מ. יושקאָווסקי: „דער בריק איבערן טײַך פֿון זכּרון‟

זײַנע ערשטע ווערק אין ייִדישער פּראָזע האָט מרדכי יושקאָווסקי אָנגעשריבן און געדרוקט אינעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. זיי האָבן באַקומען אַ הויכע אָפּשאַצונג נישט בלויז אין לאַנד, נאָר אויך אין אויסלאַנד. אין זײַן איבערזיכט וועגן די „יונגע שרײַבערס‟ אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט פּראָפֿ׳ חנא שמערוק באַזונדערס אויסגעטיילט יושקאָווסקיס שאַפֿונגען. נאָר דער גורל האָט זיך געהאַלטן בײַ זײַן ראָד און פֿאַרקערעוועט יושקאָווסקיס טעטיקייט אויפֿן וועג פֿון ייִדישער פֿאָרשונג און פּעדאַגאָגיק.

זעט אָבער אויס, אַז דאָס „שרײַבערישע ווערעמל‟ האָט אים פֿאָרט געזויגט אונטערן „לעפֿעלע‟ די אַלע יאָרן… זײַנע פּראָזע־ווערק הייבן זיך אָן ווידער באַווײַזן אין „ייִדיש בראַנזשע‟. אין משך פֿון אַ קורצער צײַט האָבן זיך אָנגעזאַמלט גענוג דערציילונגען, כּדי צונויפֿצושטוקעווען אַ ממשותדיק בוך. שוין דער נאָמען אַליין „דער בריק איבערן טײַך פֿון זכּרון‟, גיט דעם לייענער צו פֿאַרשטיין, וווּהין דער בריק וועט אונדז ברענגען. אויף אַ רעאַליסטישן אופֿן שילדערט דער מחבר דאָס לעבן פֿון זײַנע העלדן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַרײַנפֿלעכטנדיק כּמעט אין יעדן סוזשעט שטיקער פֿון זײַנע אייגענע איבערלעבענישן און קאָליזיעס. יושקאָווסקיס ייִדיש איז נאַטירלעך און רײַך אידיאָמאַטיש, און טיף אײַנגעוואָרצלט אין די זאַפֿטן פֿון דער פּאָדאָליער ערד, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן און פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן…

צו באַשטעלן דאָס בוך:

yiddish18@gmail.com

Tel. (WhatsApp): +972-54-6315-639 

Leave a comment