מע קאָן זיך ניט אויסלערנען ליב האָבן

autumn-city

משה לעמסטער

מע קאָן זיך ניט אויסלערנען ליב האָבן,
אין אַקאַדעמיעס, וואָס האָבן אַ נאָמען.
מע קאָן זיך ניט אויסלערנען ליב האָבן
פֿון ספֿרים, צי פֿון גרויסע חכמים.

מע קאָן זיך ניט אויסלערנען ליב האָבן,
צו לעבן צווישן ליידן און פֿריידן.
מע קאָן זיך ניט אויסלערנען ליב האָבן,
צו פֿאַלן און ווידער זיך הייבן.

מע קאָן זיך ניט אויסלערנען ליב האָבן
זײַן אַ קנעכט, און באַלד זײַן אַ מלך.
מע קאָן זיך ניט אויסלערנען ליב האָבן,
זיך צעוויינען און באַלד ווערן פֿריילעך.

מע קאָן זיך ניט אויסלערנען ליב האָבן
ליבע אין האַרצן שײַנט ווי אַ דימענט.
מע קאָן זיך ניט אויסלערנען ליב האָבן
אויב ס’האָט גאָט
ניט געזאַלבט דיך
אויף ליבע…

וואָלט געווען דײַן ליבע צו מיר

וואָלט געווען דײַן ליבע צו מיר,
כאָטש, ווי אַ פּוכעלע קליינס פֿון אַ פֿויגל,
באַשאַף איך צוויי פֿליגל פֿון איר
און פֿלי אויף צו די הימלישע רוימען.

מיט זיי כ’וואָלט די שטערן באַרירט,
צום זיבעטן הימל דערפֿלויגן,
וואָלט געווען דײַן ליבע צו מיר,
כאָטש, ווי אַ פּוכעלע גרינגס פֿון אַ פֿויגל…

עס ווייסט דאָס האַרץ
פֿאָלקסמאָטיוו

זאָגט זשע מיר, בלימעלעך צאַרטע,
מײַן געליבטן זאָל איך נאָך וואַרטן?
זייערע ריחות דערציילן מיט אומעט:
— ער וועט ניט קומען!
— ער וועט ניט קומען!

ניין, איך גלייב ניט,
איר זאָגט אַ ליגן!
איר ווייסט דען, בלימלעך,
וואָס הייסט, אַ ליבע?

זאָגט זשע מיר, שטערנדלעך־טרערן,
מײַן געליבטער צוריק וועט זיך קערן?
עס פֿינקלען די זונעלעך-זונען:
— ער וועט ניט קומען!
— ער וועט ניט קומען!

ניין, איך גלייב ניט,
איר זאָגט אַ ליגן!
איר ווייסט דען, שטערן,
וואָס הייסט, אַ ליבע?

זאָג זשע מיר, האַרצעניו-הערצל,
מײַן געליבטער האָט מיך פֿאַרגעסן?
ס’צעקלינגט זיך פֿון דאָרטן אַ סטרונע:
— צו דיר וועט ער קומען!
— צו דיר וועט ער קומען!

יאָ, איך גלייב דיר,
זאָגסט ניט קיין ליגן!
דו ווייסט דאָך, הערצל,
וואָס הייסט, אַ ליבע…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s