מיטאָג איז אַרויפֿגעקראָכן גיכער ווי איך האָב גערעכנט.
נאָכן אויסברעכן האָב איך דערפֿילט אַ שווערע האַנט אויף מײַן אַקסל.
„האָסט דיר פֿאַרדאָרבן דעם מאָגן אין אַ רעסטאָראַן, האַ?‟, — האָט „גרויסער‟ געפֿרעגט און באַשטעטיקט איינצײַטיק.
צוריק וועגס זענען מיר געגאַנגען שטיל, נישט אַרויסרעדנדיק קיין וואָרט. עס איז שוין נישט געבליבן וואָס צו זאָגן. „גרויסער‟ האָט גערייכערט און געברומט אַ ניגון, וואָס האָט געקלונגען ווי אַ שטיקל חזנות, מעגלעך „ומפני חטאינו‟.
מײַנע געדאַנקען האָבן אַרומגעטאַנצט פֿראַנק און פֿרײַ. די סצענעס זענען געקראָכן איינע נאָך אַן צווייטער, אָפּגעשפּילט און געשווינד פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. איך בין געזעסן אין אונדזער סאַלאָן מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ. מײַן טאַטע-מאַמע זענען טיף פֿאַרזאָרגט. מע רעדט אַרום די טעמע „וואָס וועט זײַן מיט מיר‟. מײַן מאַמע וויינט…
מאַדאַם מישעל ליגט אין בעט. זי שמייכלט און רעדט צו מיר זיסלעך, ווי צו אַ געליבטן. איך ווייס, אַז דאָס איז אַן אָפּנאַרערײַ, אָבער איך קען זיך נישט אַרויסדרייען. מע פּאַקט מיך בײַ מײַן זיידן, בשעתן מעשׂה-אונן מיט „גרויסערס‟ זשורנאַל. איך דערצייל מײַן חבֿר וועגן מײַן אַוואַנטורע בײַ די „מיידלעך‟: געווען זייער גוט. די „מיידלעך‟ — הייסע שטיקער… הלוואַי וואָלט איך געהאַט אַ חבֿר.