שלום בערגער איז אַ פּאָעט, איבערזעצער און פּראָזאַיִקער. ביז אַהער האָט ער אַרױסגעגעבן דרײַ ביכער לידער, דאָס לעצטע — „װי לעבט זיך דאָרטן“ (2019). שױן צװײ יאָרצענדליקער װי ער דרוקט זײַנע אַרטיקלען און לידער אין „פֿאָרװערטס“; ער שרײַבט אױך אַ מאָל פֿאַר חסידישע אױסגאַבעס. זײַן איבערזעצונג אױף ענגליש פֿון אַ. סוצקעװערס׳ פּראָזע־װערק װעט אַרױס אין 2021.
פֿון פֿאַך איז ער אַ דאָקטער און ביאָעטיקער. וווינט אין באַלטימאָר.