ווי ווערטער רופֿן זיך אָפּ
עס טרעפֿט זיך אָפֿטלעך, אַז מע הערט אַ ייִדיש וואָרט, מע באַנוצט עס אַליין, אָבער פּינקטלעך, וואָס עס מיינט, שטעלט מען זיך קוים פֿאָר. באַזונדערס, האָט עס צו טאָן מיט ווערטער פֿון אַ סלאַווישן אָפּשטאַם.
פּריפּעטשיק
נעמט, למשל, אַזאַ פֿאַרשפּרייט וואָרט, ווי „פּריפּעטשיק‟. דאָכט זיך, אַלע וואָראָבייטשיקלעך איבער דער וועלט, בפֿרט ווען עס קומען פֿאָר די ייִדישע זומער־פּראָגראַמען, טשיריקען דאָס באַקאַנטע ליד פֿון מאַרק וואַרשאַווסקין: „אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל…‟ איך האָב דאָס וואָרט „פּריפּעטשיק‟ דערהערט אַ סך פֿריִער, איידער דאָס שיינע ליד.
בײַ אונדז אין דער בעלצער היים האָט אַ האַלבע קיך פֿאַרשטעלט די הרובע מיט אַן אויוון, וווּ מײַן באָבע ע״ה פֿלעגט באַקן ברויט אויף דער גאַנצער וואָך. איך באַשרײַב עס אין מײַן ערשטער נאָוועלע „טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס‟. איז אָט, ווען די באָבע האָט געזאָלט שבת דערוואַרעמען דעם מאָלצײַט, באַזונדערס ווינטער, פֿלעגט זי דאָס טעפּל אַרײַנרוקן טיפֿער אינעם פּריפּעטשיק, נענטער צום אויוונטירל, וווּ ס׳האָט זיך שטענדיק געהאַלטן אַ וואַרעמקייט.
עטימאָלאָגיש מיינט דאָס סלאַווישע וואָרט בוכשטעבלעך „בײַ דער הרובע (פּעטש — רוס.), אָדער פֿאַר דער הרובע‟. פּריפּעטשיק רופֿט מען נאָך „פֿײַערלאָך‟, ריכטיקער וואָלט געווען, „פֿאַרן פֿײַערלאָך‟. אַ קיצור, אַזוי ווי איר זעט עס אויפֿן בילד.
פּריזבע
נאָך איין וואָרט, וואָס כ׳בין, דאָכט זיך, מיט אים געבוירן געוואָרן — „פּריזבע‟. עס הייבט זיך אָן מיט דעם זעלבן פּרעפֿיסק „פּרי‟, וואָס דאָס וואָרט „פּריפּעטשיק‟. און מיינען מיינט עס, בײַ דער שטוב (איזבאַ — רוס.). בדרך־כּלל, בײַ דער פֿאַסאַד־וואַנט. ס׳איז געווען זייער באַקוועם צו זיצן פֿאַר דער שטוב אויף דער פּריזבע און אַרויסקוקן אויף דער גאַס. די טיפּישע ייִדישע הײַזער אין די שטעטלעך פֿלעגט מען בויען נישט אַרײַנגערוקט אין הויף, נאָר פֿון פֿאָרנט, נענטער צו דער גאַס.
בײַ אונדזער שטוב אין בעלץ איז אויך געווען אַזאַ פּריזבע, אַ ברייטע, כּמעט אַ גאַניקל, געמאַכט פֿון ליימענע ציגלען־לאָמפּאַטשן. כּמעט בײַ יעדן בעסאַראַבער ייִדישן שרײַבער קאָן מען געפֿינען אַזאַ „פּריזבע‟. איך האָב עס אויך נישט אויסגעמיטן. אָט ווי עס קלינגט אין מײַן פֿריִיִקער דערציילונג „שלום־עליכמס שטראַלן‟:
„אין די וואַרעמע פֿאַרנאַכטן פֿלעגן די ווײַבער זיך אויסזעצן בײַ עמעצן אויף דער פּריזבע און פֿאַרפֿירן צווישן זיך אַ שטיקל שמועס. ס׳איז פּשוט געווען אַ פֿאַרגעניגן שטיין אין אַ זײַט און נאַשן פֿון זייערע רייד…‟
קערניצע
בשעתּו, אין זײַן צײַט, האָט דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן נישט איין יאָר געפֿירט אַ קאַמף מיטן הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ אַהרן ווערגעליס. ווי מיינט איר, צוליב וואָס? צוליב איין וואָרט! ביידע האָבן זיי זיך אײַנגעשפּאַרט: ווערגעליס פֿלעגט יעדעס מאָל פֿאַרריכטן אין שרײַבמאַנס טעקסט „די קערניצע‟ אויף „קרעניצע‟, און שרײַבמאַן — עס אויפֿשטעלן. פֿאַרשטייט זיך, דאָס אוקראַיִנישע „קרעניצע‟ איז אַרײַן אין אַלע קאַנאָנען פֿון ייִדיש, באַגלײַך מיטן וואָרט „ברונעם‟. בפֿרט בײַ די סאַמאָראָדנע ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס, דערצויגן אויף איציק פֿעפֿערס ליד „קרעניצע‟:
דאָרט, וווּ גראָזן זײַנען נאַסער,
שטייט אַ קרעניצע פֿאַרטראַכט.
קומען מיידלעך ציִען וואַסער
מיט די עמער אַלע נאַכט.
אין מײַנע קינדער־יאָרן האָט מען אין בעלץ קיין וואַסער שוין נישט „געצויגן‟ פֿון אַ קערניצע, כאָטש די קערניצעס אַליין פֿלעגט מען נאָך טרעפֿן דאָ און דאָרט בפֿרט אויף די גאַסן, דערווײַטערט פֿונעם צענטראַלן שטאָט־טייל, אין די אַזוי גערופֿענע „מאַהאָלעס‟. קיין וואַסערלייטונג האָט מען נאָך אין אונדזער ציגײַניִאַ־מאַהאָלע נישט געהאַט, פֿלעגט מען גיין מיט די עמערס צום פּלומפּ.
אָבער לאָמיר זיך אומקערן צו דעם עקשנותדיקן וואָרט־קאַמף צווישן שרײַבמאַנען און ווערגעליסן. „סוף־כּל־סוף, האָט ווערגעליס נאָכגעגעבן, און אינעם זשורנאַל־וואָקאַבולאַר איז לעגאַל אַרײַן אויך דאָס וואָרט „קערניצע‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז ווען איך האָב זיך אָנגעהויבן דרוקן אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟, פֿלעג איך שוין קיין פּראָבלעמען מיט „קערניצע‟ נישט האָבן. אַגבֿ, די גאַנצע געשיכטע אַרום „קרעניצע־קערניצע‟ האָט מיר שרײַבמאַן אַליין דערציילט. בײַ אונדז אין דער היים האָב איך קיין מאָל נישט געהערט דאָס וואָרט „קרעניצע‟, נאָר קערניצע.
אַגבֿ, כ׳האָב אַרײַנגעקוקט אינעם „אַרומנעמיקן ייִדיש־ענגלישן ווערטערבוך‟ פֿון חיים באָכנער און שלום ביינפֿעלד, שטייט דאָרט בפֿירוש דאָס וואָרט „קערניצע‟, אָבער מיט אַן אָנווײַז „זע קרעניצע‟. שרײַבמאַנען, מיין איך, וואָלט עס סײַ דערפֿרייט און סײַ פֿאַרדריסט…
פּראַשעווען
פֿראַשעווען, מיינט, יעטן, און איז פֿאַרבונדן מיט ערד־אַרבעט. די פּויערטעס אין פֿעלד פֿלעגן בדרך־כּלל פּראַשעווען פּאַפּשויעס, ווען די שפּראַצלינגען האָבן זיך שוין אויסגעפּיקט פֿון דער ערד און צעוואָרפֿן זייערע שמאָלע גרין־סאַמעטענע בלעטעלעך, שמייכלענדיק צום הימל און זון. דווקא דעמאָלט דראָט זיי די סכּנה צו ווערן דערשטיקט פֿון ווילדגראָז, וואָס צעוואַקסט זיך גיך אַרום די נאָך שוואַכע פּאַפּשוי־שפּראָצלינגען.
אין מאָלדאַוויע זײַנען אַ סך פֿעלדער פֿאַרזייט מיט פּאַפּשויעס. פֿון פּאַפּשוי־מעל קאָכט מען דאָך דאָס נאַציאָנאַלע מאכל — מאַמעליגע. אין די יאָרן פֿון מײַן לערנען זיך אין שול פֿלעגט מען אונדז, די שילער פֿון די עלטערע קלאַסן, אויך ברענגען אין פֿעלד אַרײַן צו פּראַשעווען, צו דערפֿילן די פּראַצע אין פֿעלד; דערצו האָבן טאַקע אויסגעפֿעלט „הענט‟. קודם־כּל, האָט מען אונדז דערקלערט ווי אַזוי מע פּראַשעוועט; אַז מע דאַרף זײַן געהיט פֿון אויסהאַקן די פּאַפּשוי־שפּראַצלינגען אָנשטאָט דאָס ווילדגראָז; דערנאָך האָט מען יעדן דערלאַנגט אַ סאַפּע אין די הענט און אויך געוואָרנט צו אַרבעטן פֿאָרזיכטיק, נישט פֿאַרוווּנדן זיך אַ פֿוס. צום סוף, שוין באַוואָפֿנט מיט וויסן און אינסטרומענטן, האָט מען אונדז געהייסן זיך אויסשטעלן אין אַ שורה, אַזוי אַז יעדער זאָל זען פֿאַר זיך נאָר זײַן בייט, באַשטעקט מיט די שיטערע קוסטיקלעך פּאַפּשויעס. די פּאַפּשוי־בייט האָט זיך געצויגן אַ פּאָר טויזנט מעטער, און שטיין אײַנגעבויגן אונטער דער פּאַליענדיקער זון מיט דער סאַפּע, וואָס איז כּסדר געוואָרן אַלץ שווערער זי אויפֿצעהייבן, איז בפֿירוש געווען גאָר נישט פֿריילעך…

ווי גרויס איז געווען די נוץ פֿון אונדזער האָרעוואַניע? מײַן באָבע, ווען זי וואָלט געזען מײַן שטיקל אַרבעט, וואָלט זי זיכער געזאָגט: „הלוואָי זאָל איך האָבן אַזוי פֿיל גוטע געזונטע יאָר, וויפֿל פּאַפּשויעלעך דו האָסט אויסגעהאַקט, פּאַרטאַטש!‟