אויטאָגראַף — משה לעמסטער

טײַערער באָריע!

אָט האַלט איך אין די הענט דײַן ערשטלינג, דאָס ביכל „טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס‟. דו שרײַבסט: „…דער לייטער שטייט שוין בײַ דער וואַנט. די לייטער־טרעפּלעך פֿירן אַרויף, צום בוידעם און איך דאַרף נאָר אַרויפֿקריכן, אַ שפּאַר טאָן דאָס טירל, וועט זיך עס באַלד… אויפֿמאַכן‟. און ווײַטער: „איך שטיי אויף אַ בענקעלע און זע פֿון אָט דעם פֿענצטערל אַ גרויס שטיקל הימל…‟ איצט, באָריע, שוין אין ניו־יאָרק, צווישן די הויכע הימלקראַצערס איז אויסגעוואַקסן דײַן אייגענע הויכע געבײַדע, וואָס הייסט „70 יאָר‟. אויף דײַן לייטער פֿונעם לעבן האָסטו פּאָוואָליטשקע אויפֿגעהויבן זיך צו דער הייך פֿון 70 יאָר! און ווי אַ מאָל אין די ווײַטע קינדער־יאָרן וועסטו פֿון דער הייך זען אַ נײַ גרויס שטיקל הימל, אַ נײַ גרויס שטיקל וועלט. דאָ אויף דער 70־יעריקער הייך וועלן זיך ווידער אַ מאָל איבערקרייצן דײַן צוקונפֿט מיט דײַן פֿאַרגאַנגענהײט און סע וועלן געשען נײַע נסים; און די נײַע נסים וועלן דיר העלפֿן צו באַזיגן נײַע הייכן סײַ אין לעבן סײַ אין ליטעראַטור.

דײַן לייטער פֿונעם לעבן באַשטייט פֿון וווּנדערלעכע טרעפּלעך! און די טרעפּלעך זענען דײַנע ביכער. נאָר אויך דײַן יעדער ביכל איז אַ טרעפּל אין דײַן שאַפֿונג. דו שטייסט ניט אויפֿן אָרט. דו אין דײַנע דערציילונגען, ראָמאַנען עפֿענען פֿאַרן לייענער אַלץ נײַע זײַטן, נײַע ווינקעלעך פֿון דער אַרומיקער וועלט, און פֿון דעם מענטשן גופֿא, פֿון זײַן האַרץ און נשמה.

אַ מאָל אין שטעטעלע בעלץ האָסטו געטרוימט צו באַזיגן די גרויסע וועלט. און דײַן טרוים, מיין איך, האָט זיך אויסגעפֿילט. איצט, ווען דו געפֿינסט זיך אין דער שטאָט ניו־יאָרק, מע קאָן זאָגן, אויפֿן דאַך פֿון דער וועלט, האָסטו, פֿאַרשטייט זיך, נײַע טרוימען, קוקסטו, ווי אַ מאָל אין די קינדער־יאָרן, ווײַטער, און עס עפֿענען זיך פֿאַר דיר נײַע האָריזאָנטן, נײַע הימלען און איך בין זיכער, אַז אויך זיי, אָט די נײַע הייכן, וועסטו אַוודאי באַזיגן. ווײַל דו ביסט לויט דײַן שטייגער אַ באַזיגער! ווײַל דו פֿאַרמאָגסט אַן אומאויסשעפּלעכן שעפֿערישן כּוח און שעפֿערישע צילגעווענדקייט!

נאָר מיר פֿאַרגעסן ניט, אַז דו ביסט אויך אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿידלער. איצט וועסטו זײַן אַ פֿידלער אויפֿן דאַך פֿון דײַן זיבעציקיעריקייט.

אויפֿן דאַך פֿון דײַנע זיבעציק יאָר
וועסטו שפּילן ווײַטער באַגײַסטערט
מיטן סמיטשיק — ייִדיש וואָרט
אויף די סטרונעס — פּאַפּירענע זײַטלעך.

אַלץ העכער — אַ טרעפּ נאָך אַ טרעפּל,
דײַן שפּיל ווירטואָז איז און זיכער!

און עס גיסט זיך די מוזיק פֿון לעבן
פֿון דײַנע סטראַדיוואַרי־ביכער.

טײַערער באָריע! כ’דערמאָן זיך, אַז אונדזער לערער: דײַנער און מײַנער, דער ייִדישער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן, ווען ער איז אַלט געוואָרן 83 יאָר האָט מיר געזאָגט: „83 יאָר איז די עלטער פֿון דער צווייטער בער־מיצבֿה‟, מיינענדיק, אַז 70 יאָר איז דער נײַער אָנהייב פֿונעם לעבן. איז הייסט עס, דו הייבסט אָן דײַן לעבן פֿון ס’נײַ, פֿון נול! דו ווערסט געבוירן פֿון ס’נײַ. ווינטש איך דיר אויף דעם נײַעם וועג געזונט און נאָך אַ מאָל געזונט! שעפֿערישע דערפֿאָלגן, געראָטענע ביכער, וואָס וועלן זײַן טרעפּלעך אויף דײַן לייטער פֿון לעבן אַרויף, צו נײַע, שיינע נסים!

פֿאַרשטייט זיך, אַז כ’מוז דערמאָנען די ליד וועגן דײַן שטעטעלע בעלץ, נאָר מיט נײַע ווערטער:

בעלץ, באָריע סאַנדלערס בעלץ,
וווּ ער האָט אַ מאָל
זײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט.
זענט איר אַ מאָל געווען אין בעלץ,
אין באָריעס שטעטעלע בעלץ
אויף יענעם בוידעם און דאַך,
וווּ ער האָט געהאַט
שיינע חלומות אַ סך?

טײַערער באָריע! כ’ווינטש דיר נײַע, פֿרישע חלומות, נסים נײַע און — לחיים!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s