דער גורל פֿונעם אַרכיוו בײַם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור: נײַע אַנטדעקונגען

יעפֿים מלמד

דער אַרטיקל ווערט געדרוקט אויפֿן סמך פֿונעם רעפֿעראַט, געהאַלטן אויף דער אָנדענק־קאָנפֿערענץ אין טשערנאָוויץ, אויגוסט, 2018

1

קודם־כּל, עטלעכע ווערטער וועגן דעם, וואָס ס׳האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור (די דעפֿיניציע „פּראָלעטאַרישער‟ האָט זיך באַוויזן שפּעטער, אין 1933). פֿאָרמעל האָט דער אינסטיטוט געאַרבעט אונטערן דאַך פֿון דער אַל־אוקראַיִנישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע. אין די צווישן־מלחמה־יאָרן איז ער געווען איינער פֿון די צוויי אַזעלכע אַנשטאַלטן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וועלכע האָבן זיך ספּעציאַליזירט אין געביט פֿון יודאַיִק. דער צווייטער אַזאַ אינסטיטוט האָט פֿונקציאָנירט אין מינסק; אָבער דער קיִעווער אינסטיטוט איז געווען גרעסער. אין יאָר 1934, אין צײַט פֿון זײַן אויפֿבלי, זײַנען דאָרט געווען טעטיק 8 סעקציעס: היסטאָרישע, פֿילאָסאָפֿישע, ליטעראַרישע, סאָציאַל־עקאָנאָמישע, פּעדאַגאָגישע, וויסנשאַפֿטלעכער פּרעסע און פֿאָרשונגען וועגן ביראָבידזשאַן.

דער קיִעווער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט איז געווען דער העכסטער לערן־אַנשטאַלט אין דער גאַנצער טויזנט־יאָריקער געשיכטע פֿון אונדזער לשון ייִדיש. דער אינסטיטוט איז געווען די העכסטע דערגרייכונג אויפֿן וויסנשאַפֿטלעכן געביט אין דער „אימפּעריע־ייִדיש‟, געווען די קרוין פֿון דער ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

IEPK_Staff_Oct-1934
די מיטאַרבעטער פֿונעם “אינסטיטוט פֿאַר פּראָלעטאַרישער קולטור”, קיִעוו, 1934

מעגלעך, אַז די אָפּשאַצונג קלינגט צו התפּעלותדיק, עס ווײַזט אָבער ווי אַזוי די מיטצײַטלער האָבן אָפּגעשאַצט די וויכטיקייט פֿון דעם אינסטיטוט, פֿון איין זײַט, און פֿון דער צווייטער — רופֿט עס אַרויס אַן אינטערעס צו פֿאַרשטיין, וואָס דער אינסטיטוט האָט טאַקע מיט זיך פֿאָרגעשטעלט. צוליב דעם מוז מען זיך טיפֿער אַ גריבל טאָן אין די מאַטעריאַלן, וואָס זײַנען פֿון אים אַרויס, בתוכם אין זײַן אַרכיוו.

מע האָט אָבער געהאַלטן, אַז דער אַרכיוו האָט זיך נישט פֿאַרהיט. וועגן דעם האָט עדות געזאָגט אַן אָפֿיציעלער דאָקומענט, געפֿונען צווישן די רעהאַביליטאַציע־פּאַפּירן פֿונעם רעפּרעסירטן דירעקטאָר הערש גאָראָכאָוו. פֿון דעסטוועגן, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אָפּצוזוכן אייניקע שפּליטערס. מיט זעקס יאָר צוריק איז דערשינען מײַן אַרטיקל וועגן דעם גורל פֿונעם אַרכיוו, וווּ כ׳האָב געמאַכט אַ פּרוּוו אים צו רעקאָנסטרויִרן. אין מײַן אַרטיקל האָב איך דערציילט סײַ וועגן די רעטענישן אויפֿן וועגן פֿון מײַנע זוכענישן און סײַ וועגן די אַנטפּלעקונגען. זינט דעמאָלט זײַנען געבליבן אַ סך ווייניקער רעטענישן, נאָר די אַנטדעקונגען האָבן זיך פֿאַרגרעסערט. נאָך מער: ס׳האָט זיך אָפּגעזוכט דער אַרכיוו גופֿא, יעדנפֿאַלס זײַן הויפּט־מאַסיוו.

איך וועל זיך באַמיִען ווײַטער, כאָטש בקיצור, צו דערציילן וועגן די גרונט־געפֿינסן, וואָס האָבן אַ שײַכות אי צום אינסטיטוטס אַרכיוו, אי צו זײַן פֿאַרפּלאָנטערטער טראַגישער געשיכטע.

ווען מיר רעדן הײַנט וועגן דעם אינסטוטס אַרכיוו, דאַרפֿן מיר אין זינען האָבן, ערשטנס, דעם גאַנצן קאָמפּלעקס דאָקומענטן, וועלכע האָבן זיך אָנגעזאַמלט במשך פֿון איבער צוואַנציק יאָר אַרבעט. מע דאַרף וויסן, אַז לכתּחילה איז עס געווען אַ קאַטעדרע פֿון ייִדישער קולטור, געגרינדעט אין אָקטאָבער 1926; אין 1929 איז די קאַטעדרע רעפֿאָרמירט געוואָרן אין אַן אינסטיטוט. שוין נאָך זײַן ליקווידאַציע אין מײַ 1936 (צוליב די ענדערונגען אין דער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק פֿון סאָוועטישן רעזשים אין קאָנטעקסט פֿונעם קאַמף קעגן טראָצקיזם און ייִדישן נאַציאָנאַליזם) איז אויפֿן אָרט פֿונעם איסנטיטוט געשאַפֿן געוואָרן אַ קליינער קאַבינעט פֿון ייִדישער קולטור (אָפֿיציעל האָט ער זיך גערופֿן „קאַבינעט פֿון דערלערנען סאָוועטישע ליטעראַטור, שפּראַך און פֿאָלקלאָר). אין יאַנואַר 1949 אין ברען פֿונעם קאַמף קעגן „קאָסמאָפּאָליטיזם‟ און נאָכן פֿונאַנדערלאָזן דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, האָט מען דעם „קאַבינעט‟ אויך געשלאָסן. נישט געקוקט אויף די אַלע סטרוקטורעלע ענדערונגען במשך פֿון די אַלע יאָרן, איז עס אין תּוך געווען די זעלבע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציע. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך דער אַרכיוו האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ געאייניקטן און ווערטפֿולן דאָקומענטאַלן קאָמפּלעקס.

lib
יוסף ליבערבערג (1897־1937)

אַ טייל פֿון דעם אַרכיוו איז באַשטאַנען פֿון די קאָלעקציעס, וועלכע עס פֿלעגן זאַמלען און באַקומען די קאַטעדרע, דער אינסטיטוט און לסוף, דער קאַבינעט. קודם־כּל, גייט דאָ די רייד וועגן דער ווערטפֿולער קאָלעקציע פֿון ייִדישן מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר, געזאַמלט פֿון יולי ענגעל און זינאָווי קיסעלדאָרף. אָבער די „ראָזשינקע‟ פֿון דער קאָלעקציע איז אַוודאי געווען דאָס באַקומען די אוצרות פֿון די אוניקאַלע ביכער־ און־אַרכיוו קאָלעקציעס נאָכן שליסן אין לענינגראַד, אין 1929 „די געזעלשאַפֿט פֿאַר פֿאַרשפּרייטן השׂכּלה צווישן די ייִדן אין רוסלאַנד‟ און די „ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט‟. די געירשנטע פֿון לענינגראַד אוצרות האָבן אויך אײַנגעשלאָסן די קאָלאָסאַלע ביבליאָטעק, אַרכיוון פֿון געוויסע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, געלערנטע און געזעלשאַפֿטלעכע טוערס, אײַנגעשלאָסן אַבֿרהם האַרקאַווי, שמעון דובנאָוו, ווי אויך זעלטענע פּינקסים, פֿאָנאָגראַווירונגען פֿון ייִדישן מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר וכּדומה.

דער דירעקטאָר פֿונעם קיִעווער אינסטיטוט, יוסף ליבערבערג, האָט באמת געהאַט מיט וואָס זיך צו באַרימען.

2
צום ערשטן מאָל האָט זיך אַ רעלאַטיוו גאַנצער פֿראַגמענט פֿונעם אינסטיטוט־אַרכיוו אָפּגעזוכט נאָך דער מלחמה אין באַשטאַנד פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם „סמאָלענסקער אַרכיוו‟. לאָמיר דערמאָנען, אַז די דאָזיקע קאָלעקציע, וועלכע איז באַשטאַנען פֿון דאָקומענטן, וואָס האָבן געהערט צום סמאָלענסקער געגנטלעכן פּאַרטיי־אַרכיוו, זײַנען בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון דער שטאָט סמאָלענסק, אַרויסגעפֿירט געוואָרן קיין דײַטשלאַנד, און דערנאָך — אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין די יאָרן פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟ האָבן די אַמעריקאַנער היסטאָריקער אויסגענוצט די דאָקומענטן ווי דעם הויפּט־קוואַל וועגן דעם סטאַליניסטישן פּעריאָד אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין דעצעמבער 2002, נאָך לאַנגע פֿאַרהאַנדלונגען, איז דער „סמאָלענסקער אַרכיוו‟ געווען אומגעקערט צוריק קיין רוסלאַנד און געפֿינט זיך איצט אינעם מלוכישן אַרכיוו פֿון סמאָלענסקער געגנט. דערבײַ האָט די אַמעריקאַנער מאַכט זיך נישט צוגעהערט צו די דערקלערונגען פֿון פּאַטריציע גרימסטעד [1], וואָס האָט רעקאָמענדירט די קיִעווער דאָקומענטן, וועלכע זײַנען אַהין אַרײַן על־פּי טעות, אומצוקערן צוריק קיין קיִעוו.

די צופֿעליק פֿאַרשלעפּטע אינעם „סמאָלענסקער אַרכיוו‟ 9 קיִעווער ענינים, שליסן אין זיך אײַן אַ קליינעם טייל פֿונעם ייִדישן אינסטיטוט־אַרכיוו, איבערהויפּט די דאָקומענטן פֿונעם לעצטן פּעריאָד פֿון זײַן טעטיקייט. די דאָקומענטן, פּונקט ווי אַנדערע פּאַפּירן, האָבן אַרויסגעפֿירט פֿון קיִעוו די מיטאַרבעטער פֿונעם אײַזנזאַצשטאַב בײַם רײַכסלײַטער אַלפֿרעד ראָזענבערג פֿאַרן „אינסטיטוט צו פֿאָרשן די ייִדישע פֿראַגע (Institut zur Erforschung der Judenfrage). ער איז געשאַפֿן געוואָרן אין מאַרץ 1941 אין פֿראַנקפֿורט־אויף־מײַן. אַהין פֿלעגט מען פֿון דער אָקופּירטער אייראָפּע צונויפֿפֿירן ביכער־ און אַרכיוו־מאַטעריאַלן, פֿאַרבונדן מיט יהדות. ווי מע האַלט, איז נאָר פֿון קיִעוו אַרויסגעשיקט געוואָרן איבער 100 טאָן בענד. נאָך דער מלחמה האָט מען עס געפֿינען אינעם שטעטל אָפֿענבאַך, וואָס איז אַרײַן אין דער אַמעריקאַנער אָקופּאַציע־זאָנע. דאָרט האָבן די אַמעריקאַנער אײַנגעאָרדנט אַ צענטראַלן סקלאַד פֿאַר די טראָפֿיי־אַרכיוון און ביבליאָטעק־קאָלעקציעס (Offenbach Archival Depot אָדער OAD).

אין OAD האָט מען די אָנגעראַבעוועטע ביכער, מאַנוסקריפּטן און דאָקומענטן פֿונאַנדערגעטיילט, און אויב ס׳פֿלעגט זיך אײַנגעבן פֿעסט שטעלן זייער אָפּשטאַם, האָט מען זיי אומגעקערט די פֿריִערדיקע באַלעבאַטים: אײראָפּעיִשע ביבליאָטעקן און מוזייען. אמת, קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז נישט אומגעקערט געוואָרן דאָס אייגנטום פֿון די ייִדישע קהילות און אָרגאַניזאַציעס, ווײַל מאָסקווע האָט עס פּשוט נישט געפֿאָדערט. זעט אויס דערפֿאַר זײַנען די דאָקומענטן פֿונעם ייִדישן אינסטיטוט אָפּגעשיקט געוואָרן נישט קיין קיִעוו, נאָר אין ניו־יאָרק. גראַדע אין אָפֿענבאַך זײַנען זיי איבערגעמישט געוואָרן מיט די דאָקומענטן פֿונעם „סמאָלענסקער אַרכיוו‟, און ווי ס׳איז שפּעטער קלאָר געוואָרן, נישט נאָר מיט אים…

DSC02751a
יעפֿים מלמד בעת דער אַרבעט אין ייִוואָ, 2017

אַן אַנדער טייל ייִדישע מאַטעריאַלן פֿונעם קיִעווער אינסטיטוט, ווי אַ באַזונדערער פֿאָנד, איז אָנטפּלעקט געוואָרן אינעם ניו־יאָרקער ייִוואָ, וואָס איז אַהין אָנגעקומען אין מאַרץ 1997 פֿונעם וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי. אינעם חורבן־מוזיי האָט מען זיי געשיקט פֿונעם אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלן אַרכיוו, ווי אַ טייל פֿון די קאָנפֿיסקירטע בײַם פֿײַנט דאָקומענטן. אין ייִוואָ האָט מען מיט רעכט געהאַלטן, אַז די דאָזיקע מאַטעריאַלן האָבן די דײַטשן אַרויסגעפֿירט פֿון קיִעוו פֿאַר זייער אינסטיטוט אין פֿראַנקפֿורט־אויף־מײַן, פֿון וואַנען זיי זײַנען געטראָפֿן קיין אָפֿענבאַך.

דער פֿראַגמענט, וואָס געפֿינט זיך אין ייִוואָ, איז ממשותדיק גרעסער פֿונעם „סמאָלענסקער‟ (52 פּאַפּקעס), ווי אויך לויטן אינהאַלט איז ער ברייטער און פֿאַרשיידנאַרטיקער. אַ חוץ די אַדמיניסטראַטיווע און פֿינאַנציעל־ווירטשאַפֿטלעכע דאָקומענטן, זײַנען דאָרט פֿאַראַן שאַפֿערישע מאַנוסקריפּטן, בתוכם אַרטיקלען וועגן ביראָבידזשאַן, ווי אויך אַ גענוג גרויסע זאַמלונג מוסטערן פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר.

כ׳האָב געטראַכט, אַז נאָכן געפֿינען דעם פֿאָנד, וואָס טראָגט אין ייִוואָ דעם נאָמען „אינסטיטוט פֿאַר פּראָלעטאַרישער קולטור‟, איז שווער אַרויסצוקוקן אויף נאָך אַנדערע מציאות. בין איך טאַקע געווען נישט גערעכט: בשעת מײַנע לעצטע זוכונגען אין ייִוואָ, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז פֿראַגמענטן פֿונעם זעלבן אַרכיוו, נאָר פֿון פֿאַרשיידענעם פֿאַרנעם, געפֿינען זיך, אַמווייניקסטן נאָך אין זעקס פֿאָנדן. לויט די בערכדיקע חשבונות זײַנען דאָס אַרום 300 טעקעס פֿון איבער 14 טויזנט זײַטן. בלי־ספֿק, אַז דאָס איז דער גרונטיקער אַרכיוו־טייל פֿונעם קיִעווער ייִדישן אינסטיטוט, נישט גערעכנט די קאַלעקציעס, הגם קאָלעקציע־מאַטעריאַלן זײַנען דאָרט אויך דאָ.

צו באַשרײַבן קורץ די גאַנצע מאַסע דאָקומענטן, וועלכע נעמען אַרום דעם גאַנצן פּעריאָד פֿון אינטיטוטס טעטיקייט, אָנהייבנדיק פֿון דער קאַטעדרע ביזן קאַבינעט, איז אוממעגלעך. וועל איך אָנרופֿן נאָר די וויכטיקסטע דאָקומענטן:

— אויטאָביאָגראַפֿיעס און רשימות פֿון די מיטאַרבעטערס, ווי אויך זייערע מאַנוסקריפּטן און אַרטיקלען;
— קאָמפּלעט דאָקומענטן, פֿאַרבונדן מיט דער אַל־אוקראַיִנישער לינגוויסטישער קאָנפֿערענץ אין קיִעוו, אין מײַ 1934. דאָס איז געווען דער גרעסטער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרום וועגן דער „פּלאַנירונג און אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟;
— גאַנץ־געבליבענע צוגרייט־מאַטעריאַלן פֿאַר די זאַמלונגען פֿון טאַראַס שעווטשענקאָס [2] ווערק, איבערגעזעצט אין ייִדיש;
— לעקסיקאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן (30 טעקעס מיט מאַנוסקריפּטן פֿאַרן אוקראַיִניש־ייִדישן ווערטערבוך);
— אַ טייל מאַטעריאַלן וועגן די צוגרייטונגען פֿון אַנ־סקיס עקספּעדיציע און מוסטערן פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿונעם אַרכיוו, וואָס האָט געהערט דעם „ייִדישער היסטאָריש־עטנאָגראַפֿעשער געזעלשאַפֿט‟;
— הונדערטער דעשיפֿרירטע טעקסטן, ייִדישע לידער, פֿאַרשריבן מיט דער האַנט פֿון משה בערעגאָווסקי, ווי אויך די קאָרעקטור פֿון דעם 2טן באַנד פֿון זײַן פֿינף־בענדיקער אויסגאַבע „ייִדישער מוזיקאַלישער פֿאָלקלאָר‟ (1936) וכדומה.

כּמעט אַלע מאַטעריאַלן, וואָס געפֿינען זיך אין ייִוואָ, זײַנען פֿאַקטיש דובליקאַטן, אָבער עס זײַנען אויך דאָ מאַטעריאַלן, וועלכע פֿעלן אין קיִעוו אויס. ווי ס׳האָט עס באַשטעטיקט ד״ר לודמילאַ שאָלאָכאָוו, די אַרכיוו־און ביבליאָטעק־פֿאַרוואַלטערין אין ייִוואָ, איז דאָס פּאַפּיר פֿון די קיִעווער און ניו־יאָרקער קאָלעקציעס אידענטיש.

 

[1] פּאַטריציע קענעדי־גרימסטעד — באַקאַנטע אַרכיוו־קענערין, פּראָפֿעסאָר בײַם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט
[2] טאַראַס שעווטשענקאָ (1814־1861) — אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער פּאָעט

סוף קומט

יעפֿים מלמד איז געבוירן געוואָרן אין 1951. ליטעראַטור־פֿאָרשער און היסטאָריקער־אַרכיוויסט, איז ער מחבר פֿון אַ ריי ביכער און אַ סך אַרטיקלען, קאָמענטאַרן, אַרכיוו־פֿאָרשונגען און פּובליקאַציעס וועגן דער געשיכטע פֿון רוסישער ליטעראַטור, רוסיש־ייִדישער געשיכטע און גענעאָלאָגיע, וועלכע זײַנען דערשינען, אַ חוץ אוקראַיִנע און געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אויך אין אויסלאַנד (אַמעריקע, ענגלאַנד, ישׂראל, פּוילן). וווינט אין קיִעוו, אוקראַיִנע.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s