די סאָלדאַטן פֿונעם פּרו־ורבֿו־פֿראָנט — געווידמעט
משה לעמסטער
1
פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך
וווּ עס קומט אײַך אויס —
אויף דעם באָדן, אויף אַ בוים,
אין אַ פֿעלד צווישן פּאַפּשויעס,
אויף אַ סטערטע שטרוי צי הײ
און אַוודאי ווינטער
נאַקעט אויפֿן שניי.
אויפֿן בוידעם
און אין קעלער — בעסער
אויף די קײַלעכדיקע פֿעסער.
אין מאַשין און אין אַ טראַקטאָר,
אין אַ גיכן עראָפּלאַן,
ווען אַ טעראָריסט פֿאַרכאַפּט אים —
אונטן רוישט אַן אָקעאַן.
פּרוּווט, ווען ס’איז אַ שטורעם־וועטער,
צווישן כוואַליעס פֿונעם ים,
וואָס זײער הײך איז צוועלעף מעטער.
פּרוּווט אין מידבר אויפֿן זאַמד,
ווען ס’פּויזעט־צו צו אײַך אַ שלאַנג.
אין טעאַטער, ווען אָטעלאָ
דושעט דאָרט זײַן דעזדעמאָנען,
און מע ווײנט סײַ אין פּאַרטער,
סײַ הויך אויף די באַלקאָנען…
סעקס איז קונסט; אַקטיאָרן — איר,
ס’וועט אײַך מוחל זײַן שעקספּיר.
צווישן רעלסן אויף די שפּאַלעס,
איבער אײַך פֿליט אַן עקספּרעס…
יאָ, מיר זײַנען סעקס־טרימאַלן
מיר זוכן ניט קײן לײַכטן סעקס!
האָט ניט מורא פֿאַר עבֿירות
איר פֿילט אויס דאָך דעם געבאָט.
זיך פֿרוכפּערן און מערן,
געהייסן האָט אונדז גאָט!
גאָט איז אונדזער טאַטע,
מיר האָרעווען אָן רו,
מיר דינען ווי סאָלדאַטן
דעם אָנזאָג זײַנעם: פּרו־ורבֿו.
2
פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך
ווען עס קומט אײַך אויס:
ווען איר פֿלאַנצט אַ בוים,
און אויכעט אין דער צײַט,
ווען אַ פֿרוכט איר רײַסט פֿון צווײַג.
אי אין דער צײַט, ווען איר קלאָגט,
אי אין דער צײַט, ווען איר טאַנצט.
אין דער צײַט, ווען איר צעשטערט,
און אין דער צײַט, ווען איר בויט.
אין דער צײַט, ווען איר האַלט אין ווײנען,
און אין דער צײַט, ווען איר האַלט לאַכט.
אין דער צײַט, ווען איר צעוואַרפֿט די שטײנער,
און אין דער צײַט, ווען שטײנער
קלײַבט איר שוין צונויף…
געפֿינט פֿאַר דעם אַ שעה
בײַ נאַכט, גאַנץ פֿרי, בײַ טאָג.
בײַ דער אַרבעט — אויך ניט רוען,
נאָך דער אַרבעט — ניט געשטערט.
פֿאַרן עסן — אַ רפֿואה
נאָכן עסן — אַ דעסערט.
ווען איר זענט נאָך יונג,
און ווען איר זענט שוין אַלט.
אויפֿן טויטבעט פֿאַרן שטאַרבן
פֿאַרן זאָגן „שמע-ישׂראל‟
און אַפֿילו נאָך דער תּפֿילה,
וועט דאָך אויך ניט שאַטן,
ס’מעג דער מלאך־המוות,
אויף אײַך אַ ביסל וואַרטן.
זאָל דער קרעכץ, דער לעצטער
זײַן אַ ליבע־קרעכץ!
פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך
מיט אײַער ווײַב און מיט אַ שכנה.
מיט אַלמנות איז אַ מיצווה,
מיט אַ מײדל, מיט אַ שיקסל,
אויך מיט ײִדענעס, מיט גויהס,
מיט בלאָנדינקעס, מיט ברונעטקעס,
מיט געל־רויטע פֿײַער־פֿרויען.
מיט אַ ציגײַנערטע, אַ ווילדער,
זי צען קלײדער טראָגט אויף זיך,
און שעפּטשעט:
— כ’וויל דיך,
כ’וויל דיך,
כ’וויל דיך,
ווען איר דערקלײַבט זיך סוף־כּל־סוף
צו דעם גוף איר הייסן.
אין אַמעריקע, אין שטאַטן —
מלא־טעמיק אַ מולאַטקע.
אין יאַפּאַן, געוויס, אַ גײשע,
וואָס זי וואָרקעט אין דער פֿרי:
— אײַ, גײ שוין,
גײ שוין,
גײ שוין…
באַלײדיקט ניט די ווײַבעלעך:
פֿון אַפֿריקע דער שוואַרצער,
פֿון דער ווײַסער אַרקטיקע…
כ’לעבן, אַז מיר שטרעבן
צו אַ סעקס פֿילפֿאַרביקן!
אַ סעקס פֿאַרשײדנאַרטיקן!
3
פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך
מיט אַ הויכער,
וואָס זי שפּילט אין באַסקעטבאָל,
קוים־קוים איר גרײכט איר ביזן פּופּיק,
און, פֿאַרשטייט זיך, אויכעט
מיט אַ צוויי־דרײַ ליליפּוטקעס מיט אַ מאָל —
אַקראָבאַטקעס פֿון אַ צירק פֿון ליליפּוטן.
מיט אַ מאָגערער, אַ דאַרער, ווי אַ פֿײַג,
מיט אַ גראָבער,
וואָס אַ פֿערטל טאָן זי וועגט —
זאָל זי האָפּען,
העפּען,
העצקען זיך אויף אײַך
מיט אַלע אירע אוצרות וואָגיקע…
מיר זוכן ניט קײן גרינגן סעקס,
מיר זײַנען סעקסאָהאָליקערס!…
אַפֿילו אָט די ליד
מיט אַן אײַלנדיקער פּען
האָב איך דאָך געשריבן,
איר שטעלט זיך פֿאָר מסתּמא ווען.
איז, אַפּיקורסים,
מענטשן פֿרומע,
זאָל דאָס „פּרו־ורבֿו‟,
אײַך אַלע ווויל באַקומען,
אין אַ מזלדיקער שעה!
און האָט ניט מורא פֿאַר עבֿירות
איר פֿילט אויס דאָך דעם געבאָט.
זיך פֿרוכפּערן און מערן,
געהייסן האָט אונדז גאָט!
גאָט איז אונדזער טאַטע,
מיר האָרעווען אָן רו,
מיר דינען ווי סאָלדאַטן
דעם אָנזאָג: פּרו ורבֿו!