נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 20

פֿון שטעטל צו דער בינע איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג

דער אַפּריל־חודש אין ניו־יאָרקער ייִדישן לעבן האָט זיך אויסגעטיילט מיט צוויי וויכטיקע איבערלעבענישן: קודם־כּל, די וואָך פֿון פּסח און ממש מיט עטלעכע טעג פֿאַרן ערשטן סדר איז אין איינעם פֿון די פּרעסטיזשסטע קאָנצערט־זאַלן אויף דער וועלט, אין קאַרנעגי האָל פֿאַרגעקומען אַ גרויסער קאָנצערט פֿון ייִדישער קונסט אונטערן אַלגעמיינעם נאָמען „פֿון שטעטל צו דער בינע‟.

מיט אַ דרײַ יאָר צוריק האָב איך דערציילט מײַן פֿרײַנד, דעם וועלטבאַרימטן פּיאַניסט יעווגעני קיסין, אַז ס׳וואָלט גוט געווען צו שאַפֿן אַ מין טעאַטראַליזירטע קאָנצערט־פּראָגראַם, וואָס וואָלט אַרומגעכאַפּט דאָס בעסטע אין אַלע זשאַנערס פֿון ייִדישער קונסט — קלאַסישע מוזיק, חזנות, פּאָעזיע און טעאַטער, געזאַנג, חסידישע און קלעזמער־מוזיק, — און דורכפֿירט עס דווקא אין קאַרנעגי האָל.

Маyk, Zhenya i Borya
פֿון רעכטס: מײַק בורשטיין, יעווגעני קיסין, באָריס סאַנדלער. נאָכן קאָנצערט

קיסינען איז מײַן אײַנפֿאַל געפֿעלן געוואָרן און ער האָט באַלד פֿאָרגעלייגט, מיר זאָלן זיך טרעפֿן מיטן דירעקטאָר פֿון קאַרנעגי האָל, קלײַוו גילענסאָן. ווי זאָגט מען אויף ייִדיש: גערעדט נישט געבעבעט; די טרעפֿונג איז געווען נישט קיין לאַנגע — און די ראָד האָט זיך אַ דריי געטאָן. נאָך מער: אויפֿן סמך פֿון דער ייִדישער פּראָגראַם, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿון קאַרנעגי האָל באַשלאָסן דורכצופֿירן קאָנצערט־פּראָגראַמען, געווידמען אַנדערע עטנישע אימיגראַציע־כוואַליעס, וואָס האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן אינעם „אַמעריקאַנער שמעלצטאָפּ‟.

דער פּראָדוצענט סעט ראָגאָוווי האָט פֿאַרבעטן עלינאָר ריסאַ צו רעזשיסירן די פּראָגראַם. אַליין אַ זינגערין האָט עלינאָר געשטעלט דעם טראָפּ אויף געזאַנג. די גאַנצע פּראָגראַם איז באַדינגלעך באַשטאַנען פֿון טעמאַטישע טיילן, ווי למשל, „די אַלטע וועלט‟, „די שיינקייט פֿון פּסח‟, „דער ייִדישער מאַרק טוויין‟, „אַ גרוס פֿון מאַמע־רוסלאַנד‟ און אַנדערע. ס׳וואָלט אפֿשר אַזאַ טעמאַטישע צעטיילונג פֿונעם סצענאַר באַרעכטיקט געווען, הגם עס זעט אויס שאַבלאָניש, ווען די נומערן, וואָס האָבן פֿאַרפֿילט יעדן טייל, וואָלטן זיך אין דער טעמאַטישער דעפֿיניציע אַרײַנגעפּאַסט.

דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָר אירווינג בערלין, פֿון דער היים ישׂראל ביילין, האָט בפֿירוש פֿאַרדינט צו פֿאַרנעמען אין דער פּראָגראַם אַ בכּבֿודיק אָרט. בפֿרט, אַז אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם טראָגט דעם הויכן נאָמען, „גאָט בענטש איזידאָר ביילין‟ — אויפֿן סמך פֿון זײַן באַקאַנט ליד „גאָט בענטש אַמעריקע‟, — דערוואַרט מען לידער, געשאַפֿן דווקא פֿון דעם וווּנדערלעכן קאָמפּאָזיטאָר. אָבער פֿון די אָנדערהאַלבן טויזנט לידער, בתוכם אָנגעשריבן אויף ייִדישע טעקסטן, האָט נישט געקלונגען קיין איין ליד נישט. געקלונגען האָט דאָס אַלטע (פֿון מיט־19טן יאָרהונדערט) רוסיש ליד „וווּ איז דאָס געסעלע?‟, „דזשאַנקוי‟ — אַ סאָוועטיש ליד וועגן די ייִדישע קאָלווירטן אין קרים, געבירטיגס און קאַטשערגינסקיס צוויי לידער; און ערנסט בלאָכס „ניגון‟, געשפּילט פֿון דעם אוניקאַלן פֿידלער גיל שחם.

און אַזעלכע אומגעלומפּערטקייטן טרעפֿן זיך שיִער נישט אין יעדן „טייל‟. ווי אַ פּועל־יוצא האָט די גאַנצע פּראָגראַם אויסגעזען „בערגלדיק‟, דאָס הייסט, דאָ און דאָרט האָבן אַרויסגעשטעקט באַזונדערע נומערן אָן אַ פֿאַרבינדונג צווישן זיך. איך מיין, אַז די סיבה דערצו איז נישט בלויז דאָס אויספֿעלן פֿון אַ קלאָרער דראַמאַטורגיע, נאָר ווײַל דער סצענאַר גופֿא איז „צוגעצויגן‟ געוואָרן צו די באַטייליקטע און זייער רעפּערטואַר, צו מאָל אַ פֿאַרשלעפּטער, באַזונדערס די לידער.

און צווישן די באַטייליקטע זײַנען באמת געווען עכטע נעמען, ווי דער פּיאַניסט יעווגעני קיסין, גיל שחם, קלאַרנעטיסט דוד קראַקאַוּער, אַקטיאָרן מײַק בורשטיין און אַבֿרהם האָפֿמאַן, מוזיקער זלמן מלאָטעק; ווי אויך אַ גאַנצע גאַלעריע אַנדערע זינגערס און אַקטיאָרן, גוט באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס נישט נאָר אין אַמעריקע. זיי האָבן געטאָן אַלץ, אַז דאָס ייִדישע וואָרט און ניגון זאָל זײַן בכּבֿודיק פֿאָרגעשטעלט אויף אַזאַ הויכער בינע.

זייער נאַטירלעך און מײַסטעריש האָט זיך אין גאַנג פֿונעם קאָנצערט אַרײַנגעפּאַסט דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער זינגער עלמאָר דזשעימס. דעם ייִדישן עולם איז ער גוט באַקאַנט פֿון זײַן באַטייליקן זיך אין פֿאַרשיידענע ייִדישע אונטערנעמונגען. זײַן געדיכטע באַריטאָן־שטימע און פּערפֿעקטע ייִדישע אויסשפּראַך שטעלן אים אין איין ריי מיט אַזאַ קלאַסישן ייִדישן זינגער ווי סידאָר בעלאַרסקי.

אַן אַנדער זינגערין, סילאַ אָוּענס, אויך אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער ניו־יאָרקער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער עדה, איז מער באַקאַנט ווי אַ דזשעז־זינגערין. זי האָט אויסגעפֿירט דאָס פּאָפּולערע רוסישע ליד „בובליטשקי‟. אַגבֿ, איז עס נישט קיין פֿאָלקסליד, ווי ס׳איז אָנגעוויזן אין דער קאָנצערט־בראָשור, כאָטש ס׳איז געוואָרן זייער פּאָפּולער, באַזונדערס צווישן דעם בלאַט־עולם; „בובליטשקי‟ האָט אָנגעשריבן אין די 1920ער יאָרן יאַקאָוו יאַדאָוו. ווי מיר זעט אויס, וואָלט דעם קאָנצערט מער באַרײַכערט און זיך בעסער אײַנגעפּאַסט, ווען סילאַ אָוּענס וואָלט געזונגען עפּעס פֿון דעם שוין דערמאָנטן אירווינג בערלין, אָדער דזשאָרדזש גערשווין, אָדער סתּם פֿון איר אייגענעם דזשעז־רעפּערטואַר.

דעם גאַנצן אָוונט האָט אויף דער בינע געשפּילט דער אָרקעסטער, אָנגעפֿירט פֿונעם באַקאַנטן טרומייטער און גרינדער פֿון דער „קלעזמאַטיקס‟־קאַפּעליע פֿרענק לאָנדאָן. אָרגאַניש האָט זיך אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דער גאַנצער פּראָגראַם דער פֿאַר־פּסחדיקער טייל מיט די „פֿיר קשיות‟ (אַבֿרהם האָפֿמאַן, עלמאָר דזשעימס, דניאל קאַהן, לאָרין סקלאַמבערג) און משה עושרס קאָנפּאָזיציע „חד־גדיא‟ גלענצנדיק אויסגעזונגען פֿונעם חזן יעקבֿ „יאַנקו‟ לעמער.

בסך־הכּל, האָט זיך אינעם ניו־יאָרקער קאַרנעגי האָל אָפּגעשפּילט אַן ערבֿ־פּסחדיקע שׂימחה. איך מיין, אַז אין אַלגעמיין האָט דער עולם פֿאַרלאָזט דעם זאַל אין אַ דערהויבענער שטימונג.

אַפּריל 2019, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s