באָריס סאַנדלער
אונדזער טרעפֿונג איז פֿאָרגעקומען בײַ שיקל און געלע פֿישמאַן אין דער היים, אין ריווערדייל (בראָנקס), אין אַ האַרבסטיקן טאָג 2006. אין זייער געראַמער דירה איז קיין בעסער אָרט פֿאַר אונדזער שמועס, ווי בײַ די צענדליקער פּאָליצעס — פֿון דיל ביז דער סטעליע — פֿאַרשטעלט מיט ביכער אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, שווער געווען צו געפֿינען. שטיל און אויספֿירלעך האָט דער באַלעבאָס אָנגעהויבן דערציילן, אַז ס‘האָט זיך נישט געוואָלט אים אָפּשטעלן, כּדי „אַרײַנצודרייען‟ אַן אייגענע פֿראַגע…
ייִחוס: אַ גוטער נאָמען גייט אָן אין אַלע לענדער
מײַן טאַטע איז געקומען קיין אַמעריקע נאָך אין יאָר 1910. ער איז געקומען נישט צוליב דעם, ווײַל אַנדערש וואָלט מען אים גענומען אין מיליטער; נאָר צוליב דעם, וואָס זײַן עלטערע רשוועסטער האָט געדראָט אַרעסטירט צו ווערן. זי האָט פֿאַרשפּרייט פּאַמפֿלעטן קעגן דעם רוסישן צאַר. איך מיין פֿון „בונד‟, כ’בין אָבער נישט זיכער.

דער טאַטע איז געקומען פֿון סאָראָקע, בעסאַראַביע. ער האָט תּמיד געהאַט גוטס צו זאָגן וועגן בעסאַראַביע. די מאַמע, פֿאַרקערט: זי איז געקומען פֿון אָסטראָפּאָליע, אוקראַיִנע, און זי האָט קיין גוט וואָרט וועגן אוקראַיִנע קיין מאָל נישט געזאָגט. זי האָט געהאַלטן, אַז זיי דאָרט זײַנען אַלע געווען גזלנים, באַנדיטן, מערדער, גנבֿים. נישט דער טאַטע האָט געוואָלט צוריקפֿאָרן, און אַוודאי נישט די מאַמע. אָבער דער טאַטע פֿלעגט זיך דערמאָנען, אַז מ’איז געזעסן אויפֿן באַרג לעבן דעם טײַך נעסטער און געזען קלעצער שווימען אַראָפּ, און אויף די קלעצער איז געשטאַנען אַ יונגאַטש און האָט געהאַלטן אַן אויג אויף זיי; אַז עס זײַנען געווען גוטע פֿרוכטן, און ווען די מאַמע פֿלעגט עפּעס דערלאַנגען צום טיש, אַן אַרבוז, למשל ,האָט דער טאַטע תּמיד געזאָגט: „אַזאַ אַרבוז פֿלעגט מען בײַ אונדז ,אין סאָראָקע, וואַרפֿן די חזירים. בײַ אונדז איז געווען אַן אַרבוז, פֿלעגט רינען איבער דער באָרד…‟
דער טאַטע זײַנער איז נאָך פֿריִער אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, און מע האָט געזאָלט וואַרטן ביז ער וועט צושיקן בילעטן; אָבער אַזוי ווי די שוועסטער האָט מען געקאָנט אײַנזעצן אין תּפֿיסה, האָט מען געמוזט מאַכן אַ ויבֿרח. וועגן דער נסיעה ווייס איך נישט קיין סך. כ’געדענק פֿון זײַנע רייד, אַז די באָבע האָט מיטגעבראַכט אַהער בלויז אַ גלעזעלע, זי זאָל קענען טרינקען טיי און מילך. ס’האָט גענומען נישט לאַנג, און מײַן טאַטן האָט מען דאָ מאָביליזירט אין דער אַרמיי, און אין דער אַרמיי האָט ער זיך אויסגעלערנט זײַן פּראָפֿעסיע. ער איז געווען אַ צאָן–טעכניקער. קיין אייראָפּע האָט מען אים נישט געשיקט. געווען אין „קעמפּ מיד‟, אין מערילענד, דאַכט זיך, איז עס ;און דאָרט איז ער געוואָרן אַ בירגער. איך האָב, אייגנטלעך, אַ בילד פֿון זײַנע בירגער–פּאַפּירן. עס שטייט דאָרט: „פֿאָרט מיד‟. האָט ער זיך דאָרט געטראָפֿן מיט אַ סך ייִדישע זעלנער, צווישן זיי — מיטן באַקאַנטן פּועלי–ציוניסט יהודה זעליטש [1].
איך בין געבוירן געוואָרן אין פֿילאַדעלפֿיע. פֿאַר וואָס זײַנען מײַנע עלטערן געקומען דווקא קיין פֿילאַדעלפֿיע, נישט אין ניו–יאָרק, הייב איך נישט אָן צו וויסן. ס’האָט אויסגעזען אַ ביסל מאָדנע: מײַן טאַטע האָט כּמעט ווי קיין משפּחה נישט געהאַט, און מײַן מאַמע האָט געהאַט עטלעכע מומעס און פֿעטערס. ס’רובֿ, האָבן זיי געוווינט אין ווילמינגטאָן, אַ שטעטל אויפֿן וועג קיין וואַשינגטאָן, וואָס האָט באַלאַנגט צו דער „דופּאָנט‟–פֿירמע. מײַן טאַטע פֿלעגט זאָגן: „אַ מומע פֿון דופּאָנטס–מדינה‟. פֿילאַדעלפֿיע איז דעמאָלט געווען אַ מאָדנע שטאָט. לגבי ניו–יאָרק — זיכער, ווײַל אויב אין ניו–יאָרק האָט מען פֿאַרדינט געלט, איז מען דאָרט „אומגעקומען‟; דאָס מיינט, מ’איז אַרײַן אין אַ קרײַז פֿון רײַכע מענטשן ,נישט דווקא ייִדן. מע פֿלעגט זיי דאָרט גיכער אָננעמען, און אַפֿילו נישט געפֿאָדערט, זיי זאָלן זיך אַסימילירן.
אין פֿילאַדעלפֿיע איז אַזוינס נישט געווען. דאָ טרהאָט געוווינט די אַלטע אַמעריקאַנער אַריסטאָקראַטיע, די אַלטע קאָלאָניסטישע משפּחות, וואָס צו זיי האָבן באַלאַנגט אַלע בענק, אַלע גרויסע געשעפֿטן. קיין ייִדן האָבן זיי נישט אַרײַנגענומען אין זייער געזעלשאַפֿט. די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי איז געווען זייער פּאַרטיי. זיי האָבן געהאַט זייער קלוב אין צענטער שטאָט אין אַ גרויסן בנין. כ’האָב דעמאָלט געהערט, אַז זיי זיצן דאָרט אין גרויסע פֿאָטעלן, טרינקען וויסקי און רייכערן דיקע ציגאַרן. איך בין קיין מאָל אַפֿילו נישט צוגעגאַנגען אַהין אַרײַנצוקוקן דורך דער טיר…
דערציִונג: ווי מע וויגט עס אײַן, אַזוי וויגט עס זיך אויס
איך ווייס נישט, ווי אַזוי כ’האָב זיך אויסגעלערנט ענגליש; איך געדענק אָבער נישט קיין צײַט, כ’זאָל נישט קענען ענגליש. איין מאָל האָט מען מיך איבערגעלאָזט אין שטוב מיט דער באָבען. דער מאַמעס מוטער האָט געוווינט נישט ווײַט פֿון אונדז, און זי האָט נישט געקענט קיין ענגליש. האָב איך געדאַרפֿט פֿאַרטײַטשן, וואָס די אויפֿראַמערין האָט בײַ איר געפֿרעגט. וועדליק איך געדענק, בין איך נאָך אַרומגעגאַנגען אין אַ בעטעלע, און אַזוי, אַרומגייענדיק אינעם בעטעלע, האָב איך געטײַטשט פֿאַר דער באָבען, וואָס די פֿרוי פֿרעגט. ווי אַלט האָב איך דעמאָלט געקאָנט זײַן, אַז מ’האָט מיך געלאָזט אַרומגיין אין אַ בעטעלע? און איך האָב שוין געקענט ענגליש. קיין טעלעוויזיע איז דעמאָלט נישט געווען. אַ ראַדיאָ — יאָ. איך געדענק, ווי מע האָט אַרײַנגעבראַכט דעם ראַדיאָ — ממש אַ שטיק מעבל. דעמאָלט, אין די וואַלן, ווען צום ערשטן מאָל האָט קאַנדידירט רוזוועלט קעגן הוּווער, איז דער רעפּובליקאַנער קלוב געווען אַנטקעגן אונדז. הוּווער איז מיר זייער נישט געפֿעלן געווען. איך האָב געזאָגט, אַז ער זעט אויס, ווי אַ הונט. איך האָב זיך זייער געפֿרייט, אַז מ’האָט אויסגעקליבן רוזוועלטן. אַ סך פֿון אַזעלכע זאַכן זויגט מען אײַן, נישט וויסנדיק אַפֿילו פֿון וואַנען זיי קומען.
הכּלל, די ערשטע שול, וואָס איך האָב ממש אָנגעקוקט מיט די אויגן, איז געווען די צווייטע אַרבעטער–רינג–שול אין פֿילאַדעלפֿיע. און דער ערשטער לערער מײַנער איז געווען ה. נאָוואַק [2]. שפּעטער האָט ער פֿאַרלאָזט פֿילאַדעלפֿיע און איז געווען דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער „ציקאָ‟. אַ בעסאַראַבער ייִד. מײַן טאַטע פֿלעגט זאָגן, אַז ער דערקענט באַלד אַ בעסאַראַבער, לויט זײַן נאַקן. אַזאַ ברייטער נאַקן. אַ פֿריילעכער, גוטמוטיקער ייִד.
אַ פֿולע שול אויף ייִדיש איז דעמאָלט נישט געווען אין אַמעריקע, און ס’איז הײַנט אויך נישטאָ. זייער אַ סך קינדער האָבן פֿאַרשטאַנען ייִדיש, אָבער כּמעט קיינער פֿון די קינדער האָט קיין ייִדיש נישט גערעדט. איך האָב געוווינט מיט די עלטערן אויפֿן צווייטן גאָרן איבער אַ שפּײַזקראָם. פֿלעג איך זיך אָפֿט אַראָפּלאָזן מיט די טרעפּ און באַשטעלן אין קרעמל, וואָס די מאַמע האָט געוואָלט. ווען דער קרעמער האָט געזען, אַז איך קום אַרײַן, פֿלעגט ער באַלד זאָגן די ייִדענעס: „ש–ש–שאַט!‟ — און פֿרעגן בײַ מיר: „וואָס ווילסטו, ייִנגעלע?‟ — האָב איך אים געזאָגט: „אַ ברויט‟, אָדער „איך וויל אַ ברויט‟ — אויף ייִדיש. האָבן אַלע אין דער קראָם זיך געקוויקט. ס’איז געווען אין די אָנהייב 1930ער און ס’איז שוין דעמאָלט געווען אַ זעלטענע זאַך.

מײַן טאַטע פֿלעגט גיין ווערבירן קינדער פֿאַר די ייִדישע שולן. בײַ אונדז האָט עס געהייסן, „קענוועסן‟. יעדן זונטיק איז ער אַוועק אין דער פֿרי און געקלאַפּט אין די טירן. צוגערעדט, מע זאָל שיקן דאָס קינד אין דער ייִדישער שול. האָט ער מיך מיטגענומען, ווען ער האָט געקענט, צו ווײַזן, וואָס דאָס מיינט. און איך פֿלעג ציטירן אַ פּאָעמע, זינגען אַ ליד אויף ייִדיש. מערסטנס, האָט מען געשיקט אין אַ ייִדישער שול די מיידעלעך; אַ ייִנגעלע האָט מען געשיקט נישט מיט גרויס חשק — אַ שאָד צו פֿאַרלירן אַ קדישל. גאַנץ געשמאַק האָט מען געלערנט צוויי לימודים — ליטעראַטור און געשיכטע. ליטעראַטור איז נישט קיין לימוד אין דער פֿאָלקשול, נאָר מע האָט געלייענט די כרעסטאָמאַטיע. מערסטנס, האָט מען געלייענט רייזענען, פּרצן, שלום–עליכמען — נישט די גרעסטע ווערק און אויך דאָס לשון איז געווען פֿאַרלײַכטערט. בעז [3] און יעפֿרויקין [4] האָבן צונויפֿגעשטעלט אַזעלכע כרעסטאָמאַטיעס יעדע עטלעכע יאָר, ווײַל דאָס ייִדיש בײַ די קינדער פֿלעגט אָפּגעשוואַכט ווערן ,האָט מען געמוזט אַלץ מער ווערטער פֿאַרטײַטשן.
די אַרבעטער–רינג–שול איז געווען פֿאַרבונדן מיט אַ מיטלשול אין צענטער שטאָט, וואָס האָט באַדינט אַלע שולן אין פֿילאַדעלפֿיע. עס זײַנען געווען אויך אין פֿילאַדעלפֿיע פֿאַרבאַנד–שולן און ממש לינקע שולן. אָבער מיר איז קיין מאָל נישט אויסגעקומען זיך צו טרעפֿן מיט די לערער אָדער תּלמידים פֿון יענע שולן. סײַדן, איין מאָל. איך בין שוין דעמאָלט געווען אַ חתן–בחור, זיך געלערנט אין high school [5], אָדער אַפֿילו אין קאָלעדזש. בין איך אַוועק רעדן אין דער לינקער שול , צו נייטן די תּלמידים זיי זאָלן זיך אָנשליסן אין אונדזער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קלובן. מיר האָבן געהאַט אַ קלוב „פּרץ יונג–קלוב‟. מע פֿלעגט זיך טרעפֿן דאָרט פֿון צײַט צו צײַט. ס’איז געווען זייער פֿײַן.
איך קען נישט זאָגן, אַז אַלע האָבן בדרך–כּלל גערעדט אויף ייִדיש, אָבער בײַ די פֿאַרברענגענישן האָבן אַלע גערעדט ייִדיש. אַז מ’איז אַוועק צו עמעצן צו גאַסט, האָט מען שוין גערעדט דאָרט, ווי עס האָט זיך געפֿירט בײַ יענעם אין דער היים. מײַנע געסט זײַנען כּסדר געווען די ווײַנרײַך–קינדער און אַמעק ברומבערג [6]. די ווײַנרײַכס און אַבֿרהם ברומבערג זײַנען געקומען כּמעט אין איין צײַט, בעת דער מלחמה. דעמאָלט האָט מען נישט ווייניק אַרויסגעראַטעוועט פֿון אייראָפּע ייִדן, ווי מענטשן פֿון „דזשוינט‟, „אָרט‟, „בונד‟, אָדער דעם „אַרבעטער–קאָמיטעט‟.
אויב איר ווילט זוכן טיפֿערע וואָרצלען פֿון מײַנע פּערזענלעכע אינטערעסן, איז עס געווען די היים. אין דער היים האָט מען כּסדר גערעדט וועגן דעם, ווי אַזוי פֿאַרבעסערט מען די דאָליע פֿון ייִדיש. מיר האָבן געהאַט אַ שליחות. מײַן טאַטע פֿלעגט מיך פֿרעגן: „וואָס האָסטו הײַנט געטאָן פֿאַר ייִדיש?‟ — דאָס איז נישט געווען קיין וויץ. איך פֿלעג ענטפֿערן קינדערישע זאַכן: כ’האָב געשפּילט מיט דעם און דעם, גערעדט צו אים אויף ייִדיש, אָבער יענער האָט, פֿאַרשטייט זיך, געענטפֿערט נישט אויף ייִדיש. דער טאַטע האָט געזאָגט: „דאָס איז גוט ,אַזוי דאַרפֿסטו טאָן, וועט ער פֿאַרשטיין, אַז אַ ייִדיש קינד דאַרף רעדן ייִדיש.‟ אונדזער שטוב איז געווען, קאָן מען זאָגן, די „צענטראַלע‟ פֿון די ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס. אין דער היים האָב איך געהערט די פּאָלעמיק אַרום די שולן, אַרום די רדיפֿות אין מאָסקווע קעגן די ייִדישע שרײַבער.
איך האָב אָנגעהויבן גיין אין דער ייִדישער שול אין ;1930 כ’בין דורכגעגאַנגען די עלעמענטאַר–שול 5—4 — יאָר די מיטל–שול — 4 יאָר, און נאָך דעם האָט מען געגרינדעט העכערע קורסן פֿאַר אונדז. דער לערער פֿישל הערשטיין [7] ,למשל, האָט געלערנט מיט אונדז ייִדישע גראַמאַטיק, און ער איז געווען אַ גרויסער קענער. ער האָט געקענט יעדע שפּראַך, וואָס מע קען דערמאָנען פֿאַר אַ ייִדיש קינד: אַלע סלאַווישע שפּראַכן, די גערמאַנישע שפּראַכן, העברעיִש, אַראַמעיִש, כאַלדעיִש און אַראַביש. ער איז געווען דער זעצער פֿאַרן Jewish Publication Society [8] און צוליב דער מלחמה–צײַט, האָט מען דעמאָלט געדאַרפֿט האָבן זעצערס אויף אַראַביש. פֿלעגט ער אויסזעצן די אַלע פּראָפּאַגאַנדע–בלעטלעך און אַנדערע זאַכן, וואָס די רעגירונג האָט געדאַרפֿט האָבן. ער האָט אויסגעזעצט יהואָשס [9] תּנ”ך. ער האָט געזעצט אוריאל ווײַנרײַכס טעקסט–בוך. נישט געווען קיין סך זעצערײַען אין אַמעריקע, וווּ מע האָט געקענט זעצן מיט די ייִוואָ–צייכנס.

דער ייִוואָ–חדר: דבֿרי–חכמים בנחת נשמעים
דער „ייִוואָ‟ איז אַרײַן אין מײַן לעבן נאָך דעם ערשטן זומער, ווען איך בין געווען אַן אויפֿפּאַסער אין קעמפּ „נײַוועלט‟. בכלל האָט דער זומער–קעמפּ געשפּילט אין מײַן ייִדישער דערציִונג אַ גרויסע ראָלע. מײַנע עלטערן זײַנען געפֿאָרן אָדער קיין „בויבעריק‟, אָדער קיין „נײַוועלט‟. „נײַוועלט‟ איז געווען אַ קעמפּ פֿון יעקבֿ לעווין [10] — אַ קאָלאָסאַל אינטערעסאַנטער מענטש, וואָס מ’האָט אים זייער גיך פֿאַרגעסן. אין קעמפּ האָט זיך געפֿירט, אַז יעדער אויפֿפּאַסער פֿלעגט האָבן איין טאָג אין דער וואָך פֿרײַ. דעמאָלט פֿלעגט דער געהילף ווערן דער אויפֿפּאַסער. דער געהילף פֿלעגט גיין פֿון גרופּע צו גרופּע אין משך פֿון דער וואָך, ווען זייער אייגענער אויפֿפּאַסער האָט זיך באַפֿרײַט. דעמאָלט איז ער געווען דער „בימקום‟– אויפֿפּאַסער. און מײַן „בימקום‟–אויפֿפּאַסער איז געווען גאַבי ווײַנרײַך — דאָס ערשטע יאָר, וואָס ער איז געקומען קיין אַמעריקע. נאָכן זומער איז ער געווען בײַ מיר צו גאַסט אין פֿילאַדעלפֿיע, און איך בין געקומען צו גאַסט צו די ווײַנרײַכס קיין ניו–יאָרק. דעמאָלט האָט מאַקס ווײַנרײַך געכאַפּט אַ שמועס מיט מיר און האָט געזאָגט: „ווייסט וואָס, ס’וועט זײַן אַ קאָנפֿערענץ פֿונעם ייִוואָ אין אַ חודש אַרום, קום, וועסטו הנאה האָבן!‟ זיך אומגעקערט אַהיים, באַקום איך אַ טשעק פֿון ווײַנרײַכן, צו באַצאָלן פֿאַר די הוצאָות–הדרך פֿאַר מײַן קומען אויף דער קאָנפֿערענץ.
איך האָב דעם טשעק נישט אײַנקאַסירט .פֿאַר וואָס? לכתּחילה איז עס געווען בלויז צוליב דעם ,וואָס עס איז מיר נישט אָנגעשטאַנען, אַז אַ פֿרעמדער מענטש זאָל דאַרפֿן צאָלן פֿאַר מײַן קומען קיין ניו–יאָרק. מײַן טאַטן איז עס אויך נישט געפֿעלן געוואָרן, כאָטש ער האָט מיר נישט געזאָגט, כ’זאָל דעם טשעק נישט אײַנקאַסירן. כ’האָב וועגן דעם אָנגעשריבן גאַבין, און ער האָט מיר געענטפֿערט, אַז ער האָט גאָרנישט צו טאָן דערמיט; און אויב איך וויל, קאָן איך שיקן דעם טשעק צוריק צו זײַן טאַטן. אָבער דאָס וואָלט אויסגעזען נישט שיין, האָב איך באַשלאָסן דעם טשעק נישט צוריקשיקן און אים נישט אײַנקאַסירן. סוף–כּל–סוף, ווי איר זעט אים, איז דער דאָזיקער טשעק געבליבן בײַ מיר, ווי אַזאַ וויכטיקער אָנדענק.
ווען איך האָב דערציילט די עלטערן וועגן דעם שמועס מיט מאַקס ווײַרײַכן, האָבן זיי מיר געזאָגט: נו, אפֿשר ווילסטו אַדורכקוקן די „ייִוואָ–בלעטער‟, וואָס מיר האָבן אין קעלער? איך האָב קיין מאָל נישט געוווּסט, אַז ס’איז דאָ דאָרט אַ זאַמלונג פֿון „ייִוואָ–בלעטער‟. פֿאַר מײַנע טאַטע–מאַמע איז עס געווען אי נישט קיין שיינע ליטעראַטור, וואָס מע זאָל קענען הנאָה האָבן דערפֿון, אי צו קאָמפּליצירט בכלל. אָבער זיי האָבן אַבאָנירט די „ייִוואָ–בלעטער‟. צו יענער צײַט, אין ,1946 איז די פּובליקאַציע אַלט געוואָרן פּונקט 20 יאָר. אַזוי האָב איך אָנגעהויבן צו זאַמלען די ביבליאָטעק פֿון ייִוואָ–אויסגאַבעס.

ווען איך בין געקומען קיין ניו–יאָרק, האָב איך געוווינט אַנטקעגן דעם ייִוואָ — דאָס איינציקע אָרט אין ניו–יאָרק, וווּ איך האָב זיך געפֿילט אין דער היים. דאָרט האָט געאַרבעט חנה מלאָטעק, זי האָט דעמאָלט געהייסן נישט מלאָטעק, נאָר גאָרדאָן. איך האָב זיך באַקענט מיט אַלע מיטאַרבעטער, אויסער די, וואָס זײַנען געווען צעקריגט מיט ווײַנרײַכן…
אין דער הקדמה צו אײַער בוך[ 11 [ Yiddish: Turning to Life שרײַבט איר, אַז בײַ מאַקס ווײַנרײַכן איז געווען אַ סטרוקטור, צעטיילן אויף סעקציעס; און אַז איר זאָלט שטיין בראָש דער פּעדאַגאָגישער סעקציע.
אַזאַ צוגאַנג קומט נאָך פֿון ווילנע. ווײַנרײַך האָט געמיינט, אַז מע קען די זעלבע סעקציעס, מער–ווייניקער, האָבן סײַ דאָ, סײַ דאָרט. ער האָט אַוודאי געוווּסט, אין וועלכער סעקציע איך וועל זיך אויסטויגן. ער האָט, למשל, געוואָלט, אַז איך זאָל אויפֿפּאַסן אויף יאָסל מלאָטעקס פֿאָרש–אַרבעט, ווײַל איך האָב באַקומען אַ גוטע, קוואַנטיטאַטיווע בילדונג. יאָסל האָט געהאַט אַזאַ צוגאַנג: אַלץ קען מען אויספֿאָרשן דורך די אַנקעטעס. ער האָט אָנגעהויבן דאָ גיין אין דער גראַדויִר–שול און זיך געלערנט אין דער „ניו–סקול‟. יאָסל האָט געהאַלטן, אַז דורך די אַנקעטעס וועט מען אויסקלאָרן, וויפֿל מ’האָט געענטפֿערט אַזוי, און וויפֿל מ’האָט געענטפֿערט אַנדערש; און וואָס איז דאָס שײַכות צווישן ענטפֿערן אַזוי אויף דער פֿראַגע נומער,10 און אויף דער פֿראַגע נומער .13 מיר איז עס נישט געווען צום האַרצן, דערצו איז יאָסל געווען מײַן חבֿר, און איך האָב נישט געקענט אויפֿפּאַסן אויף אים. ער איז שוין דעמאָלט געווען דער דירעקטאָר פֿון אַרבעטער–רינג, און איך — אַ גראַדויִר־סטודענט. ווי קום איך אויפֿצופּאַסן אויף אים? ווײַנרײַך איז געווען זייער אַנטוישט פֿון מײַן אָפּזאָגן זיך.
איר שרײַבט אין אײַער בוך, אַז ווײַנרײַך האָט געוואָלט, איר זאָלט עפּעס טאָן אין ייִוואָ אינעם געביט פֿון ייִדיש ,אָבער איר זײַט שוין געהאַט געווען פֿאַרנומען אויף אַנדערע פֿעלדער. צי קאָן מען זאָגן, אַז אין אַ געוויסן מאָמענט האָט איר פֿאַרקערעוועט אויף אַן אַנדער דרך? פֿאַר וואָס איז עס געשען?
עס איז אמת, אַז ס’איז געקומען אַ מאָמענט און די פּריאָריטעט איז אַריבער…
וואָס איז געווען דער „שטויס‟? צי האָט איר פּשוט געוואָלט זיך אַרויסרײַסן פֿון די ייִדיש–דלתּ אמות און אַרויסגיין אויף אַנדערע רחבֿותן?
איך האָב נישט געוואָלט פֿאַרדינען פֿון ייִדיש, ווײַל איך האָב געזען, אַז די פּראָבלעם פֿון ייִדיש איז צו פֿיל פֿאַרשמעלערט געוואָרן; זי זעט נישט אויס ווי אַ מער אַלגעמיינע פּראָבלעם פֿון אַנדערע שפּראַכן אין אַמעריקע. איך געדענק, אַז נאָכן געווינען די ייִוואָ–פּרעמיע פֿאַר אַ פֿאָרש–אַרבעט וועגן ייִדיש, האָט מײַן לערער הערשטיין — דער זעלבער, וואָס האָט געקענט אַראַביש און אַראַמעיִש — זיך פֿאַרוווּנדערט: אין אַזאַ צײַט צו ווערן אַ פֿאָרשער פֿון ייִדיש! האָב איך אים געזאָגט, אַז כ’בין זיכער, אַז איך וויל ווערן אַ פֿאָרשער פֿון שפּראַכן. דאָס איז נאָך געווען פֿאַר דער צײַט פֿון ייִדיש אין די קאָלעדזשן.
און דעמאָלט ,פֿאָרשן וועגן ייִדיש האָט געהייסן צו פֿאָרשן אין ייִדיש, צי אויף ענגליש?
איך מיין, דאָס איז נאָך נישט געווען די טעמע. מ’האָט דעמאָלט בלויז געטראַכט וועגן אַרויסגעבן די אַרבעט אויף ייִדיש פֿאַר אַ ייִדישער אינסטיטוציע. מ’איז נישט אַזוי באַקאַנט געווען מיט דער קאָלעדזש–וועלט, ווי מיר זײַנען הײַנט באַקאַנט. הגם ער אַליין, הערשטיין, האָט זיך געלערנט אין קאָלעדזש, אָבער ער איז געבליבן, מער–ווייניקער ,אַן אַלטער אויטאָדידאַקט. אַלע לשונות האָט ער זיך אויסגעלערנט אַליין, דורך לייענען. בכלל, איז מאַקס ווײַנרײַך געווען שטאַרק אומצופֿרידן מיט דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין אַמעריקע. ערשטנס, צוליב זייער עם–הארצות; צווייטנס, צוליב זייער זײַן הילפֿלאָז בײַם פֿאַרשטיין די מעגלעכקייטן פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. אין אייניקע שטאַטן האָבן די עלטערן געקענט פֿאָדערן ייִדישע קורסן פֿאַר זייערע קינדער. צי האָט עמעצער געוווּסט וועגן דעם? צי האָט כאַנין [12] געוווּסט וועגן דעם? מאַקס ווײַנרײַך האָט געקענט כאַנינען בעסער ווי די פֿירער פֿון די שלום–עליכם– אָדער פֿאַרבאַנד–שולן דערפֿאַר האָט ער טאַקע זײַנע אייגענע קינדער, גאַבי און אוריאל, נישט געשיקט אין די אַרבעטער–רינג–שולן. ווײַנרײַך האָט נישט געהאַלטן פֿונעם „בונד‟–דרך; ער איז אַוועק פֿונעם „בונד‟. דער „בונד‟ האָט נישט געפֿירט קיין שולן אין אַמעריקע.

ס’וואָלט געווען נישט ריכטיק צו האַלטן ,אַז מאַקס ווײַנרײַך האָט זיך פֿאַרנומען בלויז מיט לינגוויסטיק. ער איז געווען דער גרויסער פֿירער פֿונעם גאַנצן ייִוואָ. ער פֿלעגט אַרויסגעבן אָפֿט אַרטיקלען און ביכער, וואָס האָבן נישט געהאַט קיין שײַכות צו לינגוויסטיק. ער האָט, למשל, אַרויסגעגעבן אַ פֿאָרש–אַרבעט וועגן דעם ,צי מע דאַרף ,אַזוי ווי די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט עס געטאָן, אויפֿהערן צו פֿרעגן אין די פֿאַרשידענע רעגירונג–בלאַנקן, צי מ’איז אַ ייִד? זײַן זון, אוריאל, האָט זיך טאַקע מער אָפּגעגעבן מיט לינגוויסטיק. עס קאָן זײַן, ווײַל ער האָט נישט געוואָלט מיר שטיין אין וועג. אוריאל האָט דווקא יאָ געהאַט סאָציאָ–לינגוויסטישע אינטערעסן, נאָר ער האָט זיי קיין מאָל נישט אַנטוויקלט. אַז מע קוקט אויף זײַן Languages in Contact13, איז בײַם סוף דאָ אַ גאַנצע אָפּטיילונג וועגן צוויישפּראַכיקייט און אינטעליגענץ. דאָס איז נישט קיין לינגוויסטישע טעמע, און ס’איז נישט קיין סאָציאָ־לינגוויסטישע טעמע באמת. אָבער ער האָט געקענט עס אַרײַנפֿירן אין סאָציאָ–לינגוויסטיק.
מיר האָבן צוזאַמען געזאָלט אַרבעטן וועגן סאָציאָ–לינגוויסטיק, אָבער ער איז געווען צו אַרײַנגעטאָן אין לינגוויסטישע ענינים, און איך האָב געוואָלט זיך האַלטן פֿון זיי פֿון דער ווײַטנס, כּדי נישט צו דאַרפֿן אַרבעטן אויף זײַן שטח.
איר האָט צעטיילט די טעריטאָריעס?
יאָ, מיר האָבן זיך צעטיילט מיט דער ירושה.
איר האָט גערעדט מיט אים, אַפּנים, וועגן דעם פּראָיעקט פֿונעם אַטלאַס, יאָ? איז דער פּראָיעקט געווען אײַך צום האַרצן?
פֿאַר מיר איז דער פּראָיעקט געווען ,מער–ווייניקער, דיאַלעקטאָלאָגיע. דיאַלעקטאָלאָגיע איז אַ באַזונדערער שטח, אָבער ס’איז מיר זייער געפֿעלן געווען דער געדאַנק ,וואָס ליגט אויך אין דער שיטה פֿון רעקאָנסטרויִרן פֿון דער ווײַטנס. ער האָט געהאַט אָנגעשריבן אַן אַרטיקל, צי איז מעגלעך אַ סאָציאַלע דיאַלעקטאָלאָגיע ?איך האָב דעם אַרטיקל איבערגעדרוקט אין מײַן ערשטער כרעסטאָמאַטיע Is a Social Dialectology Possible? [14] ער האָט געאַרבעט אויף זייער אַ סך זאַכן.
מאַקס ווײַנרײַך איז געווען זייער וויכטיק פֿאַר אונדז, ווײַל ער האָט צוגעצויגן צום ייִוואָ אַ גאַנצע גרופּע יונגע מענטשן. צוליב דעם איז ער געווען אַזוי פּראָמינענט אויך אין אונדזערע אויגן; ער האָט אונדז אי אַ ביסל געקעכלט, אי אַ ביסל געהאָדעוועט, אי געווען אונדזער וועגווײַזער. אוריאל איז געווען איינער פֿון אונדז. מאַקס ווײַנרײַך האָט געוואָלט אַרײַנציִען אין דעם קרײַז אויך זײַן ייִנגערן זון, גאַבי.
מיט אַ בליק פֿון הײַנט: וואָס האָט זיך אין דער אַמתן אַנטוויקלט פֿון יענער צײַט, און וואָס איז אונטערגעגאַנגען?

עס איז אונטערגעגאַנגען דער ייִוואָ. דער הײַנטיקער „ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט‟ איז אַן אַנדער מין אָרגאַניזאַציע. מאַקס ווײַנרײַך האָט געוואָלט בויען און שטאַרקן די ייִדישע געזעלשאַפֿט אין אַמעריקע, דורך דער ייִדישער קולטור. ער האָט זיך כּסדר געראַנגלט מיט דעם, וואָס ס’איז נישטאָ דאָ קיין סבֿיבֿה פֿאַר ייִדיש, אָבער ער האָט נישט נאָכגעגעבן.
ס’איז דעמאָלט נאָך נישט געווען קיין מעגלעכקייט צו באַקומען רעגירונגס–געלט אויף אַ רעגלמעסיקן אופֿן, כּדי צו פֿירן אַן אַרבעט אין ייִוואָ, לויט דער אַלטער שיטה. מיר פֿלעגן ברעכן זיך דעם קאָפּ, אַז בײַ אַ קאָנפֿערענץ זאָלן זײַן כאָטש צוויי רעפֿעראַטן אויף ייִדיש. מיר האָבן געזוכט מענטשן צווישן אַלע אונדזערע באַקאַנטע, וואָס קענען רעדן ייִדיש בײַ אַ וויסנשאַפֿטלעכער קאָנפֿערענץ. הײַנט איז גרינגער צו געפֿינען מענטשן, וואָס קענען עס טאָן אויף ייִדיש, טאַקע צוליב די ייִדיש–קורסן אין די אוניווערסיטעטן און צוליב דעם, וואָס די רעגירונג גיט געלט אויף פּראָיעקטן אויסצופֿאָרשן ייִדיש–רעדנדיקע — נישט דווקא פֿאַר ייִדיש, נאָר ייִדיש–רעדנדיקע. און מענטשן, צוליב דעם, לערנען זיך אויס ייִדיש. נישט קיין סך, אָבער מיר מוזן אומבאַדינגט האָבן בײַ אונדזערע ייִדיש–קאָנפֿערענצן, ייִוואָ–קאָנפֿערענצן, כאָטש אַ צוויי, דרײַ רעפֿעראַטן, געמאַכט אין ייִדיש.
אָבער נישט בלויז דער ייִוואָ האָט זיך געביטן; עס האָט זיך געביטן די גאַנצע געזעלשאַפֿט. עס איז מיט אַמאָל אײַנגעפֿאַלן דעם אַלטן ייִדיש–רעדנדיקן דור, אַז קיין נײַער דור קאָן שוין מער נישט זײַן; און דער ייִוואָ, וואָס איז תּמיד געווען אַן אַנקער און אַ בויער פֿון אַ ייִדישער געזעלשאַפֿט מיט ייִדיש, האָט זײַן הויפּט–פֿונקציע גיך אויפֿגעגעבן. בײַ מאַקס ווײַנרײַכן וואָלט דער ייִוואָ געווען אַ קלענערע אינסטיטוציע, אָבער ער האָט געוווּסט, אַז מע דאַרף גיין אויפֿן וועג פֿון אויפֿהאַלטן ייִדיש.
ווי אַזוי שאַצט איר אָפּ, אייגנטלעך, דאָס איינציקע אָרט איצט, וווּ אויף אַן אייגענעם אופֿן, אַנטוויקלט זיך פֿונדעסטוועגן ייִדיש — די אַקאַדעמישע וועלט?
דאַנקען גאָט, וואָס עס איז דאָ. ס’וואָלט געווען נאָך ערגער אָן דעם. עס קומען אַרויס עטלעכע מענטשן, וואָס טויגן טאַקע. בדרך–כּלל, זײַנען זיי שוואַך, אָבער גוטע מענטשן, גוטע סטודענטן זײַנען אומעטום זעלטן. די ערגסטע איבערלעבונג בײַ מיר איז צו לייענען יעדן זמן די עקזאַמענס. איך לייען זיי, און כ’וויל זיך פּשוט באַהאַלטן ערגעץ, ווײַל זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, נישט געלייענט, נישט מחדש געווען. מאַקס ווײַנרײַך האָט געהאַט זייער אַ הויכן סטאַנדאַרד. בײַ אים האָב איך זיך געלערנט עפּעס ,וואָס איז אפֿשר נישט באַרעכטיקט: אַז יעדע זאַך דאַרף זײַן אינטערעסאַנט פֿון אַ טעאָרעטישן שטאַנדפּונקט. ווען מע שרײַבט וועגן ייִדיש ,דאַרף זײַן אויך אַזוי, אַז מע זאָל עס אַרײַנשטעלן אין אַזאַ ראַם פֿון טעאָרעטישע פֿאַרבינדונגען, אַז די גאַנצע וויסנשאַפֿט זאָל עס וועלן לייענען.
איך ווייס, אַז הײַנט זײַנען דאָ אַ סך מענטשן, וואָס זײַנען קעגן אַזאַ שטאַנדפּונקט, ווײַל זיי קענען דאָס נישט טאָן. מע קוקט אויף ייִדיש, ווי אויף אַ באַזונדערן שטח, אָפּגעזונדערט פֿון אַלע אַנדערע. דעריבער באַקומט זיך בײַ זיי, אַז אויב דו ביסט נישט פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש, דאַרפֿסטו נישט לייענען קיין שום אַרבעט וועגן דער אימיגראַנטישער תּקופֿה, אָדער וועגן דער אַרבעטער–באַוועגונג… וואָס הייסט, טעאָריע? טעאָריע הייסט ,אַז עס זײַנען דאָ געדאַנקען הינטער דעם אַלעמען, וואָס שפּרינגען אַריבער פֿון איין טעמע צו דער אַנדערער…
איך וואָלט געוואָלט נאָך צוגעבן וועגן פֿאַרנייגן זיך אין אַנדערע ריכטונגען, ווי בלויז אין ייִדיש–אַרבעט. איך האָב געהאַט צוויי מעגלעכקייטן, עס זאָל גיין פֿאַרקערט. נאָר ביידע מאָל האָב איך זיך דערשראָקן. איין מאָל איז עס געווען צו גיין אויפֿן וועגן פֿון ייִדיש–לערערײַ. איך האָב עס שוין געהאַט פֿאַרזוכט און פֿאַרשטאַנען, אַז איך וויל עס נישט.
צוליב פּרנסה?
צוליב דעם מין לעבן. איך האָב קיין מאָל נישט געהאַט קיין סך אין דער קינדהייט. דאָס הויז איז געווען אַן אָרעמס. אָבער מיר איז אין דער פֿאַך נישט געפֿעלן געוואָרן, קודם–כּל, דאָס שײַכות צווישן דעם לערער און דער פֿאַרוואַלטונג. איך האָב זיך אָפֿט איבערצײַגט, אַז די פֿאַרוואַלטונגס–מענטשן זײַנען נישט קיין ערנסטע. בײַ קיינעם פֿון זיי איז נישט אויסגעוואַקסן אַ קינד עס זאָל געווען רעדן ייִדיש.
מסתּמא, ווײַל זיי זײַנען געווען מער פּאָליטיקער, ווי קולטור–מענטש?
זיי זײַנען נישט געווען קיין פּאָליטיקער און נישט קיין קולטור–מענטשן. זיי זײַנען געווען האָרעפּאַשניקעס, וואָס עפּעס אין זיי האָט זיי געצויגן צו דער געזעלשאַפֿטלעכער ייִדישער אַרבעט. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל. דאָס צווייטע מאָל איז עס געשען, ווען דער קולטור–קאָנגרעס איז אויפֿגעקומען, האָט מען מיר פֿאָרגעלייגט צו זײַן דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער יוגנט–סעקציע .איך האָב דעמאָלט גראָד פֿאַרענדיקט מײַן דאָקטאָראַט און נישט געהאַט קיין שטעלע צו דער האַנט. אָבער ווען מ’האָט מיר עס פֿאָרגעלייגט, האָב איך זיך איבערגעשראָקן.
פֿאַר וואָס?
שווער צו זײַן אָרנטלעך אַזוי פֿיל, צו קענען ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע. איך מיין, אַז נאָר פֿונעם טראַכטן, וואָס וועט ווערן פֿון מיר, אויב איך וועל זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַזאַ מין „באָי‟, ווי עס זײַנען געווען בײַם אַרבעטער–רינג, אָדער בײַ אַן אַנדער ייִדישער אָרגאַניזאַציע — אַ מין שיק–ייִנגל ,פֿאַרקויפֿט צו עמעצן און צו עמעצן אָנקומען… בײַ ייִדן איז דאָך נישטאָ אַזאַ זאַך, אַז מע זאָל דיר געבן אַ שטעלע, און דו זאָלסט זײַן דערפֿון אַ באַלעבאָס. דער וואָס עס גיט, זאָגט דיר וואָס דו זאָלסט טאָן! צוריק גערעדט, האָב איך אויך נישט געהאַט קיין אוניווערסיטעט–דערפֿאַרונג. אינטויִטיוו, האָב איך געפֿרעגט בײַ אוריאל ווײַנרײַך, וואָס זאָל איך טאָן? האָט ער מיר געזאָגט, אַז פֿון זײַן דערפֿאַרונג האָט ער גרויס סאַטיספֿאַקציע פֿון געבן אַ רעפֿעראַט פֿאַר אַ ייִדישער גרופּע דאָ און דאָרט ,אָדער אַרויסגעבן אַן אַרטיקל אין אַ זשורנאַל. אָבער ער פֿילט, אַז דאָס פֿירט אין ערגעץ נישט. אַז מע קען נישט צעשפּרייטן די פֿליגל און פֿאַרשטיין עפּעס בעסער. הקיצור, איך האָב די שטעלע אינעם קולטור–קאָנגרעס נישט אָנגענומען.
זעט איר דאָך: אפֿשר וואָלט איר שוין איצט געווען אַ דירעקטאָר פֿון אַ ייִדישער שול?
איך וועל אײַך זאָגן דעם אמת ,אַז פֿון דעם שטאַמט מײַן גאַנצער חשד, אַז די וויכטיקסטע זאַכן, וואָס שייך אַ שפּראַך–ציבור, נעמען זיך נישט פֿון דער שול. איך בין אַ גרויסער סקעפּטיקער אין דער וויכטיקייט פֿון דער שול אין דער אַנטוויקלונג פֿון קינדער.
וואָס זשע דען איז וויכטיק? די סבֿיבֿה?
…די היים, משפּחה, פֿרײַנד, געגנט
[1] יהודה זעליטש (1892־1972) — ייִדישער שרײַבער, אַדוואָקאַט און קולטור־טוער אין פֿילאַדעלפֿיע
[2] הערשל נאָוואַק — ייִדישער לערער, זשיטלאָווסקי־אָנהענגער
[3] חיים בעז (1904־1983) — ייִדישער שרײַבער און פּעדאַגאָג, לאַנג־יאָריקער דירעקטאָר פֿונעם „קולטור־קאָנגרעס‟
[4] זלמן יעפֿרוימקין (1895־1966) — ייִדישער לערער און שרײַבער, פֿאָרזיצער פֿון לערער־ראַט בײַם „אַרבעטער־רינג‟
[5] גימנאַזיע
[6] אַמעק (אַבֿרהם) ברומבערג — ייִדישער שרײַבער און קולטור־טוער, רעדאַקטאָר פֿון אַ זשורנאַל, געשטיצט פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג — „Problems of Communism”
[7] פֿישל הערשטיין — דירעקטאָר פֿון אַ ייִדישער שול אין קאַלגאַרי, קאַנאַדע, דערנאָך אַ ייִדישער לערער אין די פֿאַרבאַנד־שולן אין פֿילאַדעלפֿיע
[8] Jewish Publication Socieiy — געזעלשאַפֿט, געגרינדעט אין פֿילאַדעלפֿיע אין 1888 מיטן ציל אַרויסצוגעבן ענגלישע ביכער אויף ייִדישע טעמעס
[9] יהואש — פֿען־נאָמען פֿון סאָלאָמאָן בלומגאַרטן (1871־1927), ייִדישער פּאָעט און באַוווּסטער איבערזעצער פֿון תּנ״ך
[10] יעקבֿ לעווין (1884־1958) — באַוווּסטער פּעדאַגאָג און קולטור־טוער
[11] Joshua Fishman. Yiddish: Turning to Life, 1991
[12] נחום כאַנין (1885־1965) — דערציִונג־דירעקטאָר פֿון „אַרבעטער־רינג‟
[13] Uriel Weinreich. Languages in Contact, 1953
[14] Joshua Fishman, Ed. Readings in the Sociology of Language, 1968