פֿון אונדזער עזבֿון: יוסף קערלער (1918־2000)

צום 100סטן געבוירן־טאָג

דיכטער, פּראָזאַיִקער, פּובליציסט, רעדאַקטאָר — איז יוסף קערלער געבוירן געוואָרן אין הײַסין, אוקראַיִנע. זײַנע ערשטע לידער זײַנען געדרוקט געוואָרן אין די 1930ער יאָרן. אין 1937־1941 איז קערלער אַ סטודענט אין דער טעאַטראַלער סטודיע בײַם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער. פֿרײַוויליק אַוועק אויפֿן פֿראָנט, נאָך דער דריטער פֿאַרוווּנדונג האָט מען אים מאָביליזירט אין 1944. אינעם זעלבן יאָר איז דערשינען זײַן ערשטע זאַמלונג, וועלכע איז באַשטאַנען מערסטנטייל פֿון ווערק, געווידמעט דער מלחמה־טעמע. זיך געדרוקט אין דער צײַטונג „אייניקײַט‟.

kerler207אין 1947 איז קערלער אַריבערגעפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן, וווּ מיט דרײַ יאָר שפּעטער איז ער רעפּרעסירט און פֿאַרשיקט געוואָרן אויף צען יאָר קיין וואָרקוטאַ. נאָך דער באַפֿרײַונג און רעהאַביליטאַציע אין 1955 האָט ער זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע. געשריבן לידער, מיניאַטורן, איינאַקטערס פֿאַר באַזונדערע זינגערס און אַקטיאָרן. אין 1957 און 1965 זײַנען דערשינען צוויי זײַנע לידער־זאַמלונגען אין דער רוסישער איבערזעצונג.

ווען אין מאָסקווע האָט אָנגעהויבן דערשײַנען דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, האָט יוסף קערלער דאָרט געדרוקט לידער און עסייען. שרײַבן אָבער ווײַטער אונטערן סאָוועטישן דרוק האָט דער דיכטער שוין נישט געקאָנט. ער הייבט אָן זײַן קאַמף פֿאַרן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל. ערשט נאָך זעקס יאָר האָט זיך אים אײַנגעגעבן אין יאָר 1971 צו באַקומען אַ דערלויבעניש און פֿאַרלאָזן ראַטן־פֿאַרבאַנד.

ער באַזעצט זיך אין ירושלים, וווּ עס הייבט זיך אָן דער לעצטער און פֿרוכטבאַרסטער פּעריאָד אין זײַן שאַפֿונג. יוסף קערלער איז געווען דער איניציאַטאָר פֿון אַ סך אויפֿטוען, דערונטער פֿון דער אויסגאַבע „ירושלימער אַלמאַנאַך‟ — אַ וויכטיקע טריבונע פֿאַר צענדליקער שרײַבערס, דיכטערס, ליטעראַטור־פֿאָרשערס און פּובליציסטן. קערלערס לידער זײַנען איבערגעזעצט אויף אַ סך שפּראַכן.

לייעטן אַן אַרטיקל פֿון יוסף קערלער, וואָס ער האָט אָפּגעדרוקט אין דער צײַטונג „אייניקײַט‟ דעם 17טן מאַרץ, 1945. (דער אויסלייג איז געביטן.)

צוועלף זײַנען מיר געווען

צוועלף בחורים זײַנען מיר געווען. פֿון די ווײַטע אוקראַיִנישע און ווײַסרוסישע שטעט און שטעטלעך זײַנען מיר געקומען קיין מאָסקווע. מיר זײַנען געקומען מיט אַ דאָרשטיקן ווילן: ווערן ייִדישע שוישפּילער.

דאָס איז געווען האַרבסטצײַט, אין די לעצטע זוניקע טעג פֿון 1937. אַלץ איז געווען נײַ און איבערראַשנדיק. מאָסקווע מיט אירע זון־באַגילדעטע קרעמל־ווענט, דער נאַכאַנאַנדיקער מענטשנשטראָם איבער די ברייטע גאַסן, און דער סטאָלעשניקאָוו־געסל, וווּ עס געפֿינט זיך די מאָסקווער ייִדישע טעאַטראַלע שול…

צוועלף בחורים זײַנען מיר געווען אויפֿן קורס. געשלאָפֿן אַ בעטל נעבן אַ בעטל, צוזאַמען געאַרבעט, צוזאַמען געטרוימט, צוזאַמען באַזוכט טעאַטער. פֿלעגט איינעם געפֿעלן ווערן אַ בוך, פֿלעגן אים אַלע מוזן איבערלייענען.

מיר האָבן זיך סצעניש דערצויגן אויף טשעכאָווס וואָדעווילן און פּרצעס דראַמעס, אויף פֿראַגמענטן פֿון מענדעלע, שלום־עליכם, גאָגאָל, סאַלטיקאָוו־שטשעדרין, גאָרקי, און אַנדערע.

צום אַרויסלאָז האָבן מיר צוגעגרייט דרײַ שטעלונגען: שלום־עליכמס „גאָלדגרעבער‟ („דער אוצר‟), פּרצעס „שוועסטער‟ און גאָגאָלס איינאַקטער „קאָרטנשפּילער‟. די שטעלונגען זײַנען אַדורך מיט דערפֿאָלג.

אין אַלפֿאַרבאַנדישן קאָמיטעט פֿאַר קונסט־ענינים האָט מען שוין געהאַט גערעדט וועגן אַ ייִדישן יוגנט־טעאַטער! האָפֿענונגען וועגן אונדזער צוקונפֿט האָבן אונדז רוען נישט געלאָזט. ביז שפּעט אין דער נאַכט פֿלעגן מיר ליגן מיט ברייט־צעעפֿנטע אויגן און שמועסן וועגן אונדזער קינפֿטיקן טעאַטער, וועגן אונדזער רעפּערטואַר. ס׳האָט זיך שוין אַפֿילו אָנגעמערקט אַן אָרט פֿאַר אונדזער טעאַטער־בינע.

война

אונדזערע פּלענער זײַנען זיך אָבער צעפֿלויגן, אַוועק מיטן ערשטן רויך פֿון די שׂרפֿות, וואָס דער שׂונא האָט אָנגעצונדן אין אונדזערע ליבע גרענעץ־שטעטלעך…

צווישן אונדזערע פּעדאַגאָגן איז געווען דער ליטעראַטור־פֿאָרשער אַהרן גורשטיין [לייענט וועגן אַ. גורשטיין רבֿקה רובינס אַרטיקל אין פֿאָריקן נומער — רעד.] אין די ערשטע טעג פֿון דער מלחמה איז ער פֿרײַוויליק אַוועק אויפֿן פֿראָנט. פֿרײַוויליק איז אויך אַוועק אונדזער לערער פֿון ייִדישער שפּראַך, דער פֿילאָלאָג עלי פֿאַלקאָוויטש.

אויך מיר זײַנען נישט אָפּגעשטאַנען פֿון אונדזערע לערער. מיר זײַנען אַוועק אויפֿן פֿראָנט. צוועלף זײַנען מיר געווען. וווּ זײַנען איצט אונדזערע חבֿרים?

מישע קינעל, אַ יונג מיט אַ פּאָר ליכטיק־גרויע אויגן, איז העלדיש אומגעקומען ערגעץ בײַ דער שטאָט וויניצע.

בײַ די לעגענדאַרע ווענט פֿון לענינגראַד איז געפֿאַלן שורע קאָפּמאַן.

געפֿאַלן אין שלאַכט איז אויך אונדזער וויצלינג הערשעלע מאַרמאָ, אַ בחור מיט אויסערגעוויינטלעכע אַקטיאָרישע פֿיייִקייטן, אַ קאָמיקער פֿון גרענעצלאָזע לעבנסלוסט און פֿאַנטאַזיע.

די לעבן געבליבענע שלאָגן דעם שׂונא. „נישטאָ קיין שטאַרקער און שענער געפֿיל, ווי די שׂינאה צו די דײַטשן. מיט דעם דאָזיקן געפֿיל נעם איך נקמה פֿאַר מײַנע נאָענטע און ליבע‟ — אַזוי שרײַבט אין אַ בריוו דער גוואַרדיע־סערזשאַנט בערל שיינהאַוטער, קאַוואַלער פֿון צוויי אָרדענס. ווער וואָלט זיך געריכט, אַז דאָס דאַרינקע בחורל, וואָס האָט אַזוי חנעוודיק געשפּילט דעם מלמד אין שלום־עליכמס „גאָלדגרעבער‟, דער זעלבער שיינהאַוטער וועט אויף דער פּרײַסישער ערד פֿאַרברענען צוויי דײַטשישע „טיגער‟־טאַנקן! דער דריטער „טיגער‟ האָט פֿאַרקערעוועט און געמאַכט פּליטה.

אין אויגוסט 1942, בעת אַ שלאַכט אויף צפֿון־קאַווקאַז, איז אַבֿרהם הערצבערג אַרײַנגעפֿאַלן אין פֿײַערלעכער אַרומרינגלונג. צוזאַמען מיט אַ קליינער גרופּע רויטאַרמייער איז ער אַנטלאָפֿן פֿון אַ דײַטשישן קאָנצענטראַציע־לאַגער, האָט זיך דורכגעריסן דורך דער פֿײַער־ליניע און איז אָנגעקומען צו אונדזערע טיילן. פֿאַר אַרויסווײַזן העלדנטום אין די שלאַכטן פֿאַרן טײַך דאָן און קאַווקאַז איז דער לייטענאַנט הערצבערג באַלוינט געוואָרן מיט אַן אָרדען פֿון פֿאָטערלענדישער מלחמה און מיט אַ מעדאַל „פֿאַר באַשיצן סטאַלינגראַד‟.

שטייענדיק בײַ סטאַלינגראַד, האָט ער געשריבן: „איך וועל נאָך קומען קיין בערלין!‟ איצט שרײַבט ער בריוולעך פֿון דײַטשלאַנד…

победа

פֿון דער וואָלגע ביז נאָכן אָדער — דאָס איז דער שלאַכטוועג פֿון טובֿיה מוראָך. זײַן דעסאַנט־גרופּע האָט פֿאַרניכטעט דײַטשן אין די הונדערטער. נישט איין קאָמוניקאַציע צעשטערט בײַם שׂונא אין הינטערלאַנד. פֿאַר זײַנע שלאַכט־פֿאַרדינסטן איז ער באַלוינט געוואָרן מיט אַן אָרדען פֿון רויטן שטערן און מיט די מעדאַלן „פֿאַר שלאַכט־פֿאַרדינסטן‟.

מיט אַן אָרדען פֿון רויטן שטערן איז אויך באַלוינט דער עלטערער לייטענאַנט, דער קאָמאַנדיר פֿון אַן אַרטילעריע־באַטאַריי באָריע הערשמאַן.

אין איינעם פֿון די פֿראָנט־אַנסאַמבלען פֿאַר געזאַנג און טענץ טרעט אַרויס אונדזער געוועזענער מיטשפּילער יאַנקל פּרעסמאַן, וואָס איז פּאָפּולער און באַליבט בײַ די שלאַכט־לײַט אויך פֿאַר זײַן קונסט. דאַרף מען — איז ער אַ פֿריילעכער קאָנפֿעראַנס, אַ לוסטיקער טענצער, אַ שאַרפֿער קופּלעטיסט; דאַרף מען — גייט ער אין אַטאַקע ווי אַ געניטער שלאַכטמאַן.

אין דער העלדישער מי פֿון אונדזער הינטערלאַנד האָבן מיר אויך אונדזער חלק, — איינער פֿון די בעסטע אַרבעטער אויפֿן נ־סקער מיליטערישן זאַוואָד איז יאַשע אליקומס. צוליב דער בינה האָט ער אַמאָל, שוין אַ באַיאָרטער מענטש, געוואָרפֿן דעם זאַוואָד, זײַן הויכע קוואַליפֿיקאַציע. איצט האָט ער צוליב פֿאַרטיידיקן זײַן היימלאַנד צײַטווײַלק פֿאַרלאָזט די בינע און אַוועק צוריק אויפֿן זאַוואָד.

צוועלף זײַנען מיר געווען. אַלע האָבן מיר געוווּסט, אַז דער וועג צו אונדזער שעפֿעריש לעבן ליגט דורך קאַמף, דורך נצחון איבערן היטלערישן דײַטשלאַנד.

אַ באַזונדערן דאַנק אונדזער לייענער לעאָניד פֿליאַט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s