רפֿאל גאָלדוואַסער איז אַ ייִדישער אַקטיאָר מיט אַ באַזונדערן גאַנג, עפּעס וואָס איז אין אונדזערע צײַטן אומגעוויינטלעך, און אפֿשר ממש איינציק. ער האָט זיך געלערנט טעאַטער בײַ גרויסע מײַסטערס אין פּאַריז, אָפּגעאַרבעט עטלעכע יאָר אין ישׂראל און וווינט אין שטראַסבורג. דאָרט האָט ער געגרינדעט דעם „לופֿט־טעאַטער‟, וווּ ער שפּילט צומאָל אַליין און צומאָל מיט אַ קליינער טרופּע אַקטיאָרן. ער איז שטענדיק אָריגינעל און מײַסטעריש געשליפֿן.
הײַנט צו טאָג, ווען אַ סך מאַכן זיך אַ גרינג לעבן און שפּילן „ייִדיש טעאַטער‟ אין דער פֿאָרעם פֿון פֿאַרווײַלונגס–רעוויוען מיט וואָס ווייניקער ייִדיש, האָט גאָלדוואַסער אויסגעקליבן אַ האַרבערן וועג: ער ברענגט אַרויף אויף דער סצענע דאָס וואָרט פֿון מאַנגער צי באַשעוויס, שלום–עליכם צי פּרץ — און נוצט אויס אַלע מיטלען, אַז מע זאָל עס פֿאַרשטיין. פֿאַרשטיין, נישט פֿאַרביליקערן…
יצחק ניבאָרסקי