
מיכאָעלסעס „בויער‟ אינעם טאָג פֿון 12טן אויגוסט
דער אויגוסט אין ניו־יאָרק האָט זיך אײַנגעגעבן אַ הייסער און פֿײַכטער. קיין גרויסע נײַעס איז עס נישט, אָבער זיך לאָזן ערגעץ צו גיין אָדער פֿאָרן, בפֿרט נאָך אויסגעפּוצטערהייט, האָט עס בײַ מײַן שכן — אויך אין מײַן עלטער און אויך אַן אימיגראַנט פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — אַרויסגערופֿן אַ חידוש: „וווּהין אין אַזאַ היץ?!‟ — האָב איך אים געענטפֿערט, אַז כ׳גיי אויף אַן אונטערנעמונג, לזכּרון דעם 12טן אויגוסט, 1952. אויף זײַן פּנים האָט זיך צום חידוש צוגעמישט אַ נײַגער: „וואָס איז אַזוינס געשען אין דעם טאָג?‟ — איך קאָן נישט זאָגן, אַז זײַן פֿראַגע האָט מיך איבערראַשט; שוין גיכער באַשטעטיקט מײַן ביטער מבֿינות וועגן ס׳רובֿ מײַנע ייִדישע לאַנדסלײַט. איך רוף עס — נאַציאָנאַלע עם־הארצות!
דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס, אין שפּיץ מיט שיין בייקער, צווישן אַנדערע געציילטע, אָבער וויכטיקע יערלעכע אונטערנעמונגען, פֿירט דורך דעם אָנדענק־טאָג, געווידמעט דעם אומברענג פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. פֿאַר מײַן כּבֿוד, איז מיר אויסגעקומען שוין עטלעכע מאָל זיך צו באַטייליקן אין אָט דער טרויער־אונטערנעמונג, וואָס האָט זיך מיט דער צײַט צעוואַקסן אין אַ ברייטערן טעמאַטישן פֿאַרנעם, פֿאַרבונדן נישט בלויז מיט די דערשאָסענע ייִדישע שרײַבערס, נאָר אויך מיט דער געליטענער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור אין געוועזענעם סאַוועטן־פֿאַרבאַנד בכלל.
הײַיאָר האָב איך פֿאָרגעלייגט שיין בייקערן אויפֿצופֿירן (ריכטיקער, מאַכן אַן עפֿנטלעכע לייענונג) דעם איינאַקטער „בויער‟, געשאַפֿן פֿונעם יונגן שלמה מיכאָעלס. פֿאַקטיש איז די פּיעסע אָנגעשריבן געוואָרן אויף רוסיש אין 1919 און קיין מאָל פֿריִער נישט אויפֿגעפֿירט געוואָרן; שוין אָפּגערעדט — אויף ייִדיש. איבערגעזעצט האָט זי אויף מאַמע־לשון דובֿ־בער קערלער און פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם „ירושלימער אַלמאַנאַך‟.
דעם טעקסט האָט אויסגעזוכט וואַסילי שטשעדרין, פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע בײַם קווינס־אוניווערסיטעט, קאַנאַדע. וועגן דעם האָט ער דערציילט אין זײַן אַרײַנפֿיר־וואָרט צו דער אויפֿפֿירונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 12טן אויגוס אינעם קאָוונער־זאַל בײַם ייִוואָ. ווי ס׳האָט דערציילט שטשעדרין, האָט ער דעם מאַנוסקריפּט אָפּגעזוכט אינעם מאָסקווער טעאַטער־מוזיי אויף באַכרושינס נאָמען. ער באַטראַכט דעם טעקסט פֿון „בויער‟ קודם־כּל, ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון מיכאָעלסעס וועלט־באַנעם און זײַן שאַפֿערישע פּראָגראַם ווי אַ קינסטלער. „פֿון דעם שטאַנדפּונקט, איז דער טעקסט זייער וויכטיק, כּדי נאָכצופֿאָלגן דעם וועג פֿון מיכאָעלסעס פּערזענלעכקייט ווי אַן אַקטיאָר, דענקער און געזעלשאַפֿטלעכער טוער.‟ — האָט באַטאָנט שטשעדרין.
וועגן וואָס זשע ווערט דערציילט אינעם „בויער‟? וואָס בויט מען אַזוינס? קודם־כּל, ווי אַן אַלעגאָריע, גייט דאָ די רייד וועגן דעם תּנכישן בבֿל־טורעם. מע בויט און מע בויט אים הונדערטער יאָרן, און ער בלײַבט נישט אויפֿגעבויט. די בויונג פֿרעסט אויף מענטשן, דורות און קיין סוף צו דער בויונג זעט מען נישט. „ליכט און חושך אינעם ׳בויער׳ לעבן זיך בשלום נישט אײַן. זיי קעמפֿן איינער מיטן אַנדערן, ווי צוויי אייביקע קעגנזײַטיקע פּאָלוסן — גוטסקייט און בייזקייט…‟ — האָט דערקלערט שטשעדרין.
שלמה מיכאָעלס האָט נבֿיאיש פֿאַרויסגעזען דעם שרעקלעכן בראָך פֿון דער סאָציאַליסטישער בויונג, וואָס האָט אונטער אירע חורבֿות אומגעבראַכט מיליאָנען אומשולדיקע בירגער. צווישן די קרבנות איז געווען אויך שלמה מיכאָעלס. צי האָט ער געגלייבט, אַז אַזאַ „טורעם‟ איז מעגלעך אויפֿצושטעלן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד? אויף דער גורלדיקער פֿראַגע האָט ער געזוכט אַן ענטפֿער נאָך בײַם שטעלן זײַנע ערשטע שאַפֿערישע טריט און ביזן לעצטן טראָט פֿון זײַן לעבן.
אין דער לייענונג אַליין האָבן זיך באַטייליקט דרײַ באַקאַנטע אַקטיאָרן אויף דער ניו־יאָרקער ייִדישער גאַס: שיין בייקער (הײַנט), אַלאַן ריקמאַן (נעכטן) און יעלענאַ שמואלענסאָן (מאָרגן). לויטן זשאַנער, האָבן זיי טאַקע געלייענט די פּיעסע, אָבער דער אינערלעכער עמאָציאָנעלער דראַנג פֿון יעדן אַקטיאָר האָט זיך אָפּגעריסן פֿונעם טעקסט און פֿאַרוואַנדלט די פֿאָרלייענונג אין אַן עכטער טעאַטער־פֿאָרשטעלונג; רײַכער האָבן געמאַכט די טעאַטער־פּאַליטרע אויך די קלאַנג־עפֿעקטן.
ס׳האָט זיך געפֿילט, אַז אַ געניטע רעזשיסאָרישע האַנט, קאָן אויך אַ לייענונג פֿון אַ פּיעסע „אונטערטראָגן‟ דעם עולם אויף אַ הויכן קינסטלערישן ניוואָ. אַזאַ האַנט איז דאָ געווען דער אַקטיאָר און רעזשיסאָר אַלאַן ריקמאַן.
וועגן דעם אָוונט איז פֿון פֿריִער געמאָלדן געוואָרן דורך די עלעקטראָנישע אַנאָנסן, און, שטעלט זיך פֿאָר, די בילעטן זײַנען אויסגעכאַפּט געוואָרן במשך פֿון עטלעכע טעג. יאָ, דער קאָוונער־זאַל נעמט אַרײַן בסך־הכּל איבער אַכציק צוהערער. נישט אַ סך, אָבער פֿאָרט… להיפּוך צו יענע מענטשן מיט אַ קורצן נאַציאָנאַלן זכּרון, זײַנען פֿאַראַן אין ניו־יאָרק נישט ווייניק ייִדן, וואָס געדענקען דעם טרויער־טאָג און ווילן וויסן מער וועגן דער גרויסער טראַגעדיע, פֿאַרלאָפֿן בשעתן בויען דעם „קאָמוניסטישן בבֿל־טורעם‟.
אויגוסט, 2019, ברוקלין, ניו־יאָרק