נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 7

מחשבֿות צום 121סטן יאָרגאַנג פֿון „פֿאָרווערטס

מיט צוויי יאָר צוריק האָט מען מיך באַגלייט אויף פּענסיע. שיין באַגלייט — מיט אַ לחיים, כּלי־זמר־מוזיק און קלינגעוודיקע דרשות — פֿאָרט 18 יאָר אָפּגעגעבן דער צײַטונג. נישט פֿאַרשעמט, מיין איך, דעם נאָמען „פֿאָרווערטס‟ און דעם כּבֿוד פֿון מײַנע זעקס פֿאָרגייער־רעדאַקטאָרן. צי האָב איך דעמאָלט פֿאַרשטאַנען, אַז דערמיט שליסט זיך די תּקופֿה פֿון דער אוניקאַלער אומאָפּהענגיקער פּעריאָדישער פּרעסע אויף ייִדיש? ס׳האָט זיך נישט געוואָלט אין דעם גלייבן, כ׳האָב אָבער גוט געוווּסט די ווירקלעכקייט…

 

גאָר אין גיכן האָט מען אין אײַלעניש אָנגעהויבן „עוואַקויִרן‟ פֿונעם „ייִדישן טייל‟ די געבליבענע עטלעכע מיטאַרבעטער און זיי אַרײַנגעקוועטשט אינעם שטח פֿון דער ענגלישער רעדאַקציע. מילא, האָב איך געטראַכט, קוקנדיק שוין אויף דעם פֿון דער זײַט, ווי זאָגט מען בײַ אונדז: מיט אַ גוטער חבֿרותא כאָטש אויפֿן שאַרף פֿון אַ שווערד!

ס׳האָט אָבער נישט גענומען אַ סך צײַט, קלינגט מיר נחום קויפֿמאַן, דער קלאַנג־ און ווידעאָ־אינזשעניר און זאָגט, אַז מ׳האָט אים אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט…

נחום קויפֿמאַנען קען איך פֿון מײַן בעלצער קינדשאַפֿט. ער איז אַ פּרעכטיקער מוזיקער און אַ מענטש מיט אַ זעלטענעם חוש צו נײַע עלעקטראָנישע מכשירים. אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אין יענער צײַט, ווען כ׳האָב געשאַפֿן אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD דעם נײַעם פֿאָרמאַט פֿון „פֿאָרווערטס־שעה‟, האָב איך פֿאַרבעטן נחומען צו זײַן דער קלאַנג־אינזשעניר. מיט זײַן אַבסאָלוטן געהער, איז קיין בעסערע קאַנדידאַטור נישט געווען. אַ דאַנק זײַן מײַסטערשאַפֿט, האָבן מיר געקאָנט אויפֿנעמען דורכן טעלעפֿאָן נײַעס־רעפּאָטשאַזשן פֿון ישׂראל און אַנדערע שטעט איבער דער וועלט, אַז קיין גרויסער אונטערשייד אין קוואַליטעט מיט די סטודיאָ־פּראָגראַמען איז כּמעט נישט געווען. ממש פֿאַנטאַסטישע קונצן פֿלעגט ער אַרויסווײַזן בשעתן מאָנטירן דעם מאַטעריאַל; צומאָל אַזוי ווײַט, אַז ווען עס פֿלעגט אויספֿעלן אין אַן אינטערוויו אַ וואָרט אָדער אַפֿילו אַ קלאַנג פֿונעם וואָרט, האָט נחום עס געקאָנט, ווי אַ כירורג, אַרײַנשטעלן אויפֿן פּאַסיקן אָרט. כ׳האָב אים טאַקע איין מאָל געזאָגט אין אַ שפּאַס, אַז פֿון אים וואָלט געקאָנט אַרויס אַ גלענצנדיקער לאָגאָפּעד.

20180401_090947
בײַ דער אַרבעט אין דער סטודיאָ פֿון WEVD פֿון לינקס: נחום קויפֿמאַן, דוד ראָגאָוו און איך

צוזאַמען מיט נחומען האָבן מיר געמאַכט די זעלטענע ליטעראַרישע פּראָגראַמען מיט דוד ראָגאָוון, חיים ביידערס נאָטיצן וועגן ייִדישע שרײַבערס און די היסטאָרישע נאָטיצן וועגן די שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד און בעסאַראַביע. שפּעטער האָבן מיר פֿאַרשריבן און אַרויסגעלאָזט דרײַ קאָמפּאַקטלעך פֿון ייִדישער פּאָעזיע, געלייענט פֿון יעווגעני קיסין… און נאָך שפּעטער, ווען כ׳האָב אויף אונדזער וועבזײַט געגרינדעט דעם ווידעאָ־קאַנאַל, וואָלט איך עס נישט געקאָנט טאָן, ווען איך ווייס נישט, אַז כ׳האָב לעבן זיך אַזאַ ווידעאָ־קונצנמאַכער ווי נחום קויפֿמאַן.

אַזוי האָבן מיר פֿילמירט און צונויפֿגעשטעלט די אוניקאַלע סעריע „טאָג בײַ טאָג‟, „אוצרות פֿון ׳פֿאָרווערטס׳־אַרכיוו‟, די פֿאַרווײַלערישע פּראָגראַמען „שיין־שאָו‟ מיט שיין בייקערן, די חסידישע סעריע „ראָש־חודש מיט ליפּע שמעלצער‟, וואָס האָט צוגעצויגן צענדליקער טויזנטער מענטשן; מיט איציק גאָטעסמאַן האָט נחום געמאַכט די פּראָגראַמען וועגן ייִדישע פֿילמען און טעאַטער, די קולינאַרישע פּראָגראַמען „עסט געזונטערהייט‟ מיט שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאָכנאָוויץ. און אַ סך אַנדערע ווידעאָ־פּראָיעקטן, בתוכם לעאָנאַרד כּהנס „הללילויה‟, איבערגעזעצט אויף ייִדיש און געזונגען פֿון דניאל כּהן.

נאָכן אָפּזאָגן נחום קויפֿמאַנען פֿון דער אַרבעט איז קלאָר געוואָרן, אַז דערמיט מאַכט מען אַ סוף צום ווידעאָ־קאַנאַל, וואָס איז געווען די „ראָזשינקע‟ פֿון דער גאַנצער ייִדישער וועבזײַט. ס׳איז אויך קלאָר געוואָרן, וווּהין עס קאַטשעט זיך די צײַטונג. פֿון דעסטוועגן, אַ דאַנק דער שאַפֿערישער אינערציע פֿון די פֿאָריקע יאָרן, האָט די אויסגאַבע פֿאָרט זיך באַוועגט ווײַטער.

IMG_8976-350web
באָריס בודיאַנסקי

סוף מערץ איז אָפּגעזאָגט געוואָרן פֿון דער אַרבעט דער גראַפֿיקער פֿון דער צײַטונג באָריס בודיאַנסקי. פֿאַקטיש, איז עס אַ נײַע פֿאַך — אַ ייִדישער קאָמפּיוטער־גראַפֿיקער. אָנהייבנדיק אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟, האָט באָריס קיין אַנונג נישט געהאַט, וואָס די דאָזיקע פֿאַך מיינט. נישט איין שעה בין איך מיט אים געזעסן און דערקלערט בײַם קאָמפּיוטער די ספּעציפֿישקייט פֿון אויסשטעלן אַ ייִדישע צײַטונג. פֿאַרשטייט זיך, קיין ייִדיש האָט באָריס נישט געקענט, און בײַ דער ווייניק־אַנטוויקלטער ייִדישער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, האָט מען געמוזט נישט ווייניק זאַכן מאַכן פֿון דער האַנט, ווי למשל, שפּאַלטן ווערטער. נאָר אַ דאַנק זײַן באַהערשן די ספּעציפֿישע קאָמפּיוטער־קונסט, זײַן אײַנגעשפּאַרטקייט, עסטעטישן חוש און דעם גרויסן ווילן צו אַרבעטן דווקא אין אַ ייִדישער צײַטונג, איז ער געוואָרן אַ ווירטואָזער ייִדישער גראַפֿיקער.

אַ חוץ זײַנע פּראָפֿעסיאָנעלע מעלות, איז באָריס בודיאַנסקי אַ וווילער, געטרײַער חבֿר און קאָלעגע, פֿאַרלאָזלעכער מענטש, וואָס האָט זיך נישט גערעכנט מיט קיין צײַט — וויפֿל מ׳האָט געדאַרפֿט, אַזוי פֿיל האָט ער געאַרבעט. באָריס פֿלעגט אויך גראַפֿיש אויסשטעלן די סטודענטישע בײַלאַגע „ווײַטער‟, מאַכן די קאָמפּאַקטלעך און DVD זיך אָפּגעגעבן מיט דער וועבקראָם — און אַלץ פֿרײַוויליק, אָן אַ צוגאָב־לוין…

וואָס איז באַזונדערס אומעטיק און פֿאַרדריסלעך, אַז קיין איין מענטש פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַדמיניסטראַציע האָט נישט געהאַלטן פֿאַר נייטיק צוגיין סײַ צו נחום קויפֿמאַנען און סײַ צו באָריס בודיאַנסקין און זיי באַדאַנקען פֿאַר זייער ערלעכער אַרבעט און גרויסן בײַטראָג במשך פֿון די לאַנגע יאָרן, ווינטשן „אַ זײַ געזונט!‟…

זאָג איך זיי, ווי דער געוועזענער רעדאַקטאָר און חבֿר: אַ האַרציקן יישר־כּוח אײַך, נחום און באָריס, פֿאַר אײַער הויכן פּראָפֿעסיאָנאַליזם און געטרײַער אַרבעט לטובֿת ייִדיש!

די צוויי לעצטע מיטאַרבעטער פֿון דער ייִדישער צײַטונג געפֿינען זיך אונטער דער השגחה פֿון די רעדאַקטאָרן פֿון דער ענגלישער רעדאַקציע — מענטשן, וואָס קענען קוים אַ ייִדישן אות.

און נאָך: דאָס וואָס עס קומט שוין אַ היפּש ביסל יאָרן פֿאָר מיט דער ייִדישער צײַטונג, איז נישט ווײַט אַוועק פֿון די גרינגשעצערישע און דערנידערנדיקע מעשׂים, באַגאַנגען, קודם־כּל, מצד די נאַציאָנאַלע קולטור־עם־האמרצים און אַסימילאַטאָרן, בנוגע דער גרויסער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום בכלל און דער 121־יאָריקער געשיכטע פֿון ייִדישן „פֿאָרווערטס‟ בפֿרט.

מאַרץ, 2018

2 Comments

  1. טייערער באריס. דאס איז זייער דערשיטערנדיק און פארדריסלעך… לאמיר אבער ווייטער אויסנוצן די נייע צוגענגלעכע טעכנאלאגיעס און פארזעצן מיט אונדזער מי לטבות דער יידישער שפראך און קולטור ווי לאנג עס גיט זיך. איך באגריס אייך און אלע וואס טוען דאס… אלעקס דאפנער, מעלבורן

    Liked by 1 person

  2. טײַערער אַלעקס, כ’ווייס נישט, צי דו הסאט באַקומען מײַן ענטפֿער, יעדנפֿאַלס, כ’רײַב עס ווידער:
    צי וואָלסטו גרייט געווען אָנשרײַבן אַן אַרטיקל וועגן דײַן אַרבעט אויף דעם ראַדיאָ. ס’וואָלט געווען אינטערעסאַנט, כ’בין זיכער. האָסט דאָך געהאַט אינטערוויוען מיט אַ סך וויכטיקע ייִדישע פּערזענלעכקייטן, באַקומען בריוו פֿון צוהערער וכדומה. עס טאָר נישט דאָס אַלץ פֿאַרגעסן ווערן. ווי מיינסטו?
    דײַן באָריס

    Like

Leave a comment