אַ זאַמלונג געקליבענע אַרטיקלען פֿון וואַלערי דימשיץ (פּעטערבורג, 2019) — באַקאַנטער עטנאָגראַף, פֿאָלקלאָריסט, קונסטפֿאָרשער, פֿילאָלאָג, ליטעראַטור־קריטיקער, איבערזעצער פֿון ייִדיש. אַלע אַרטיקלען פֿונעם מחבר זײַנען פֿריִער געדרוקט געוואָרן אינעם פּאָפּולערן זשורנאַל „עם הספֿר‟, וואָס דערשײַנט אויף רוסיש אין פּעטערבורג (רעדאַקטאָר אַלכּסנדר פֿרענקעל). דאָס בוך איז אַ מין סך־הכּל פֿון צוואַנציק יאָר מיטאַרבעט אין דער אויסגאַבע.