![lea[1]](https://yiddishbranzhe.files.wordpress.com/2018/10/lea1-e1540163920798.jpg?w=840)
לאה שלאַנגער
אונטער דער רעזשי און מיט לידער פֿון יאַן שורמיי, באַגלייט פֿון אַ גרויסן מוזיקאַלישן אַנסאַמבל, אַקטיאָרן, טענצער, זינגער איז הײַיאָר אינעם ווראָצלאַווער פּוילישן טעאַטער פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון דער פֿאָרשטעלונג לויט ברונאָ שולצס שאַפֿונגען Xięgi Schulza.
די פֿאָרשטעלונג איז געשפּילט געוואָרן אויף פּויליש, באַגלייט מיטן „קדיש‟:
אלי , אלי, למה עזבֿתני…
אין פֿײַער און פֿלאַמען האָט מען אונדז געברענט,
געמאַכט האָט מען אונדז צו שאַנד און צו שפּאָט,
אָפּצוּווענדן האָט אונדז קיינער נישט געקאָנט
פֿון דיר, מײַן גאָט,
פֿון דײַן הייליקער תּורה, פֿון דײַן געבאָט
אלי אלי, למה עזבֿתני…
טאָג און נאַכט נאָר איך טראַכט און בעט
און קוק מיט מורא אויף דײַן תּורה און דײַן געבאָט
ראַטעוועט, אוי, ראַטעוועט אונדז פֿון געפֿאַר,
ווי אַמאָל די אָבֿות פֿון בייזן גזר.
הער מײַן געבעט און מײַן געוויין,
העלפֿן קענסטו, נאָר דו אַליין
שמע ישׂראל ה’ אלהינו, ה’ אחד!

ברונאָ שולץ (1892־1942) פּראָזאַיִקער און מאָלער איז געבוירן געוואָרן אין דער פּראָווינץ־שטאָט דראָהאָביטש, עסטרײַך־אונגערן, הײַנט מערבֿ־אוקראַיִנע, אין אַן אַסימילירטער משפּחה פֿון אַ ייִדישן סוחר יעקבֿ און הענדל-הענריעטע, פֿון דער היים קוכמאַרקער.
דרײַ יאָר האָט ער שטודירט אַרכיטעקטור אינעם לעמבערגער פּאָליטעכנישן אינסטיטוט. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה זיך געלערנט מאָלערײַ אין דער ווינער קונסט־אַקאַדעמיע. אַהיים האָט ברונאָ זיך אומגעקערט אַ קראַנקער אויף האַרץ און נירן. די ווײַטערדיקע עטלעכע יאָר האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט פּלאַסטישער קונסט. באַהערשנדיק גוט דײַטש, האָט ער געשעפּט זײַן ליטעראַטור־וויסן פֿון דער אונגעריש-פּראָגער סבֿיבֿה, פֿון דײַטשישן עקספּרעסיאָניזם און פֿון די קלאַסיקער פֿון פּסיכאָאַנאַליז.

צוליב דעם שווערן מאַטעריעלן מצבֿ איז ברונאָ געצוווּנגען געווען צו גיין אַרבעטן אין דראָהאָביטשער גימנאַזיע ווי אַ לערער פֿון צייכענונג און שפּעטער — פֿון מאַטעמאַטיק. לערערײַ איז נישט געווען זײַן באַרוף; נאָך מער: ער האָט געפֿילט, אַז די אַרבעט אין שול נעמט בײַ אים אַוועק די צײַט און כּוח צו שאַפֿן.
שרײַבן פּראָזע האָט ברונאָ שולץ אָנגעהויבן אין די מיט־1920ער יאָרן. זאָפֿיאַ נאַלקאָווסקאַ האָט אים אַרויפֿגעפֿירט אויף דעם ליטעראַרישן וועג, און זיך באַמיט, אַז אין 1933 זאָל דערשינען זײַן זאַמלונג דערציילונגען אויף פּויליש „צינאַמאָן־קלייטלעך‟. דער דערפֿאָלג פֿון דעם בוך האָט אים דערמעגלעכט אָנבינדן אַ קאָנטאַקט און פֿרײַנדשאַפֿט מיט אַזעלכע באַקאַנטע שרײַבערס ווי יוליאַן טוּווים, טאַדעוש ברעזאַ, וויטאָלד גאָמבראָוויטש און אַנדערע. ער האָט באַקומען דעם טיטול פֿון פּראָפֿעסאָר און אַ האַלב-יאָריקע פּענסיע, כּדי אין גאַנצן אָפּגעבן זיך מיט ליטעראַטור.

אין 1937 האָט שולץ אַרויסגעגעבן אַ נײַעם באַנד פּראָזע, „סאַנאַטאָריום אונטער דער קלעפּסידרע‟; אָבער מער צום האַרצן איז אים געווען די דערציילונג „משיח‟, וועלכע איז שפּעטער פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. אין 1938 איז שולצן צוגעטיילט געוואָרן די גאָלדענע אויסצייכענונג פֿון דער פּוילישער ליטעראַטור־אַקאַדעמיע.
ווען אין 1939 האָט די רויטע אַרמיי אײַנגעשלאָסן מערבֿ־אוקראַיִנע, בתוכם דראָהאָביטש אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט שולץ נאָך אַלץ געאַרבעט אין דער שול, ווי אַ לערער. ווען די דײַטשן האָבן צעבונדן די מלחמה מיט רוסלאַנד אין 1941, האָבן זיי אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס באַלד פֿאַרשפּאַרט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין די געטאָס. אַ קורצע צײַט האָט שולצן באַשיצט די פּראָטעקציע פֿונעם געסטאַפּאָ־אָפֿיציר פֿעליקס לאַנדאַו, וועלכער האָט „זײַן ייִד‟ אויסגענוצט ווי אַ מאָלער און בײַם קאַטאָלאָגירן ביכער, צוגעראַבעוועט דורך די היטלעריסטן.
אַ טאָג פֿאַר דעם, וואָס ער האָט געזאָלט אַנטלויפֿן פֿון דער געטאָ, אָרגאַניזירט פֿאַר אים פֿון די וואַרשעווער פֿרײַנד, איז שולץ דערשאָסן געוואָרן אויף דער גאַס פֿון דעם געסטאַפּאָוויעץ קאַרל גיונטער, לאַנדאַוס קעגנער. ברונאָס קערפּער איז באַגראָבן געוואָרן אויפֿן ייִדישן בית־עולם, וואָס עקזיסטירט שוין הײַנט מער נישט. אַלע זײַנע פּאַפּירן, ליטעראַרישע מאַנוסקריפּטן, קאָרעספּאָנדענצן, גראַפֿישע אַרבעטן און צייכענונגען, וואָס שולץ האָט געגעבן אויסצובאַהאַלטן אויסער דער געטאָ, זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן.
איצט לאָמיר זיך אומקערן צו דער פֿאָרשטעלונג פֿון יאַן שורמיי.

יאַן שורמיי גופֿא איז געבוירן געוואָרן אין יאַוואָר, פּוילן, אין אַ משפּחה מיט טעאַטראָלע טראַדיציעס. זײַן מוטער, יאַידע איז געווען אַ טענצערין און אַ כאָרעאָגראַפֿין, דער פֿאָטער, שמעון — אַן אַקטיאָר, רעזשיסאָר און דער דירעקטאָר פֿונעם וואַרשעווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער אויף אסתּר-רחל קאַמינסקיס נאָמען. יאַן האָט רעזשיסירט בײַ די 100 פֿאָרשטעלונגען און געשפּילט, ווי אַן אַקטיאָר, אין אַ סך פֿילמען און טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען סײַ אין פּוילן און סײַ אין אויסלאַנד.
צווישן זײַנע אויפֿפֿירונגען זײַנען: „דער קונצן־מאַכער פֿון לובלין‟, „דער פֿידלער אויפֿן דאַך‟, „קאַבאַרעט‟, „פּיאַף‟, און אַנדערע. יאַן שורמיי איז אַ קענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און אַ סך פֿון זײַנע פֿאָרשטעלונגען זײַנען אינספּירירט געוואָרן פֿון ייִדישע ווערק. יאַן איז פֿאַרבונדן מיט די טעאַטערס אין גאַנץ פּוילן. אין די יאָרן 1994-1991 איז ער געווען דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿון דער ווראָצלאַווער אָפּערעטע, וועלכע ער האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ מוזיקאַלישן טעאַטער. ער איז אָנערקענט פֿון דער פּוילישער רעגירונג און באַצייכנט געוואָרן מיט בכּבֿודיקע טיטולן און אויסצייכענונגען.
ווי מיר קאָנען זיך איבערצײַגן אויך אין זײַן נײַער פֿאָרשטעלונג, געווידמעט ברונאָ שולץ, קלאַפּט שורמייס האַרץ אין אַ געוויסער נאָענטקייט צו ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. מיר דאַרפֿן באַצייכענען, אַז די פֿאָרשטעלונג האָט זייער אויסגענומען בײַם פּובליקום און די טעאַטער־קריטיקער.