דאָס ייִדישע „קול־ישׂראל‟, וואָס האָט אויפֿגעהערט רעדן

IMG_0283
לאה שלאַנגער בײַם מיקראָפֿאָן
לאה שלאַנגער

„ייִדיש איז אַ שפּראַך, אויף וועלכער מ’האָט גערעדט פֿון אַלזאַס — דורך דײַטשלאַנד און פּוילן — ביז רוסלאַנד, עס האָבן גערעדט אויף ייִדיש הייליקע, מנהיגים, שרײַבער, דיכטער, רבנים און דער עיקר, דאס פֿאָלק…‟ — אַזוי האָט צו מיר געשריבן אויף פּויליש רישאַרד גראַבאָווסקי פֿון דער שטאָט אָפּאָלע, פּוילן, און זיך אונטערגעשריבן: צוהערער און פֿרײַנד. איך האָב דאַן אויך צוגעשטעלט פּראָגראַמען אויף פּויליש פֿאַרן פּוילישן ראַדיאָ אויף זייער בקשה, אָבער אין בריוו האָט גראַבאָווסקי געבעטן נישט אויפֿהערן מײַנע אוידיציעס אין ייִדיש.

איך האָב עס דערמאָנט נישט חלילה זיך צו באַרימען, נאָר כּדי צו דערמאָנען, ווי וויכטיק זײַנען געווען די ייִדישע פּראָגראַמען נישט נאָר פֿאַר ישׂראל, נאָר אויך פֿאַר אויסלאַנד.

איז לאָמיר אָנהייבן פֿון אָנהייב. דורך אַ צופֿאַל, ווי עס קומען פֿאָר אַ סך זאַכן, בין איך אין יאָר 1986 אַנגאַזשירט געוואָרן מיטאַרבעטן אין דער ייִדיש־אָפּטיילונג פֿון „קול־ישׂראל‟. איך האָב אין יענער צײַט געשפּילט אין קאַמערי־טעאַטער, אָבער דאָך, ווען מ’האָט מיר פֿאָרגעלייגט די אַרבעט אויף דעם ראַדיאָ, בין איך גלײַך מסכּים געווען, נישט קוקנדיק דערויף, וואָס יעדן אָוונט האָב איך געשפּילט אין טעאַטער אויף העברעיִש.

מיר האָבן איבערגעגעבן יעדן טאָג ישׂראל־נײַעס קיין מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, רוסלאַנד אין אַלע דרײַ אַמעריקעס…

אין דער ייִדישער אָפּטיילונג האָבן דעמאָלט געאַרבעט גלענצנדיקע פּערזענלעכקייטן, קענער פֿון ליטעראַטור, קונסט, געשיכטע און אַלץ, וואָס ס׳האָט געהאַט אַ שײַכות צו זשורנאַליסטיק; אזעלכע ריזן, ווי שידלעצקי, מיכאל בן-אַבֿרהם (ווײַנאַפּעל), יוליוס, אַנקאַ שמיר, אַבֿי נאַדראַ, אַריה לאָנדאָן, שושנה נחמה, אַדם גרוזמאן. מיר האָבן איבערגעגעבן יעדן טאָג ישׂראל־נײַעס קיין מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, רוסלאַנד אין אַלע דרײַ אַמעריקעס, און, פֿאַרשטייט זיך, אין לאַנד גופֿא. צום באַדויערן, האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון דעם ראַדיאָ, מיט דער צײַט אָפּגעשאַפֿן די טראַנסמיסיעס פֿאַר געוויסע לענדער און אַלץ מער פֿאַרקירצט די צײַט.

reka
די מיטאַרבעטער פֿון דער רוסישער פּראָגראַם “רקע”

צוריק מיט אַן ערעך 30 יאָר, ווען ס’איז אָנגעקומען די גרויסע עליה פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט זיך געוואָנדן צו מיר דער דירעקטאָר פֿון ראַדיאָ, אַמנון נדבֿ, און פֿאָרגעלייגט, איך זאָל, ווי אַ צוגאָב, מאַכן אַ פּראָגראַם אויך אין די ראַמען פֿון דער רוסישער אָפּטיילונג „רקע‟ (רשת קליטת עליה), וואָס מיינט, די אַבסאָרבציע־נעץ פֿאַר די נײַע עולים. ער האָט צוגעשטעלט אַרגומענטן, אַז ס’וועלן צוקומען נאָך אַן ערך 100 טויזנט ייִדיש־צוהערער. די אָנפֿירערין פֿון דער ייִדיש־אָפּטיילונג, אַנקאַ שמיר, האָט אָבער פּראָטעסטירט אונטערן תּרוץ, אַז אַזאַ פּראָגראַם וועט שאַפֿן אַ קאָנקורענץ דער ייִדישער אָפּטיילונג.

כ’מיין, ס’איז געווען נישט דער איינציקער אַרגומענט, אָבער איך האָב פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט און נויטווענדיקייט פֿון אַזאַ ייִדישער פּראָגראַם. כ’האָב געוווּסט, אַז די נײַע עולים פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, וועלכע קענען ווייניק עבֿרית, וועלן זיך צוהערן צו די אוידיציעס אויף רוסיש און במילה הערן מײַנע ייִדישע פּראָגראַמען. און אַזוי איז טאַקע געשען.

מ’האָט געקאָנט פֿון די ווערטער פֿילן די טרערן אין זייערע אויגן בײַם שרײַבן זייערע בריוו.

ס’איז שווער איבערצוגעבן די דאַנק־בריוו, וואָס איך פֿלעג באַקומען פֿון די צוהערער. מ’האָט געקאָנט פֿון די ווערטער פֿילן די טרערן אין זייערע אויגן בײַם שרײַבן זייערע בריוו. זיי האָבן אויסגעדריקט די בענקשאַפֿט פֿאַר אַ ייִדיש וואָרט, פֿאַר אַ ייִדיש ליד און ליטעראַריש ווערק — דאָס, וואָס ס׳איז זיי געווען פֿאַרבאָטן אַזוי פֿיל יאָרן. בריוו, אין וועלכע זיי זײַנען זיך מודע געווען, אַז זינט די באָבע צי דער זיידע זײַנען אַוועק אין דער אייביקייט, האָבן זיי נישט געהערט קיין ייִדיש וואָרט.

זעלטן ווען פֿלעג איך באַקומען בריוו אויף ייִדיש; אויך אייניקע — אין אַ צעבראָכענעם עבֿרית, דער עיקר, אויף רוסיש. די צוהערער האָבן געהאַלטן, אַז איך דאַרף קענען רוסיש, אויב איך פֿיר מײַן פּראָגראַם אין די ראַמען פֿון „רקע‟, וווּ מ’הערט טאָג און נאַכט בלויז רוסיש. בריוו מיט בקשות, מיט דערינערונגען, ביאָגראַפֿיעס, לידער… די בריוו האָבן מיך באַפֿרידיקט און דערוואַרעמט דאָס האַרץ, אַז איך קאָן ברענגען די מענטשן אַ פֿאַרגעניגן מיט ייִדיש.

צוזאַמען מיט דער ליקווידאַציע פֿון „קול־ישׂראל‟ איז אויך פֿון מײַן פּראָגראַם געוואָרן, „כּאן לא‟

מיט דער צײַט איז די ייִדיש־אָפּטיילונג געוואָרן אַלץ מער אײַנגעשרומפּן; אייניקע מיטאַרבעטער זײַנען אַוועק אין דער אייביקייט, די אַנדערע — אַרויס אויף פּענסיע, און קיין אַנדערע אויף זייער אָרט האָט מען שוין נישט אָנגענומען. צום סוף, איז די אוידיציע פֿון ירושלים אויף ייִדיש געוואָרן געקירצט ביז 15 מינוט — איבערהויפּט נײַעס. אָבער מײַן פּראָגראַם אין די ראַמען פֿון „רקע‟ איז אָנגעגאַנגען ווײַטער, ביז פֿון „קול־ישׂראל‟ איז מיט אַ קנאַפּן יאָר צוריק געוואָרן „כּאן‟ (דאָ). צוזאַמען מיט דער ליקווידאַציע פֿון „קול־ישׂראל‟ איז אויך פֿון מײַן פּראָגראַם געוואָרן, „כּאן לא‟, אַנדערש געזאָגט, נאָר נישט דאָ!.

הײַנט צו טאָג גיט מען איבער אויף ייִדיש איין מאָל אין דער וואָך אַ פּראָגראַם, וואָס איז האַלב ייִדיש און האַלב עבֿרית, און מע חזרט עס איבער אין מיטן דער וואָך. דער אמת איז, אַז יענע, וואָס זײַנען אַמאָל געווען נײַע עולים, קאָנען שוין מער־ווייניקער עבֿרית, אָבער דאָך הערן זיי ווײַטער די פּראָגראַמען פֿון „רקע‟ אויף רוסיש.

איז וואָס זשע בלײַבט יענע, וואָס לעכצן נאָך אַן אמת ייִדיש וואָרט? זיי מוזן זיך באַנוגענען מיט דעם וואָס ס׳איז דאָ. איך האַלט אָבער, אַז ס’איז נישט ריכטיק! הײַנט, ווען דער אינטערעס צו ייִדיש ווערט אַלץ גרעסער, ווען אין אַלע אוניווערסיטעטן לערנט מען אויך ייִדיש, ווען אין שלום-עליכם־הויז קומען זיך לערנען ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור הונדערטער תּלמידים, ווען כּמעט אין יעדער שטאָט און שטעטל איז פֿאַראַן אַ קלוב, וווּ מע לערנט ייִדיש, ווען עס עקזיסטירט אַ גרופּע „יונג־ייִדיש‟, אַ לייוויק־הויז, אַן אַרבעטער־רינג, ווען ס’איז געוואָרן אַ מאָדע אַרײַנוואָרפֿן אין אַ שמועס אַ ייִדיש וואָרט, אַפֿילו אין ראַדיאָ, ווען מיר האָבן אַ „ייִדישפּיל‟־טעאַטער, ווען אַ סאַברע לערנט זיך אויס ייִדיש, כּדי איבערצוזעצן י.־ל. פּרצן אויף עבֿרית, ווי ס׳האָט געטאָן דער זייער באַגאַבטער איבערזעצער דורי פּרנס. ער האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך מיט פּרצעס דערציילונגען אויף עבֿרית און אין זײַן אַרײַנפֿיר-וואָרט אָנגעשריבן: „מדינת־ישׂראל געדענקט גוט דעם ייִדישן חורבן, אָבער ווייניקער — דעם חורבן פֿונעם ייִדישן קולטור־לעבן, די פֿילפֿאַרביקייט, די פֿאַרשידנאַרטיקע שטראָמען, די שפּראַך‟.

די סאַברעס זײַנען באַגאַנגען קעגן ייִדיש און די ייִדיש־רעדער אַ גרויסע עבֿירה…

סע פֿונקציאָנירט אַ נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש, אויסגעקעמפֿט אין דער כּנסת, וואָס דאַרף זאָרגן צו פֿאַרשפּרייטן די קולטור און שפּראַך.

איך וויל פֿאַרענדיקן מײַנע נאָטיצן מיט די ווערטער פֿון חיים חפֿר, איינער פֿון די אַמאָליקע אַקטיוויסטן אין „גדוד מגיני השׂפה‟ — די פֿאַרברענטע ייִדיש־פֿײַנט אין ישׂראל. אין איינער פֿון זײַנע מאַקאַמעס האָט ער געשריבן וועגן דער עבֿירה, וואָס זיי, די סאַברעס זײַנען באַגאַנגען קעגן ייִדיש און די ייִדיש־רעדער.

איך אַליין גלייב, אַז דאָס אַחריות פֿאַרן המשך פֿון ייִדיש ליגט בפֿירוש אויף דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש. און נאָך: קיין שום אינסטיטוציע קאָן נישט צוקומען צו אַזוי פֿיל מענטשן-צוהערער, ווי ראַדיאָ…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s