לידער וועגן אַ מיידלשער ליבע

משה לעמסטער

וווּ זשע איז מײַן חתן

עס פֿאַלט אַ טרוקן בלעטל
אויף דער נאַסער ערד,
וווּ זשע איז מײַן חתן,
וואָס גאָט האָט מיר באַשערט?

וויפֿל קאָן איך וואַרטן,
גאָטעניו, מיר זאָג,
עס קומט צו מיר דער שכן
ברענגט בלומען יעדן טאָג.

צו מיר די מאַמע טענהט:
— בלײַבן וועסט אַ מויד,
זע, פֿאַר דיר דער שכן
אין הויף אַ שטיבל בויט…

פֿון מײַנע אויגן רינען
אַ טרערל נאָך אַ טרער,
וווּ זשע איז מײַן חתן,
וואָס גאָט האָט מיר באַשערט?

ווי כ’וואָלט בלינד געוואָרן

ער איז אָנגעפֿלויגן,
ווי אַ שטורעמווינט,
פֿאַרדרייט מיך און פֿאַרצויגן,
ווי כ’וואָלט געוואָרן בלינד.

געהערט האָבן די ווערבעס,
און דאָס גראָז בײַם טײַך
זײַנע הייסע ווערטער,
מײַנע אָך און אַך…

ליכטיק איז מײַן אומעט
עס האָט דאָך אַלץ אַן עק —
ווי אַ ווינט געקומען,
מיטן ווינט אַוועק…

עס קאָן דען אַנדערש זײַן

אַ שניי פֿון ווײַסע בלימלעך
פֿאַלט אין עפּלסאָד.
עס איז אַוועק מײַן ליבער,
זײַ אים מוחל, גאָט.

נאָר איך לעב ניט איבער,
דער זומער איז ניט ווײַט —
אַזאַ ווי איך, מײַן ליבער,
וועסטו ניט טרעפֿן הײַנט…

עס בליִען סעדער ווידער,
גאָט שיקן וועט אין מײַ,
פֿאַר מיר אַ נײַע ליבע —
עס קאָן דען אַנדערש זײַן?..

לעבן ברונעם שטייט אַ מיידל

לעבן ברונעם שטייט אַ מיידל
שטייט אַ מיידל טיף פֿאַרטראַכט —
וויל זי נעמען זיך דאָס לעבן,
אין דעם שיינעם אויפֿדערנאַכט.

פֿונעם הימל, פֿונעם ברונעם,
מיט אַ שטראַל און מיט אַ וווּנק,
בעטן שטערן — ווײַטע זונען:
— ניטע קינד, דו ביסט דאָך יונג!

מיט אַ רײַפֿן, גילדן עפּל
טוט דער זומערסאָד אַ קלינג,
און דער קלונג איז ווי אַ בעטונג:
— ניטע קינד, דו ביסט דאָך יונג!

וואָס איז לעבן? — גאָטס אַ וווּנדער!
וואָס איז ליבע? — בלויז אַ פֿונק…
מיטן וואַסער בעט דער ברונעם:
— ניטע קינד, דו ביסט דאָך יונג!…

לעבן ברונעם שטייט אַ מיידל
שטייט אַ מיידל טיף פֿאַרטראַכט —
צי זאָל נעמען זיך דאָס לעבן,
אין דעם שיינעם אויפֿדערנאַכט?

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s