די וועגן פֿון ייִדישן און העברעיִשן טעאַטערס

לאה שלאַנגער

די אונטערשיידן צווישן די וועגן פֿון ייִדישן און העברעיִשן טעאַטערס זײַנען קאָלאָסאַלע, אויב מ’רעדט וועגן ישׂראל.

דער ייִדישער טעאַטער האָט קיינמאָל נישט באַקומען קיין פֿינאַנציעלע שטיצע דאַקעגן דעם העברעיִשן. פֿון סאַמע אָנהייב אָן, זינט 1931, ווען די „הבימה‟ האָט זיך סטאַביל באַזעצט אין לאַנד, האָט דער טעאַטער באַקומען אַלץ אין וואָס אַ טעאַטער נייטיקט זיך: אַ בנין, זאָל זײַן אַ קליינער, נאָר אַן אייגענער און, דער עיקר, אַ פֿינאַנציעלע שטיצע — אָן דעם קאָן קיין טעאַטער נישט עקזיסטירן, סײַדן ער מאַכט „כאַלטורעס‟. אָבער אויך דאָס איז נישט זיכער, צי ער וועט אויסהאַלטן מער ווי איין טעאַטער־סעזאָן.

habima
“הבימה”־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ

גאָר אַנדערש איז געשען מיטן ייִדישן טעאַטער. אַפֿילו דזשיגאַן און שומאַכער, יוסף בולאָף, וואָס האָבן מיט זייערע פֿאָרשטעלונגען געבראַכט פֿיל כּבֿוד דעם ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל, — האָבן נישט באַקומען קיין גראָשן שטיצע. נאָך מער: געמוזט צאָלן הויכע שטײַערן, כּדי צו קאָנען שפּילן. דאָס איז אָבער אַן אַלטע אָנגעווייטיקטע מעשׂה. ייִדיש־טעאַטער איז קיינמאָל נישט געוואָרן געשטיצט פֿון דער רעגירונג, אויסער דעם ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד שוין אין די 1920ער יאָרן. און דאָך, זײַנען אויף דער ייִדישער גאַס אויסגעוואַקסן ריזיקע אַקטיאָרן, גרויסע בינע־קינסטלער, וועלכע האָבן שפּעטער אײַנגענומען פֿרעמדע בינעס. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה זײַנען אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער געשאַפֿן געוואָרן עכטע ייִדישע מלוכה־טעאַטערס, וואָס האָבן געהאַט אַ רעפּערטואַר פֿון אַ הויכער קינסטלערישער מדרגה.

למשל, דער מלוכה־טעאַטער אין פּוילן, וווּ איך האָב אָנגעהויבן מײַן בינע־קאַריערע, האָט געשפּילט פּיעסן פֿון דעם בעסטן, קודם-כּל, ייִדישן רעפּערטואַר, ווי אויך וועלטלעכן מיט אויסערגעוויינטלעך פֿיייִקע אַקטיאָרן, ווי אידאַ קאַמינסקי, מאיר מעלמאַן, העבל בוזגאַן, רבֿקה שילער, מײַזלער, שורה גרינהויז, שווייליך, טורקאָוו, עפֿראָן, אַמזעל, די לאַטאָוויטשעס, די ביאַלקאָוויטשעס, סאָניאַ שעפֿטעל, מיכל גרינשטיין און נאָך; ווי אויך יונגע, ווי אַבֿרהם שוואַלב, יוליוש בערגער, אַדעק ליפֿשיץ, עלאַ לאָטענבערג… ס’איז כּדאַי צו פֿאַרגעדענקען זייערע נעמען.

אָבער אין ישׂראל, וווּ עס זײַנען געווען עטלעכע ייִדישע טעאַטערס און זייער גוטע דערפֿאַרענע אַקטיאָרן, רעזשיסערן, האָבן זיי געמוזט שפּילן לײַכטע פֿאַרווײַלערישע פֿאָרשטעלונגען, אָפֿטלעך, אויף אַ נידעריקן ניוואָ. אויב עס האָט זיך געפֿונען אַן אימפּרעסאַריאָ, וואָס האָט געוואָלט ווײַזן אַ פֿאָרשטעלונג אויף אַ ניוואָ, האָט ער געמוזט רעזיקירן, אָדער ווי עס האָט געטאָן דער אימפּרעסאַריאָ פּאַוועל גאָרענשטיין ז”ל, פֿאַרקויפֿן אַפֿילו זײַן דירה, ווען ער האָט געוואָלט אַראָפּברענגען קיין ישׂראל יוסף בולאָף, אָדער בן-עמי. און אויב אַ פֿאָרשטעלונג האָט נישט אויסגענומען, האָט ער פֿאַרשפּילט אַלץ וואָס ער האָט פֿאַרמאָגט.

אָבער לאָמיר זיך אָפּשטעלן אויפֿן ענין: דער אונטערשייד צווישן דעם ייִדישן טעאַטער און העברעיִשן טעאַטער בכלל. דער ייִדישער טעאַטער, ווי ס׳איז באַקאַנט, עקזיסטירט אַן ערך 150 יאָר, זינט ס׳האָט אים געגרינדעט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען (1840־1908); נישט גערעכנט די פֿריִערדיקע וואַנדער־טרופּעס, וואָס זײַנען אַרומגעפֿאָרן און געשפּילט אויף ייִדיש. דער העברעיִשער טעאַטער עקזיסטירט, אויב מיר וועלן אָָנהייבן רעכענען פֿון דער „הבימה‟, אין גאַנצן 87 יאָר, און דאָס אויך, מיט אַקטיאָרן, וואָס זײַנען געקומען פֿון רוסלאַנד מיט דער רוסישער טעאַטער־קולטור.

טאטרון הקאמרי
תּיאטרון הקאמרי, תּל־אָבֿיבֿ

אַ לאַנד, וואָס עקזיסטירט קוים 70 יאָר, קאָן נישט האָבן אַ טראַדיציע פֿון בינע־קינסטלער. אַקטיאָרן וואַלגערן זיך נישט אויף דער גאַס און אויך נישט דראַמאַטורגן. מ’האָט באַדאַרפֿט בויען אַלץ אויף ס׳נײַ. די „הבימה‟ האָט טאַקע געשאַפֿן אַ סטודיע פֿאַר אַקטיאָרן און באַמיט זיך צו שאַפֿן אַ נײַעם קאַדער אַקטיאָרן. וואָס שייך דעם ייִדישן טעאַטער, האָט ער געהאַט קאַדרען יונגע און אַלטע, פֿיייִקע אַקטיאָרן, וואָס זײַנען געקומען פֿון פּוילן, רומעניע, סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אַנדערע לענדער.

This slideshow requires JavaScript.

אין די 1960ער־1980ער יאָרן האָט דער ייִדישער אַקטיאָרן־פֿאַראיין אין ישׂראל געציילט איבער 100 ייִדישע אַקטיאָרן. אין אַ בוך, וואָס איז אַרויס אין ישׂראל אין 1975, האָב איך אויסגעפֿונען, אַז מער ווי אַ העלפֿט פֿון די 335 העברעיִשע אַקטיאָרן האָבן באַהערשט די ייִדישע שפּראַך.

עס זײַנען דאַן געווען פֿינף אָדער זעקס ייִדישע טעאַטערס, וואָס האָבן געשפּילט סטאַביל יעדן סעזאָן, נישט־רעכענענדיק די קליינע גרופּעס, וואָס האָבן פֿון צײַט צו צײַט אַרויסגעלאָזט אַ פּראָגראַם. די אימפּרעסאַריאָס האָבן געמוזט מיט חדשים פֿריִער באַשטעלן אַ זאַל, וווּ צו שפּילן. גאָר אַנדערש איז עס געווען אויף דער העברעיִשער גאַס, וווּ ס׳האָבן געשפּילט קוים 3־4 טעאַטערס. אָבער די פּראָפּאָרץ האָט זיך מיט דער צײַט געביטן. הײַנט צו טאָג האָבן מיר כּמעט אין יעדער שטאָט אַ העברעיִשן טעאַטער. נאָר אין תּל־אָבֿיבֿ זײַנען פֿאַראַן פֿינף גרויסע רעפּערטואַר־טעאַטערס, אַ חוץ, די עטלעכע קלענערע, אַזוי גערופֿענע „פֿרינדזש‟־טעאַטערס, וואָס אויך זיי ווערן געשטיצט פֿון דער שטאָט; און נאָר איין „ייִדישפּיל‟־טעאַטער — אין גאַנצן לאַנד.

עס זײַנען דאָ אויך אַ ריי טעאַטער־שולן, פֿון וועלכע די העברעיִשע טעאַטערס קאָנען שעפּן יונגע אַקטיאָרן. מיר האָבן אַ ריי זייער גוטע העברעיִשע דראַמאַטורגן, די בולטסטע צווישן זיי: ניסים אלוני, חנוך לווין, יהושע סאָבאָל, מיטלפּונקט, און נאָך; אָבער געציילטע, וואָס זײַנען אויסגעוואַקסן אין ייִדיש. דער אמת איז, אַז דאָס איז אפֿשר נישט אַזוי וויכטיק, ווײַל אויך זיי, די העברעיִשע דראַמאַטורגן, זײַנען ייִדן און שאַפֿן, שעפּנדיק פֿון אונדזער לעבן.

בילדער פֿון די פֿאָרשטעלונגען אויף דער בינע פֿון “ייִדישפּיל”־טעאַטער, תּל־אָבֿיבֿ

און דאָך, ווי ס׳זאָל נישט קלינגען מאָדנע, נעמענדיק אין אַכט, אַז ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור האָט געליטן אין יענע צײַטן, ווען מ’האָט זיך באַצויגן צו דער גלות־קולטור ווי צו אַ שטיף־קינד, און אפֿשר נאָך ערגער, — האָט מען מיט אַ מאָל אָנגעהויבן זוכן און נישטערן, און אַרויסציִען ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און דראַמאַטורגיע. מיר קאָנען הײַנט זען אויף די העברעיִשע בינעס שאַפֿונגען פֿון לייוויק, שלום-עליכם, שלום אַש, יעקבֿ גאָרדין, ש. אַן-סקי, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, איציק מאַנגער און אַנדערע. דאַקעגן דער „ייִדישפּיל‟־טעאַטער זוכט און געפֿינט עפּעס נישט זײַן אייגענעם וועג.

איינע פֿון די וויכטיקסטע זאַכן, וואָס אַ טעאַטער דאַרף, איז אַ סטודיע פֿאַר די, וואָס ווילן שפּילן אין ייִדיש, נישט סתּם אַ טעאַטער־סטודיע. מיר דאַרפֿן האָבן אַ סטודיע צו לערנען די אַקטיאָרן רעדן ייִדיש ווי געהעריק, אָפּהיטן די שפּראַך, די אייגנאַרטיקע ייִדישע טעאַטער־טראַדיציע, ווײַל וואָס איז אַ טעאַטער אָן אַ שפּראַך און ירושהדיקייט. נאָר אַזוי קאָן מען אָנהאַלטן דעם איין און איינציקן ייִדישן טעאַטער בײַם לעבן; צוציִען נײַע פֿיייִקע אַקטיאָרן, אויסגעשולט אין ייִדיש, נישט באַגייען זיך מיט די, וואָס געפֿינען נישט קיין אָרט אין אַן אַנדער טעאַטער. דער ייִדישער טעאַטער דאַרף זײַן קודם-כּל אַן אָרט, וווּ מ’קאָן זען ייִדישע דראַמאַטורגיע און שאַפֿונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דאָס וואָלט געקאָנט, לויט מײַן באַשיידענער מיינונג, גאַראַנטירן אַריכות־ימים דעם איינציקן ייִדישן טעאַטער אין לאַנד.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s