נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 13

אַדיע, קאָבי…

דעם 20סטן סעפּטעמבער האָב איך באַקומען אַ ביטערע בשׂורה, דהײַנו: אין וואַרשע איז פּלוצעם געשטאָרבן קאָבי ווײַצנער. 67 יאָר אַלט… כ׳האָב אים באַלד דערזען פֿאַר די אויגן מיט זײַן מענעריש־חנעוודיקן שמייכל אויפֿן פּנים, אַ באַהאַלטענע איראָניע אין די אויגן, און אויפֿן קאָפּ — אָנגעטאָן אַ טונקל־בלויער בערעט. אַזאַ האָב איך קאָבין דערזען צום ערשטן מאָל אין 2000, ווען ער איז געקומען אין „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע צו זוכן אַ שטיקל פּרנסה, און אַזאַ האָב איך אים געזען פֿאַראַיאָרן אין בוקאַרעשט, בעת דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע טעאַטערס. דאָס לעצטע מאָל…

אַ חוץ עבֿרית, האָט ער געקענט עטלעכע שפּראַכן, אָבער בשעתן רעדן, נישט וויכטיק, צי דער מענטש פֿאַרשטייט יאָ, צי נישט, פֿלעגן אין זײַנע רייד זיך איבערמישן ווערטער פֿון ענגליש, ייִדיש, פּויליש, פֿראַנצייזיש, מיט איין וואָרט, אַרײַנבראָקן אַלץ וואָס ס׳איז אים אַראָפּ פֿון דער צונג. ווען ער איז מיט עפּעס געווען נישט צופֿרידן, האָט אין זײַן ריידן פֿאָרט דאָמינירט זײַן מאַמע־לשון — עבֿרית. ס׳האָט געקלונגען קאָמיש, גראָטעסקיש, כ׳וואָלט אַפֿילו געזאָגט, טעאַטראַליש — נאָר יעדער האָט אים פֿאַרשטאַנען.

זײַנע אַרטיקלען האָבן אויסגעזען צעשויבערט, צעכראַסטעט, נישט אויסגעהאַלטן, אָבער וואָס יאָ — ער האָט געקאָנט פֿאַרכאַפּן דעם לייענער; ער האָט שטענדיק געהאַט וואָס צו זאָגן און געזאָגט עס אויף זײַן אייגענעם אופֿן, מיט הומאָר, גיבנדיק אַ גראָב מיטן גראָבן פֿינגער. פֿאַר מיר, ווי אַ רעדאַקטאָר, איז עס געווען וויכטיקער, איידער יענע פּאַרווע אַרטיקלען, אָנגעשריבן גראַמאָטנע און קאָרעקט, אָבער אָן אַ טעם, אָן אַ לעבעדיקן אָדער. איך פֿלעג עס אים כּסדר זאָגן און בעטן נישט זײַן אַזוי צעפֿלאָסן, זיך מער קאָנצענטרירן… ער האָט געקוקט אויף מיר מיט אויגן פֿון אַ צעבאַלעוועט קינד און צום סוף, אַרויסגעבראַכט זײַן אייגענעם סך־הכּל: „דו זאָגסט דאָך אַליין, אַז מײַנע אַרטיקלען געפֿעלן דיר…‟Weitzner_9-11-pageכ׳וועל קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן יענעם אינדערפֿרי, דעם 11טן סעפּטעמבער 2001. אָנגעשראָקענע און פֿאַרלוירענע האָבן זיך אין דער רעדאַקציע אַרומגעטראָגן די מיטאַרבעטער. קיינער האָט נאָך נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס עס קומט פֿאָר; מ׳איז געשטאַנען אַנטקעגן דעם איינציקן טעלעוויזאָר און געקוקט ווי עס פֿלאַקערן די צוויי בנינים פֿון האַנדל־צענטער. דער שאָק דערפֿון האָט בײַ יעדן אָפּגענומען דאָס לשון. מיר האָבן שוין געהאַלטן בײַם שליסן דעם יום־טובֿדיקן ראָש־השנה־נומער, און דאָ — נאַט אײַך!…

כ׳האָב נישט געזען, ווי קאָבי איז הינטן צוגעקומען צו מיר, כ׳האָב נאָר דערהערט בײַ מײַן אויער זײַן שטיל קול: „איך וואָלט געקאָנט צוגיין אַהין און מאַכן עטלעכע בילדער מיט מײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט…‟ די בנינים זײַנען נאָך צו יענער צײַט נישט אײַנגעפֿאַלן, און קיינעם האָט זיך אַזוינס אויפֿן שׂכל נישט געלייגט. שוין שפּעטער, נאָך דעם ווי אַלץ איז געשען, און קאָבי האָט געבראַכט זײַנע בילדער, געמאַכט ממש אין די ערשטע מינוטן נאָכן קראַך, איז צו מיר דערגאַנגען, ווי ריזיקאַליש איז געווען מײַן באַשלוס אים צו שיקן אַהין.

 אַ באַזונדערע זײַט פֿון דעם ראָש־השנה־נומער איז געווען אויסגעפֿילט מיט קאָביס בילדער מיט זײַנע קאָמענטאַרן „פֿון יענעם פּלאַץ‟. זינט דעמאָלט איז מיר נישט איין מאָל אויסגעקומען צו זען פֿאַרשידענע עקספּאָזיציעס מיט הונדערטער פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָטאָ־זשורנאַליסטן. די בילדער, געמאַכט פֿון קאָבי מיט זײַן פּרימיטיוו אַפּאַראַטל, וואָלטן נישט פֿאַרשעמט קיין איין עקספּאָזיציע, געווידמעט יענער גרויסער טראַגעדיע.

ער האָט געקאָנט „אויסשמעקן‟ אַ זעלטענע טעמע פֿאַר אַן אַרטיקל און עס געהעריק אונטערטראָגן דעם לייענער אָדער דעם צוהערער, ווי ס׳איז געווען אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „די פֿאָרווערטס־שעה‟. קאָבי איז געקומען צו מיר מיט אַ פֿאָרלייג צו מאַכן סוזשעטן „לעבעדיקערהייט‟. געמיינט האָט עס, אַז ער ווייסט אַ מין „סידעלע‟, וווּ עס נעמט זיך צונויף אַ מנין אַלטע גאַליציאַנער ייִדן און מע רעדט „אויפֿן בוידעם אַ יריד‟. ער האָט מיך איבערצײַגט. יעדנפֿאַלס, ס׳איז כּדאַי געווען צו פּרובירן; און ס׳איז אַוועק אַ גאַנצע סדרה, וואָס האָט אַזוי זיך גערופֿן: „גאַליציאַנער סידעלע‟, און איז טאַקע געוואָרן פּאָפּולער.

שפּעטער, ווען די היסטאָרישע ראָדיאָ־סטאַנציע WEVD איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן, און אויף דער „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט איז מעגלעך געווען צו שאַפֿן די ראַדיאָ־פּראָגראַם „פֿאָרווערטס־קול‟, ייִדישע נײַעס פֿון איבער דער וועלט, האָב איך פֿאַרבעטן קאָבי, וואָס האָט שוין צו יענער צײַט געוווינט אין וואַרשע, צו פֿירן פֿון דאָרט זײַנע רעפּאָרטאַזשן איין מאָל אַ וואָך.

maxresdefault
דער אַנאָנס פֿונעם אַנימאַציע־פֿילם מיט קאָביס באַטייליקונג

נאָך צען יאָר לעבן אין ניו־יאָרק האָט קאָבי פֿאַרלאָזט אַמעריקע נישט אין אַ בעסטן פּסיכאָלאָגישן צושטאַנד. עפּעס האָט זיך בײַ אים דאָ נישט געלאַדיעט אין זײַן פּערזענלעך לעבן. וועגן אומקערן זיך קיין ישׂראל, וואָס איז געווען זײַן „אַלטע היים‟, געדענק איך נישט ער זאָל געווען רעדן. הגם, ווי אַ סך ישׂראלים, אימיגראַנטן אין אַמעריקע, האָט קאָבי געבענקט נאָך ישׂראל, וווּ ס׳האָט געוווינט זײַן שוועסטער מיט דער משפּחה, נאָך דער תּל־אָבֿיבֿער סבֿיבֿה, נאָך דער פּלאַזשע… וואָס יאָ, ער פֿלעגט זיך אַ מאָל אַרויסכאַפּן, אַז אין פּוילן, וואָלט ער בפֿירוש געווען אַ בעלן זיך צו באַזעצן. מעגלעך, צוליב דעם, וואָס פּוילן און דער אַמאָליקער פּויליש־ייִדישער הו־האַ איז אים נאָכגעגאַנגען פֿון קינדווײַז אָן, פֿון זײַן טאַטנס לעבן; און שפּעטער — פֿון זײַן באַליבטן לערער, פּראָפֿ׳ חנא שמערוק. דעם אייגענעם גלות אין אַמעריקע האָט קאָבי פֿאַרביטן אויפֿן גלות פֿון זײַנע אָבֿות…

אַ היפּש ביסל צײַט האָב איך פֿון קאָבי כּמעט גאָרניש געהערט. דערנאָך האָבן אָנגעהויבן אָנקומען שטיקער ידיעות, אַז ער האָט חתונה געהאַט אויף אַ מיידל אַ סך ייִנגער פֿון אים. אַגבֿ, נישט לאַנג פֿאַרן פֿאַרלאָזן אַמעריקע האָט ער מיר האַלב־ערנסט, האַלב אין אַ שפּאַס געזאָגט, אַז אויב ער וועט אַ מאָל חתונה האָבן, איז אויף אַ מיידל, ייִנגער פֿון אים נישט ווייניקער ווי אויף אַ יאָר 20.

ס׳האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז קאָבי האָט געפֿונען פֿאַר זיך אַן אָרט אויף דעם שמאָלן ייִדישן געסל אין פּוילן; געאַרבעט ווי אַ לערער, רעדאַגירט דעם ייִדישן טייל בײַם וואַרשעווער פּוילישן זשורנאַל „סלאָוואָ זשידאָווסקיע‟, געשריבן ווײַטער פּיעסעס און מעשׂהלעך פֿאַר קינדער. אין אַ טאָג האָב איך באַקומען פֿון אים דעם „לינק‟ צו אַן אַנימאַציע־פֿילם אויף זײַן סצענאַר, וווּ ער אַליין באַקלאַנגט דעם ייִדישן טעקסט פֿונעם נאָראַטאָר. זעט אויס, אַז אויך די זאָרג פֿון אַ ייִדישן טאַטן, אַז זײַנע דרײַ מיידעלעך זאָלן באַקומען דאָס געפֿיל פֿון אַ צוגעבונדנקייט צו ייִדיש און ייִדישקייט, האָט אים באַגײַסטערט סײַ צו שאַפֿן און סײַ צו קעמפֿן פֿאַרן אומקערן קיין פּוילן דאָס אויסגעוואָרצלטע ייִדיש־וואָרט, זאָל זײַן כאָטש אויפֿן שפּיץ־מעסער.

20171018_153404
קאַבי ווײַצנער אויפֿן אינטערנאַציאַנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע טעאַטערס. בוקאַרעשט, 2017
20171020_035138_001
די אָנטיילנעמער אין דער דיסקוסיע וועגן ייִדישן טעאַטער

קיין בוקאַרעשט אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע טעאַטערס איז קאָבי געקומען ווי דער ליטעראַטור־פֿאַרוואַלטער בײַם ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין וואַרשע. מיר האָבן פֿאַרבראַכט אין איינעם דרײַ טעג. שפּאַצירט, גערעדט, זיך דערמאָנט; און כאָטש ס׳איז אַדורך איבער צען יאָר, האָט קאָבי זיך ווינציק וואָס געביטן, אַפֿילו אויסערלעך: דער זעלבער מענעריש־חנעוודיקער שמייכל אויפֿן פּנים און אויפֿן קאָפּ — אַ טונקל־בלויער בערעט; סײַדן אין די אויגן איז געשטאַנען אַ טראָפּנדל אומעט. יעדנפֿאַלס, אַזוי האָט זיך עס מיר אויסגעדאַכט…

אינטערעסאַנט, אַז בײַ זײַן צוציִעוודיקן כאַראַקטער פֿון אַ מענטש, אַ נאַשבראַט, האָט קאָבי גופֿא זיך געהאַלטן באַשיידן און פֿאַרמאַכט. ער האָט קיין מאָל נישט בראַווירט מיט זײַן אַקאַדעמישן טיטול, נישט אַרויסגעשטעלט זיך פֿאַר אַן „אוטשאָני עוורעי‟. באַרימערײַ און חוצפּה, וואָס מע קען נישט זעלטן טרעפֿן בײַ די סאַברעס, בפֿרט פֿון זײַן דור, איז אים געווען פּריקרע. אַזעלכע „פֿרײַערים‟ האָט ער נישט איין מאָל אויסגעלאַכט אין זײַנע בײַסיקע סקיצן און אין דער פּיעסע „קאַרפּילעווסקי, אָדער וואָס טוט מען דערמיט‟.

אין דעם דאָקומענטאַר, וואָס הייסט אויף פּויליש „פּאָווראָט‟ (אומקער), פֿירט קאָבי אַ מאָנאָלאָג וועגן זײַן לעבן אויף עבֿרית, אַרײַנמישנדיק דערבײַ, ווי זײַן שטייגער איז, נישט ווייניק ייִדישע ווערטער, אויסדרוקן און אויסצוגן פֿון ייִדישער פּאָעזיע. שוין צום סוף זאָגט ער: „מעגלעך, אַז פּוילן איז נישט די לעצטע סטאַנציע מײַנע, אָבער איך פֿיל, אַז זי האָט געזאָלט זײַן. בכלל האָב איך בדעה צו קויפֿן דאָ אַן אָרט פֿאַר אַ קבֿר, ווײַל דאָ איז עס ביליקער און שענער ווי אין תּל־אָבֿיבֿ, ווי אויך, ווײַל ס׳איז געוואָרן אַזאַ נײַע טראַדיציע; און אַוודאי, כּדי צו זײַן נאָענט צו י.ל. פּרץ און צו מײַן לערער חנא שמערוק. אויף מײַן קבֿר וועט זײַן אָנגעשריבן: ׳דאָ ליגט אין ד׳רערד!..׳ אויף ייִדיש האָט דער אויסדרוק אַ טאָפּלטן מיין: סײַ צו זײַן אויף גרויסע צרות און סײַ טאַקע אין דער אמתן זײַן באַגראָבן…‟

איך מוז זיך איצט מודה זײַן: כ׳האָב בײַ קאָבי גענאַשט זײַן באַליבט ווערטל, וואָס איז שוין געוואָרן אַ טייל פֿון מײַן משפּחה־פֿאָלקלאָר. עס קלינגט אַזוי: „אוי, גאָטעניו, פֿאַרזוך מײַן קאָמפּאָטעניו!‟

כּבֿוד דײַן אָנדענק, קאָבי…

סעפּטעמבער 2018, ברוקלין, ניו־יאָרק

1 Comment

  1.  Первый раз проблемы с линком. Ссылка дает возможнсть перйти на ваш сайт, но дальше надпись – страница не найдена. 25.09.2018, 15:53, “Yiddish Branzhe” <comment-reply@wordpress.com>:באָריס סאַנדלער posted: “אַדיע, קאָבי… דעם 20סטן סעפּטעמבער האָב איך באַקומען אַ ביטערע בשׂורה, דהײַנו: אין וואַרשע איז פּלוצעם געשטאָרבן קאָבי ווײַצנער. 67 יאָר אַלט… כ׳האָב אים באַלד דערזען פֿאַר די אויגן מיט זײַן מענעריש־חנעוודיקן שמייכל אויפֿן פּנים, אַ באַהאַלטענע איראָנ“

    Like

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s